וויפארשפראכןעפן איך בס"ד דעם אשכול וואו עס וועט ווערן אויסגעלופטערט אלעס ארום סקולענע ניגונים תנועות ועוד, ומכאן הקריאה יוצאת צו אלע ידענים צו מיטטיילן מיטן עולם זייערע ידיעות און צו די בעלנים וואס האבן אין באזיץ ריקארדינגס זאל ביטע מזכה זיין דעם עולם הצמאים.
לויט א שמועס פון מרן אדמו"ר שליט"א ביי איינע פון די נסיעות קיין רומעניא, איז זיין זיידע בכלל נישט געווען קיין מחבר ניגונים, נאר די אלטע סקולענ'ער רבי זצ"ל האט באקומען די כח א מתנה פון הימל, עס טראגט עפעס א מעשה מיט זיך.
אז מ'רעדט שוין פון סקולענע ניגונים וואלט איך געוואלט מיטטיילן א מעשה וואס גייט אין צעזאמענהאנג מיט איינס פון די גאר באקאנטע סקולענע ניגונים, אבער די עפיזאד וואס ליגט דערינטער דעם הערליכן ליד 'בני אם חכם לבך ישמח לבי גם אני' - איז נישט אזוי באקאנט.
געווען איז עס ווען איינע פון דעם רבי'נס קינדער האבן געוואלט גיין לערנען אין א געוויסע ישיבה, אבער דער רבי שליט"א האט נישט געהאט קיין חשק און האט דייקא געוואלט אז ער זאל גיין לערנען אין א צווייטע ישיבה (ישיבת ריזין) - דאן, ווען דעם רבי'נס זון איז אין ענדע געגאנגען לערנען ווי די ווילן פון זיין טאטע'ן, האט דער רבי פארפאסט דעם הערליכען מעדאליע ביים געזעגענען, ווי זאגענדיג 'קינד מיינע, ווען מען הערט צו א טאטענ'ס קול - ישמח לבי גם אני'...
נאך א טיפישע געשיכטע וואס ליגט באהאלאן אונטער איינס פון די טויזענטער ניגונים
וואס כ'דערמאן זיך אויפ'ן פלאץ, איבער די היסטאריע פון די וועלט באקאנטע 'יודע בגוים' וואס איז אויפגעכאפט און ווערט געזינגען שוין פאר צענדליגע יארן איבער די גאנצע וועלט, און פארלירקט נישט איר טעם און געשמאק.
עס איז געווען אין די שווערע יארן, ווען דער רבי זצ"ל איז נאך געווען איינגעשפארט אין ראמעניע אונטערן אייזערנעם פארהאנג.
די קאמוניסטישע רעגירונג האט זיך דאן דערזעהן אונטער א דרוק פון די דרויסנדיגע פרייע וועלט איבער די שוועריגקייטן וואס די יודן אין די קאמוניסטישע לענדער זענען אדורך געגאנגען, און זיי האבן ארגאניזירט א גרויסארטיגע 'מלוה מלכה' מסיבה, וואו זיי האבן איינגעלאדנט אלע רבנים און פערזענדליכקייטן פון צווישן די יודן, און אויך פארשידענע חשובים פון אויסלאנד, און דאס האט געדארפט דינען אלס א פראפעגאנדע מיטל צו ווייזן פאר די וועלט ווי גוט די יודן געפינען זיך דארט.
זייער פלאן האט זיך גאנץ פיין אויסגעארבעט, ווען די רבנים וואס האבן אויפגעטרעטן האבן ווי פארשטענדליך געטון דאס וואס מ'האט ערווארטעט פון זיי, און גערעדט אין שבח פון די רעגירונג, ווי גוט מ'באהאנדלט זיי, וכדו'.
ווען מ'האט געהאלטן שוין טיף אינמיטן די פארזאמלונג, איז דער רבי זצ"ל אנגעקומען, נאכ'ן פראווענען א גרויסארטיגן של"ש אזוי ווי יעדע וואך.. די רשעים האבן נישט געקענט פארשטיי פארוואס די אלע הויכגעשעצטע רבנים געבן אפ אזוי פיל כבוד פאר דעם אומבאקאנטן, איינגעדארטער יודל, וואס קומט זיך דא אן אזוי שפעט.
שפעטער האט מען מכבד געווען דעם רבי'ן צו זאגן אפאר ווערטער. דער רבי, ברוב חכמתו, האט זיך אנגערופן אז א רעדנער איז ער נישט, אבער ער וועט זינגען אנשטאט א ניגון וואס ער האט ספעציעל מחבר געווען לכבוד די מאורע.
און אזוי האט דער לבבן של ישראל זיך אויפגעשטעלט, און אראפגעזינגען פארנט פוןנעם גאנצן עולם, פון הארץ ארויס, דעם 'יודע בגוים לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך...
ווען די רשעים זיצן אויך דארט אין פארשטייען נישט קיין איין ווארט וואס ער זינגט. (אנדערש ווי די רעדעס וואס האבן געדארפט געגעבן ווערן בשפת המדינה)
די פעולה האט עושה רושם געווען, און די געסט פון אויסלאנד האבן שוין איינמאל פארשטאנען וואס ער וויל דא.. און זיך גענומען נאך מיט מער אייפער ווי פריער ארויסצו העלפן און שתדל'ען פאר די יודן בעמק הבכא.
איז די קומענדיגע געלעגנהייט וואס איר זינגט דעם ניגון, פרובירט אייך אריינצו לייגן און שפירן דעם מצב אין וואס דער ניגון איז נתחבר געווארן, אטון איר וועט שפירן אן אנדערן טעם אין דעם ניגון...
די סקולענע רבי זצ"ל האט זיך ביי א געלעגענהייט אויסגעדריקט, אז די תנועה ווי מען שרייט אינמיטן "אנקת אסיר" ברענגט ארויס די טיפע ווייטאג פונעם איינגעשפארטן,
באקומען אין אישי פון איינער פון די חשוב'ע חברים לגבי די מעשה פון 'תבוא לפניך'
קוק אין די געדריקטע תולדות (געדענק נישט דעם נאמען געווען געבארגט) דער גאסט איז געווען א טשיף ראביי (שו"מ געדענק איך נישט) וואס איז געווען בידידות מיט U.N. Secretary-General - Dag Hammarskjöld. און דאס האט געהאט א סך געהאלפען מיט די הצלה Eventually, through the intervention of United Nations Secretary-General Dag Hammarskjöld, the two were freed in the spring of 1960
מיר דאכט זיך אז דער ספר הייסט לבבן של ישראל (אדער עפעס ענדליך)
קרעדיט פאר הרה"צ יענקל פאטאש וואס האט געשריבן די גאנצע ליד און האט געברענגט די לינק אין "אידישע ניגונים" אשכול. א גרויסע יישר כוח נאכאמאל ! איך האב געמיינט אז ס'וועט זיין גוט אהער ברענגען דאס...
א גרויסע יישר כוח! למעשה איז די אלבום "ברוך ה' אשר נתן מנוחה", די אלבום "אוי אוי אוי שבת" איז אן אנדערע אלבום. איך האב עס שוין, וועגן א פאר פראבלעמען ביי מיין דראפבאקס קען איך נישט ארויפלייגן א לינק, אויב איינער קען ארויפלייגען א לינק פארן עולם ס'וועט ברענגען א שיינע תועלת. א יישר כוח פון פאראויס!
א גרויסע יישר כוח! למעשה איז די אלבום "ברוך ה' אשר נתן מנוחה", די אלבום "אוי אוי אוי שבת" איז אן אנדערע אלבום. איך האב עס שוין, וועגן א פאר פראבלעמען ביי מיין דראפבאקס קען איך נישט ארויפלייגן א לינק, אויב איינער קען ארויפלייגען א לינק פארן עולם ס'וועט ברענגען א שיינע תועלת. א יישר כוח פון פאראויס!
עס איז דא א ניגון אויף די ווערטער 'האירה פניך על עבדיך' וואס סקולענע רבי שליט"א האט געמאכט אין תפיסה ער האט פארציילט אז אינמיטן איינע פון די אויספארשונגען, האט דער רשע אים דערלאנגט א פאטש אין פנים, אין יענע רגע איז אים בייגעפאלן די תנועה, אמאל האט ער צוגעלייגט אז מן הסתם איז געליגען עפעס א ניצוץ הק' פארווארפן אין דעם גוי, און ווען ער האט באקומען די פאטש איז עס צוריקגעקומען צו די קדושה דורך א ניגון.
א גרויסע יישר כוח! למעשה איז די אלבום "ברוך ה' אשר נתן מנוחה", די אלבום "אוי אוי אוי שבת" איז אן אנדערע אלבום. איך האב עס שוין, וועגן א פאר פראבלעמען ביי מיין דראפבאקס קען איך נישט ארויפלייגן א לינק, אויב איינער קען ארויפלייגען א לינק פארן עולם ס'וועט ברענגען א שיינע תועלת. א יישר כוח פון פאראויס!
סקולענער רעקורדס/טעיפס/סידי׳ס וואס זעהען ערשינען דורך די יאהרען א) אודך ה׳ אלוקי-חזן דוד ווערדיגער ע״ה-אדרת ב) עץ חיים היא-חזן דוד ווערדיגער ע״ה-אדרת (די צוויי זענען ארויס נאך בחייו פונעם סקולענער רבי זי״ע) ג)ברוך ה׳ אשר נתן מנוחה- שבת בחצר סקולען-הרב מנחם קליין/משה לאופר ד)שירו לה׳ שיר חדש-הרב ברוך אייזענברג ע״ה/נחמן קליין ה)פדה בשלום נפשי-יודא בנימין שטרולי ו)אוי אוי שבת-בן ציון קליין/יעקב יוסף בלעך/שטרולי ז)השיבה לי-אביש בראדט- יוחי בריסקמאן ח)הגומל-יוסף משה כהנה -לחיים ט)נועם-יששכר גוטמאן-נפתלי משה שניצלר
אויך איז דא פארשידענע פנימי רעקורדינגס אין טעיפס פון מסיבות א.ד.ג