די אויגפארכאפענדע 'גרענד קעניען' און אירע רייזער (מ"מ #10)

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

די אויגפארכאפענדע 'גרענד קעניען' און אירע רייזער (מ"מ #10)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

אין איינע פין די ווילדסטע טייכן אויף דער וועלט מיט די מאכטפולסטע רעפידס און כוואליעס וואס צוען זיך פאר הונדרעטער מיילן נאכאנאנד, שווימען עטליכע שיפלעך מאכטלאז, ווערענדיג געווארפן ווי טאבעס פין איין כוואליע צום צווייטן דראענדיג זיי צו צופיצלן אין יעדע ליאדע מינוט

אין די שיפל וועלכע פארט פין פאראויס זיצט א וועטעראן פין די ציוועלע קריג, די וואונדען פונעם שלאכט זענען מערקבאר אויף אים א קאנאן אויפרייס האט אים געקאסט זיין רעכטע האנט, און מיט זיין פארבליבענע האנט האלט ער דעם רודער מיט עקשנות, די רייץ פין נייגער אויסגעמישט מיט רוים איז גאר מאכטפול, מער מאכטפול ווי די שרעק צו קוקן דעם טויט אין די אויגן

די כוואליעס ווייזן נישט קיין סוף די סכנה איז קלאר און די אומזיכערע געפיהל - נישט וויסענדיג א פיס פאראויס וואס גייט פאסירן - געבט צו צי די שוין אנגעצויגענע לאגע עס איז די ערשטע מאל וואס איינער דערוואגט זיך צו אויסשפירען די פארהוילענע נאטור וואס איז "די גראנדיעזע קעניען" און די קאלעראדא ריווער וואס שנייט איר דורך און לויפט אין איר טאל

* * *

ווי ווינדערליך, ווי שיין, ווי אומבאשרייבאר, א רואיגע געפיל נעמט דיך ארום די מחזה איז צו גרויס אז דיינע פראבלעמען זאלן בכלל מאכן א נפק"מ, ווי נישטיג איז דער מענטש קעגן די באשעפערס ווינדער ווי א פינטל אויפן הימל ווי א טראפ אין די ים

ווען איר שפרייזט אין ריכטונג פונעם טאל קען מען זיך נישט פארשטעלן וואס עס וועט זיך אט אט אנטפלעקן פאר אייערע אויגן עס נעמט עטליכע מינוט פאר די מח צו דעצעדירן צווישן פיקציע און וואהרהייט, עס געדאערט פאר די מח אפצוטייטשן דאס וואס ער זעהט אלץ 'עכט', און עס נישט אפטייטשן פאר א פאלטשע בילד אדער א מייסטערהאפטיגע מאלעריי

בילד
די גרענד קעניאן

א טאל כמעט א מייל טיף, לאנג 277 מייל, און ברייט 18 מייל ביי איר ברייטסטע פונקט און 4 מייל ברייט ביי איר שמאלסטע אט דאס איז די אפטייטש פין גראנדיעז! אט דאס איז די וואגשאל מיט וואס ווינדער דארף גערעכנענט ווערן, און ווי אומקאנקארירענד זי שטייט קעגן אירע צוגעגליכענע

זי איז קלאר אויף די סאטעלייט בילדער; געכאפט פין די העכערע ספערן, זי ערשיינט ווי א טיפע שניט אונעם ערד קוגעל מיט פארמירונגען אריין און ארויס. שטיענדיג אויף דער ערד איז זי ווי א טאל, אבער פין די הייעך איז זי ווי א מויער וואס באשיצט א אומזעהבארא טייערקייט וואס זי ענטהאלט אין איר

דער וואס איז גענוג בראווא אראפצונידערען אין איר טיפעניש, און גיין איינס אויף איינס מיט אירע פעלזן און אירע שיעפע ווענט, ווערט באצאלט מיט די סאמע אומבאשרייבליכע געפיהל וואס זי פארשפרייט אין זיך, ארויפקוקענדיג צו די צוויי ווענט וואס העכערן זיך ביי די ביידע זייטן באצירט מיט שיכטן פין קאלירטע שטיינער, פין א רויטליכע שיכט צו א שווארצע און אריבער צו א מער ליכטיגע קאליר



באקאנט אייך מיט די ווינדער וואס איז די "גרענד
קעניען"



די גרעינד קעניען קען ווערן צוטיילט אויף דריי חלקים

1) די סאוט רים (דרום ברעג)

2) די נארט רים (צפון ברעג)

3) די גרענד קעניען וועסט (מערב זייט)

די מערסט באקאנסטע חלק פונעם טאל איז די 'סאוט רים' ווי עס ווערט גערופן, דאס איז די פלאץ ווי די מערסטענס חלק פין די 5 מיליאן יערליכע באזיכער - וואס די פלאץ ציעט - קומען זיך אנזעטיגן מיט איר פרעצעדענטלאזע ווינדער. די סאוט רים איז ווי פארשטענדליך גערופן אויף איר געאיגראפישן ארט זיך געפינענדיג אויף די דרום זייט פין די קעניען פין א וועלטליכע שטאנדפונקט

די ארט איז די אפיציעלע גרעניצן פין די "גרענד קעניען נעשנעל פארק" אוועקגעשטעלט אין יאר 1919 דורך קאנגרעס מיטן ציל צו באשיצן די קעניען פין אויסערליכע אינטעווירונגען וואס קען שאטן פאר איר נאטירליכע ריינקייט, ווי אויך פארשידענע רעגולאציעס צו פאזיכערען דאס ארט מיט אירע באזיכער

די סאוט רים געפינט זיך ביי א עלעוואציע פין בערך 7,000 פיס שאפענדיג א קילערע קלימאט אויפן ארט, און די רעלעטיוו נידריגערע טעמפורארן ערמעגליכט פאר די קעניען צו ווערן הערליך איבערגעדעקט מיט א ווייסע שיכט פין שניי יעדען ווינטער, ווי אויך פירט עס צו טאלארירבארא טאמפורארן אין די היציגע זיממער חדשים

בילד
איינע פין ארויסקוק פונקטן ביי די סאוט רים נאך א לייכטע שניי

די ארט איז ווי א צוציאונגס קראפט פאר פאטאגראפירער וועלכע קומען פין די גאנצע וועלט צו אראפכאפן איר שיינקייט אבער די בעסטע פראפעשענעל מיט די טייערסטע אפאראט קען נישט אראפכאפן אויף א בילד איר פולע גראנדיעזקייט און קוקענדיג אויף די בילדער ווערט מען אנטוישט ווי ווייניג עס געבט איבער

"עס איז אמת וואס די וועלט זאגט אז א בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער, אבער טויזענט בילדער רעדן נישט ווי איין בליק; ווען עס קומט צו די גרענד קעניען"

בילד

-----
די נארט רים
----

אויף די אנדערע זייט קעניען -קעגן איבער- געפינט זיך די 'נארט רים'. די זייט איז העכער ווי די דרום זייט מיט אזויפיל ווי 1500 פיס, און איז דעריבער נאך מער קילער ווי אויך ליידיגער ווי די אנגעשטויסענע סאוט רים ספעציעל אין די ווינטער חדשים

צו פארגליכן די צוויי זייטן קען מען ניצן פאר א ביישפיל די באקאנטע 'נייערגרע פאללס', פין איין זייט איז זי שענער זעהט אויס גרעסער, און איז מער אויסגעשטאט מיט אלע איינריכטונגען פאר די באזיכער, אבער די אנדערע זייט איז מער נאטירליך און געבט א ריינערע געפיל פארן באזיכער

די קעניען האקט אריבער פאר א גאר לאנגע שטח און דעריבער געדויערט איבער 6 שעה צו רייזן פין די סאוט רים ביז די נארט חלק אפי' די סאוט רים געפינט זיך כמעט ביים מזרח עק פונעם קעניען צוליב וואס די קעניען פארמאגט נישט קיין איין בריק אריבער העכער איר, און די איינציגסטע וועג איז ארום צופארן די גאנצע מזרח חלק פין די קעניען פאר מען קען פארן ארויף צו צפון

-----
גרענד קעניען וועסט
-----

די רוישיגע דערנעבענדע 'לאס וועגעס' לאזט איבער א מערקבארא רושם אויף די חלק פונעם קעניען, העליקאפטערס און פאמעהליכע קליינע פליגער פליען נאכנאנד אריבער העכער די קעניען טיפענישן; פירענדיג טוריסטן וואס קענען זיך ערלויבן די קאסטן צו זעהן די ווינדער פיו די הייעך

די חלק פין די קעניען איז שוין טעכניש אינדרויסען פין די גרעניצן פין די נעשנעל פארק און די שטח איז א אינדיען ריזערוו דאס זענען אזאלכע גרויסע שטיקער לאנד וואס די רעגירונג האט אוועקגעשאנקן פאר די אינדיאנע אפשטאמיגע אין א ווידער גוטמאכונג פריוו איבער וואס מען האט געטוען צו זייערע זיידעס

די אייניקליך פין די ארגינעלע איינוואונער האבן גוט אויסגעניצט דאס פלאץ און דאס פארוואנדעלט פאר זיך אין א ענדלאזע געלט קוואל (נאך וואס מען האט געטוען צו זיי קען מען קיין טענות נישט האבן, מילד גערעדט) פין וואס עס לעבן די היינט גרויסע אינדיאנע אפשטאמיגע פאמיליעס

אריבער די חלק פין די קעניען האט די קונצען מאכער 'ניק וואלענדע' (דער זעלבער ואס האט דורכגעשפרייזט העכער די נייעגרע פאולס) דורכשפאצירט אויף א שטריק פין איין זייט קעניען ביז די צווייטע, ער האט לכתחילה געפלאנט דאס דורכצופירן ביי די מער פאפולערע סאוט רים, אבער די פארק פארוואלטונג איז געוועהן אנטשלאסן קעגן פארמירן דאס פלאץ פאר א צירקוס אנדרש ווי די אינדיען ריזערוו וועלכע האט דאס געזעהן פאר א געלעגענהייט פין ווי צו הייבן אירע צאל באזיכער

-----
גרענד קעניען סקיי וואלק
-----

אין יאר 2007 האבן די אייגענטומער פין די ריזערוו געלאזט בויען די וועלט בארימטע
"סקיי וואלק", א האלבע צירקל ארויס העכער די קעניען מיט א גלאזערנע פאדלאגע ווי די - מיט נישט שוואכע הערצער - קענען ארויסשפאצירן טויזענטער פיס אין די הייעך צו פיטערן אן אדרענעלן ראש…

בילד
די סקיי וואלק פין די זייט

א טיפע קאלטע שוידער נעמט ארום די וואס שפאצירן ארויס אויף די סקיי וואלק ווי מען איז אויסגעשטעלט צו די רחמנות פין א שטיקל גלאז ווען אונטער דיר איז אפען די תהום טויזענטער פיס אראפ

בילד
מערק די גלאזערנע פלאר


די קאלעראדא ריווער



אין די גאנצע לענג פונעם טאל שלענגט זיך א טייך, א גאר לאנגע טייך, אנהויבענדיג זיך אין קאלעראדא לויפענדיג ביז אראפ צו קאליפארניע ווי די וואסער דינט אלץ די גרעניץ צווישן איר און אריזאנע. די וואסער פין די טייך איז אלץ געוועהן א 'לייף ליין' פאר אלע איינוואונער אין די אומגעגענט, און ציליב דעם האט זיך אויסגעפעלט צו בויען איינע פין וועלטס אינדשענירונג ווינדערס, נעמליך "די האווער דעם"

די דאמבע - וועלכע איז איינע אין א סעריע קלענערע דאמבע'ס געבויעט אויף די לענג פין די ריווער - קאנטראלירט די וואסער פלוס פין גיין צו נידריג און שאפען א טריקעניש אויפן ארט אדער פין זיך איבערפילן און פירן צו פארשוועמונגען; א אפטע ערשיינונג אין די טעג איידער דאס אויפשטעל פונעם דאמבע

די געבוי פונעם 'האווער דעם' איז א לאנגע און וואונדערבארא שמועס פאר זיך, אבער די אפעקט וואס דאס האט געמאכט אויף די גרענד קעניען איז שטארק מערקבאר. אנגעהויבן מיט די גרעסטע מענטשליכע לעיק איבער די וועלט 'לעיק מיעד' - וואס געפינט זיך ביים סוף פין די גרענד קעניען - וועלכע איז א דירעקטע רעזולטאט פין אפהאלטן די וואסער פין פליסען ווייטער, און גענדיגט מיט די סטאבילעזירונג פין די וואסער וואס פליסט אונעם קעניען זעלבסט

די טייך איז אין געוויסע פלעצער אזויפיל ווי 300 פיס ברייט אונעם קעניען - הגם אריינקוקענדיג אונעם טאל פין אויבן זעט עס אויס נישט מער ווי עטליכע פיס ברייט ציליב די הייעך פין ווי מען קוקט - און ווערט גערופן אויף ספאניש 'די רויטע טייך' ציליב איר ברוין רויטליכן קאליר וואס שאפט זיך נאך א רעגן ווען די וואסער וואשט אראפ די ווענט פונעם קעניען אריין אין איר

בילד
די רויטע טייך



דשאן וועסלי פאוועל



אין די 1800' הונדרעט יארן איז די מזרח חלק פין אמעריקע געווארן שטערקער און שטערקער באזעצט, אבער די מערב חלק - די 'וויילד וועסט' ווי מען רופט עס - איז געליגן אונטער א שלייער פין מיסטעריע ווילדע אינדיאנע שבטים האבן נאך גערוימט די שטחים און עס איז געוועהן א ערענסטע סכנה דארט צו שטעלן א טריט אן מיליטערישע באגלייטונג

דשאן וועסלי פאוועל איז אבער געוועהן א אויסנאם, זיין געדאנקען גאנג איז געוועהן אנדרש ווי די רוב ווייסע באזעצער אינעם לאנד, ער איז זיך גוט אויסגעקומען מיט די אינדיאנע שבטים און רעספעקטירט זייערע רעכטן ער פלעגט באזיכן די ערטער אליינס און אפי' נישט מיטגענומען קיין געווער און איז זיך פרידליך דורגעקומען מיט זיי און אפי' אפגעשריבן איינע פין זייערע שפראכן

[imghttp://www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=121386&mode=view][/img]
פאוועל אין א געשמאקע שמועס מיט א אינדיאנע

פאוועל איז געבוירן געווארן אין ניו יארק צו ארימע עלטערן, יונגערהייט האט ער ארויסגעוויזן אינטערעסע צו זיין א "רייזער" ער האט דורך גערייזט די לאנגע מיסיסיפי ריווער און נאך פארשידענע וואסערן. און אין יאר 1885 האט ער פארברענגט פיהר חדשים צו דורך גיין די סטעיט וויסקאנסין צופיס...

די 'ציוועלע קריג' האט אבער אפגעשטעלט זיינע פלענער אויף א וויילע - זיך שלאגענדיג פאר די נארט אפצושאפן קנעכטשאפט אין אמעריקע - איז ער פארוואונדערט געווארן ווען א קאנאן איז ארויסגעפלויגן נעבן אים און אים געקאסט זיין רעכטע ארעם. אבער ווען די קריג איז אריבער האט ער זיך טראץ זיינע דיסעבילעטיס זיך צוריקגעקערט צו זיינע 'האבי' פין רייזן

בילד
זיינע באגרעניצונגען האבן אים נישט אפגעשטעלט


די עקספעדיציע



אין יאר 1869 האט וועסלי פאוועל באשלאסן אז עס איז געקומען די צייט אויפצוהייבן די שלייער פין מיסטעריע וואס האט ארום גענומען מערב אמעריקע, און נאכן אויסשפירען דאס פלאץ ארום און ארום, האט ער זיך אנגעהויבן גרייטן דורך צו פירן די היינט באקאנטסטע עקספעדיציע אין די היסטאריע פין די פאראייניגטע שטאטן דורך צו רייזן די פארהוילענע חלק פין די 'קאלעראדא ריווער' און דאקיומענטירן אלעס וואס זי באהאלט אין זיך

צים אלעם ערשט איז ער געפארן אויף טשיקאגא צו א באקאנטע שיף מעניפעקטשערער ווי ער האט געלאזט אויפבויען פיהר קאסטעם שיפן צו דינען אויף די עקספעדיציע, די שיפן זענען געוועהן צוטיילט אין דריי, אויף די לענג ביי די ביידע זייטן האט ער געלאזט בויען קאמערען פאר עסן און געוועהר ווי אויך פאר פארשידענע וויכטיגע געצייג וואס פעלט אויס פאר די וועג, און אין צענטער האט ער געלאזט פלאץ פאר די מאנשאפט פין די שיף

די שיפן זענען געוועהן פארהענטמעסיג קליין, בלויז 16 פיס לאנג פאר פאוועלס פעהרזענליכע שיף, און 21 פיס לאנג די איבריגע דריי, נישט וויסענדיג פונקטליך וואס ערווארטעט זיי זענען די שיפן געבויעט געווארן צו קענען גרינגערהייט מאנעווירט ווערן אין רואיגערע וואסערן אבער זענען נישט געוועהן איבריג גוט זיך צו ספראווענען אין ווילדערע וואסערן. די שיפן האט פאוועל אפגעשיקט מיט די באן פין איר בוי ארט אין טשיקאגא צו די היינטיגע סטעיט 'ווייאמינג' פין ווי די געפלאנטע עקספעדיציע האט זיך געזאלט אנהייבן

דערנאך האט פאוועל זיך ארויסגעלאזט זיכן א טיעם מיטרייזער פאר די עקספעדיציע , צו זיין ריף זענען געקומען 9 מענער וועלכע האבן כמעט נישט געהאט קיין שום עקספיריענס פאר אזאלכע סארט רייזעס אבער זענען געוועהן גרייט צו קוקן דעם טויט אין די אויגן און ער האט נישט געהאט קיין גרויס אויסוואל פין די סארט…

בילד
די גרופע רייזער

צו הילכיגע שאהלונגען פין פארזאמעלטע אויפן ארט אין גרין ריווער, ווייאמינג האבן די 10 מענער - אריין גערעכנט פאוועל - אראפגענידערט אין די פיהר שיפן מאי 24, 1869 למספרים, זיי האבן זיך אוועק געשטיפט פונעם בארטן מיטן ציל אריין צו פילן די ליידיגע שטחים אויפן מאפע, שטחים אזוי גרויס ווי אסאך וועלט לענדער און שטחים אויף וועלכע עטליכע פריעדיגע רייזערס האבן געזאגט - אז אין זייער מיינונג - וועט די מאפע פין די קאלעראדא ריווער פארבלייבן א אייביגע מיסטעריע. נישט לייגענדיג קיין געוויכט אויף זייערע ווערטער האט פאוועל א פארעקשנטער אנגעהויבן די סכנה'דיגע רייזע

בילד
די לויף פין די קאלעראדא ריווער פין ווייאמינג

יעדן טאג א פרישע סורפרייז און יעדע שעה א פרישע קריזעס, און אסאך פעלער ווען עס איז געוועהן אומעגליך פארצוזעצן מיט די שיפן אין וואסער צוליב וואס די וואסער האט זיך אן קיין ווארענונג איבערגעדרייט צו א ווילדער שטורעם, זענען זיי ארויף אויף די טריקעניש און גייענדיג אויף לענג פונעם טייך האבן זיי מיט שטריק געשלעפט די שיפן ביז זיי זענען אריבער די ווילדע חלקים.ווי פאוועל שרייבט אין זיינע מעמוארן אויף די ווילדע וואסערן: "די רוישיגע וואסערן צוברעכן זיך אין ריזיגע כוואליעס אויף די שטיינער, און זיי ווארפן זיך אריין אין א ווילדע ווייסע שוים"

אום יולי דעם פיפטן נאך עטליכע וואכן רייזן איבער וואסער פאלן און כוואליעס אונטער שווערע אומשטענדן האט איינער פין די צעהן מיטרייזער אויסגעצויגן א ווייסע פאן און פארלאזט די גרופע, זאגענדיג א פראז וועלכע איז ברייט באקאנט ביז היינט:

"I’ve had more excitement than a man deserves in a lifetime.  I’m leaving.”

בלייבענדיג יעצט מיט בלויז 9 מענטשן האבן זיי פארגעזעצט אין זייער עקספעדיציע. אזוי רייזענדיג, האבן זיי געגעבן נעמען פאר אלע ערענסטע טאלן און רעפידס וואס זיי האבן באגעגענט, נעמען וועלכע די פלעצער טראגן נאך ביז היינט, צים ביישפיל איין געוויסע פלאץ וואס האט געהאט עקסטערע שווערע כוואליעס - גייענדיג בארג אראפ מיט א שיעפקייט פין 1000 פיס אין בלויז א האלבע מייל - האבן זיי א נאמען געגעבן די "האלב מייל גיהנם"

-----
קאטעסטראפע
-----

די טאג האט זיך אנגעהויבן נארמאל רייזענדיג אין פארהענטמעסיגע רואיגע וואסערן ווען פליצלונג זענען זיי אפירגעקומען צו א פלאץ וועלכע זיי האבן שפעטער א נאמען געגעבן - צוליב די פאסירונגען - "דיזעסטער פאללס", די כוואליעס האבן געברויזט אן רחמנות און שפיציגע שטיינער האבן זיך ארויסגעשטעקט איבעראל פין די וואסערן נאכמער אויפרייצענדיג די שוין ווילדע פלוס, די סכנה איז געוועהן אומפארמיידבאר ווען איינע פין די שיפלעך - וועלכע האט אגב געטראגען די נאמען "נישט קיין נאמען" - האט זיך פלוצלונג אנגעשטויסן אין איינע פין די ארויסשטארענדע שטיינער צושטיקלענדיג זיך אויף שטיקלעך. די מאנשאפט פין די שיף זענען קוים ארויס מיטן לעבן זיך צושלעפענדיג זיך צים בארטן מיט זייערע לעצטע כוחות, אבער די שיף - מיט אלע אירע וויכטיגע סופלייען און עסן - זענען ווילדערהייט געפירט געווארן אויף די פליגלן פון די כוואליעס

בילד
א מאלעריי פין די דיזעסטער פאללס' אינצידענט

אויב איז דאס נישט געוועהן גענוג האט א שנעלע אניווענטארי איבערזיכט געוויזן אז א גאר וויכטיגע אפאראט - וואס דארף מעסטן די הייעך פין די וואסערן און די אלטעטוד - האט זיך געפינען אויף יענע שיף, און בלית ברירה האט פאוועל פארארדענט אז די שיף מיז אויף אלע קאסטן דערגרייכט ווערן כדי צו ריקאווערן די וויכטיגע אפאראט

די טייך האט ווילדערהייט געפירט שטיקלעך פין די שיף אבער נאך אן אנטשלאסענע געיעג האבן זיי איר דערגרייכט און ארויס געראטעוועט די וויכטיגע אפאראט פין איר און די עקספעדיציע איז ווייטער געגאנגען אין קראפט, יעצט מיט בלויז דריי שיפן און נאר 9 מיטרייזער

בילד
א רעפליקע פין די שיף

די שטעקענס מיט וואס מען האט גערידערט דעם שיף האט זיך צובראכן אזוי אפט אז יעדעס מאל די גרופע האט באגעגענט א שטיק האלץ ביי די זייט פונעם טייך האבן זיי זיך אפגעשטעלט אויסצושניידן דערפין נייע שטעקענס אנצופילן די פלאץ פין די צובראכענע - און אין אסאך פעלער, פארלוירענע - שטעקענעס, ווי אויך האבן זיי ביים זיך אפשטעלן כסדר צוזאמגעקליבן "צאפ" אזא קלעבעדיגע מאטריאל וועלכע טראפן פין געוויסע ביימער מיט וואס זיי האבן נאכנאנד פאראכטן די צוקלאפטע שיפן

מיט א שטענדיגע אויג אויף פאראויס נישט וויסענדיג וואס א דריי אונעם טייך וועט אנטפלעקן, א ווילדע כוואליע אדער גאר א הויעכע וואסער פאל פין וואס זיי וועלן אראפאלן צו א זיכערע טרעגעדיע ווי פאוועל האט געשריבן איבער די כוואליעס "די שיפן זענען געטאנצען און געשפרינגען איבער די זאכן אזוי ווי עס וואלט ווען געהאט לעבהאפט אין זיך" די מאנשאפט איז כסדר געוועהן פארנומען ארויסצושעפן וואסער וועלכע האט זיך אלץ אנגעזאמעלט אין די שיפן דראענדיג עס צו טרענקן מיט אלעס אין איר

פאוועל פלעגט אפט ארויפקריכן אויף די זייטיגע פעלזן צו האבן א ווייטערע בליק אויף פאראויס, און ביי איין אזא פאל האט ער זיך געפינען שוועבענדיג צווישן לעבן און טויט שטייענדיג אויף א גאר שמאלע שטיין און ארויסשטארענדע שטיין העכער אים האט פארמאכט די וועג ארויף און אראפ איז אויך נישט געוועהן קיין אפציע

די אנדערע מיטרייזער האבן באמערקט די שווערע מצב וואס ער געפינט זיך אין, און זענען געקומען צולויפן פאר הילף בשעת ווען פאוועל כאפט זיך אן אין א שטיין מיט זיינע לעצטע כוחות מיט די איין האנט וואס ער האט פארמאגט. דערגרייכענדיג זיין ארט און אפשאצענדיג די מצב איז נישט געוועהן קיין צייט צוריק צו גיין ברענגן שטריק פין די שיף, און בלית ברירה האט איינער פין די מיטרייזער אראפגענידערט זיין הויזן צו דינען אלץ א רעטונג שטריק און אזוי אים ארויפגעצויגן צו זיכערהייט אין די לעצטע מינוט

בילד
א צייכענונג פונעם אינצידענט

זיך אריין גליטשענדיג אין די גרענד קעניען האט זיך די טשאלענדש עכט אנגעהויבן. ארום גענימען מיט פעלזן ווענט פין די צוויי זייטן, מער איז נישט געוועהן קיין וועג צוריק אדער א גלייכע וועג ארויס, זיי זענען געוועהן ווי פארשלאסן אין א נאטירליכע תפיסה, די טעג האבן פארגעזעצט מיט אירע איבערקומענישן, נאך כוואליעס און נאך קעגנווארגן איבערצוקומען, די מאפעס וואס זיי האבן מיטגענימען האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ווערטלאז ציליב וואס רוב צייכענונגען זענען געוועהן נישט מער ווי פארשטעלעכצער ווי אזוי די וואסערן בייגן זיך אבער קיינער איז נאכנישט בפועל דורכגעפארן די קעניען עס צו פארצייכענען

, דערצו זענען די עסן ראצינארן היפש פארקלענערט געווארן ציליב וואס א דריטל פין די מיטגענומענע עסן האט זיך געפינען אין די שיף וועלכע האט אונטערגעבראכן, און א גרויס חלק פין די פארבליבענע עסן איז נאס געווארן און גענצליך שאדן געגאנגען

די רייזע איז דאן געגאנגען פין א 'סייענטיפשע עקספעדיציע' צו א 'איבערלעבן פריוו'. רייזענדיג בייטאג און שלאפענדיג ביינאכט אסאך מאל אויף אזאלכע שמאלע פלעצער אז א קליינע דריי וואלט זיי פארשלעפט אינעם ברויזענדן טייך וועלכע האט אומאויפהערליך געשפריצט אויף זיי די גאנצע נאכט, טרוקענע קליידער איז געוועהן א לוקסוס פין וואס די חברה האבן שוין לאנג פארגעסן

בשעת דאבס אלעס איז אנגעגאנגען האט די אמעריקאנע פרעסע אומגעדולדיג געווארן אויף נייעס פין די גרופע, כסדר זענען אפיר געקומען שווארצע עדות וואס האבן זאגער געזעהן מיט זייערע אייגענע אויגן ווי די גרופע ווערט פארשוועמט און טרענקט זיך צים טויט

עס איז אפי' אפירגעקומען איינער וועלכע האט זיך גערופן 'די איינציגסטע איבערלעבער פין די עקספעדיציע' און האט פארציילט גאר שרעקליכע פאסירונגען איבער די שיקזאל פין די איבריגע

פאוועל האט די גאנצע רייזע געהאלטן פאר זיך א טאג-בוך ווי ער האט יעדע נאכט דראמאטיש אראפגעשריבן די פאסירונגען פונעם טאג, און נישט האבענדיג א פאטאגראפירער מיט אים אויף די רייזע איז די טאג-בוך היינט פארבליבן די איינציגסטע ערשטהאנטיגע עדות פין זייערע פאסירונגען

די מערסט באקאנטע פעריגראף פין די בוך איז געשריבן געווארן טאקע אין די טעג ווען זיי זענען אריין געשווימען אין די גרענד קעניען פעסטונג

"מיר האבן נאך א אומבאקאנטע דעסטענאציע צו גיין, א אומבאקאנטע טייך אויסצופארשען. וואס וואסער פאלן עס זענען פארהאן, מיר ווייסן נישט. וואס שטיינער עס טוען זיך ארומנעמען אין די וואסערן, מיר ווייסן נישט. וואס ווענט טוען זיך העכערן איבער די טייך, מיר ווייסן נישט. אה, גוט! מיר האבן נאך אסאך זאכן אפצושאצן. די מענטשן רעדן פרייליכערהייט, וויצן זענען אפט אין די פרי מארגן, אבער צו מיר זענען די פרייען טונקעל, און די וויצן דערשרעקענד"

הונגעריג און אויסגעמיטשעט און אין גאר א שלעכטע צושטאנד זענען זיי אנגעקומען אוגסט דעם אכט און צוואגנציגסטן צו א פרישע אבסטיקל איבערצוקומען, עטליכע וואסער פאלן האבן הערמאטיש פארמאכט די וועג אויף פאראויס און געצווינגען די גרופע זיך אפצוריען אויף די זייט פין די טייך און זיך ריארגענעזירן און פלאנירען זייער קומענדע שריט

די נאכנאדע דרוק און די בעפארשטייענדע שרעק האט געטוען דאס זייניגע און נאך דריי מיטרייזער - א טאטע מיט א זוהן און נאך איינער - האבן זיך צוזאם גענומען און איבערגעגעבן פאר פאוועל אז זיי געבן אויף, פאר זיי האט אויסגעזעהן אז די סכנה פין פארזעצן איז גרעסער ווי די סכנה פין דארפן ארויפקריכן די מייל הויעכע ווענט צו פרייהייט, און נאך א אומסוקסעספולע פריוו זיי אפצורעדן פין נעמען די ריזיקע האט פאוועל מיט א שווער הארץ זיך געזעגענט מיט די דריי, זיי מיטגיבענדיג געוועהר מיט אביסל עסן

פין זיין טאג-בוך:
"עטליכע טרערן זענען פארגאסן געווארן. עס איז גאנץ א פייערליכע געזעגענונג, יעדע פאַרטיי מיינט אז די אנדערע האט גענומען די מער געפערליכע וועג."

פאוועל האט א נאמען געגעבן דאס פלאץ "צוטיילונגס פונקט", און אין יאר 1939 - צו די יארטאג פין די רייזע - איז פארמאל אהין געשטעלט געווארן א טאוועל מיט קורצע ווערטער איבער די פאסירונג אויפן ארט

די טאוול
די טאוול
seprapid.jpg (83.85 KiB) געזען 4900 מאל


איבערלאזענדיג די ליידיגע שיף אויפן ארט האבן די איבריגע עקספעדירער פארגעזעצט אין זייער מיסיע, יעצט מיט בלויז צוויי שיפן, און 6 רייזער, זיי האבן זיך געשלאגן מיט די שרעקוועדיגע רעפידס און פארזיכטיגערהייט אראפ געפאלן די וואסער פאלן. נאכן דורך מאכן די קורצע סכנותדיגע חלק האבן זיי זיך אפגעשטעלט און געשאסן מיט זייער געווער צו סיגנאלאזירן פאר די דריי וואס האבן זיך אפגעבראכן אז זיי האבן עס דורך געמאכט

פאוועל האט פארארדענט די שיפן זיך אפצושטעלן זייענדיג זיכער אז די דריי וועלן טוישן זייער מיינונג און נעמען זייער פארבליבענע שיף און זיך צוריק פאראייניגן מיט די גרופע, אבער זייער ווארטן איז געוועהן אומזינסט, יענע דריי האבן זיך געהאלטן פעסט ביי זייער מיינונג אז זיי טוען די מער זיכערע שריט, און נאכן איינזעהן אז זיי קומען נישט האט די רייזע פארגעזעצט

לויט זייער חשבון האט זיך געדארפט געפינען א שטעטל 75 מייל ווייט - איינמאל זיי קריכן ארויס פונעם טאל - און טאקע די שטעטל איז געוועהן די דעסטענאציע ווי אהין די אפטיילערס האבן זיך ארויסגעלאזט, אבער מער האט מען פין די דריי נישט געהערט, זיי זענען מיסטעריע פארשווינדען געווארן ווי די פעלזן זאלן זיי האבן איינגעשלינגען

אנטשלאסן ווי אייביג האט פאוועל פארגעזעצט יענעם גאנצן טאג און ווען פרי מארגן איז געקומען זענען זיי ווייטער פאראויס געגאנגען מיטן פלאן און צו זייער שאק האבן זיי זיך דערזעהן די אנדערע זייט קעניען, אנקומענדע צו די געגענט וואס איז היינט די שפיץ פין נעוואדע. זייער מיסיע איז געוועהן פולקאם ערפאלגרייך!

דריי חדשים און 1000 מייל פין איבעראשונגען און מער ווי 500 ערענסטע רעפידס שפעטער און זיי האבן ערייכט זייער ציל, ווערענדיג אויפגענומען ווי העלדן איבערן גאנצן לאנד, און פאר א לאנגע צייט איז זייער רייזע געוועהן די געשפרעך פין טאג. און די עקספעדיציע איז אראפ געגאנגען אין די ביכער אלץ די סאמע באקאנטסטע עקספעדיציע אין די לאנדס היסטאריע

א סטעמפ ארויסגעגעבן אין אנדענק פון די עקספעדיציע
א סטעמפ ארויסגעגעבן אין אנדענק פון די עקספעדיציע
-postage_stamp-320x210.jpg (39.38 KiB) געזען 4900 מאל


אין א שפעטערע געלעגענהייט האט פאוועל זיך צוריק געקערט צו די 'צוטיילונגס פונקט' אנצופרעגן די ארטיגע אינדיאנע שבטים איבער די גורל פין די דריי און ווי זיי זענען אהין געקומען, צו זיין אנטריסונג איז אים נישט געבליבן נאר צו הערן אז זיי זענען געהארגעט געווארן אויפן פארדאכט אז זיי זענען די מערדער וואס האבן פריער אין וואך אומגעברענגט איינער פין זייער שבט

א צייט שפעטער האט פאוועל האט איבערגעארבעט זיין טאגביך אלץ א געהעריגע ביך וועלכע דאקיומענטירט זיין געשיכטע

'Thus the Grand Canyon is a land of song. Mountains of music swell in the rivers, hills of music billow in the creeks, and meadows of music murmur in the rills that ripple over the rocks. Altogether it is a symphony of multitudinous melodies. All this is the music of waters."

--John Wesley Powell

"דעריבער, די גרענד קעניען איז די לאנד פין געזאנג, בערג פין מוזיק פארברייטען זיך אין די טייכן, בערגלעך פין מוזיק אונטען אין די לויפענדע וואסערן, און פעלדער פין מוזיק זינגען זיך אונטער אין די קליינע וואסערן וועלכע מאכן כוואליעס אריבער די שטיינער, צוזאמען איז עס ווי א סימפעני פין אסאך געגאנגען, דאס אלעס איז די מוזיק פין וואסער"

* * *

די מוסר השכל פין די געשיכטע איז איום ונורא, דריי חדשים האבן זיי זיך געמיטשעט און געשטופט ווייטער און ווייטער אין פיין און אין ליידן, ווען זיי שטארקן זיך נאך איין טאג וואלטן זיי איבערגעלעבט די אפקומעניש און גאר געקרוינט געווארן אלץ העלדן אין די אויגן פין לאנד. להבדיל, אסאך מאל מאכט מען מיט א שוועריקייט ל"ע פאר א לענגערע צייט, און נישט זעהנדיג די וועג ארויס מיינט מען אז די ישועה איז ווייט אוועק און יואש געפילן נעמען איבער, ווען אין אמתן דארפן מען זיך שטארקן נאך אביסעלע, נאך איין טאג! און ישועת השם כהרף עין
לעצט פארראכטן דורך יש ברירה אום מאנטאג אוגוסט 22, 2016 12:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

@ברירה דו האסט דעליווערט עפעס מעידזשער. נייס דזשאב!!
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

Wow wow wow.

הערליך און מייסטערהאפטיג באשריבן.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

Wow
הערליכע אראפגעשריבן! די בילדער זענען עפעס נישט נארמאל
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

יש ברירה, מייסטערהאפטיג!!! א מעסטער פיעס!!!
נישט מעגליך אין קורצן ארויסצוברענגען די עפרישיעישן פאר דיין מעכטיגע ארבעט.

'פייער אפפער' האט אונז אמאל געשאנקען א בילד ווי ניק וואלאנדא שפאצירט אריבער גרענד קעניאן אויף א דינעם שטריק, אום יוני 2013.

בילד

אדורכשפאצירן דעם גרענד קעניאן אויף א דינעם שטריק
Definition of perfect: as good as it is possible to be
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

אוצרות רבי יש ברירה

בילד

מערק די גרענד קעניען אינעם הונטערגרונד.

זעה דא... א מאסט סי.
Definition of perfect: as good as it is possible to be
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

@פערפעקט, שכח פארן צוברענגען די וואלענדע אשכול! נישט געוויסט דערפין

אייוועלט, כרכא דכולא ביה!

ווי האסטו געדענקט איבער די אנדערע בילד?:o
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

יש ברירה האט געשריבן: @פערפעקט, שכח פארן צוברענגען די וואלענדע אשכול! נישט געוויסט דערפין

אייוועלט, כרכא דכולא ביה!

ווי האסטו געדענקט איבער די אנדערע בילד?:o

יש, דו ביסט פון מיינע פעיוואריטס.... (אויב ס'איז דיר א כבוד:wink:...)
Definition of perfect: as good as it is possible to be
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

פערפעקט האט געשריבן: יש, דו ביסט פון מיינע פעיוואריטס.... (אויב ס'איז דיר א כבוד:wink:...)

--s
דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל »

געליינט און שטארק הנאה געהאט. יישר כח
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

געליינט אינעם ארויסגעפרינטע (שווארץ און ווייס) מי מנוחות, אהערגעקומען נאכאמאל פאר די רייכע קאלירטע בילדער

יש ברירה! דו האסט אראפגעלייגט א מאסיווע ארטיקל, כ׳האב פארהאקט א אטעם צווישן די רוישנדע כוואליעס און די אומאויפהערליכע רעפידס, א ריזיגע ישר כח!!

די מוסר השכל צום סוף איז געוואלדיג
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3949
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

גאר גאר אנטערסאנט, און יעדעס בילד א דיימאנט.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8134
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

וואונדערליכע נפלאות הבריאה געפלאכטן מיט אטעם פארכאפנדע היסטאריע. יישר כח!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

געוואלדיג, זייער אינהאלטסרייכע באשרייבונג.

א גרויסן דאנק.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2819
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע:בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

איצט מסיים געווען דאס ארטיקעל..

א גרויסן ש'כח פארן מיר העלפן הנאה האבן פון מיין זונטאג וואקאציע
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28339
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יעצט אדורכגעליינט מיט איין אטעם, און איך בין געבליבן מיט א פראגעלע צוויי.
1) איין בילד פעלט (פון די גרופע פון 10).
2) האבן שוין פרישע אוואנטוריסטן אונטערגענומען דעם זעלבן רייזע אין די לעצטע 150 יאר? (און - אפשר אויך - איז אפשר אמאל געדעקט געווארן די געשיכטע דורך די היסטאריע קאנאל א.ד.ג.?)

יישר כח יש-ברירה! (פאר מער זעה אין אישי)
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

א גרויסן שכח אלע באדאנקער! מען לייגט אמאל אריין ארבעט און מען ווינדערט זיך ווי ווייט מען דארף גיין קלייבן אינפארמאציע, אבער אז מען זעהט אז מען עפרישיעט עס געבט עס א שטיפ אויף פאראויס

---

@לכוארה

(אנטשולדיגט אויב איך ענטפער אביסל צומישט)

1 - דאס בילד מיט די 9 רייזער (כ'האב הנאה אז די האסט געציילט.. פאוועל אליינס איז נישט אויפן בילד) איז פין די איינציגסטע בילדער וואס עקזעסטירן פונעם עקספעדיציע, ווי געשריבן האט ער נישט מיטגענומען קיין פאטאגראפירער אויף די רייזע זעלבסט, ער האט זיך שטארק געגבערט דערויף, און דעריבער..... - דא קומט מען צו דיין צווייטע פראגע

2 - ....האט ער נאכאמאל דורך געפירט די עקספעדיציע!! מיט צוויי יאר שפעטער, און דאן האט ער יא מיטגענומען א פאטאגראפירער (איך וועל פראבירן ארויפלייגן די בילדער) אבער עס איז שוין ווייט נישט געוועהן די זעלבע רייזע

דאן האט ער געהאט קלארע מאפעס און קלארע צייכענונגען וואס עס גייט אונטערקומען פונקטליך וויפיל עסן ער דארף און קאמיוניקאציע געצייג וואספארא סארט שיף און ווי מען דארף ארויסגיין פין וואסער וכו אלעס וואס ער האט פארצייכענט פין די ערשטע עקספיריענס'

נישט אז עס איז געוועהן א קינדער שפיל, אבער בכלל נישט קיין פארגלייך צו די ערשטע, אנדערע האבן טאקע פראבירט עס נאכצוטוען אבער האבן גאנץ שנעל אויפגעגעבן

היינט צוטאגס זענען דא פארוויילונגס פירמעס וועלכע פירן דורך קורצע רייזעס פין עטליכע טאג צו א וואך אין די קעניען, אבער - אויסער וואס זיי ווייסן פונקטליך ווי מען קען גיין און ווי נישט - האבן זיי ספעציעלע אויפגעבלאזענע שיפלעך און יעדער גייט א לייוו וועסט און אפי' אזוי דרייען זיך כסדר איבער שיפלעך און מען ווערט אביסל פארשוועמט אבער די גיידס זענען געלערנט דערויף

און יא עס זענען פארהאן אסאך דאקיומענטריס א שטייגער ווי BBC און נאך, הגם איך האב נישט געזעהן כמעט קיין איינס דערפין (אויסער א קליין שטיקל פין איינס א צייט צוריק) איך האב נאר גענומען אינפארמאציע פין "ארטיקלן" איבער די נושא

נאך איין נקודה, פארשטייט זיך אז אין די דריי חדשים האט פאסירט מער ווי וואס כ'האב געשריבן אינעם ארטיקל, איך האב פראבירט צו שרייבן די "היילייטס"...
----
געקוקט אין אישי-c:o
לעצט פארראכטן דורך יש ברירה אום מאנטאג אוגוסט 22, 2016 12:33 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28339
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך מיין דו האסט נישט פארשטאנען מיין ערשטע פראגע:
ביים ליינען דא אויף אייוועלט, זעהט מען אויף איינס אדער צוויי פלעצער אז דא באלאנגט א בילד, אבער מחמת איזה סיבה איז די בילד נישט ארויפגעקומען. מסתמא קענסטו דאס נאך פארריכטן.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

אה דאס מיינט איר

יא, געוויסע בילדער זענען געוועהן פארעקשנט... איך וועל עס משלים זיין

שכח
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10810
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

יעצט האסטו נישט קיין 2טע ברירה האסט אונז אנגערייצט מיסטו אונז געבן נאך מיר קוקן ארויס בכליון עיניהם פאר נאך....
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

יש יש...

פיינע נייעס!
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

אויסגערעכנט האט געשריבן: @ברירה דו האסט דעליווערט עפעס מעידזשער. נייס דזשאב!!


RT' איך האב שטארק הנאה געהאט, ייש"כ
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

@ברירה
יעצט דורכגעליינט און עס איז מורא׳דיג!!
ייש״כ
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע:אין בוידעם

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

וואס עפעס? האט געשריבן: @ברירה
יעצט דורכגעליינט און עס איז מורא׳דיג!!
ייש״כ


וואקאציע - גרענד קעניאן
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

יש ברירה האט געשריבן:
שכח

אין דיין ערשטע תגובה אינעם אשכול שרייבט איר איבער די וועסט סייד פונעם קעניען וואס געפינט זיך נעבן לאס וועגאס
למעשה זעה איך אז עס איז אפאר שעה צו פארן פון וועגאס און איז בלויז א האלבע שעה אוועק פון די אנדערע זייט קעניען אויף די זייט פון אריזאנע

ריכטיג ?
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”