פארצייטישע משפחה נעמען אויף לשון הקודש

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

געדענקט איך אויך א משפחה נאמען "תהלים".
פארנדיג אמאל מיט ר' יונה לאנדא האט ער אונז גענומען אויפן ציון פון א געוויסע רבי שמחה תהלים אין ראטשעסטער.
משמר
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 7:03 am

הפטקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמר »

אין פולין איז גיוועהן א פארצווייגטע משפחה מיטן נאמען הַפְטְקֶ"ה, אויך היינט אין א"י.
ס'איז ר"ת פון דריי ברודער וואס מ'האט זיי דערהרג'עט אויף קידוש השם
ה'רש, פ'נחס, ט'וביה קידוש השם.
אויכעט באָמאַץ, זענען גיוועהן אייניקלך פון א חשובע רב אינ'ם שטעטל קרזעפיץ אייניקל פון מגן אברהם זי"ע, ב'ן מ'ורי צ'דק=במ"ץ.
משמר
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 7:03 am

משנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמר »

א חוץ פון משניות, ס'איז גיוועהן אויכעט נאמען "משנה" - לשון יחיד.
און אויכעט שמחה (ר' מרדכי שמחה ז"ל)
אורח לרגע
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 20, 2008 7:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח לרגע »

לפידות.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

לעצטענס באגעגנט אין JRI:
מקובל (אין הארידענקא, פון סאטנוב)
מקבל (אין שטעריץ)
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

פלאחותיך האט געשריבן: ר' צבי ארי באש דומ"ץ סיגוט בעמח"ס אמרי בינה נכד מגלה עמוקות
האט זיך געביטן פון שפירא צו באש,

ר"ת ב'ן א'ליעזר ש'פירא

כך מובא בהקדמת נכדו אב"ד מאד במהדורה שהוא נדפס מחדש ספר אמרי בינה (תשנ"א)
שנחלף שמו שפירא לשם באש כי עקב סכסוך עם הממשלה נאלץ לברוח מפולין לסיגוט וכשערך מכתבים למשפחתו הביתה חתם א"ע בשם צבי ארי' בא"ש שהוא נוט' בן אליעזר שפירא ומאז נשאר שם הזה במשפחתו

כ'בין נייגעריג צו דאס איז דער שורש ביי אלע היינטיגע משפחות באש, אדער ס'איז אויך געווען חוץ מזה אנדערע משפחות מיטן לעצטע נאמען באש

ווי שוין געשריבן און א אנדערע אשכול איז די גאנצע זאך א טעות.

אין דער איד (תז"מ תשע"ז) אין די סעריע "מצבות דערציילן" פון דוב בעריש וועבער האט ער א אויפדעקונג לויט די מאטריקאלן פון סיגוט, אז רבי צבי אריה דער אמרי בינה ז"ל האט גאר געהייסן "שטיין", און מ'האט בטעות ארויפגעלייגט אויף אים די נאמען "שפירא" און "באש".

ער זאגט אז די טעות "באש" קומט פון א צווייטע מצבה אין סיגוט, ר' מרדכי שמואל בן ר' צבי אריה, וואס דאס איז א אנדערע ר' צבי ארי', און יענער האט געהייסן "באש" און האט געוואוינט אין סטרימעטרע.

און דער ר' מרדכי שמואל באש איז געווען א שוואגער מיטן ערך ש"י (כנ"ל בדברי אלד ווילאמסבורג), ווייל ער האט חתונה געהאט מיט זיין שוועסטער מרת חנה בת מ' פסח צבי טאבאק.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

נא_שכל האט געשריבן:
פלאחותיך האט געשריבן: ר' צבי ארי באש דומ"ץ סיגוט בעמח"ס אמרי בינה נכד מגלה עמוקות
האט זיך געביטן פון שפירא צו באש,

ר"ת ב'ן א'ליעזר ש'פירא

כך מובא בהקדמת נכדו אב"ד מאד במהדורה שהוא נדפס מחדש ספר אמרי בינה (תשנ"א)
שנחלף שמו שפירא לשם באש כי עקב סכסוך עם הממשלה נאלץ לברוח מפולין לסיגוט וכשערך מכתבים למשפחתו הביתה חתם א"ע בשם צבי ארי' בא"ש שהוא נוט' בן אליעזר שפירא ומאז נשאר שם הזה במשפחתו

כ'בין נייגעריג צו דאס איז דער שורש ביי אלע היינטיגע משפחות באש, אדער ס'איז אויך געווען חוץ מזה אנדערע משפחות מיטן לעצטע נאמען באש

ווי שוין געשריבן און א אנדערע אשכול איז די גאנצע זאך א טעות.

אין דער איד (תז"מ תשע"ז) אין די סעריע "מצבות דערציילן" פון דוב בעריש וועבער האט ער א אויפדעקונג לויט די מאטריקאלן פון סיגוט, אז רבי צבי אריה דער אמרי בינה ז"ל האט גאר געהייסן "שטיין", און מ'האט בטעות ארויפגעלייגט אויף אים די נאמען "שפירא" און "באש".

ער זאגט אז די טעות "באש" קומט פון א צווייטע מצבה אין סיגוט, ר' מרדכי שמואל בן ר' צבי אריה, וואס דאס איז א אנדערע ר' צבי ארי', און יענער האט געהייסן "באש" און האט געוואוינט אין סטרימעטרע.

און דער ר' מרדכי שמואל באש איז געווען א שוואגער מיטן ערך ש"י (כנ"ל בדברי אלד ווילאמסבורג), ווייל ער האט חתונה געהאט מיט זיין שוועסטער מרת חנה בת מ' פסח צבי טאבאק.

כ'האב געזעהן הרב ר' בעריש וועבער'ס חידושים, ס'טאקע זייער אינטערעסאנט און איך האב זיך געפרייט צו זעהן דארט דעם חידוש, ועוד כמה פרטים נוספים שלו ידעתי,

איך האב נאר געטראכט פון נאך א שטארקע מעגליכע סיבה פון ווי דער טעות איז געקומען,
ס'איז מעגליך אז אן די גאנצע מעשה פון אנטלויפן, איז אבער נאר די איין פרט פון די אויבנדערמאנטע מעשה אז ער האט זיך געחתמ'עט אלס צבי ארי בא" שקען האבן געווען אמת, נאר זיין כוונה איז נישט געווען בן-אליעזר-שפיראנאר בן-אליעזר-שטיין

און ס'קען אפשר זיין אז ער איז אויך געווען א מגלה עמוקות אייניקל פון אן אנדערן וועג, און וויבאלד ער האט זיך אזוי געחתמ'עט, און מ'האט געוויסט אין די משפחה אז ער איז געווען א מגלה עמוקות אייניקל האט זיך צאמגעשטעלט די טעאריע

אבער אלס אן אייניקל בלייבט מיר יעצט איבער צו וויסן אויב דער קשר צום מגלה עמוקות איז טאקע נאר געווען א לויטערע השערה, אדער צו איז ער יא געווען אן אייניקל נאר אויף אן אנדערן אויפן
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

טריסקער האט געשריבן: געדענקט איך אויך א משפחה נאמען "תהלים".
פארנדיג אמאל מיט ר' יונה לאנדא האט ער אונז גענומען אויפן ציון פון א געוויסע רבי שמחה תהלים אין ראטשעסטער.

היינט צו טאגס איז באקאנט אין מאנסי רבי יצחק תהלים שליט"א מסתמא א משפחה ווייס איך נישט איך טראכט אפשר
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35596
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פארצייטישע משפחה נעמען אויף לשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

געוויס, ס'איז איין משפחה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

mar0was האט געשריבן: אינטערעסאנט קיינער האט נישט דערמאנט " הורוביץ", וואס שטאמט פון די ווארט " הרובץ", [איש-הורוביץ = איש-הרובץ].
(יששכר חמור גרם "רובץ" בין המשפתיים).

איינער האט שוין דערמאנט " בריזל", וואס איז ר"ת פון " בן רבי יוסף זכרונו לברכה" כמבואר באשכול רבי אלעזר בריזל זצ"ל - י"ז סיון תשס"ז .

איך האב א מאהל געהרט איך ווייס נישט צו סאיז ריכטיג אז הורוויץ איז מלשון הארוונען ווייס איך נישט
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7459
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן: און וואס טוט זיך מיט בר-חורין?

מסתם א קאזין מיט בר אילן...

בר אילן איז עברית.
ער האט געהייסן ר' מאיר ברלין און געטוישט אויף בר אילן.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: פארצייטישע משפחה נעמען אויף לשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

איך האב היינט באגעגענט א משפחה פון לויים פון בראד, טארניפאל און זבאריז: טורי-זהבובלע"ז Tersuhof, Thorisuow, און ווער ווייס וואס נאך
Screenshot_20230206-091007_Chrome.jpg
Screenshot_20230206-091007_Chrome.jpg (119.37 KiB) געזען 468 מאל
(א דוגמא פון פנקס בי"ד דק"ק בראד)
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: פארצייטישע משפחה נעמען אויף לשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אז איך האב שוין צוריק אויף געפרישט דעם אשכול, דערמאן איך מיך אז איך האב לעצטענס געזעהן אין אסטראוו (פלך לאמזא) א משפחה אדון-עולםאון אין בראד א משפחה אָהַבְתִּי
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: פארצייטישע משפחה נעמען אויף לשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

הסרפד האט געשריבן:
איך האב היינט באגעגענט א משפחה פון לויים פון בראד, טארניפאל און זבאריז: טורי-זהבובלע"ז Tersuhof, Thorisuow, און ווער ווייס וואס נאך
Screenshot_20230206-091007_Chrome.jpg
(א דוגמא פון פנקס בי"ד דק"ק בראד)
טורי זהב איז א בחינה פון תבואות שור?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: פארצייטישע משפחה נעמען אויף לשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

loyodea האט געשריבן:

עפעס אזוי. אין בראד טרעפט מען אפט אזעליכע נעמן. חכם-צבי, אור-חדש, לבוש, רוקח, הלוי נצח (נכדי מח"ס נצח ישראל)...

אין דעם פאל, הייסט דער ראש המשפחה ר' יואל הלוי טורי-זהב (המכונה ר' יואל ר' איצקש, מער ווייס איך נישט).
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: פארצייטישע משפחה נעמען אויף לשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

איך זע אויך א נאמען דארט 'משולח'
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: פארצייטישע משפחה נעמען אויף לשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

און אויך 'מוכר יין' און אויך 'מוכר י"ש', מסתמא נישט קיין נאמען, רוקח קען זיין אפטייקער בעצם
בית לוי
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: פארצייטישע משפחה נעמען אויף לשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

loyodea האט געשריבן:
איך זע אויך א נאמען דארט 'משולח'
אין בראדער פנקס? דארט איז עס לאו דווקא א פאמיליע נאמן (די בראדער גרויסע סוחרים האבן אלע געהאט 'משולחים' וואס האבן איין געהאנדלט פאר זייערט וועגן)

ספר יסוד יצחק
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: פארצייטישע משפחה נעמען אויף לשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

loyodea האט געשריבן:
און אויך 'מוכר יין' און אויך 'מוכר י"ש', מסתמא נישט קיין נאמען, רוקח קען זיין אפטייקער בעצם
בית לוי
אבער רוקח'ס אין בראד זענען מעשה רוקח'ס אייניקליך. אפטייקערס ווערן אהן גערופן אפטייקער. (גראדע איז פארהאן א מיוחס'דיגע משפחה וואס שטאמט פון בראד וואס פלעגט הייסן אפטייקער און אין א"י האבן זיי זיך געטוישט אויף רוקח...)
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: פארצייטישע משפחה נעמען אויף לשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אין בראד, דערמאן איך מיך, איז אויך פארהאן 'לויתן' און 'מכשפות'!
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1833
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: פארצייטישע משפחה נעמען אויף לשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

הסרפד האט געשריבן:
אין בראד, דערמאן איך מיך, איז אויך פארהאן 'לויתן' און 'מכשפות'!
מכשפות איז מסתמא מכשפה'ס, דהיינו דער שוויגער [אדער מאמע, ווייב, באבע] איז דאס געוועהן

ומענין לענין, איך האב לעצטענס באגעגענט א משפחה בשם שייגאץ [דאס איז בעצם אויך לשה"ק....]
אוועטאר
אידיש
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 8:39 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש »

מיללער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 11:51 am
קאזאבלאנקא האט געשריבן:
שפירא (באמת פון די שטאט שפייער, אבער פארוואנדלט געווארן אין שפירא)
מרגליות
שפירא איז לשון הקודש? איר מיינט מן-הסתם אראמיש
מרגליות - איך האב שוין געזען אזעלכע וואס האבן זיך געשריבן 'מרגליות' אבער אפיציעל האבן זיי זיך געשריבן 'פערל', נישט זיכער אז דאס איז אלעמאל אזוי.

-

מ'האט דא דערמאנט כ"ץ, באמת איז דא א ליסטע פון נעמען בראשי תיבות, וואס דארף טאקע אויך באהאנדלט ווערן

כ"ץ - כהן צדק
סג"ל - סגן לכהונה
כ"ף
ז"ק
באב"ד (האמיר שוין דערמאנט)
בראך - יש אומרים שזה בר"ח
בראך טראגט 2 באדייטן 1 ב'ני ר' ח'יים 2'טנס על שם הבריחה
קב ונקי: ענדערש שרייב ווייניג און צו די זאך, ווי איידער שטותים אבער אסאך.
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”