בלאט 1פון 145

שכונת ויואל משה - קרית יואל יצ"ו

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:07 pm
דורך מיללער
אין די מינוטן האט כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א ומרא דאתרא קדישא דעיר קרית יואל, ניו יארק, געמאלדן ביים צענטראלע יארצייט סעודה ביודה"ל קדישא פון רביה"ק מסאטמאר זצ"ל, די פרייליכע בשורה איבער די פלענער צו אנטוויקלען א ריזיגע שטח בתוככי גבולות העיר קרית יואל, אלס א נייע שכונה מיט קרוב צו צוויי טויזנט דירות פאר היימישע אידן תלמידי וחסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר, די געגענט וועט עפ"י עצת קדשו טראגן דעם נאמען פונעם מייסד הקריה ובעל ההילולא "שכונת ויואל משה".

ווי עס איז שוין היינט ברייט באקאנט הערשט אין די חסידישע גאס א שטארקע דירות קריזיס אין אלע באוואונטע געגנטן, א קריזיס וואס האט שוין געפירט צו אסטראנאמישע דירות פרייזן און פרעצעדענטלאזע אומשטענדן אונטער וועלכע היימישע אידן וואונען אין גרעיטער ניו יורק.

די שטאט קרית יואל איז מיום הווסדה בשנת תשל"ד געווען א ווענדפונקט פאר סאטמארער משפחות פון אומעטום וועלכע האבן געזוכט צוגענגליכע דירות מיט הרחבת הדעת, אבער מיט די נאטורליכע וואוקס פון די אריבער פערציג יאר פון איר עקזיסטענץ, אינאיינעם מיט די אלגעמיינע דירות קריזיס איבעראל האט עס געפירט אז אויך קרית יואל איז געווארן קליין, און דער פלייץ פון דירות האט זיך פארלאנגזאמט און כמעט גענצליך אפגעשטעלט פירנדיג צו א יקרות השער וואס קיינער וואלט נישט געגלייבט מיט בלויז צעהן יאר צוריק.

די פראבלעם אין קרית יואל באשטייט בעיקר פון דעם וואס אלע ליידיגע שטחים ארום קרית יואל זענען לעת עתה נישט אין די גבולי הקדושה פונעם ווילעדזש נאר געפונען זיך אונטער די יוריסדיקציע פון די דרויסנדיגע טאונס און ווילעדזשעס, וועלכע זענען נישט גרייט צו לאזן אנטוויקלען די שטחים לויט די היימישע געברויכן פון מערערע גרעסערע דירות געבויעט מיט סיידוואלקס, בתי מדרשות, מקוואות און אנדערע רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע צוגעהערן. אין די יעצטיגע צייט איז פארהאן אן אנגייענדע אנעקסעישאן פראצעדור מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה, אבער ליידער ווערט עס דערווייל אפגעהאלטן אין די געריכטן דורך די קעמפערישע שכנים וועלכע קוקן אויף חסידישע אידן מיט א שלעכט אויג ואכמ"ל.

איין איינציגע מאנומענטאלע שטח איז נאך יא פארבליבן אין די גרעניצן פון קרית יואל, דאס איז דער שטח וואס איז היינט באקאנט מיט איר צויבער-נאמען "בויער'ס לאט". דער שטח אנטהאלט איבער זיבעציג אקער לאנד און געפונט זיך ביים עק פון די שטאט, ביים ווינקל פון בעיקרטאון ראוד און קאונטי רוט 105, עס ציעט זיך פון אקעגן איבער די פאליציי סטאנציע אויף נינינזשער ראוד, ביז אקעגן איבער די גרויסע קאמיוטער פארק-נ-רייד שטח נעבן די ביזנעס צענטער, און אריין כמעט ביז צו די בני יואל קהלה שטחים אויף רוט 105.

דער שטח האט ביז היינט כ"ו אב תשע"ו יודה"ל פונעם הייליגען מייסד העיר זי"ע באלאנגט פאר הרבני הנגיד ר' גבריאל בויער הי"ו פון מאונט קיסקא, ער האט די שטח באקומען פון די אריגינעלע הנהלת קרית יואל/ועד הקריה באקאנט אלס מאונפילד האומס אונטער די פירערשאפט פון הרה"ח ר' משה פר"מ (מאנרא) הי"ו, אלס אפצאל פאר א ריזיגע הלוואה וואס ר' גבריאל האט געבארגט ביים אפקויפן די שטאט קרית יואל בחיי מרן ז"ל.

ר' גבריאל האט דורכאויס די אלע יארן נישט געהאט קיין פלאן צו אנטוויקלען דעם באדן, ובפרט ווען ביז פאר עטליכע יאר צוריק האט נישט אויסגעזען אז עס זאל אפי' זיין א געברויך פאר דעם שטח, אבער די לעצטע יארן מיטן מאנגל אין קראפט האבן שמועות פורחות באויר אנגעהויבן צו צירקולירן אז מערערע שפעקולאנטן פרובירן צו לייגן א האנט אויף דעם גיגאנטישען שטח, זעענדיג דערין א גאלדענע געלעגנהייט.

היינט כ"ו אב איז ווי דערמאנט אריינגעקומען די בשורה טובה, אז עס איז ענדגילטיג געלונגען פאר הרבני הנגיד רודצו"ח ר' עקיבא הערש קליין הי"ו פון קרית יואל, צו שרייבן קאנטראקט מיט ר' גבריאל און אנהייבן פלענער צו אנטוויקלען דעם ריזן באדן אלס די נייע "שכונת ויואל משה ד'קרית יואל" מיט קרוב צו צוויי טויזנט דירות און אלע צוגעהערן וואס אזא מאכטפולע שכונה פארלאנגט.

אין א באזונדערע נאטיץ ווערט געמאלדן אז דער נייער בעה"ב ר' עקיבא הערש הי"ו האט זיך פארפליכטעט פאר'ן סאטמארער רבי'ן שליט"א דער מרא דאתרא, אז די דירות וועלן ווערן פארקויפט פאר די פרייזן וואס דער בית דין צדק ארבייט די טעג אויס אלס קביעת שער הדירות, וואס דאס באדייט אויטאמאטיש אז אויב קומען צו צוויי טויזנט דירות פאר אונטער צוויי הונדערט דאלאר פער סק. פיס, וועט דאס מחייב זיין אלע אנדערע מוכרים זיך צו האלטן צו די תקנות וקבעית השער כפי אשר יושת בקרוב.

יום בשורה הוא, די נייעס האט געברענגט א פלייץ פון האפענונג און פרייד פאר חסידישע אידן בכלל וחסידי סאטמאר בפרט און איז באלד געווארן דאס געשפרעך פון די נאכט איבעראל.

מער דעטאלן איבער די גענויע פלענער און טיימליין וועט נאכפאלגן ווי נאר זיי וועלן פארעפנטליכט ווערן.

כי עתה הרחיב ה' לנו ופרינו בארץ

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:17 pm
דורך נא_שכל
ובלשון הזה אמרו לו: "עקיבא נחמתנו"! "עקיבא, נחמתנו"!

יישר כח פאר די פריידיגע בשורה!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:20 pm
דורך צולייגער
וואוו. דאס איז אויסטערליש גוטע נייעס, חסדי ה׳.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:22 pm
דורך פ' לך לך
ער האט צוגעלייגט אז מען גייט דאס אויפבויען שנעל, אין א קורצע זמן

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:23 pm
דורך אט אזוי
שכח מיללער

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:26 pm
דורך אט אזוי
דעיס צוזאמען מיט די תקנות איז א זיכערע סוקסעס בע'ה

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:29 pm
דורך פרוביר אויך
אט אזוי האט געשריבן: שכח מיללער

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:32 pm
דורך לעמעלע
ב"ה פאר די גוטע נייעס.
קען איינער צוברענגען א מאפע וואס ווייסט פינקטליך ווי און ווי גרויס די שטח איז?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:40 pm
דורך דער פאני מענטש
לעמעלע האט געשריבן: ב"ה פאר די גוטע נייעס.
קען איינער צוברענגען א מאפע וואס ווייסט פינקטליך ווי און ווי גרויס די שטח איז?


קוק דא

https://www.google.com/maps/@41.3330005 ... .08z?hl=en

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:44 pm
דורך לעמעלע
דער פאני מענטש האט געשריבן:
לעמעלע האט געשריבן: ב"ה פאר די גוטע נייעס.
קען איינער צוברענגען א מאפע וואס ווייסט פינקטליך ווי און ווי גרויס די שטח איז?


קוק דא

https://www.google.com/maps/@41.3330005 ... .08z?hl=en



די שטח איז ריזיג, ביז ווי האט עקיבא הערש אפגעקויפט?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:49 pm
דורך מטעמים
הודו לשם, דאס איז גאר גוטע נייעס.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:59 pm
דורך היימישער אינגערמאן
אט אזוי האט געשריבן: דעיס צוזאמען מיט די תקנות איז א זיכערע סוקסעס בע'ה

אבער נאר צוזאמען מיט די תקנות. ודו"ק.

יעצט וועט די תקנות נישט זיין צו ארטיפישעלי אראפברענגען די מארקעט, נאר פארקערט, אז מען זאל נישט ארטעפישעלי אינפלעיטאן די מארקעט.

דאס איז אויך א שטארקע אפפרעג פון די וואס האבן געטענהט אז מיט די תקנות וועט נישט זיין קיין פרישע דעוועלאפמענטס.

#גאר פאזיטיוו.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:08 am
דורך פ' לך לך
quickstream1.jpg

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:11 am
דורך פרוביר אויך
פון בעיקערטאון צו רעכטס די גאנצע רױטע

boars lot.PNG

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:18 am
דורך מאיר מייער
ווייסט איינער ווי מקען געבן א דיפאזיט, (פאר די תקנות גייען אראפ פין טיש)

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:21 am
דורך דער פאני מענטש
פרוביר אויך האט געשריבן: פון בעיקערטאון צו רעכטס די גאנצע רױטע

boars lot.PNG


ממש נעבן בני יואל?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:23 am
דורך מה פתאום???
פרוביר אויך האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן: שכח מיללער

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:39 am
דורך דער פאני מענטש
מאיר מייער האט געשריבן: ווייסט איינער ווי מקען געבן א דיפאזיט, (פאר די תקנות גייען אראפ פין טיש)


א דיפאזיט פאר וועם?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:40 am
דורך private
געוואלדיגע פאזעטיווע נייעס ב״ה

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 8:57 am
דורך farshlufen
כפי ששמעתי מכבר, א חוץ דעם שטיק קרקע וואס ער האט באקומען בימים ההם - אנשטאט א באצאלונג פונעם חוב - ביים רבי'ן ז"ל אין שטוב, האט ער אויך אריינגעכאפט א זאק מיט ברכות אויף אלע אידן געוואונטשן מפי רבינו זצ"ל.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 9:02 am
דורך סאדאם חוסעין
ווי שמעל ווערט געשאצט צו קענען האבן בנינים בתפארתו?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 9:32 am
דורך נא_שכל
וויפל סקווער פיס בערך גייען זיין די דירות?

איז דא א טאוטעל וויפל סקווער פיס מ'קען דארט בויען?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 9:35 am
דורך סאדאם חוסעין
איך גלייב נישט אז עס איז שוין דא בלוי פרינטס, אז דו פרעגסט וויפיל סקווע פיס עס גייען זיין די דירות,

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 9:44 am
דורך farshlufen
סאדאם חוסעין האט געשריבן: איך גלייב נישט אז עס איז שוין דא בלוי פרינטס, אז דו פרעגסט וויפיל סקווע פיס עס גייען זיין די דירות,

סאדאם, ס'איז א נארמאלע זאך ביי אזעלכע גרויסע דיעלס צו האבן פלענער נאך איידער מען נעמט ארויס א טאלער פון טאש.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 9:52 am
דורך kyshtiper
איך וויל איין זאך קלאר מאכן אז די גאנצע לאט איז נאך נישט געקלאוזט נאר אין קאנטראקט
סא מען דארף נאך מתפלל זיין אז עס זאל זיך ענדיגן די דיעל!

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: