The Possible You Seminar - ר׳ יו״ט גלעזער

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

עם הארץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הארץ »

הגוגעה האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 2:37 pm
עם הארץ האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 2:25 pm
איך בין דארט געווען און גאר גאר שטארק הנאה געהאט.
ווי לאנג צוריק? איז שוין דורך א צוויי יאר אן זיין אנגעהאאקט?

איך האב גערעדט צו מענטשען וואס זענען געווען. סאיז עקסייטינג אבער סוועפט אויס... ער האט א ספעשל פרייז פאר מענטשען וואס קימען צוריק נאכאמאל און נאכאמאל...

נב
זיין השקפה איז זייער ווייט פון אונז ובפרט בענייני ציונות. ער איז משוגע אז יעדער מיז און וועט מאכן אן עליה צו זיין סעיף...
לכשעצמי בין איך געווען ווייניגער ווי צוויי יאר צוריק, אבער איך האב שוין פארברענגט מיט צענדליגער אידן וואס האבן גענומען דעם סעמינאר. טייל לעצטנס און אנדערע א צייט צוריק.
די ערשטע פאר טאג ביז 6-7 וואכן האבן רוב רובו געשוועבט אין וואלקן מעין עולם הבא. ווי שפעטער עס גייט אדורך וועפט די ״סעמינאר היי״ צוביסלעך אויס און מען בלייבט נאר איבער מיט די כלים צו ארבעטן און בעזר השם אנקומען גאר אסאך. דא צוטיילט זיך עס אויף למעשה וויאזוי מען האנדעלט ווייטער מיט די כלים. לכאורה א רוב פונעם ציבור האט הנאה פון די היי, און דערנאך נעמט מען די כלים און מען פארפאקט עס אוועק צוזאמען מיט אלע אנדערע כלים וואס מען האט, אמאל א יובל כאפט א שטיקל התעוררות מיט געגועים מען פרובירט אביסל דא דארט און שוין. איינער מער איינער ווייניגער.
איז דא אבער א מיעוט וואס נעמען עס צי א נעקסט לעוועל און בלייבן ארבעטן אויף זיך מיט א שטארקייט און די קומען אן צי א גאר גוטע פלאץ.
אויף למעשה איך האב אזוי אינדשויט די היי, אז אויב נאר דאס, דיינו.

בנוגע גיין נאכאמאל איז עס לאו דווקא זיך איבערצופרישן נאכאמאל (הגם איך גלייב אז געוויסע טוען דאס אויך, אבער נישט פארדעם אפערט עס הרב גלעזער) נאר מער אזוי פאר די וואס זענען נישט געווען גרייט ביים ערשטן מאל צוגיין עד הסוף זיך צו טרעפן מיט זיך, אבער נאכן ענדיגן די גאנצע פראסעס איינמאל, זענען זיי שוין יעצט גרייט אינגאנצן צו אויפקראכען זייער שאלאכטץ, געט מען זיי נאך א געלעגענהייט עס צו כאפן.

בנוגע זיין השקפה, איך האב שוין פארברענגט מיט אים אסאך שעות און קיינמאל פון אים געהערט איבער דעם. ער פארעכענט זיך אלס א פינסק-קארלין חסיד, און פרובירט צי גיין מיט אלעם אויף זייער גאנג. איך פארגלייך אים נישט צו מיר און דיר, נאכאלעם איז ער אויפגעוואקסן פריי און האליוואד קאליפארניע, און זיין בליק אויף אידישקייט איז אינגאנצן אנדערש ווי מען לערענט אונז, אבער ער האלט זיך זייער צוריק פון מישן השקפה אין זיינע שיעורים כדי עס זאל זיין א דבר השווה לכל נפש.
לעצט פארראכטן דורך עם הארץ אום מוצ"ש מאי 13, 2023 10:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
כבושה בגולה
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 28, 2012 1:20 pm

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבושה בגולה »

איך האב א חבר וועלכער איז געגאנגען און האט זייער שטארק הנאה געהאט. יענער זאגט אז עס האט אים געטוישט דאס לעבן.

דעתי אז אויף אלע סעלף העלפ סעמינארן און ביכער איז דא א גרויסע פראגע צייכן צי עס העלפט לאנג טערם. איך בין גאר מקטני אמונה אויף די אלע זאכן, אריינגערעכענט טעראפי. אבער דער וואס איז יא פארגלייבט אין סעלף העלפ אין אלגעמיין, איז ר' יו"ט גלאזער א גוטן אדרעס.
כאטש כאטש כאטש כבושה בגולה,
דאך דאך דאך לומדת יראתך.
הגוגעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 03, 2022 6:41 pm

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגוגעה »

ער טוט דאס שוין פאר לאנגע יארן. אפשר קען איינער וואס איז דארט געווען יארן צוריק, איבערגעבן אן אבשעקטיוו ריפארט? כדי לזכות את הרבים(די ערשטע פאר יאר קען מען נאך זיין און די היי.. און מהאט אויך א נגועה נישט צו פילען אז די אינוועסטמענט איז געווען א דורכפאל...)
עם הארץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הארץ »

הגוגעה האט געשריבן: מוצ"ש מאי 13, 2023 10:24 pm

1300 פאר די ערשטע פאר יאר איז שלעכט געצאלט?
בנוגע א שלעכטע אינוועסטמענט איז 1300 גענוג א קליינע אינוועסטמענט נישט צי ווערן משוחד דערפון.
הגוגעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 03, 2022 6:41 pm

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגוגעה »

עם הארץ האט געשריבן: מוצ"ש מאי 13, 2023 10:52 pm
הגוגעה האט געשריבן: מוצ"ש מאי 13, 2023 10:24 pm
ער טוט דאס שוין פאר לאנגע יארן. אפשר קען איינער וואס איז דארט געווען יארן צוריק, איבערגעבן אן אבשעקטיוו ריפארט? כדי לזכות את הרבים(די ערשטע פאר יאר קען מען נאך זיין און די היי.. און מהאט אויך א נגועה נישט צו פילען אז די אינוועסטמענט איז געווען א דורכפאל...)
1300 פאר די ערשטע פאר יאר איז שלעכט געצאלט?
אמממ. איך ווייס נישט אויב סאיז א אויפטו. ער וואלט און די צייט געקענט זיכען און טרעפען עפעס וואס וועט אים אמת'דיג העלפן.
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

הגוגעה האט געשריבן: מוצ"ש מאי 13, 2023 11:16 pm
עם הארץ האט געשריבן: מוצ"ש מאי 13, 2023 10:52 pm
הגוגעה האט געשריבן: מוצ"ש מאי 13, 2023 10:24 pm
ער טוט דאס שוין פאר לאנגע יארן. אפשר קען איינער וואס איז דארט געווען יארן צוריק, איבערגעבן אן אבשעקטיוו ריפארט? כדי לזכות את הרבים(די ערשטע פאר יאר קען מען נאך זיין און די היי.. און מהאט אויך א נגועה נישט צו פילען אז די אינוועסטמענט איז געווען א דורכפאל...)
1300 פאר די ערשטע פאר יאר איז שלעכט געצאלט?
אמממ. איך ווייס נישט אויב סאיז א אויפטו. ער וואלט און די צייט געקענט זיכען און טרעפען עפעס וואס וועט אים אמת'דיג העלפן.
װי למשל?

איז דען דא אײנע פון די אלע זאכן װאס האט נישט דעם זעלבן פראבלעם אז ס׳װעפט אױס??

ס׳איז אײביג אזױ, סוף דבר דארף א מענטש האלטן בײם ארבעטן אױף זיך, די אלע זאכן זענען סה״כ כלים װאס העלפן ארױס אױב מ׳האלט דערבײ.

אפשר יעצט מיט AI העט זיך מאכן עפעס א קנעפל פאר דעם... װער װײסט..
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

איך אליין בין נישט דארט געווען, פון מיינע חבירים וואס זענען געווען, האב איך געהערט גאר גיטע גריסן, גראדע איינער פון זיי האט זיך יארן געמוטשעט מיט נפשיות'דיגע פראבלעמן און ר' יו"טס סעמינאר האט אים ארויסגעשלעפט פון דארט.
זיי זאגן אז בעיקר מאכט עס א טויש ווען מען גייט מיט די בני בית אינאיינעם.
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן: מוצ"ש מאי 13, 2023 11:27 pm
הגוגעה האט געשריבן: מוצ"ש מאי 13, 2023 11:16 pm
עם הארץ האט געשריבן: מוצ"ש מאי 13, 2023 10:52 pm
הגוגעה האט געשריבן: מוצ"ש מאי 13, 2023 10:24 pm
ער טוט דאס שוין פאר לאנגע יארן. אפשר קען איינער וואס איז דארט געווען יארן צוריק, איבערגעבן אן אבשעקטיוו ריפארט? כדי לזכות את הרבים(די ערשטע פאר יאר קען מען נאך זיין און די היי.. און מהאט אויך א נגועה נישט צו פילען אז די אינוועסטמענט איז געווען א דורכפאל...)
1300 פאר די ערשטע פאר יאר איז שלעכט געצאלט?
אמממ. איך ווייס נישט אויב סאיז א אויפטו. ער וואלט און די צייט געקענט זיכען און טרעפען עפעס וואס וועט אים אמת'דיג העלפן.
װי למשל?

איז דען דא אײנע פון די אלע זאכן װאס האט נישט דעם זעלבן פראבלעם אז ס׳װעפט אױס??

ס׳איז אײביג אזױ, סוף דבר דארף א מענטש האלטן בײם ארבעטן אױף זיך, די אלע זאכן זענען סה״כ כלים װאס העלפן ארױס אױב מ׳האלט דערבײ.

אפשר יעצט מיט AI העט זיך מאכן עפעס א קנעפל פאר דעם... װער װײסט..

אלעס וועפט אויס מיט צייט. אבער ווען איינער טרעפט זיך מיט זיך קען עס געבן א שטארקע שאקל אין זיך נעמען אין די הענט אריין.
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
Kiwi
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 11, 2017 1:06 am

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kiwi »

שמעון ישראל האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 2:17 pm
א ידיד מיינער שטיפט מיר צו גיין אהין, וואס זאגט דער עולם אויף דעי קורס

איז עס ווערט דאס געלט?
פאר וועלכער עידזש איז עס געמאכט געווארן?
אן עכט חסידישער סאטמערער איד האט הנאה דארט?
פאר מיר האט עס געטוישט מיין לעבן
עס קומט מיט א תנאי אז עס זאל טוישן דיין לעבן אז מען דארף ארבעטען וואך איין וואך אויס נישט נאכן ענדיגן פארגעסן פון עס

הגם דאס אליין קען דיר אויך העלפן אבער אויב ווילסטו לעבן טוישנגען מיינט דאס ארבעט צו מיט א טערעפיסט וועכנטלעך אדער א חבורה

נאך אזאך
סאיז מער געאייגענט פאר נשמה אדער הארץ מענטשן בעיקר
אין נישט אזוי ווייט פאר מוח מענטשן לעניית דעתי
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

וועלטס מבין זאגט א גוטע פוינט
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

א וויכטיגע כלל בנוגע ארבעטן אויפן נפש. עס איז דא געוויסע מעטאדן און סקילס, וואס איז גוט פאר יעדן זיך אויסצולערנען און ארבעטן דערמיט, עס קען בויען און שטארקן יעדן נפש, דאס איז בגדר "וויטאמינען" וואס שטארקן דעם מענטש.
עס איז אבער דא מעטאדן וואס זענען אויסשליסליך געמאכט צו "היילן" דעם נפש, דאס איז ווי "מעדעצין", וואס היילט א געשעדיגטן נפש. אבער דער וואס זיין נפש איז געזונט, קען דאס "היילן" זיין גאר שעדליך. מיליאנען מענטשן זענען שוין געראטעוועט געווארן, ממש ממות לחיים, א דאנק אנטיביאטיק. פארט וועט קיין שום געזונטע מענטש נישט נעמען טעגליך א דאזע אנטיביאטיק, ווייל דאס וועט אים נאר ביטערליך קראנק מאכן ח"ו.

לגבי TPY, עס פארקויפט אסאך וויכטיגע סקילס וואס קען העלפן יעדן איינעם, און מצד די נקודות איז דאס א דבר השוה לכל נפש. דאס זענען פאקטישע טול'ס וואס לערנט אויס וויאזוי צו פארשטיין "אנדערע" (נישט דוקא זיך), און וויאזוי צו דיעלן מיט זיי. די חלק קען באמת טוישן דאס לעבן, און צום גוטן, אבער עס קאסט ארבעט און כוחות, עס נעמט צייט און אסאך מחשבה.
אבער נישט דאס איז וואס ציהט מענטשן, און נישט דאס איז וואס רוב גראדואירטע רעדן דערפון, ווייל די חלק איז נישט אזא וואש-מאשין וואס מען "שפירט" תיכף די טויש אין לעבן, דאס גייט נישט אויף איינמאל, און גאר א גרויסע פראצענט פארפאסן פשוט דעם (וויכטיגסטן) חלק.

דא קומט אבער אריין די צווייטע חלק, די חלק פון "היילן", אדער ווי אנדערע רופן דאס, די "טרעפן מיטן זיך", וואס דאס שאקלט אויף די טיפ(סט)ע סטרונעס פון הארץ. דאס איז וואס רידערט אזוי שטארק, און פון דעם רעדן רוב מענטשן, אז דאס איז עפעס מורא'דיג און געוואלדיג. דאס ציהט די מענטש פאר נאך און נאך, ווייל די נפש האט ליב התעוררות און עמאשנ'ס (דאס איז דאך בעצם די נפש).
די חלק קען אבער זיין זייער געפארפול "פאר געוויסע מענטשן", דאס מיינט, אז א מענטש וואס איז געזונט בנפש קען ח"ו געשעדיגט ווערן, אריינפאלן אין דמיונות, דעפרעשן וכו'. אנדערע וואס דארפן יא געהיילט ווערן, קען דאס "אין געוויסע פעלער" זיין נאך אסאך מער שעדליך. אז איינער וועט נעמען אין איין טאג די דאזע מעדעצין (נישט פארשריבן דורך א דאקטער, אגב) פון צעהן טאג, ווייל ער וויל זיך שנעלער היילן, וועט ער בלויז מער קראנק ווערן, די זעלבע געשעהט דא, עס איז אזוי פאוערפול ווי צענדליגע טעראפי סעשאנס, אן קיין גרינטליכע איבערזיכט, דאס קען זיין מסוכן.

למעשה??

וואלסט געטוהן א שידוך בלויז מיטן זיך נאכפרעגן אויף אייוועלט? צו אפילו בלויז מיטן פרעגן צוויי דריי באקאנטע?
מען וויל דיר פארקויפן "א טויש אינעם לעבן!", קען מען דען אריינגיין מיט פארמאכטע אויגן, אן וויסן פון וואס מען רעדט דא, און וואסערע טויש דאס וועט מיר מאכן אינעם לעבן?

ערשטנס, אויב זענט איר חושש אז אייער נפש איז געשעדיגט ח"ו, אדורכגעגאנגען טראמא וכד', פארבינד אייך קודם צו א פראפעשאנעל, טערעפיסט וכד', איינער וואס זאל אייך אביסל אויסהערן און פארשטיין אייער מצב, און דערנאך פרעגט פונעם טעראפיסט זיין מיינונג דערוועגן, און אויב ער ווייסט נישט, בעהט אים צו רעדן און אויספרעגן הרב גלעזער.
טוט דאס נישט אויף דער אייגענער האנט!גיי נישט אן קיין פראפעשאנעל עדווייס!
האסט נישט קיין געלט, צייט און כוח, פאר טעראפי? דאן גיי נישט צו TPY, עס איז נישט געמאכט פאר דיר, עס איז געמאכט פאר אזעלכע וואס גייען זיך נאכדעם העלפן.
סתם אזוי, העכסט מעגליך אז דאס וועט זיין די ענדגילטיגע טריגער, וואס וועט דיך אריינצווינגען צו פראפעשאנעל העלפ (אויב עס פעלט דיר אויס), נאכן אויפוועקן די פארשלאפענע נעגאטיווע הרגשים.

והשנית
יא, מען פארקויפט דא השקפה, ובגדול (און פאר ווער עס ווייסט נישט, השקפה איז נישט בלויז בנוגע ציונות), איר זענט בכלל נישט פארזיכערט אז איר וועט נישט ארויסקומען מיט א קרומע מהלך המחשבה בנוגע בחירה, מסורת אבות וכדו', סערווירט צום מוח דורך איינער וואס האט איבערגענומען די גאנצע וועזן, און זיך אפשאקלען דערפון איז לאו דוקא די גרינגסטע זאך.
פאר איר גייט, פרעגט אן ביי א דעת תורהוואס 1) "ווייסט און פארשטייט אין די ענינים" (נישט יעדער מו"ץ איז קלאר בעניני דעות, צו מרגיש זיין דקות'דיג חילוקים, אויף צו קענען פסק'נען דערויף), און 2) "ווייסט פונקטליך וואס TPY איז", אריינגערעכט אלעס וואס מען טוט דארט, און אויך אלע האום-ווארק וואס מען געבט דארט. און אויב אייער רב ווייסט נישט דערפון, זייט מוחל און פארבינדט אים מיט הרב גלעזער, ער זאל אים פונקטליך אויספרעגן.
איר האט א רעכט צו פארלאנגען ער זאל שיקן זיינע ביכלעך (אויך די האומווארק ביכל) צו דיין רב.

ואחר כל זאת, אויב אייער טעראפיסט און רב האבן אייך געגעבן דעם גרין לייט, גיי מיט חשק! איר וועט הנאה האבן!
אבער, געדענקט אז דאס איז נישט א גרין לייט פאר יעדן, און ווען איינער פרעגט אייך, זאגט אים צו פרעגן זיין פראפעשאנעל און רב.
עם הארץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הארץ »

הרב יגעתי,ֶ עס קוקט מיר אויס ווי איר האט נאכגעהערט געוויסע נקודות אבער קיינמאל נישט דארט געווען. (אדער אפשר נאר יארן צוריק בעפאר עס איז געווען וואס עס איז היינט)
איר מאכט עס אסאך מער שרעקעדיג ווי עס איז. אין בנוגע השקפה זענט איר פשוט נישט גערעכט. הרב גלעזער האלט זיך שטארק צוריק פון רעדן פון השקפה, בכלל סיי וואס קאנטראווערשעל זאגט ער קיינמאל ברבים.

בנוגע נאכדעם גיין צי טעראפי, איז היינט די סעמינאר אויסגעשטעלט מיט 4-5 וואכן follow ups. חוץ מזה וואס יעדער באקומט א פריוואטע קאוטש זיך צי מסדר זיין מיט סיי וועלעכע שוועריקייטן.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

אז איינער וויל זיך באקענען מיט זיין מהות קען מען הערן צענדליגע שיעורים פון עם אויף תורה עניטיים בעיקר ביי די שבת קרבתנו'ס
א'מונה ב'טחון ג'עלט
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4487
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 8:22 am

א שטארקע תגובה. ייש’’כ.

קוק אויף זיין תורה עניטיים פראפייל.

ס’האט מיר נישט געפאלן.

דארף דעפענעטלי דעת תורה איידער מ’גייט צו אזא מענטש.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4487
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

עם הארץ האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 9:56 am
הרב יגעתי,ֶ עס קוקט מיר אויס ווי איר האט נאכגעהערט געוויסע נקודות אבער קיינמאל נישט דארט געווען. (אדער אפשר נאר יארן צוריק בעפאר עס איז געווען וואס עס איז היינט)
איר מאכט עס אסאך מער שרעקעדיג ווי עס איז. אין בנוגע השקפה זענט איר פשוט נישט גערעכט. הרב גלעזער האלט זיך שטארק צוריק פון רעדן פון השקפה, בכלל סיי וואס קאנטראווערשעל זאגט ער קיינמאל ברבים.

בנוגע נאכדעם גיין צי טעראפי, איז היינט די סעמינאר אויסגעשטעלט מיט 4-5 וואכן follow ups. חוץ מזה וואס יעדער באקומט א פריוואטע קאוטש זיך צי מסדר זיין מיט סיי וועלעכע שוועריקייטן.
ווייסט וואס ס’מיינט ’צווישן די שורות’?
לכאו’ לא ימלט אז א מענטש צו וועם דו גייסט אויסהערן פנים בפנים פאר לאנגע שעות אז זיינע פנים אויסדריקן און צווישן די שורות זאלן נישט ארויסגעבן עפעס השקפה.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 8:22 am
א וויכטיגע כלל בנוגע ארבעטן אויפן נפש. עס איז דא געוויסע מעטאדן און סקילס, וואס איז גוט פאר יעדן זיך אויסצולערנען און ארבעטן דערמיט, עס קען בויען און שטארקן יעדן נפש, דאס איז בגדר "וויטאמינען" וואס שטארקן דעם מענטש.
עס איז אבער דא מעטאדן וואס זענען אויסשליסליך געמאכט צו "היילן" דעם נפש, דאס איז ווי "מעדעצין", וואס היילט א געשעדיגטן נפש. אבער דער וואס זיין נפש איז געזונט, קען דאס "היילן" זיין גאר שעדליך. מיליאנען מענטשן זענען שוין געראטעוועט געווארן, ממש ממות לחיים, א דאנק אנטיביאטיק. פארט וועט קיין שום געזונטע מענטש נישט נעמען טעגליך א דאזע אנטיביאטיק, ווייל דאס וועט אים נאר ביטערליך קראנק מאכן ח"ו.

לגבי TPY, עס פארקויפט אסאך וויכטיגע סקילס וואס קען העלפן יעדן איינעם, און מצד די נקודות איז דאס א דבר השוה לכל נפש. דאס זענען פאקטישע טול'ס וואס לערנט אויס וויאזוי צו פארשטיין "אנדערע" (נישט דוקא זיך), און וויאזוי צו דיעלן מיט זיי. די חלק קען באמת טוישן דאס לעבן, און צום גוטן, אבער עס קאסט ארבעט און כוחות, עס נעמט צייט און אסאך מחשבה.
אבער נישט דאס איז וואס ציהט מענטשן, און נישט דאס איז וואס רוב גראדואירטע רעדן דערפון, ווייל די חלק איז נישט אזא וואש-מאשין וואס מען "שפירט" תיכף די טויש אין לעבן, דאס גייט נישט אויף איינמאל, און גאר א גרויסע פראצענט פארפאסן פשוט דעם (וויכטיגסטן) חלק.

דא קומט אבער אריין די צווייטע חלק, די חלק פון "היילן", אדער ווי אנדערע רופן דאס, די "טרעפן מיטן זיך", וואס דאס שאקלט אויף די טיפ(סט)ע סטרונעס פון הארץ. דאס איז וואס רידערט אזוי שטארק, און פון דעם רעדן רוב מענטשן, אז דאס איז עפעס מורא'דיג און געוואלדיג. דאס ציהט די מענטש פאר נאך און נאך, ווייל די נפש האט ליב התעוררות און עמאשנ'ס (דאס איז דאך בעצם די נפש).
די חלק קען אבער זיין זייער געפארפול "פאר געוויסע מענטשן", דאס מיינט, אז א מענטש וואס איז געזונט בנפש קען ח"ו געשעדיגט ווערן, אריינפאלן אין דמיונות, דעפרעשן וכו'. אנדערע וואס דארפן יא געהיילט ווערן, קען דאס "אין געוויסע פעלער" זיין נאך אסאך מער שעדליך. אז איינער וועט נעמען אין איין טאג די דאזע מעדעצין (נישט פארשריבן דורך א דאקטער, אגב) פון צעהן טאג, ווייל ער וויל זיך שנעלער היילן, וועט ער בלויז מער קראנק ווערן, די זעלבע געשעהט דא, עס איז אזוי פאוערפול ווי צענדליגע טעראפי סעשאנס, אן קיין גרינטליכע איבערזיכט, דאס קען זיין מסוכן.

למעשה??

וואלסט געטוהן א שידוך בלויז מיטן זיך נאכפרעגן אויף אייוועלט? צו אפילו בלויז מיטן פרעגן צוויי דריי באקאנטע?
מען וויל דיר פארקויפן "א טויש אינעם לעבן!", קען מען דען אריינגיין מיט פארמאכטע אויגן, אן וויסן פון וואס מען רעדט דא, און וואסערע טויש דאס וועט מיר מאכן אינעם לעבן?

ערשטנס, אויב זענט איר חושש אז אייער נפש איז געשעדיגט ח"ו, אדורכגעגאנגען טראמא וכד', פארבינד אייך קודם צו א פראפעשאנעל, טערעפיסט וכד', איינער וואס זאל אייך אביסל אויסהערן און פארשטיין אייער מצב, און דערנאך פרעגט פונעם טעראפיסט זיין מיינונג דערוועגן, און אויב ער ווייסט נישט, בעהט אים צו רעדן און אויספרעגן הרב גלעזער.
טוט דאס נישט אויף דער אייגענער האנט!גיי נישט אן קיין פראפעשאנעל עדווייס!
האסט נישט קיין געלט, צייט און כוח, פאר טעראפי? דאן גיי נישט צו TPY, עס איז נישט געמאכט פאר דיר, עס איז געמאכט פאר אזעלכע וואס גייען זיך נאכדעם העלפן.
סתם אזוי, העכסט מעגליך אז דאס וועט זיין די ענדגילטיגע טריגער, וואס וועט דיך אריינצווינגען צו פראפעשאנעל העלפ (אויב עס פעלט דיר אויס), נאכן אויפוועקן די פארשלאפענע נעגאטיווע הרגשים.

והשנית
יא, מען פארקויפט דא השקפה, ובגדול (און פאר ווער עס ווייסט נישט, השקפה איז נישט בלויז בנוגע ציונות), איר זענט בכלל נישט פארזיכערט אז איר וועט נישט ארויסקומען מיט א קרומע מהלך המחשבה בנוגע בחירה, מסורת אבות וכדו', סערווירט צום מוח דורך איינער וואס האט איבערגענומען די גאנצע וועזן, און זיך אפשאקלען דערפון איז לאו דוקא די גרינגסטע זאך.
פאר איר גייט, פרעגט אן ביי א דעת תורהוואס 1) "ווייסט און פארשטייט אין די ענינים" (נישט יעדער מו"ץ איז קלאר בעניני דעות, צו מרגיש זיין דקות'דיג חילוקים, אויף צו קענען פסק'נען דערויף), און 2) "ווייסט פונקטליך וואס TPY איז", אריינגערעכט אלעס וואס מען טוט דארט, און אויך אלע האום-ווארק וואס מען געבט דארט. און אויב אייער רב ווייסט נישט דערפון, זייט מוחל און פארבינדט אים מיט הרב גלעזער, ער זאל אים פונקטליך אויספרעגן.
איר האט א רעכט צו פארלאנגען ער זאל שיקן זיינע ביכלעך (אויך די האומווארק ביכל) צו דיין רב.

ואחר כל זאת, אויב אייער טעראפיסט און רב האבן אייך געגעבן דעם גרין לייט, גיי מיט חשק! איר וועט הנאה האבן!
אבער, געדענקט אז דאס איז נישט א גרין לייט פאר יעדן, און ווען איינער פרעגט אייך, זאגט אים צו פרעגן זיין פראפעשאנעל און רב.

שטארקע ווערטער....
(די לייק קנעפל איז ציבראכן)
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
טרעף דיך
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 12:49 pm

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעף דיך »

״אינסטענט אינספייערעישן״ איז א פעיקע זאך, ס׳איז א היי פאר אביסל און צוריק צום אלטן… זיך הייבן פארלאנגט אמת׳ע יגיעה אויף די זעלבע אלטע דברים ידועים, כמבואר אין מסילת ישרים בהקדמה, א שיעור אין א סעמינאר איז קיינמאל נישט ״לייף טשעינגשינג״ גלויב נישט די אלע זאכן… די שפראך פון: איר וועט הערן ״נייע״ זאכן וואס ״וועט טוישן אייער לעבן״ איז געשריבן דורך געפיפענע מארקעטער׳ס.

ס׳איז בסך הכל א (געשמאקע) היי פאר אביסל, צו ס׳איז שלעכט? עקסטערע שמעוס.

יא כ׳האב געהערט יעדע איינציגע שיעור פון דעם איד עוועיליבל, גראדע האלט איך אז ער איז גאר א טאלאנטפולע מענטש, און גראדע רעדט ער יא בפומבי זיינע (נישט אונזערע) השקפות.

אבער די אלע שיעורים אין סעמינארן פון אינסטענט טשעינדזש… נישט נאר זיינע… זענען לענ״ד פעיק פון קאפ ביז פיס.

קומט פונעם גוי, וואס צוזאגן און ליב האבן קאסט נישט קיין געלט, מ׳קען רעדן מיט א געשמאק פון וויכטיגע ״געדאנקען״ פון צופרי ביז ביינאכט ביז די פראבירסט אים אויס… די מחבר זיין די הארץ מיטן מח וואס דארט ליגט די עיקר עבודה, און נעמט יגיעה! עקזעסטירט בכלל נישט.

ר יום טוב איז זייער א פיינע איד, אבער אז די זוכסט די סארט אינסטענט היי אינספערעישן וויל איך דיר זאגן אז ס׳איז דא גוים וואס זענען אסאך אסאך מער פאורפול פון אים, וועלן דיך טראגן אויף א היי פאר סאך סאך לענגער. אנגעהויבן פון קאנפידענס, סעלף ווארט, סעלף לאוו, קאנעקט וויט יאר ריעל פאורפאול סעלף, וכו׳ וכו׳.

I just spoke my mind pls anyone don’t get defensive .
לעצט פארראכטן דורך טרעף דיך אום זונטאג מאי 14, 2023 11:30 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
איינזייטיג
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2017 12:25 am

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינזייטיג »

וועלטס מבין האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 10:18 am

מאך נישט אזא מצב ס'איז נישט קיין open heart surgery
אלץ איד בין איך איינזייטיגע
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

טרעף דיך האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 11:14 am
״אינסטענט אינספייערעישן״ איז א פעיקע זאך, ס׳איז א היי פאר אביסל און צוריק צום אלטן… זיך הייבן פארלאנגט אמת׳ע יגיעה אויף די זעלבע אלטע דברים ידועים, כמבואר אין מסילת ישרים בהקדמה, א שיעור אין א סעמינאר איז קיינמאל נישט ״לייף טשעינגשינג״ גלויב נישט די אלע זאכן… די שפראך פון: איר וועט הערן ״נייע״ זאכן וואס ״וועט טוישן אייער לעבן״ איז געשריבן דורך געפיפענע מארקעטער׳ס.

ס׳איז בסך הכל א (געשמאקע) היי פאר אביסל, צו ס׳איז שלעכט? עקסטערע שמעוס.

יא כ׳האב געהערט יעדע איינציגע שיעור פון דעם איד עוועיליבל, גראדע האלט איך אז ער איז גאר א טאלאנטפולע מענטש, און גראדע רעדט ער יא בפומבי זיינע (נישט אונזערע) השקפות.

אבער די אלע שיעורים אין סעמינארן פון אינסטענט טשעינדזש… נישט נאר זיינע… זענען לענ״ד פעיק פון קאפ ביז פיס.

קומט פונעם גוי, וואס צוזאגן און ליב האבן קאסט נישט קיין געלט, מ׳קען רעדן מיט א געשמאק פון וויכטיגע ״געדאנקען״ פון צופרי ביז ביינאכט ביז די פראבירסט אים אויס… די מחבר זיין די הארץ מיטן מח וואס דארט ליגט די עיקר עבודה, און נעמט יגיעה! עקזעסטירט בכלל נישט.

ר יום טוב איז זייער א פיינע איד, אבער אז די זוכסט די סארט אינסטענט היי אינספערעישן וויל איך דיר זאגן אז ס׳איז דא גוים וואס זענען אסאך אסאך מער פאורפול פון אים, וועלן דיך טראגן אויף א היי פאר סאך סאך לענגער. אנגעהויבן פון קאנפידענס, סעלף ווארט, סעלף לאוו, קאנעקט וויט יאר ריעל פאורפאול סעלף, וכו׳ וכו׳.

I just spoke my mind pls anyone don’t get defensive .
רעדסט צום זאך. אבער מעגליך אסאך מאל דארף זיך א מענטש ארויסזעהן פון לאך פאר א וויילע צו בכלל כאפן וואס דא גייט פאר, מאכט סענס?
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
בלאשער
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 29, 2021 10:22 am

רבי יו"ט גלעזער The possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלאשער »

אויב איינער וואס איז געווען ביי זיין סעמינאר קען קומען אויסקלארן וואס מען לערנט אויס דארט, איז עס ווערט די פרייז, איז עס אפעקטיוו? וואלט עס געווען א טובה.

טענקס.
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: רבי יו"ט גלעזער The possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

געווען אן אינטערוויו אין איינע פון די אויסגאבעס, איך מיין אין די מאמענט, מיט הרב? מלפנים א סדרן און עסקן אין סקווירא, וואס האלט ל"ע נאך א סטראוק, איך געדענק נישט די נאמען זיינע.
זאגט ער דארט אז ער האט גענומען זיינע שיעורים און עס האט אים גאר שטארק געהאלפן מיט היילן זיין עבר.
איך פראביר צו שטיצען מיין לאקאלע שול סיי ווען!
הכרת הטוב איז א אידישע מידה!
מניעות
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 11, 2022 11:39 pm

Re: רבי יו"ט גלעזער The possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מניעות »

ער האט א הסכמה פון עפעס א רב/דיין?
"די וועלט איז הפקר-אבער סאיז נישט קיין הפקר וועלט!"
מפי הרב פנחס מרדכי וועבער
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: The Possible You Seminar - ר׳ יו״ט גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

וואס איז די חילוק פין זיין מהלך vs מחובר?

טיט ער ifs ?

וואס איז TPY ?
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14828
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: The Possible You Seminar - ר׳ יו״ט גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

חיים טוב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 2:50 pm
וואס איז TPY ?
The Possible You
פינחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

Re: The Possible You Seminar - ר׳ יו״ט גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינחס »

איך בין געווען דארטן
זייער הנאה געהאט
א געזינטע מענטש האט נישט וואס מורא צי האבן
Btw ער האט א דיסקאנט יעצט ביז מאנטיג
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”