דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פּאמפּעיא האט זיך געטראפן נעכטן מיט'ן סולטאן פונעם אראבישן לאנד אמאן, אלס טייל פון זיין רייזע לענגאויס דעם מיטל-מזרח ראיאן, נאכ'ן דיעל צווישן מדינת ישראל און די יונייטעד אראב עמירעיטס צו נארמאליזירן באציאונגען.
סולטאן הייטאם בין טאריק על סאאיד, וועלכער האט איבערגענומען די לייצעס פון דער מלוכה אין יאנואר נאכ'ן טויט פונעם לאנג-יעריגן סולטאן קאבוס בין סאאיד, האט דיסקוסירט מיט פאמפעיא די וויכטיגקייט פון ראיאנעלע שלום.
דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אין א צייכן פון מאכט און שטארקקייט האט די אמעריקאנע מיליטער ארויסגעשיקט, פארלאפענע פרייטאג, זעקס B-52 באמבארדיר פליגער זאלן פליען העכער די טעריטאריע פון אלע 30 נאטא לענדער. די פליגער זענען געפלויגן אין באגלייטונג פון אנדערע נאטא מיליטערישער פליגער.
אין א סטעיטמענט פון די "יוראפיען קאמענד" זאגן זיי אז די מיסיע איז אונטעגענומען געווארן מיט'ן ציל "צו צייגן סאלידאריטעט פאר די אליאנץ מיטגלידער, פארבעסערן דאס גרייטקייט, און צוצושטעלן טרעיניג מעגליכקייטן פאר אלע בטייליגטע פלי מאנשאפטן - סיי פון אמעריקא און סיי פון נאטא מיטגלידער.
אמעריקע אנערקענט מער נישט אלעקסאנדער לוקאשענקא אלס פרעזידענט פון בעלארוס.
NEW: The U.S. will no longer recognize Aleksandr Lukashenko as the legitimate president of Belarus after he clung to power following a blatantly rigged election this summer.https://t.co/cFac5nXf0w
די רעדע איז איבער די העכסטע ווייסע הויז קאנטערטעראריזם באאמטע וואס איז געפלויגן זיך צו טרכעפן און אפהאלטן געשפרעכן מיט באאמטע אינערהאלב די אסאד רעזשים.
ווי די סירישע סטעיט מידיע באריכטעט האבן די אמעריקאנער זיך געטראפן מיט די הויפט פון די סירישע שפיאנאזש אגענטור אויף געשפרעכן איבער די צושטאנד פון אוסטין טייס - א רעפארטער וואס איז פארכאפט געווארן אין 2012 און ווערט געהאלטן - אנגעבליך - דורך די סירישע מיליטער אדער אירע אליאירטע.
אזוי אויך האבן די געשפרעכן זיך פארנומען ארום די טעמע פון סאנקציעס אויף די ארטיגע רעזשים און איבער די אנוועזענהייט פון אמעריקאנע טרופן אינעם לאנד.
טראמפ זאגט היינט אז ער איז גרייט אראפצונעמען דאס לענדל "סודאן" פון די ליסטע פון טעראר שטיצענדע לענדער, ווי נאר זיי לייגן איין 330 מיליאן דאללער אין אן עסקראו אקאונט צו צאלן פאר אמעריקא און די פאמיליעס פון מיליטערלייט וואס זענען אומגעקומען/פארוואונדעט געווארן ביי צוויי על-קאידא אטאקעס אין די 1990'ער יארן. ווי באריכטן גיבן אן האבן ארטיגע באאמטע געבעטן פון די טראמפ אדמיניסטראציע זיי זאלן נישט פארבינדן די אנטוויקלונג מיט די מעגליכקייט פון פרידן מיט מדנ"י, צוליב מיינונגס פארשידענהייטן צווישן די ארטיגע מיליטערישע און פאליטישע פירער.
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:

ס'איז נישט קיין פראבלעם צו האבן נייע פריינט, אבער נישט אויפן חשבון פון אלטע.
און פאקט האט טראמפ געוויזן פאר אסאך לענדער אז אין צייט פון נויט וועל איך דיר נישט קומען העלפן, ער האט דאס באשטעטיגט מיטן ארויסנעמען די אמעריקאנע טרופן פון סיריע און איבערגעלאזט די קורדן צו די גענאדע פון די טערקן.
שיעור פארגעסן, איינער פון די נייע פריינט איז די ראקעט מאן פון צפון.... דער איז טאטעלי אומסטאביל און אומערפארן.
אסאך פון זיינע טענות איז גערעכט אבער די וועג ווי ער באהאנדעלט עס איז א דיזעסטער. לדוגמה, טראמפ האט געהאט טענות אויף אייראפע אז אמעריקא'ס ביל איז צו גרויס פערפאשענעל וואס אנדערע צאלן, אנשטאט גיין מיט דיפלאמאטיע, ער האט דאך א גערעכטע טענה, האט ער געלאזט וויסן די גאנצע וועלט מיט פוטין און כינע בתוכם אז העי, ס'איז דא א פירוד לבבות. ווערי נייס פון טראמפ צו ווייזן די גאנצע וועלט ווי פאראייניגט די מערב וועלט איז.
נאך א דוגמה, לויט טראמפ איז די אבאמא דיעל געווען א חרבון פאר די וועלט און די גרעסטע טובה פאר איראן, טא, וואס באדייט דאס צו געבן א פוץ ארויס פון סיריע? יעדער זיצט דארט מיט לפחות איין פיס, און אמעריקא האט אפגעצויגן. נייס דזשאב מר. פרעזידענט
איבער זיין עקסטרימלי שטרענגע באהאנדלונג קעגן רוסלאנד העל איך נישט יעצט רעדן
יש לו מנה האט געשריבן:

איך האב זייער ליב וואס דו שרייבסט, אבער איך האב מער ליב ווען א דעבאטע פארט נישט ארויס פון קאנטעקסט. דיין תגובה איז אפשר זייער גוט אנצוהויבן א נייע דעבאטע, אבער מיט מיין ציטירטע תגובה האט עס גארנישט, קוק איבער וואס עס באציט זיך וועסטו כאפן וואס איך מיין.