Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
איך האב געלערנט אין ארץ-ישראל, טאקע אין א פארמאכטע אוועקגעשטעלטע ישיבה, אונז האמיר אפגעראכטן שיינע שבתים, געגאנגען אין פאַרשידענע נאר אויסגעהאלטענע פלעצער,אמונה פשוטה האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 29, 2023 7:42 pmלע"ד הקלושה, אף שאיני כדאי כנגד די חשובע עסקנים, די טאוול וואס האט געהענגן אין די כינוס, האט געמאכט דאס פאקערטע מהמכוון
דאס אז מהאט געשריבן "הסכנה לבחורים הנוסעים ללמוד בארץ ישראל" -
איינער האט פראבלעם מיט בחורים וואס פארן לערנען אין באבובער ישיבה אין בת ים? סאטמערער (מהר"י) ישיבה אין קוממיות? רחמסטריווקא? טשעבין?
די פראבלעם אין נאר אדער כמעט נאר די א"ג "אפענע" ישיבות אין א"י,בעיקר מיר ישיבה אבער נישט דווקא.
כמיין אז אפי' אין בריסק נישטא די פראבלעם, וויל אפי' אז משלאפט דארט יא אין א געדינגענע שטובער, מיט דעם סוכ"ס די ישיבה האלט מער וויניגער קאנטראל אויף די בחורים (און דאס חוץ אז די ישיבה נעמט נאר גוטע בחורים).
אדרבא, אוייב איינער געהאט אפראבלעם מיט בחורים וואס לערנען אין בריסק, זאל ביטע שרייבן.
איך מיין נישט צו זאגן נאר אז מדארף פארעכטן די טאוול (און די קעפל פון די אשכול...)
נאר צווי פראקטישע נקודות:
א. די בחורים וואס ווילן דווקא פארן זאל וויסען אז זיי האבן יא אנדערע וועגן, און נישט ח"ו מאכן בטעות מעשה הנחש פון "ולא תגעו בו",
ב. אז מ'דארף עפענען און שטיצן נאך א זעלעכע ישיבות, וואס ביי זיי וועט יא קענען די עלטערע בחורים שמעקן אווירא דא"י, הערן ר' אשר'ס שיעורים, גייען צו מא"שדיגע טישן, און אפי' פארן שבתים צו אשטילע ריינע דארפ'לעך אין צפון אדער דרום, מיט א יונגערמאן וואס וועט פארן מיט זיי
און אפי' אויך וועט גארנישט געשיין מוצאי שבת זיצן אויף אמילכיגע מלוו"מ אין א פיצה געשעפט (ווי ידידי @תרמב - מתלמידי מיר - רופט עס מילכיגע קוגעל), אויב מ'קען זיצן דארט אין אווינקעל פון נאר מענער.
אבער אלעס מיט קאנטראל, און יונגעלייט וואס וועלן האלטן קאנעקט מיט די בחורים, און אויך מיט די עלטערן.
לכאו' דאס קען העלפן מער, בס"ד. אזוי מיין איך, און אדרבא, כוויל פרייען צו הערן וואס די רבנים דא האלטן דערויף.
די פראבלעם איז נאר געווען, עטליכע בחורים פון מיין ישיבה האבן געהאט חברים אין די אפענע ישיבות, און זייערע אויגן איז אויסגעגאנגען פאר קנאת סופרים און זיי האבן כסדר זיךן געגעסן דאס געזונט ''מיין חבר שלוימי פון.... ער קען טוהן מה שלבו חפץ, און אונז לוזערס זיצן נעבעך אין א פארקלאפטע פארמאכטע ישיבה מיט משגיחים מיט ריזיגע שווארצע אויגן גלעזער''....
יאפ, פון די חברה זענען אויך געפאלן עטליכע שטיק, זייער טאטען האט טאקע געמאכט תרמב'ס חשבון, ער האט זיי געשיקט לערנען אין די פארמאכטע ישיבות, אבער ער האט נישט גענומען אין אכט אז זיי חזקי האט צווי דריי חברים פון די 'בעסערע' ישיבות און מכאן לפתח חטאת רובץ....
רוב אזעלכע בחורים זענען סוף פסוק אנגעקומען צו די אפענע ישיבות מחמת סיבות שונות ודי.
ווי איך פלעג מיך דרייען, מ'רעדט פון כשר'ע פלעצער כדוג' מאה שערים/צפת/מירון וכו', איך פלעג כסדר טרעפן די בני חו''ל, און מה אומר ומה אדבר.... עס דערקענט זיך אז דער בחור איז נישט אינדערהיים, עס מאכט טאקע אויס אין וועלכע ישיבה ער לערנט אבער נישט קיין סאך.....
מנעו בניכם מן השגיון, א עצה טובה וואס איך וואלט רעקאמאנדירט פאר א טאטע לבן 17 הנוסע ללמוד בארה''ק
איך וואלט נאכגעזאגט פארן קינד א שטיקעלע הגדה, ''ויגר שם - מלמד שלא ירד יעקב אבינו להשתגע במצרים אלא לגור שם'', מיין קינד זיס, איך האב אויך געלערנט אין ארץ ישראל.... (איינער וואס האט נישט געלערנט קען זאגן מיין נאנטע חבר האט געלערנט) איך ווייס אויך אז פון די סעקונדע וואס די רעדער פון די פליגער וועלן אנרירן די אספאלט אין בן גוריון לופטפעלד, וועט איהר לויפן און וועלן כאפן מכל טוב מצרים, אלזא וויל איך דיר געבן אן עצה טובה פון א ליבער פאטער, מאך זיכער נישט צו נעמען קיין סאך פרעשור פון דיינע עלטערן, דו קענסט גיין ווי אימער דו ווילסט רעכן דיך נישט מיט מיר.
נאר רעכן די מיט די רבש''ע! פארגעס נישט אז דו ביזט א אידיש קינד, (יא טאקע אזוי ווי אין רוסלאנד) פארגעס נישט אז די תכלית פון דיין נסיעה איז צו לערנען אין ישיבה, און נישט א יעדע משוגעת וואס פאלט איין פאר א צווייטע לאנגווייליגער בחור דארפט איר זיין א שותף מיט זיין קרבן פסח.
א פלאץ וואס דו שפירסט אז דו וועסט האבן צו סך פרעשור פון מיר, דו וועסט וועלן זיך אנשטרענגן צו באהאלטן פון מיר די נסיעה - ענדערשער לאז דיך אפ, מאך איזי לייף און גיי צו אנדערע פלעצער און סווייפ די קרעדיט קארד אנע חששות אז טאטי וועט זען ווי דו ביזט געווען.....