דינגען א מאביל RV פאר עטליכע טעג

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4240
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: וואקאציע נסיעה מיט אן RV

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

איך וואלט זייער געוואלט דאס טון (וועבט זיך שוין פלענער).
אדרבה, אויב איינער קען ביטע אריינקומען מיט אלעס וואס מען דארף וויסן דערפאר.
לדוגמה;
מעג עס פארן אויף אלע הייוועיס אדער נאר ווי א באס?
ווי אפט דארף מען עס אויסליידיגן. און ווי גרינג קען מען טרעפן א פלאץ אוואו מען קען עס אויסליידיגן?
אוואו קען מען עס פארקירן פאר די נאכט? ברויך מען א פערמיט דערפער?
און נאך וואס איך ווייס טאקע נאכנישט.

דאנקע שיינע
קאווי
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3410
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: דינגען א מאביל RV פאר עטליכע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

שוין גע׳חלום׳ט דערפון יארן, און שוין לאנג אפגעגאסן נעגל וואסער.
ס׳איז נישט דאס וואס מיר זוכן. פיריעד ענד אף סטארי.

די קליינע פורים מאבילס זענען ווערט א רעטעך.
די גרעסערע וואס זענען לאנג ווי באסעס און קענען זיך צושפּרייטן / ארויסצוען צו ביידע זייטן איז גאר א צווייטע דערהער. יענץ הייסט א ״פּושער״ און מען דארף האבן געהעריג סי די על. א געלע באס דרייווער מעג עס דרייוון, אבער וואס איז די פּוינט? אונז פארשטייען נישט וויאזוי מען ניצט א פיצקעלע שאוער, טרייפענע עפלייענס וואס זענען אזוי אויך פיצי מיט בעיקר ליווינג רום ספעיס און א יומאנגעס גרויסע בעט.
דארפסט דילן מיט קלין וואסער, גרעי וואסער(סינק), און בלעק וואסער(אפלויף). אלעס אנדערע טאנקן מיט הלכות ווי מ׳מעג עס אויסליידיגן, און די טאנקן דארף זיין ריין, בלא בלא בלא.
נעקסט האסטו צוטאן מיט לעקטער. דארפסט וויסן וויאזוי מען גייט זיך אום מיט א דשענערעטאר, צומאל אנדערע סארט גאז, ווען עס צו ניצן, און ווען צו ניצן די דיעפּ-סייקל בעטעריס. ווען העלפט א סאלער פענעל און ווען נישט. עס דארף זיין געפּארקט אויף א ספעציעלע גראדע פלאץ וואס איז געלעוועלד.
נאכדעם פאנגט זיך אן מיט די קלימאט, ס׳איז צו הייס, צו קאלט, צו טינקל, צו ליכטיג. ס׳איז א פענסי תפיסה

בעיסיקלי, פאר חול המועד צו פארן צו א פארק ווי מ׳וויל פארברענגען איבערנאכט, קענעך אפשר הערן. משע״כ ניצן דאס צו פארן קיין פלארידא און וואוינען דערין א וואך אנשטאט א ווילא, איז ענדערש צו בלייבן אינדערהיים.

די אר ווי׳ס זענען געמאכט צו זיצן דערין און פארברענגען אויף די קאוטשעס, און מען וואטשט טעלעוויזיע. עסן עסט מען אין רעסטאראנטן אדער מאכט מען א גריל אינדרויסן.

פאר א סיבה איז דא געזעצן מיט ספעצילע פארקס ווי מ׳מעג דאס פארקירן. און עס קאסט א הון תועפות.
שוין ביליגער צו רענטן א טרעקטאר פון א טרעילאר (נאר דעם קאפ) און מיט דעם אראפדרייוון קיין פלארידא… טרעילער פלעצער צו פארקירן איבערנאכט איז דא געניג און נאך כמעט ביי יעדע רעסט עריע. און בעק איז דא א געשמאקע בעט מיט פיינע ערקאנדישן/סטיעם און די טרעילאר האט א טאנק מיט הינדרעט גאלאן דיזל געניג און נאך.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: וואקאציע נסיעה מיט אן RV

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

ריזיגע שכח פארן פוה"א
ס'ליגט מיך שוין לאנג אויפן מאגן אזא ווילן
נאך @הרב יואל קליין'ס דרשה דא , בין איך שוין אביסל אפגעקילט, אבער לאמיר הערן מער פונעם עולם.
מנהלים, ביטע רוקן אין טרעוול און וואקאציע פארום
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2396
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: דינגען א מאביל RV פאר עטליכע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

הרב יואל קליין האט געשריבן: שוין גע׳חלום׳ט דערפון יארן, און שוין לאנג אפגעגאסן נעגל וואסער.
ס׳איז נישט דאס וואס מיר זוכן. פיריעד ענד אף סטארי.

די קליינע פורים מאבילס זענען ווערט א רעטעך.
די גרעסערע וואס זענען לאנג ווי באסעס און קענען זיך צושפּרייטן / ארויסצוען צו ביידע זייטן איז גאר א צווייטע דערהער. יענץ הייסט א ״פּושער״ און מען דארף האבן געהעריג סי די על. א געלע באס דרייווער מעג עס דרייוון, אבער וואס איז די פּוינט? אונז פארשטייען נישט וויאזוי מען ניצט א פיצקעלע שאוער, טרייפענע עפלייענס וואס זענען אזוי אויך פיצי מיט בעיקר ליווינג רום ספעיס און א יומאנגעס גרויסע בעט.
דארפסט דילן מיט קלין וואסער, גרעי וואסער(סינק), און בלעק וואסער(אפלויף). אלעס אנדערע טאנקן מיט הלכות ווי מ׳מעג עס אויסליידיגן, און די טאנקן דארף זיין ריין, בלא בלא בלא.
נעקסט האסטו צוטאן מיט לעקטער. דארפסט וויסן וויאזוי מען גייט זיך אום מיט א דשענערעטאר, צומאל אנדערע סארט גאז, ווען עס צו ניצן, און ווען צו ניצן די דיעפּ-סייקל בעטעריס. ווען העלפט א סאלער פענעל און ווען נישט. עס דארף זיין געפּארקט אויף א ספעציעלע גראדע פלאץ וואס איז געלעוועלד.
נאכדעם פאנגט זיך אן מיט די קלימאט, ס׳איז צו הייס, צו קאלט, צו טינקל, צו ליכטיג. ס׳איז א פענסי תפיסה

בעיסיקלי, פאר חול המועד צו פארן צו א פארק ווי מ׳וויל פארברענגען איבערנאכט, קענעך אפשר הערן. משע״כ ניצן דאס צו פארן קיין פלארידא און וואוינען דערין א וואך אנשטאט א ווילא, איז ענדערש צו בלייבן אינדערהיים.

די אר ווי׳ס זענען געמאכט צו זיצן דערין און פארברענגען אויף די קאוטשעס, און מען וואטשט טעלעוויזיע. עסן עסט מען אין רעסטאראנטן אדער מאכט מען א גריל אינדרויסן.

פאר א סיבה איז דא געזעצן מיט ספעצילע פארקס ווי מ׳מעג דאס פארקירן. און עס קאסט א הון תועפות.
שוין ביליגער צו רענטן א טרעקטאר פון א טרעילאר (נאר דעם קאפ) און מיט דעם אראפדרייוון קיין פלארידא… טרעילער פלעצער צו פארקירן איבערנאכט איז דא געניג און נאך כמעט ביי יעדע רעסט עריע. און בעק איז דא א געשמאקע בעט מיט פיינע ערקאנדישן/סטיעם און די טרעילאר האט א טאנק מיט הינדרעט גאלאן דיזל געניג און נאך.

פיין ארויסגעברענגט!!!;l;p-
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: דינגען א מאביל RV פאר עטליכע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

הרב יואל דו מאכסט מיר א רצון פאר אזא טרעקטער (קאפ) רייד….
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6512
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: דינגען א מאביל RV פאר עטליכע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

בסדר האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן: געזען עדווערטייזט א היימישע קאמפאני פאר כשר'ע RVs

I think this is a someone from Skver

האט איינער די עד?
ימים ידברוהאט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: דינגען א מאביל RV פאר עטליכע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

יקוש פייוויש האט געשריבן: הרב יואל דו מאכסט מיר א רצון פאר אזא טרעקטער (קאפ) רייד….

דארף מען נישט האבן טרעילער לייסענס פארדעם?
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3410
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: דינגען א מאביל RV פאר עטליכע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

בעל מנוחה האט געשריבן:
יקוש פייוויש האט געשריבן: הרב יואל דו מאכסט מיר א רצון פאר אזא טרעקטער (קאפ) רייד….

דארף מען נישט האבן טרעילער לייסענס פארדעם?

ניין. קלעס A דארף מען נאר ווען מ׳האט צוגעטשעפעט א טרעילער. פאר די טרעקטאר אליין (די קאפ) דארף מען סידיעל מיט ער-ברעיקס. קלעס B
פעסענדשער מיט סקול דארף מען נישט. P,S
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3410
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: דינגען א מאביל RV פאר עטליכע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

יקוש פייוויש האט געשריבן: הרב יואל דו מאכסט מיר א רצון פאר אזא טרעקטער (קאפ) רייד….

מיר אויך… גיי אמאל אריין אין אזאנס… די גרויסע… וואסע נייעס…
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7103
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: דינגען א מאביל RV פאר עטליכע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

פאר א RV וואס וועגט איבער 26,000 פונט, אפילו פאר פערזענליכע באנוץ, ווילען זיי אז מען זאל מאכען א ראוד טעסט דערויף און זיי לייגען א "R" ענדארסמענט אויף די דרייווער לייסענס.

R Recreational Vehicles GVWR over 26,000 lbs.

אריין אין CDL געהענגל.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: דינגען א מאביל RV פאר עטליכע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

האטצעך מיר פארגליסט צו דינגן א מאביל האום פאר א וויקענד.

די ערשטע קשיא איז…ווי וואלט געווען ס׳בעסטע און פאר נישט צו טייער צו דינגן אזא יוניט?

שנית, מיין רצון איז צו רוען שבת קודש אין א ״מאביל פארק״ אויב מעגליך א שעה צוויי פון די ניו יארקע אומגעגענט, מיט נאך היימישע אידן

ווער דאהי אויפן וועלטל ס׳קאן ארויסהעלפן, זאל ביטא ריפלייען.

א שיינעם דאנק אייך פון פאראויס
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: דינגען א מאביל RV פאר עטליכע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

נקודהלע האט געשריבן:
בסדר האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:
געזען עדווערטייזט א היימישע קאמפאני פאר כשר'ע RVs
I think this is a someone from Skver
האט איינער די עד?
https://revlerrv.com/
געווען אדווערטייזט אויף קול מבשר א צוויי וואכן צוריק
זעהט מיך אויס ווי זיי האבן נאר טרעוול טרעילערס, נישט קיין מאטאר האומס
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6489
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: דינגען א מאביל RV פאר עטליכע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

איינער מיט לעצטיגע עקספיריענס? נישט מיט די אידישע קאמפעניס
אני הוא הנער, נער המדבר
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”