נאך די געוואלדיגע סוקסעס פון די לעצטע מי מנוחות מיט105 פול פעיזש זייטן רייכע און תוכן'דיגע סחורה האטיש ברירהארויפגעברענגט א געדאנק אז מען זאל זיך צוזאמנעמען און ארויסקומען מיט א מי מנוחות אויסגאבע יעדע 3 חדשים פרי עט"ם פון אונזערע טאלאנטפולע מעמבערס
יש ברירה האט געשריבן:
פין מיין זייט וואלט איך געקענט באשטיין א סיסטעמאטישע אויסגאבע לאמיר זאגן יעדע דריי חדשים
איך ווייס נישט וועגן @ענדע צדיק, ער האט אריין געלייגט אסאך כוחות אפשר וואלט מען געדארפט ארויסשטעלן א בעסערע סיסטעם עס צו פארקויפן אין געשעפט ער זאל קענען כאטש ארויסנעמען שכר בטלה
מ'דארף אינאכט נעמען וואסערע חלק פון די ארבעט ציצושטעלן די אויסגאבע, האט זיך די מערסטע פארצויגן אין די פארגאנגענהייט, און ווי מקען ניצן הילף, איך קלער אז ס'וועלן זיין געניג און נאך מחבורתינו וואס וועלן זיין גרייט ציצולייגן א פלייצע בחינם
מונאוויטש האט געשריבן:
* שבת חנוכה * פורים/פסח * שבועות * שבת נחמו/ימים נוראים
א קוואטערלי מאגאזין. נישט שלעכט.
די צייטן זען אויס פערפעקט געאייגענט, און כ'וואלט מער געצויגן צו פורים, ווייל פסח איז שוין גאנץ נאנט צו שבועות, אזוי ארום וועט עס זיין אייניג אויסגעשפרייט איבער די יאר
אויסגערעכנט האט געשריבן:
טיך שטיץ שטארק די געדאנק, און גרייט צו שרייבן וויפיל איך וועל מיר ארלויבן
האב מיר שוין צוויי לייבן, אויסגערעכנט און יש ברירה, וואס פארשפרעכן ארטיקלען, און אז מונאוויטש וועט אריינווארפן פון זיין אוצר זעמיר שוין כמעט פול פאר א אויסגאבע
נא_שכל האט געשריבן:
ס'איז א גוטע איידיע.
די שאלה איז אויב וועט עס נישט אוועקנעמען די שרייבער פון דאן, און מ'וועט נאר שרייבן דארט.
איי וואס א חילוק?
#כ'רעד צו מיר אליינס
לענ"ד וועט עס נישט אוועקנעמען די שרייבער פון דא, טאמער עפעס וועט נאר צוקומען לענגערע געשמאקע ארטיקלען (יעדע ארטיקל וואס וועט אריינגיין אין מי מנוחות וועט ווערן ארויפגעשטעלט דא אויך)
אידיש גערעדט האט געשריבן:
מ'דארף אינאכט נעמען וואסערע חלק פון די ארבעט ציצושטעלן די אויסגאבע, האט זיך די מערסטע פארצויגן אין די פארגאנגענהייט, און ווי מקען ניצן הילף, איך קלער אז ס'וועלן זיין געניג און נאך מחבורתינו וואס וועלן זיין גרייט ציצולייגן א פלייצע בחינם
גערעכט, כ'מיין די גראפיקס און אויסשטעלן האט פארנומען א געוואלד צייט און כח. אבער אוודאי וועט מען נוצן א פאראייניגטע כח מיטן איבערקוקן און מגיה זיין די ארטיקלען אזוי אז פאר די גראפיקער זאל נישט ארויפפאלן די גאנצע ארבעט.
איך בין גרייט צו איבערקוקן און מגיה זיין, פאררעכן ספעלינג און גרעמער א. ד. ג. אויב עס וועט אויספעלן.
און א ווענדונג צו אלע מעמבערס דאהי אויפן וועלטעל: אזא אפעראציע וועט זיין די שפיגעלע פון אייוועלט, א פארזעצונג צו 10 יאר ריינע און אויסגעהאלטענע סחורה על טהרת חולין (קרעדיט: קרעמער), א פארזעצונג פון די פארגאנגענע 10 רייכע אינהאלטספולע מי מנוחות אויסגאבעס, מ'קען און מ'וועט דארפן נוצן יעדען'ס געדאנקען און טאלאנט דאס צושטאנד צוברענגען, יעדע מיינונג איז חשוב און וועט גענומען ווערן אין באטראכט.
די פראבלעם פון בעטן געלט טראכטעך אז עס וועט אוועקנעמען די געשמאק, מען וועט צופיל מוזן טראכטן וואס די קאסטומער וועט זאגו צום ארטיקל, מי מנוחות האט א מורא׳דיגע מעלה אז די מענטשן וואס האבן געשריבן האבן אינזין געהאט זייער ענדזשוימענט, און צו מהנה זיין אנדערע מענטשן דזשאסט ווייל אז מען קען מהנה זיין א צווייטן פארוואס נישט, און דאס שפירצעך בשעת׳ן ליינען, ספילצעך די איזינעס און לייכטקייט, אזוי טראכטעך, דזשאסט א נקודה למחשבה,
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט.וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון
צדיק'ל ווען די עול ליגט נישט אויף דיר וועסטו יא געבן דיין הסכמה?
איך האלט אז מ'זאל נישט אויסזאגן פארדעם ווען ס'גייט ארויסקומען, נאר יעדע שטיק צייט [זאל זיין יעדע 3 חדשים] זאל מען צאמנעמען די 10 [למשל] געלונגעסטע ארטיקלען פון אייוועלט און ארויסגעבן, אזוי וועט זיין א שטופ צו שרייבן,
ב"ה לא אלמן ישראל ווי מ'זעט ביי די מי מנוחות ווי ס'איז פלוצלינג ארויסגעוואקסן ארטיקלען וואס יעדע איינע איז געווען א חידוש פאר זיך וועלכע טאלאנטפולע אידן זיצן מיט אונז, אבער ווי זענען זיי א גאנץ יאר?? מישטס אויף די פארשטויבטע בלעטער פון די פריערדיגע יארן.. האב איך געמיינט אז אונז האבן שוין נישט די טאלאנטן, אבער מי מנוחות יוכיח

דאס איז א גוטע געדאנק, אבער כ'וואלט געטראכט אז די אויסגאבע זאל יא זיין אויסגעשטעלט אויף נאר פרישע ארטיקלען
ב"ה לא אלמן ישראל ווי מ'זעט ביי די מי מנוחות ווי ס'איז פלוצלינג ארויסגעוואקסן ארטיקלען וואס יעדע איינע איז געווען א חידוש פאר זיך וועלכע טאלאנטפולע אידן זיצן מיט אונז, אבער ווי זענען זיי א גאנץ יאר?? מישטס אויף די פארשטויבטע בלעטער פון די פריערדיגע יארן.. האב איך געמיינט אז אונז האבן שוין נישט די טאלאנטן, אבער מי מנוחות יוכיח
אט אזוי, אז מען וועט האבן די שטופ פון מי מנוחות וועט עס ארויסברענגען טאלאנט פונעם עולם אויף א מאסיווע פארנעם אי"ה
חביבי האט געשריבן:
קודם זאל מען שיקן טשעקס, וואסיזעכער איזעכער
די פראבלעם פון בעטן געלט טראכטעך אז עס וועט אוועקנעמען די געשמאק, מען וועט צופיל מוזן טראכטן וואס די קאסטומער וועט זאגו צום ארטיקל, מי מנוחות האט א מורא׳דיגע מעלה אז די מענטשן וואס האבן געשריבן האבן אינזין געהאט זייער ענדזשוימענט, און צו מהנה זיין אנדערע מענטשן דזשאסט ווייל אז מען קען מהנה זיין א צווייטן פארוואס נישט, און דאס שפירצעך בשעת׳ן ליינען, ספילצעך די איזינעס און לייכטקייט, אזוי טראכטעך, דזשאסט א נקודה למחשבה,
די $7 אדער ווייניגער וואס די שטערן בעט צאלט בכלל נישט אויס די זאך, זיי מאכען געלט פון די עדווערטייזמענטס, למשל די יעצטיגע מי מנוחות קאסט בערך $6 צו פרינטען און דאס איז מיט סטעיפעלס א געהעריגע זאך קאסט אסאך מער.