פון אלץ און אלעמען

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

איך פארשטיי נישט וויאזוי האט אינדיע נוקלער
מענטשען גייען אויס פאר הינגער איז די רעגורונג יא רייך האבן זיי בכלל א שטארקע מיליטער?
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

אינדיע איז די פון די פינף שטערקסטע לענדער איבער די וועלט. דאכט זיך אז ס'איז די פערדע אויף די ליסטע
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

דער וועלט איז יעצט פארנימען מיט דעם ראולי פאולי ''קים יאנג אן'' וועלן מיר זיך נעמען צו עם און באשרייבן דעם קליינעם פליישיגער רינדעכיגע באלי וואס ענדיגט זיך נישט ראולן פון גרויס רינדעכיגקייט...

קודם צום אלעם ערשט. ער איז א קליין געוויקסענער שמענדראק. זיינע באקן זענען שוין בכלל נישט אין זיין טערעטאריע צוליב דעם וואס ס'איז אזוי גראב...עטליכע שעה פאר ער קומט אן צו אן פאראדע אדער צערעמאניע (וואס איז דארט אין צפון קאריע א דעלי רוטין) זעט מען שוין זיינע קנעפלעך פון זיין רעקל, די נאיווער קאריע בירגער כאפן נישט וואס ס'איז דעי קנעפל אנמיטן העלן טאג און די פירער'ס ניצן עס אויס זיי צו פארשטיין געבן אז דאס איז די פירער וואס קומט אן איבעראל און קען זיין און איין פלאץ און אויך ביי א צווייטער פלאץ, אבער די בירגער כאפן נישט אז דאס וואס מ'זעט זיין בויך שוין פיל פריער איז בלויז ווייל ס'איז ריזיג און ביז ס'זעט זיך אן זיין קאפ נעמט לאנגע שעות...

וואו איך פארטיי האט ער א גאנצער אויסוואל פון היטלעך, ווייל קיינמאל זעט מען עם נישט מיט די זעלבע, וואו אויך זעט מען אויף פילע בילדער וואו ער שמייכעלט אוועק כאילו זיין לאנד פארט אויף גוטע רעלסן...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יוא מאכסטו מיך לאכן, שוין לאנג נישט אזוי געלאכט...
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

אמביציע! ריזיג!
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

אמביציע, איך וויל וויסן צו טראמפ האט דיר איבערגענומען?
זייט דו האסט אויפגעהערט צו שרייבן דא, האט טראמפ זיי ארויף געברענגט אויף די נייעס.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5691
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אמביציע דו שרייבסט דאך אזוי גיט פליעז שרייב ווייטער
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

חחח די אויסדריקן
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע:אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

אדורגעשאסן (געליינט, געוויינט און אויסגעשאסן בהעלם אחת) די גאנצע אשכול היינט
אמביציע! עס איז אפגעשריבן מיט א קלארקייט און א זעלטענע אינטערסאנטקייט (זעהסט דאך אז איך האב נישט געקענט ענדיגן ליינען...)
ביסט נאך שולדיג צו ענדיגן
צפון קארעע
קאמיניזם
סאוויעטישע פארבאנד
סטאלין און נאך

ביטע וועק דיר אויף און שרייב ווייטער! אבער שנעל! נו געגאנגען!
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

די וועלט איז פארנימען מיט דעם קליינעם באלי פון צפון קאריע, איז לאמיר צוריק קומען און זען וואס איז דאס צפון קאריע וואס די וועלט ציטערט אזוי אריין, ס'הערט זיך זייער מיסטריעז די גאנצע צפון קאריע סאמיטוכע, קיינער ווייסט נישט קיינער האט נישט קיין השגה וואס דארט גייט פאר, עטליכע אימהיימליכע פאקטן וואס קומען יא ארויס פון דארט זענען אדורך געשניטן מיט איבערגעטריבענע שדים געפילן.

אלזא וואס גייט דא פאר? פארוואס קען די וועלט נישט פון עם פטור ווערן מיט א קויל אין זיין קעפל אריין? פארוואס קען די אמעריקאנער מעכטיגע ארמיי נישט ארונטער לאזן עטליכע קניידלך און די זאך איז פארטיג? פארוואס האט בוש געקענט אריין מארשירן אין איראק און דא שטייט מען אוועק פון יעדער קלער פון מלחמה?


צום אלעם ערשט, פארוואס קען מען נישט באמבעדירן און ווייטער געגאנגען? די ענטפער דערצי איז די שטאט ''סיאול'' די הויפט שטאט פון ''דרום קאריע'', סיאול געפינט זיך נישט מער ווי דרייסיג מייל פון די גרעניץ מיט צפון קאריע, און די חברה האבן דארט אנגעגרייט ריזיגע זאפאסן מיט וואפן גרייט געשאסן צו ווערן אויף סעאל די מינוט וואס די אלעאריטע שיסן אויף זיי, מיט אזא נאנטע שטרעקע וואו דרייסיג מייל איז נישט קיין פראגע אז א צפון קאריע אטאקע אויף סעאל וועט קאסטן מיליאנען מיליאנער לעבענס, סעאל האט אין זיך צען מיליאן איינוואוינער און די געגענט ארום האט קרוב צו זעקס און צוואנציג מיליאן מענטשן, איז נישט קיין פראגע אז ס'גייט קאסטן גאר שווער פאר דרום, און כאטש ס'איז נישט קיין פראגע אז דרום און אמעריקע גייען זיגן אין קריג איז אבער זייער קלאר אז דאס גייט קומען מיט א גאר הויכע פרייז, א פרייז וואס די וועלט האט נאך נישט געזען אין א מלחמה זינט די צווייטע וועלט מלחמה.

צפון קאריע האט אויסגעשטעלט טיזענטער מיסל'ס געצילט קיין דרום קאריע אין פאל אמעריקע אדער דרום שיסן אויף צפון, ס'איז קלאר אז מ'גייט דאס נישט קענען פארמיידן פון געשען, ס'איז צו א גרויסע ארסאנעל אז ווען מ'באמבעדירט איינס זאלן אלע שוין זיין פארטיג, וואו אויך האבן די שפיאנאזש אגענטורן אינפארמאציע אז צפון האט באהאלטן אין היילן און אין טיפע לעכער אויף די הויכע קאריע בערג מאכטפולע געווער געצילט קיין דרום וואס מ'האט נישט דעם מינדעסטע השגה וואו דאס איז, און טאקע צוליב דעם הערט מען אזאנע שארפע אויסדריקן פון דעם אמעריקאנער מלחמה מיניסטער אזאנע שארפע רייד אז ''פראוועקאציע'ס פון צפון ווען פירן צו די פארניכטונג פון די צפון פאלק'' און דאס איז צוליב דעם וואס ס'גייט זיך אויספעלן צו שיסן אויף מאסן צילן צו קענען דערגרייכן אימשעדליך צו מאכן זייער אלע געווען, מ'וועט דארפן באמבעדירן א יעדער פלאץ וואס איז נאר דא די קלענסטע שאנס אז דארט איז דא געווער, דאס מיינט שיסן אן קיין ציל נאר מיט א סטראטעגיע אז אלע וואפן דארפן ווערן אימשעדליך

ווייטער וועט נאכפלאגן א''ה
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

א מאפע פון די גרעניץ, מערקט די שטאט סעאל איז ממש ביים גרעניץ מיט צפון קאריע
א מאפע פון די גרעניץ, מערקט די שטאט סעאל איז ממש ביים גרעניץ מיט צפון קאריע
korea-21.jpg (107.27 KiB) געזען 2905 מאל
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ייש"כ פאר דיין באריכט

ביטע שטעל נישט אפ
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

צפון האט אויסגעשטעלט פילע וואפן געצילט קיין דרום,<br />אילוסטראציע
צפון האט אויסגעשטעלט פילע וואפן געצילט קיין דרום,
אילוסטראציע
rtx39shh.jpg (61.68 KiB) געזען 2903 מאל
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

יעצט לאמיר זען פארוואס קען א קויל אין קאפ פון דעם גאר רינדעכיגער באלי קום יאנג אן נישט פארטיגן די זאך, קודם כל, דאס וועט נאך מער אויפרייצן אויף א שרעקליכער פארנעם די צפון קאריע פאלק, ביי זיי איז נישט דא קיין אויסריידן צו רירן זייער פירער, ער איז ביי זיי וואו א גאט, ער איז דער וואס היט זיי און ער איז דער וואס געט זיי צו עסן, די גאנצע אידעלאגיע דארט איז אז אלעס איז די פירער, ס'איז נישט דא קיין גרויסע משפחה געפיל אלעס צוליב דעם וואס די גאנצע געפיל דארף גיין צום פירער, די גאנצע ליבשאפט און טראסט דארף ליגן ביים פירער, ''קיינער קען דיר נישט העלפן נאר דער פירער, קיינער האט דיר נישט אזוי ליב וואו די פירער, קיינער מיינט נישט דיין טובה אזוי שטארק וואו די פירער, און קיינער קען דיר נישט פארטעקטן נאר דער פירער.

שוין פון אלץ פיצל קינדער פרעדיגט מען דארט אריין אין זייער קעפ אז די פירער איז דער וואס האט די ערשטע און לעצטע ווארט, ער איז דער איבערמענטשליכער גייסט פון לאנד און ער קען טאן וואס ער וויל,איראניש איז אז אין דעם קאמעניסטישער לאנד וואו רעליגיע איז פארבאטן און די פירערשאפט אליינ'ס פארוואנדלט געווארן אין א רעליגיע, ער איז ממש וואו א גאט ביי זיי און פולן זין פון ווארט,

וואו שוין דערמאנט דא דאכט זיך, אז דארט אין צפון ווייסט מען אז ווען דער פירער ''קים יאנג איל'' איז געבוירן געווארן אינמיטן ווינטער, איז פליצלינג געווארן פרילינג אין אלע ביימער האבן זיך גענימען צו בליען, וואו אויך האט זיך אויפן הימל העכער די בארג וואו ער איז געבוירן געווארן באוויזן א דאפעלטע רעגן בויגן (כאטש וואס ער איז נישט געבוירן געווארן אויף קיין שום בארג אין צפון קאריע, ער איז געבוירן אין רוסלאנד ווען זיין בורטאלער פאטער איז געווען אין גלות ביים רוס אין הויף, אבער וואס איז? דאס איז נאך פון די גאר קליינע ליגענטס)
איך ווייס נישט אויב ס'איז געווען א דאפעלטע רעגן בויגן, אבער דאפעלטע טשין האט ער זעכער געהאט דעי קים יאנג איל, א קליינער רינדעכיג'ס געווען, אז ס'לאזט זיך נישט גלייבן, בקוצר ער איז דארט ממש א גאט, די ביידע פירער וואס זענען שוין געשטארבן זענען נאך מיט זיי, און לאנד ווייסט מען אז די גרויסע פירער און די שטארקע פירער זענען נאך מיט זיי און וועלן אייביג בלייבן מיט זיי...

אלזא אז מ'נעמט און באטראכט אז ס'איז ממש וואו א רעליגיע איז דאס דאך ממש וואו די אראבער וואס דו גייטס זיי נישט אפשטעלן אפילו די הארגעסט זייער פירער, ס'וועט זיי נאך מער אנרייצן און מער אויפברויזן קעגן די מערב וועלט, די זעלבע דא (און נאך מער) די צפון קאריע בירגער האבן נישט קיין השגה פון עפעס אנדערש, ס'איז נישט דא אין זייער לעקסיקאן אזא זאך וואו עפעס אנדערש פון קים יאנג אן, סאו זיין טויט וועט נאר אויפפלאקערן א כאאטישער צישטאנד פון וואנזיניגער בירגער וואס גייען שעכטן און זיך לאזן טויטן צו פארהיילגן דעם נאמען פון זייער פירער וואס איז געהארגעט געווארן

איין וועג וויאזוי מ'קען טוישן זייער מהלך אין טראכטן איז נאר דורך פראפעגאנדע וואס דאס איז זייער שווער צו טאן
ווייטער וועט נאכפאלגן
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

.
לעצט פארראכטן דורך אמביציע אום מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 3:33 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

מיט אט דעם קליינעם שמענדראק קען מען זיך נישט קיין עצה געבן <br />קים יאנג אן זיצט אין לאכט, וואו איך פארשטיי האט ער געמאכט א וויץ און זיינע גענעראלן דארפן זיך שטיפן צו לאכן מיט עם <br />אגב מערקט דעם יעקישער היטל וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט, זעט דאך אויס געפערליך אויף עם
מיט אט דעם קליינעם שמענדראק קען מען זיך נישט קיין עצה געבן
קים יאנג אן זיצט אין לאכט, וואו איך פארשטיי האט ער געמאכט א וויץ און זיינע גענעראלן דארפן זיך שטיפן צו לאכן מיט עם
אגב מערקט דעם יעקישער היטל וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט, זעט דאך אויס געפערליך אויף עם
rex_north_korea_rocket_engine_test_19_mar_20_8534210d_2b55d7a933b891ad20526d4a83f92aa0.nbcnews-ux-2880-1000.jpg (138.46 KiB) געזען 2870 מאל
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע:אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

Wow וועלקאם בעק!!! Keep on

זייער אינטרעסאנט
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

יישר כח.

כאפ אריין צו פארציילן איבער זיי. נאך אביסל קענען זיי זיין א פארגאנגענהייט (קען גאר זיין אין די מינוט וואס איך גיי יעצט דרוקן דעם שיק קנעפל, וועט יר"ה דרוקן זיין "שיק" קנעפל).
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

יעצט צום דריטן פראגע פארוואס האט מען אין איראק יא געקענט אריין גיין צוויי מאל און דא ווען ס'קומט צו צפון קאריע קענען זיי זיך נישט קיין עצה געבן און שטיפן די וואגן אויף א דערעקציע וואס ס'זאל נישט דארפן זיין קיין מלחמה אויף קיין שום פאל נישט.

די ענטפער דערפאר איז גאנץ פשוט, איראק געפינט זיך אין א מער שיטערער רייאן, ס'איז דארט נישט קאנצעטרירט אזוי פיל מענטשן אויף איין פלאץ, וואו אויך האט דער דיקטאטאר פון איראק נישט געהאט קיין אטאמישער וואפן (דאס וואס בוש האט געמיינט אז ער האט איז געווען מאסן שטאבליכער פארניכטונג'ס וואפן אבער נישט אטאם) סאו האט נישט געדארפט זיין אזא שרעק אז די נוקלעארער איינריכטונגען גייען אויפרייסן מיט א טויטליכער אויפרייס און שעדיגן די גאנצע ארום און דערביי אויסמעקן מיליאנען ציווילע בירגער.

אבער ביי דעם פאל פון צפון קאריע זענען דאך דא צעשפרייט פילע נוקלער איינריכטונגען פון וואו דעי חברה בארייכערן אוראניעם פארן באניץ פון אן אטאמישע וואפן, און מ'ווייסט אז זיי האבן אקטיווע באמבע'ס וואס אויב מ'רייסט עס אויף גייט די ארום ליידן פון א שרעקליכער קאטעסטראפע, אזאנס וואס די וועלט האט נאך נישט געזען זינט די טשערנאביל אויפרייס אין אקריינע

וואו אויך האבן די אמעריקאנער געהאט גאר פינקטליכער שפיאנאזש אינערהאלב איראק און האבן געוויסט וואו ס'זענען זייער פליגער באזע'ס און אלע אנדערע וואפן זאפאסן (איך רעד נישט פון די מאסן פארניכטונג וואפן וואס איז קיינמאל נישט געווען) אזוי האט מען געוויסט וואו מ'דארף שיסן און וואו נישט צו קענען האלטן די ציווילע טויט צאל אויף די קלענסטע שטאפל וואס איז שייך

און קעגן זאץ, דא ביי צפון קאריע האט מען גאר ווייניג אן השגה וואס ס'גייט פאר און וואו זיי האלטן זייערע וואפן, וואס מ'ווייסט יא איז אז זיי זענען פארשטעקט איבער די לענג און ברייט פון לאנדאון ס'איז נישט דא קיין גענויער ציל וואו מ'קען צילן זיי צו פארניכטן און אויף אזא סטראטעגיע פון שיסן וואו מ'האט נאר די מינדעסטע חשד אז דארט איז דא וואפן וועט אפקאסטן מיליאנען לעבן'ס, וואו אויך האט מען ביי איראק כאטש געוויסט ווער סאדאם איז, מ'האט ארויס געהאט זיינע נאטורן און זיינע אינסטינג'ס אבער דא ביי ''קים יונג אן'' ווייסט מען גאנץ קנאפע פון עם, ער איז פארשלייערט אין מיסטעריע'ס סאו ווייסט מען נישט וואס ער איז און וויאזוי ער גייט ראגירן

בקיצור צפון קאריע איז נישט אויסצושפייען און נישט אראפ צו שלינגען, ס'איז א שרעקליכער פראבלעם וואס האלט האסטידזש די גאנצע וועלט.

ווייטער וועט נאכקומען א''ה
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

דער בורטאלער איראקער פירער סאדאם כוסען,<br /><br />ער איז טאקע געווען א מאסן מערדער אויף א שרעקליכער פארנעם, אבער מ'האט עם ארויס געהאט און געוויסט וויאזוי ער וועט ראגירן
דער בורטאלער איראקער פירער סאדאם כוסען,

ער איז טאקע געווען א מאסן מערדער אויף א שרעקליכער פארנעם, אבער מ'האט עם ארויס געהאט און געוויסט וויאזוי ער וועט ראגירן
saddam.jpg (20.86 KiB) געזען 2751 מאל
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ש'כוח אמביציע
איך האב געמיינט אז ביז אפאר חדשים, איז אראפ מיט דעם רינדעכיגן משוגענער

אבער לויט דיר זעה איך, אז נאר א האריקעין ווי אין טעקסעס, וועט אים קענען פארשוועמען (ער וועט זיך דערטרינקען אפי' אין די נידריגע וואסערן).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

א דאנק
איר שרייבט פיל מיט אמביציע!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

בערל קראקאווער האט געשריבן: א דאנק
איר שרייבט פיל מיט אמביציע!
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע:אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

בערל קראקאווער האט געשריבן: א דאנק
איר שרייבט פיל מיט אמביציע!
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

לאמיר כאפן א שפאציר צו דעם מערסט אנגעצויגענסטע פלאץ אויפן ערד קיגל, דאס איז די גרעניץ צוויישן צפון און דרום קאריע.

מ'פארט ארויס פון סעאל די הויפט שטאט פון דרום, די שאסייען זענען אנגעלייגט מיט טרעפיק, סעאל איז א שטאט פון די שטערקסטע עקאנאמיע'ס אין דער וועלט, זי קוקט ענדערש אויס ווי מאנהעטן ווי איידער א שטאט אין ווייטן מזרח,

מ'פארט פאר בערך א האלבע שעה קומט מען אן צו דעם שרעקעדיגער פלאץ וואס מיט איין נישט גוטע בייג קען דא אויסשיסן א וועלטץ קריזיס. מ'טאפט אויס די פארזאמעלטע צו זען אויב זיי האבן נישט עפעס שלעכטע געדאנקען, דערנאך קומט מען ארויס צו דעם ארט וואס זעט זיך ממש נאר אין חלום. איר שטייט איינער קעגן די אנדערע, פון די אנדערע זייט שטייען פארשטייפטע צפון קאריע זעלנער און מאכן זיך וויכטיג, און פון אינזער זייט שטייען די אויפגעריסטעטע דרום קאריע זעלנער באוואפענט ביז צו די ציין און שטייען מיט די פנים קעגן זייערע ארכי שונא דרום קאריאנער זעלנער, זיי קוקן זיך אין פנים מיט שפיזיגע בליקן און וואגן זאל איינער צו מאכן די נישט ריכטיגע פאקס אדער בייג.

דא ביי דעם ארט שטייען פינף געביידע'ס דריי דערפין זענען בלאוי און צוויי דערפין זענען גרעי, די בלאויע געביידע'ס איז דרום קאריע'ס און די גרויע איז צפון קאריע'ס, און פאקט ווען איינער גייט אריין און די דרום קאריע געביידע'ס און ער גייט צו די צווייטער האלב פון די געביידע איז ער פאקטיש אין צפון קאריע טערעטאריע, ס'כאפט א טשיל ווען מ'קוקט ארויס פון די פענסטער דארט און מ'זעט די צפון סאלדאטן שטייען און קוקן אויף דיר מיט פארהאסטע בליקן, פילע מאל וועלן זיי ארויס נעמען זייערע אלט מאדישע קאמארע'ס און זיך נעמען האקן בילדער אבי אין די וועלט אריין, זיי מיינען אז ביי אינז מערב וועלט מענטשן איז כאפן בילדער א טשעפע אדער א זאך וואס מאכט אויסזען וויכטיג, דא אין דעם בילדינג זעצן זיך די צוויי זייטן צוזאם אויב זיי ווילן עפעס דורך שמיסן, געווענליך איז עס די un וואס ניצט דעי געביידע'ס.

אויף די רעכטע זייט עטוואס ארויפציר אויף א קליין בערגל שטייט א געביידע וואס איז אפעציעל נייטראל און באלאנג פאר די un דארט אין דעם געביידע זענען פארהאן שטארקע קאמארעס וואס האלטן אן אויב אויף די פלאץ פיר און צוואנציג שעה אין טאג, דארט שטייען שטענדיג un זעלנער און קוקן איבערן גאנצן ארום.

קעגן איבער די גרעניץ אויפן צפון קאריע זייט שטייט א געביידע מיט פילע טרעפן ווען יעדע פאר מינוט זעט מען ווי ס'קומט ארויס אן אויסגעמאגערטע צפון סאלדאט און קוקט מיט זיין שפאקטיוו אריבער די גרעניץ קיין צפון, פילע מאל קענען אויף יענעם געביידע שטיין צענליגע זעלנער און קוקן אין די וועלט אריין מיט זייערע קוקער'ס, און וואו איך פארשטיי קוקן זיי די פארקערטע זייט ווי מ'זעט אלעס זייער ווייט...

ווייטער וועט נאכפאלגן א''ה
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”