היללערסלעבן (Hillersleben)

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6781
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

היללערסלעבן (Hillersleben)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מהכותרת ניתן להבין או לפרש כי מדובר במשהו הקשור לחיים... לא ולא! אין זה כי אם שֵם של מקום השוכנת בין ברונסוויק למאגדיבורג שבגרמניה.

המקום שימשה כאתר קיט לשעבר של קציני העס.עס. הגרמני ימש"ו. עם שחרור מחנה המות בערגן-בעלזן ב-15 באפריל 1945 העבירו החיילים האמריקאים את כל הניצולים להילערסלעבן שדייריהם הגרמנים נצטוו לפנותם. בעיירה הזו הקימו החיילים בית חולים לטיפול ביהודים ששיחררו. את הציוד הרפואי ואת המזון החרימו האמריקאים ממחסנים גרמנים.

החיילים הזהירו את המשוחררים לא לאכול הרבה, לא לאכול שומן וסוכר, להרבות בשתיה ורצוי אף להרתיח את המים לפני השתיה. יצויין שזה לא עזר, אנשים היו מורעבים וחלשים מדי וצמוקים עד כדי כך שלא יכלו כבר לבלוע אוכל טבעי.

למרבית הכאב 138 יהודים נפחו את נשמתם הטהורה והמזוככת ביסורים, על סף הישועה, והובאו לקבורה מאולתרת בשטח שהוקצה לקבורת מתים בחצר המבנים והצריפים, על אדמת נֵכָר המרושעה והטמאה.

בין אלו שנטמנו שמה אנו מוצאים את רבי אליהו שפיצערזצ"ל שו"ב ומו"ץ בק"ק ש' אודווארי ופ' דיארמאט (זקנו של הגרא"ח שפיצער זצ"ל רב דקהל אור חיים ב"פ), ורבי חיים קלונימוס שווארץזצ"ל בעמח"ס עד בשחק עה"ת ובגדי ישע על סוגיות הש"ס.

על פטירת הצדיק רבי אליהו שפיצער זצ"ל ישנו עדות מפי עד ראיה ה"ה ר' אהרן אונסדורפר מלאשאנץ-ירושלים שרשם זאת בספרו בית הלל (ירושלים תשס"ח, עמ' 256-257):

"ר' אליהו שפיצער היה כחוש ותשוש עד כדי כך שבית הבליעה שלו לא הוריד למעיו את אשר אכל מרוב צומות ויובש. אפילו את המרק הדלוח המבושל מסלק בהמות שחילקו במחנה הוא לא רצה לאכול מהחשש שבושל בו דבר אסור. כל ההפצרות של בני משפחתו על גודל הסכנה לא הועילו. ניסינו להשקותו במים רתוחים עם גלוקוז או מרק, הוא לא היה מסוגל לקלוט את זה. ברגעיו האחרונים מלמל תפילה שלא יכולנו להבין מה, מעיניו הבורקות ובמבטו החודר ניתן היה לחוש שאכן הוא מרגיש ששעתו הגיעה, והצדיק הזה שָלֵם עם מה שנגזר עליו ומוכן ומזומן לעשות את רצון הבורא יתברך בשמחה. על הברכיים שלי נפח את נשמתו הטהורה.

אנו השלישייה עשינו טהרה, אנו השלישייה כָרינו לו קבר על אפם ועל אף מחאותיהם של הגויים הכפריים שלא להביאו לקבורה בגן המחנה מפני שזה מקלקל להם את המראה החיצוני ופוגע בדֶשא הירוק בכניסה למחנה. בתקיפות ובנחרצות עמדנו מולם, אנו השלישייה הבאנו לקבורה שם את ר' אליהו זכר צדיק וקדוש לברכה ולא שכחנו לתקוע ציון על קברו:

על לוח עץ שרפתי עם מסמר מלובן בלשון הקודש ר"ת של שמו א.ש.ע"מ שיישאר סימן.

עוד רבים אחרינו הביאו את יקיריהם שנפטרו מחולשה, מחוסר טיפול, ומחוסר תרופות, לקבורה במקום ארור זה".


בתקופת שלטון הקומניסטי עקרו הרוסים את מצבות העץ בהילערסלעבן עליהם כתובים היו שמות הנפטרים בעברית וחלקים בלועזית. בשנת 1995 לאחר השתדלות מרובה מצד ארגון אתרא קדישא ביחד עם בני משפחת הנפטרים הוכר המקום כאתר קבורה, והמועצה האזורית גידרה את המקום, במרכזו הוצב שלט עם שמות הנפטרים שנקברו במקום, וכמה משפחות אף הקימו מצבה ליקיריהם.

[align=center] "ארץ ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם,
בזכותם נדחי ישראל ישובו לאחוזתם,
והקדושים לזכרון תמיד נגד ה' צדקתם"
[/align]

image (3).png
לעצט פארראכטן דורך יציב פתגם אום דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 3:46 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6781
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

בית החולים הזמני בהילערסלעבן כפי שצולם ב-2007, רחבת הדשא הינה בית קברות של ניצולי הרכבת שנפטרו בהילערסלעבן

839758723.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6781
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

DSC0146.jpg
480950042 (1).jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6781
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת רבי אליהו שפיצער זצ"ל בהילערסלעבן שנעקרה בתקופת שלטון הרוסים

IMG_0041.JPG
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6781
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת רבי אליהו שפיצער זצ"ל כיום

DSC00802_large.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6781
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת רבי חיים קלונימוס שווארץ זצ"ל כיום

00000.png
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

הרנינו גוים עמו כי דם עבדיו יקום, דאס מסירת נפש פון די אידן נישט אריינצופאלן בספק איסור, מי יכול לתאר. עשה למען הרוגים על שם קדשך.
ייש"כ יציב
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6781
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

יהודי ניצול השואה בוכה על מצבת אמו שנפטרה ונקברה בהילערסלעבן

My_Father.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6781
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

זענען די 2 מציבות פון רבי אליהו שפיטצער און רבי חיים קלונימוס שווארץ אויפן פונקטליכן מקום קבורתם?
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

בלעטל האט געשריבן: הרנינו גוים עמו כי דם עבדיו יקום,
ייש"כ יציב
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6781
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

טריסקער האט געשריבן: זענען די 2 מציבות פון רבי אליהו שפיטצער און רבי חיים קלונימוס שווארץ אויפן פונקטליכן מקום קבורתם?

אויף די מצבות שטייט "בשטח הזה מצא מנוח" נישט "פה נטמן"
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6781
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6781
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

יציב פתגם האט געשריבן: מצבת רבי חיים קלונימוס שווארץ זצ"ל כיום

כתב יחוס פון רבי חיים קלונימוס שווארץ זצ"ל
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

טריסקער האט געשריבן: זענען די 2 מציבות פון רבי אליהו שפיטצער און רבי חיים קלונימוס שווארץ אויפן פונקטליכן מקום קבורתם?

עס איז נישט אויף מקום קבורתם.
צוליב וואס די קאמוניסטן האבן חרוב געמאכט דעם ביה"ח ווען זיי זענען געקומען צו די מאכט אין דעם געגענט, זיי האבן גשיקט א בריוו צו בני משפחה אז זיי ליקווידירן די בית החיים, למעשה האט מען שפעטער - מיט די עקספערטיז פון אתרא קדושה און די עדות פון הרב אונסדארפער - פעסטגעשטעלט אז אויסער אראפגענומען די מצבות אין באדעקט דעם שטח מיט צעמענט האבן זיי גארנישט געטוהן, האט מען צוריק געשטעלט די מצבות, אבער צוליב וואס מען האט נישט געקענט וויסן דעם פונקטליכן פלאץ האט מען געשטעלט די מצבות אויפן עק פונעם שטח ביה"ח זיכער-צו-מאכן אז מען לייגט נישט די מצבה אויף א צווייטענס פלאץ
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5269
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

לויט ווי איך האב געהערט איז דאס יא אויפן פונקטליכן מקום הקבורה, טאקע לויט די עדות פון הרב אונסדארפער און נאכדעם האט אתרא קדישא פעסגעשטעלט אז עס איז טאקע דא אלאך פונקט אויף די פלאץ.
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

היללערסלעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

פאלגנד איז וואס א אייניקל האט געשריבן איבער די נושא
אויב האט איינער הערות. זאל ער זיך לאזן הערן

מיר קערן זיך צוריק צו שילדערן וואס עס האט זיך אפגעשפילט מיט דעם טראנספארט, מיט וואס דער זיידע איז אוועק געפארן און שבת קודש פרשת שמיני כ"ד ניסן תש"ה, אוועק פונעם בערגן-בעלזן לאגער, ווי מיר וועלן זיך אביסל איבערצייגן די געוואלדיגע חסדי ה' וואס עס האט זיי דעמאלטס באגלייט.
לאמיר זיך אביסל באקענען מער פון די נאנט מיט וואס עס איז דעמאלטס פארגעקומען .
ווי שוין דערמאנט האבן אין יענע טעג די אליאירטע ארמייען זיך צוביסלעך געשטארקט און איינגענומען דעם שונא, די נאצישע רוצחים ימ"ש, און זיי האבן איינגענומען לאנד נאך לאנד, מען האט שוין געקענט קלערן אז זיי וועלן בקרוב געווינען די מלמה.
די איינצעלהייטן וויאזוי זייער מארש אין דייטשלאנד איז געווען איז ווי פאלגענד: די אמעריקאנער האבן אפגעמאכט מיט די רוסן, אז זיי וועלן אריימארשירן קיין דייטשלאנד פון מערב זייט, און די רוסן דארפן איבערנעמען דייטשלאנד פון מזרח זייט און אנקומען ביז בערלין, אויך די ענגלענדער זענען געקומען דרום-מערב זייט, אין די ריכטונג פון בערגן-בעלזן.
בערך 2,500 אידן האבן זיך אנגעגעבן אז זיי ווילן פארן אויף דעם טראנספארט, און די אידן זענען געווארן אנגעלאדענט אויף די וואגאנען.
איבער די טראנספארט און די וואגאנען, שילדערט אונז איינער פון די מיטרייזענדע, דער פעטער מוה"ר אהרן אונסדארפער הי"ו:
"...מען האט אונז ארויף געפירט אויף די וואגאנען, מיר האבן זיך דערזען אויף גאר א לאנגער קייט פון וואגאנען איינע נאך די אנדערע, מיר האבן זיך געשלעפט אין די שניי ארויף צו גיין אויף די וואגאנען, נאך אזויפיל מאל אין די לעצטע צייטן האבן מיר זיך ווידער דערזען אין די פארשאלטענע וואגאנען, ווידער האבן מיר זיך דערזען שטיין צודריקט איינער אויפן אנדערן אן קיין טראפ לופט צו אטעמען, אזוי זענען מיר געפארן אויף די וועג.
מיר זענען געפארן די גאנצע וואך, דער באן איז געפארן זייער לאנגזאם, און אויך האט מען זיך אסאך אפגעשטעלט אינדערמיט, מיר האבן נישט געוואוסט ווי אהין מען פירט אונז, ווייל דער באן איז נישט געפארן אויף קיין געהעריגן ריכטונג, נאר אהער און אהין.
נאכ'ן פארן כמעט א וואך האבן די עלטערע אידן צווישן אונז וואס די נעמען פון די שטעט איז פאר זיי געווען באקאנט, האבן געזאגט אז מיר זענען נאענט צו א שטאט מיט'ן נאמען "מאגדעבורג", מיר האבן נישט געוואוסט ווי אהין מען פירט אונז און וואס עס איז דער ציל פון פארן אזא לאנגע נסיעה, און פארוואס דער באן פארט אזוי לאנגזאם...".
צו וויסן וואס עס איז געווען דער סוד וואס עס איז געליגן אונטער דער לאנגזאמער נסיעה דורך די רוצחים ימ"ש, האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט, אז דאס איז געווען צוליב וואס די פירער פונעם טראנספארט האבן כסדר באקומען נייע באפעלן פון זייערע אויבערהארן וואוהין צו פירן דעם טראנספארט, וויבאלד זייערע אויבערהארן זענען געווען אונטער גרויס דרוק פון זייערע שווערע מפלות אין די קריג דורך די אליאירטע ארמייען, האבן זיי נישט געוואוסט וואו אהין צו פירן דעם טראנספארט.
אינעם ביכל "דער בלאזובער רבי" - וואו עס ווערט געשילדערט איבער דעם באן, וואס צווישן די רייזענדע האט זיך אויך געפונען הגה"צ אדמו"ר מבלאזוב זצ"ל - ליינען מיר וואס דער בלאזובער רבי האט פארציילט:
"...מען איז אוועק געפארן פונעם בערגן-בעלזן לאגער מיט די וואגאנען, מען איז אדורכגעפארן די שטעט האנאווער, און בערלין, אויך האט מען זיך אפגעשטעלט אינמיטן וועג עטליכע מאל, און גאר הויכע דייטשע אפיצירן וועלכע זענען געווען אויף "מאטארסייקל'ס", האבן איבערגעגעבן פרישע באפעלונגען פארן קאמענדאנט און פארן צוג-פירער.
דער קלאנג איז געווען אז די אמעריקאנער זענען שוין זייער נאנט, דער באן איז געפארן זייער לאנגזאם, במשך דער וועג איז מען אדורך געפארן אסאך וועלדער און וואסערן, דערנאך איז מען אנגעקומען נאנט צו די דייטשע שטאט "מאגדעבורג", און דארט האט זיך דער באן געשטעלט...".
מאגדבורג
עס ווערט דארט ווייטער געשילדערט וואס דער בלאזובער רבי האט פארציילט, אז דער צוג-פירער האט אים - ביים זיך אפשטעלן אין מאגדבורג - געלאזט רופן און אים אנפארטרויט מיט די סיבה פון די לאנגזאמע נסיעה די פאר טעג, אז דאס איז צוליב וואס זיינע אויבערהארן די דייטשן ווייסן נישט וואס צו טון מיט די אידן פונעם באן, וויבאלד דער שונא זייערער דערנענטערט זיך פון ביידע זייטן, און ער האט פארציילט פארן בלאזובער רבי'ן אז אט יעצט האט ער ערהאלטן א באפעל פארן צו פירן דעם באן איבער די עלבע טייך, און דארט זאל ער אונטערצינדן דעם באן מיט אלע אידן דערינען רח"ל, אדער זאל ער פירן דעם באן ביזן וואסער פון די עלבע טייך און דארט אריין פירן דעם באן דורך די חרוב'ע בריק אין וואסער אריין רח"ל...
דער צוג-פירער וועלכער האט געוויסט אז זייער מאכט זענען שוין ביים שוועל פון פארלירן, האט זיך דערזען אין א פראבלעם, אז אויב פירט ער אויס דעם באפעל און פירט דעם באן ביז צום עלבע טייך און ער מאכט א סוף צו די לעבן פון די אידן, וועלן די אליארטע ארמייען זיך אין גאר א נאנטע צייט נוקם זיין אין אים, עס וועט אים אפווארטן א שווערן שטראף, האט ער באשלאסן צו פארציילן פארן בלאזובער רבי'ן איבער דעם באפעל וואס ער האט באקומען פון זיינע אויבערהארען, און ער האט אים אויך אנפארטרויט מיט זיין געוואגטן פלאן אז ער וועט דירעקט פירן דעם באן זייער פאמעליך, און ער האט זיך איינגעבעטן ביים בלאזובער רבי'ן אז אזוי ווי ער איז א 'ראבינער' זאל ער מתפלל זיין אז די אליארטע ארמייען זאלן ווי שנעלער באגעגענען דעם באן, איידער ער וועט באין ברירה מוזן אויספירן דעם אפיציעלן באפעל פון זיינע אויבערהארען פון דייטשלאנד, און דאס אלעס וועט ער טון מיט'ן תנאי אז דער בלאזובער רבי וועט פאר אים עדות זאגן נאכ'ן באפרייאונג, אז ער האט געראטעוועט דעם גאנצן באן, און נישט אויסגעפאלגט דעם רשעות'דיג'ן באפעל פון זיינע אויבערהארען.
אפילו חרב חדה מונחת.. אל יתייאש
די אידן אינעם באן וועלכע האבן זיך דערוויסט איבער די פלענער פון די רשעים האבן זיך געגרייט צו מקדש זיין שם שמים, די לופט איז געווען שטיקעדיג און אנגעצויגן, און דער באן פארט זיך פאמעליך צום עלבן טייך, און פון צייט צו צייט שטעלט זיך דער באן אפ אויף א קורצע צייט, און מען לאזט דאן ארויס די אידן פון די וואגאנען אויף א גאר קורצע צייט, און יענע גורל'דיגע מינוטן, זיך געפונענדיג אינעם שטעטל 'פארסלעבן', ממש ממש אין די לעצטע רגעים פארן ממשיך זיין ווייטער מיטן וועג, און ענדגילטיג אויספירן דעם באפעל פון די הויכע פענסטערס צו פירן דעם באן איבער דעם עלבע טייך, און רח"ל מאכן א סוף צו די לעבן פון די ארום צוויי און א האלב טויזענט פארוואגעלטע און צובראכענע אידן, איז אנגעקומען די וואונדערליכע ישועת ה'...
ישועת ה' כהרף עין

אט ליינט א פרייע אידישע איבערזעצונג פון א באשרייבונג פון איינער פון די אמעריקאנער סאלדאטן, וועלכע זענען געווען די שליחים מן השמים צו ראטעווען דעם גאנצן טראנספארט, פאר עס ווערט אויסגעפירט דער ביטערער גזר דין דורך די רשעות'דיגע דייטשן . (דער באשרייבונג איז געשריבן געווארן אין יאר 2008 למספרם, ווי דער געוועזענער סאלדאט שילדערט זיינע זכרונות איבער די באפרייאונג פונעם באן).
פאלגענד איז דער שילדערונג:
אפריל 13 1945 למספרם
[ל' ניסן, א' דראש חודש אייר, ערב שבת קודש פ' תזו"מ שנת תש"ה לפ"ק]
"...דער דרייסיגסטער אפטיילונג פון די אמעריקאנער ארמיי האט באפרייט 'בראנסוויק', און דערנאך האט מען באפרייט 'מאגדעבורג' וועלכע איז אויף די מערב זייט פון די "עלבע טייך", וואס דער טייך האט אפגעטיילט צווישן די אמעריקאנער ארמיי מיט די רוסישע מיליטער.
צווישן די צוויי שטעט בראנסוויק און מאגדעבורג איז דא דער שטאט "היללערסלעבן", דארט איז דאן געווען א גרויסע נאצישע עירפארט (לופט באזע), דארט איז געווען געבויעט צוויי שטאקיגע באראקן פאר די דייטשע סאלדאטן, און דאס פלאץ איז נארוואס געווארן איינגענומען דורך די אמעריקאנער.
עס איז געווען א קליינע גרופע פון אונזער ארמיי וואס איז געגאנגען אויף טאנקען צו מאגדעבורג, און זיי זענען אריין אינעם שטעטל 'פארסלעבן' וועלכע איז ארום צען קילאמעטער מערב זייט פון 'מאגדעבורג', דער ציל פון די גרופע איז געווען צו זיכער מאכן אז דער פלאץ איז ליידיג פון נאצישע סאלדאטן, וואס אויב זיי געפונען זיך דארט קענען זיי אפווארטן אונזער ארמיי מיט אן אויפשטאנד.
די גרופע איז אריין אין פארסלעבן און עס באפרייט, אבער קיין נאצישע סאלדאטן האבן זיך שוין נישט געפינען דארט.
אבער איין גרופע האט אנדעקט א לאנגער באן וואס געפינט זיך אויף די שינעס, און ווי נאר די נאציס [ימ"ש] האבן געזען די אמעריקאנער ארמיי קומען זענען זיי אנטלאפן פון דארט.
אסאך פון די אידישע רייזענדע פון די באן זענען געזעצן נעבן די באן אויף די גראז און זיך אפגערוהט, דער באן האט ענטהאלטן צוויי און האלב טויזענט אידן, זיי האבן אפאר טעג בעפאר פארלאזט מיט דעם באן דעם טויט לאגער "בערגן-בעלזן", מענער, פרויען און קינדער זענען אלע געווען אריינגעפאקט אין עטליכע וואגאנען, א קליין טייל זענען געווען אין מענטשליכע וואגאנען, און רוב זענען געווען סחורה וואגאנען, מען האט עס גערופן "די פערציג און אכט וואגאנען" ד. ה. אז אין אזא וואגאן קען מען פירן אדער 8 פערד אדער פערציג מענטשן. אין אט די וואגאנען זענען געווען אריינגעקוועטשט ארום זעכציג-זיבעציג אידישע קאצעטניקעס געפאקט אזוי ווי סארדינען [ה"י].
די סיבה פארוואס די נאציס האבן זיי נישט עקסטערמינעטעד [גע'הרג'ט] פריער, ווייסן מיר נישט .
די נאציס האבן נישט געוואלט מען זאל זען זייער ברוטאלע אויפפירונג האבן זיי געטריבן די אידן פון בערגן בעלזן מיטן באן מער אויף מזרח צו די זייט פון די "עלבע טייך", און ווען זיי זענען געווארן אינפארמירט אז עס לוינט נישט צו גיין ווייטער אהין ווייל די רוסן זענען שוין נישט דארט, האט זיך דער באן אויסגעדרייט און געפארן צו די זייט פון פארסלעבן, און דארט האט מען זיי אינפארמירט אז פון דארט קומט דער אמעריקאנער ארמיי, איז דער באן געבליבן שטיין אין פארסלעבן און זיי האבן געווארט אויף ווייטערדיגע באפעלן ווי אהין צו פארן.
דער קאנדאקטער האט באקומען א באפעל צו פירן דעם באן איבער די עלבע טייך, און דארט אונטערצינדן דעם באן מיט אלע אידן דערינען... [רח"ל] אדער זאל ער פירן דעם באן ביזן וואסער פון די עלבע טייך און דארט אריין פירן דעם דורך די חרוב'ע בריק אין וואסער אריין...[ה"י].
דער קאנדאקטער האט געצווייפעלט דערין, ווייל ווען ער טוט איינע פון די וועגן וואלט דאס באדייט פאר אים אליין זעלבסט מארד, און בשעת'ן טראכטן וואס צו טון האט אונזער ארמיי אנטדעקט דעם באן [בחסדי השי"ת].
די קאצעטניקעס וואס זענען געווען אין די געהעריגע וואגאנען זענען געזיצן אינדרויסן אויף די גראז און זיך אפגערוהט, אבער די פון די פראכט וואגאנען זענען נאך געווען איינגעשפארט אין די וואגאנען, אונזער ארמיי וואס האט דאס אנטדעקט האבן נישט געגלייבט וואס מיר זען, ווי אזוי עס קוקט אויס די שווערע מצב פון די קאצעטניקעס, ובפרט נאכדעם וואס עטליכע אידן דארט האבן אנגעהויבן צו פארציילן זייערע איבערלעבענישן.
די ערשטע זאך נאך וואס מיר האבן באפרייט די באן, האבן מיר אויפגעמאכט די פראכט וואגאנען און ארויסגעלאזט און באפרייט די אידן פון דארט, אסאך פון זיי זענען געווען אזוי דערשראקן אז אפילו זיי האבן געזען אז מיר זענען אמעריקאנער סאלדאטן האבן זיי געפערליך מורא געהאט, ווייל די נאציס האבן זיי איינגערעדט אז אויב זיי וועלן אריינפאלן אין די הענט פון די אמעריקאנער וועלן זיי גלייך גע'הרג'עט ווערן... די אידן האבן ווייניג געוואוסט וואס עס ווארט זיי אפ אויף די פרייע וועלט.
זייענדיג אזוי צושטיפט אין די וואגאנען פאר אזא לאנגע צייט, מיט נאר איין מאל א טאג באקומען א מאלצייט וואס עס איז באשטאנען פון קאלטע קארטאפל זופ, איז געווען א וואונדער אז רוב זענען נישט געשטארבן, זיי זענען געווען אזוי צוזאמגעדרוקט אז זיי האבן נישט געהאט קיין פלאץ צו זיצן אדער זיך אראפ צו לייגן, נאר זיי האבן געמוזט שטיין די גאנצע צייט אויף די פיס, ביז זיי זענען צוזאמגעפאלן פון גרויס שוואכקייט, אויך איז בכלל נישט געווען דארט צוגעשטעלט קיין מענטשליכע געברויכן... (צוליב פארשטענדליכע סיבות האבן מיר דא אויסגעלאזט איינצעלע שורות ווי עס ווערט געשילדערט דער ביטערער שפל המצב וואס די אידן אויפן וואגאן האבן נעבעך געמוזט אדורך גיין.)
איך האב געהאט געהערט ביז דאן פון די רשעות'דיגע באהאנדלונגען מיט וועלכע די נאציס זענען זיך באגאנגען מיט די אידן און מיט די אנדערע קריגס געפאנגענע, אבער איך האב געטראכט אז עס איז סתם איבערגעטריבן און פראפאגאנדע, אבער דעמאלטס האב איך אנגעהויבן צו זען זייער אמת'דיגע רשעות, די אוממענטשליכקייט פון די נאציס האבן זיך אפגעשפילט פאר מיינע אויגן, די מצב פון די מענטשן זענען געווען א סאך נידריגער ווי מען קען זיך פארשטעלן.
די וויכטיגסטע זאך איז דאן געווען צו באקומען עסן, וואסער און מעדיצינישער הילף פאר די קאצעטניקעס, האבן מיר גערופן א מעדיצינישער גרופע וואס זענען שנעל געקומען צו די באן זיך אפצוגעבן מיט די אידן.
איין קאמאנדיר פון אונזער ארמיי האט זיך געשאפן קאנטאקט מיט די מעיאר פון פארסלעבן, און אן טראכטן קיין סאך האט ער באפוילן פארן בירגערמייסטער אז ער זאל הייסן פאר אלע מענטשן פון די שטאט צו צוזאם נעמען אלע עסן, קליידער, זייף און רייניגונגס מאטריאל, אז מען זאל זיך קענען אפגעבן מיט די אידן, נאכדעם האבן זיי געהייסן אז מען זאל שאפן ווי מער הייזער פאר די היימלאזע עלטערע אידן, און פאר די משפחות מיט קינדער, זיי האבן געמאכט א חשבון אז אזוי ווי די דייטשע האבן געברענגט די אידן צו דעם מצב, איז יעצט זייער פליכט זיך אפצוגעבן מיט זיי.
קודם האבן די מענטשן נישט געוואלט פאלגן, האט מען זיי געסטראשעט אז מען גייט הרג'ענען דעם מעיאר דורכ'ן אנהאלטן א רעוואלווער צו זיין קאפ, אזוי האבן זיי שוין געפאלגט...
דער מעיאר האט געהייסן אז א יעדער זאל ארייננעמען עטליכע אידן אין זיין הויז און זיי מאכן באקוועם, דאס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס די אידן האבן געפילט א טעם פון א "היים" נאך אזויפיל חדשים אדער יארן פון אוממענטשליכע באדינונגען.
מיין ארבעט איז געווען צו פארשאפן טראנספארטאציע מיטלען פאר די איבער 2,500 אידן, זיי צו קענען אריבערפירן קיין היללערסלעבן וואס איז ארום צען קילאמעטער פון פארסלעבן, מען מוז צולייגן אז עס איז נישט מעגליך געווען צו פארן דירעקט אהין ווייל אלע בריקן זענען געווען באמבאדירט אדער אונטערגעצונדן דורך די אנטלאפענע נאצישע ארמיי, האט מען געדארפט פארן דורך זייטיגע וועגן וואס דאס האט אסאך פארלענגערט די וועג, און אזוי ווי איך בין שוין געווען באקאנט אין די וועגן האט מען מיך אויסגעקליבן פאר די ארבעט אריבערצופירן די אידן.
נאכדעם וואס מען האט זיי ארויפגעלייגט אויף טראקס האט מען זיי געפירט קיין היללערסלעבן, וואס דאס פלאץ איז געווארן איבערגעגעבן פאר די אמעריקאנער מיליטערישע גאווערמענט.
די אידן זענען נעבעך געווען פיל מיט לייז אויף זייער קערפער און אויף די קליידער, האבן מיר אין היללערסלעבן באשפריצט זייערע קליידער מיט DDT, און מיר האבן זיי אפגעוואשן, און נאכדעם האבן מיר זיי געגעבן אנצוטון נארמאלע קליידונג, מען האט א יעדן מסדר געווען מיט עסן און קליידונג און זיי געהאלפן זיך צוריקקערן צו זייערע היימלענדער.
רוב אידן זענען געווען פון פוילן, רוסלאנד, און אנדערע מזרח אייראפעישע לענדער, אסאך האבן מורא געהאט צוריקצוגיין אהיים, רוב האבן אויסגעקליבן די ברירה פון בלייבן אין דייטשלאנד אדער זיך אריבער צו ציען צו די מערב אייראפעישע לענדער.
צוביסלעך האבן זיך אסאך אידן אריבערגעצויגן קיין ארץ ישראל, און אסאך האבן פארשאפט פאספארטן קיין ענגלאנד, קאנאדא און קיין אמעריקע, איך בין געבליבן דארט אפאר חדשים און דערנאך בין איך אהיים געפארן....".
עס איז וויכטיג צו צוגעבן וואס דער סאלדאט דערמאנט נישט אין דעם באשרייבונג, אז עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט, אז די גרופע אמעריקאנער סאלדאטן האבן בכלל נישט געדארפט זיין אויף דעם פלאץ, עס איז געווען א וואונדערליכע השגחה פרטית אז דער גענעראל פון די סאלדאטן וועלכע האבן באפרייט דעם באן, האט באשלאסן צו פארקירעווען דעם וועג, און וועלענדיג ראטעווען ווי מער אידן פון געפענגעניש, האט ער זיך דערווייטערט מיט 300 מייל פון די אמעריקאנע בייזע צום ריכטונג פון מזרח-דייטשלאנד, א זאך וואס האט געקענט זיין א גרויסע קריג'ס פאברעכן, און אזוי ארום האבן די סאלדאטן באפרייט דעם באן און די לעצטע רגעים.
עס שטעלט זיך א סך הכל פון עטליכע געוואלדיגע השגחה פרטית'ער, ווי אזוי דער אייבערשטער האט אריינגעלייגט אין קאפ פון דעם צוג-פירער צו פארלענגערן די וועג אויסצופירן דעם באפעל, און דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין קאפ פון דעם גענעראל צו פארקירעווען דעם וועג, און אזוי ארום איז געשען די הצלה פון די ארום 2,500 אידן ממות לחיים ומאפילה לאור גדול.
פארסלעבן - היללערסלעבן
ערב שבת קודש פרשת תזריע-מצורע, דעם ערשטן טאג ראש חודש אייר שנת תש"ה לפ"ק, איז געווען דער גליקליכער טאג וואס דער זיידע ר' אלי' און די באבע רבקה מיט א טייל פאמיליע מיטגלידער, זענען באפרייט געווארן צווישן די אנדערע הונדערטער רייזענדע אויף דער באן, און זיי זענען פונעם שטעטל 'פארסלעבן' געפירט געווארן צום דערנעבעדיגן שטאט 'היללערסלעבן'.
שקעה חמה
אין היללערסלעבן האט מען האט זיך קוים אנגעהויבן אביסל צוזאם קלויבן פון די שווערע איבערלעבענישן פון די פארגאנגענע צייטן, אבער דא האט זיך אנגעריקט א שווערע און ביטערע צרה, דער זיידע ר' אלי' איז נאכ'ן דורך גיין די אלע שווערע ביטערע צרות געווען זייער שוואך, און ער איז ליידער געווארן שוואכער און שוואכער פון טאג צו טאג, ער האט זיך ליידער געמוטשעט מיט די שווערע טיפוס קרענק, די אמעריקאנע סאלדאטן וועלכע האבן נישט געוואלט אז איינער זאל איבערכאפן פונעם צווייטן די שווערע קרענק, האבן אפגעטיילט אלע קראנקע מענטשן און זיי געלייגט אין א באזונדער בנין, וועלכע האט געדינט אלס דער 'שפיטאל', דער זיידע ר' אלי' איז אויך גענומען געווארן צו דעם בנין, און ער איז דארט רח"ל געליגן אין זייער א שווערע מצב.
די משפחה מיטגלידער האבן נישט גערוהט, מען האט איינגעשטעלט און זיך דערנענטערט צו אים און אים פרובירט צו געבן לייכטע עסן, ער זאל אביסל קומען צו די כוחות, אבער ער האט שוין ליידער פון גרויס שוואכקייט גארנישט געקענט פארדייען.
אויך אין יענע לעצטע טעג האט דער זיידע נישט געוואלט הערן פון עסן א זאך וואס האט א חשש איסור, און ווען מען האט אים געוואלט געבן גרינגע עסן ווי זופ וכדו', האט ער דאס בשום אופן נישט האט געוואלט עסן, מורא האבנדיג אז אפשר האט מען דאס געקאכט מיט א דבר איסור, און טראץ וואס די בני המשפחה האבן זיך געבעטן ביי אים אז ער זאל דאס עסן ווייל זיין לעבן איז אין א סכנה, האט ער מיט מסירות נפש דאס אפגעזאגט, נישט קענענדיג נעמען אין געדאנק אריין צו נעמען אין מויל א מאכל וואס האט סיי וועלכע חשש איסור .
למעשה איז דער זיידע געווארן מער און מער אפגעשוואכט, און ווי א אייניקל פארציילט האבן - אין זיינע לעצטע טעג - די סאלדאטן פון די אמעריקאנע ארמיי געזאגט אז אויב מען וועט אים גיבן ווארימע מילך יעדן טאג וועט מען נאך קענען צוריקברענגען זיין חיות, דאס אייניקל האט אים אין זיינע לעצטע צוויי טעג פרובירט אריין צו טראפן אין זיין מויל אביסל ווארימע מילך און פרובירט אים צוריק צו ברענגען זיין חיות, אבער עס האט שוין ליידער גארנישט געהאלפן, און אינעם טאג ד' לחודש סיון אין יאר תש"ה לפ"ק, איז אינעם שפיטאל בנין אין היללערסלעבן דעם זיידן רבי אלי'ס אויסגעלייטערטע נשמה ארויף אין הימל במעלת קדושים וטהורים.
לקבר ישראל
די השגחה עליונה האט אזוי געפירט, אז טראץ וואס דער זיידע ר' אלי' איז טאקע נישט ווייטער אנגעגאנגען מיטן לעבן נאכ'ן באפרייט ווערן פון די ביטערע צרות, און ער איז נפטר געווארן אין ווייניגער ווי 5 וואכן נאכ'ן באפרייאונג, האט ער אבער יא זוכה געווען צו קומען לקבר ישראל, צו וואס טויזענטער און מיליאנען אידן האבן אין יענע צייטן ליידער נישט זוכה געווען. אין א בחינה פון "רצון יראיו יעשה" איז מקיום געווארן דעם זיידנ'ס רצון וואס ער האט במשך די צרות צייטן זיך אויסגעדריקט, אז "דער אויבערשטער זאל אים אוועק נעמען ווען ער איז אויף די פריי" .
איבער די קבורה פונעם זיידן, וועלן מיר איבערגעבן דאס ווארט פאר אונזער פעטער הישיש מוה"ר אהרן אונסדארפער הי"ו, וועלכער איז אויך געווען צווישן די באפרייטע אויף דעם זעלבן באן פונעם בערגן בעלזן לאגער, און זייענדיג נאכ'ן באפרייאונג אין היללערסלעבן האט ער בנדבת לבו עוסק געווען אין חסד של אמת, און ער האט זיך מיט זיינע צוויי הענט אפגעגעבן מיט גרויס געטריישאפט צו מקבר זיין די נפטרים, פאלגענד איז א טייל פון זיין שילדערונג וואס ער פארציילט אונז איבער יענע טעג:
"זייענדיג אינעם בערגן בעלזן לאגער זענען געקומען די דייטשן ימ"ש און אונז געפירט קיין היללערסלעבן, מיר זענען געפארן צוזאמגעשטופט אין א צוג מיט אסאך וועגענער, ווי עס האבן זיך געפונען ארום 2,500 נפשות, מיר זענען געווען צוזאמגעשטופט אויף א געפערליכן פארנעם, ביז עס איז געקומען דער טאג וואס די אמעריקאנע סאלדאטן האבן איבער גענומען דעם באן, און אונז געמאלדן אז מיר זענען באפרייט, זיי האבן אונז געפירט קיין היללערסלעבן, די אמעריקאנע האבן אונז דארט געגעבן עסן, און אסאך פון די באפרייטע אידן האבן פון גרויס שוואכקייט נישט געקענט אריין נעמען אין מויל קיין געהעריגע עסן, וויבאלד זיי האבן נישט געהאט קיין כח צו שלינגען.
ביי אנדערע איז געווען א פראבלעם אז זייענדיג אויסגעהונגערט האבן זיי נישט אכט געגעבן און געגעסן אן א מאס, איך מיט עטליכע פון מיינע פריינד, זענען ארום געגאנגען אינעם לאגער פון שטוב צו שטוב, און מיר האבן געווארענט מען זאל נישט עסן קיין סאך, וויבאלד עס קען שאטן פארן געזונט נאכן נישט עסן געהעריג אזא לאנגע צייט, מיר האבן געזאגט אז מען זאל נישט עסן קיין אויל און קיין צוקער, מען זאל אנווארעמען די וואסער פארן טרינקען, און אזוי ווייטער, אסאך אידן זייענדיג נעבעך אזוי אויסגעהונגערט האבן זיי אונז נישט געפאלגט, און אסאך אידן זענען נעבעך דארט נפטר געווארן.
איך מיט מיינע פריינד האבן געזען אז דא איז שייך דער כלל פון "במקום שאין אנשים השתדל להיות איש", און מיר האבן עוסק געווען אין די גרויסע מצוה פון טון "חסד של אמת", מיר האבן גענומען די נפטרים און געמאכט פאר זיי א טהרה, מיר האבן צוזאמגעקלאפט העלצער און געמאכט פון דעם א וואגן צו טראגן די נפטרים.
די געפערליכע טיפוס קרענק האט זיך ליידער שטארק פארשפרייט אין לאגער, די אמעריקאנע סאלדאטן האבן זיך נישט קיין סאך אפגעגעבן צו אויסהיילן די פילע אידן וועלכע האבן באקומען די ביטערע טיפוס קרענק און פארשידענע אנדערע מחלות, אזויפיל האבן זיי יא געטון, אז זיי האבן באשטימט איין גרויסן בילדינג פאר א שפיטאל, צו האלטן די קראנקע אפגעטיילט, עס זאל זיך כאטשיג נישט איבערכאפן די קרענק ווייטער.
צווישן די באפרייטע פון די לאגער איז געווען דער צדיק רבי אלי' שפיטצער ז"ל און זיין ווייב רבקה [ע"ה], און א טייל פון זייערע קינדער און אייניקלעך, איך האב מסביר געווען פאר מיינע פריינד מיין קשר מיט דעם רבי אלי', אז מיין שוועסטער יהודית [ע"ה] איז פאר די קריג א כלה געווארן צו זיין זון מאיר משה [ז"ל], און אויב זיי זענען געבליבן לעבן, וועלן זיי בעזרת השם חתונה האבן.
רבי אלי' שפיטצער איז געווען זייער שוואך, אזוי ווייט אז זיין בית הבליעה האט שוין נישט געקענט פארדייען דאס עסן פון גרויס פארטריקענטקייט, און אפילו ווען מען האט אים געוואלט געבן צו עסן זופ וואס מען האט געקאכט פון די אפּפַאל פון די בהמות, האט ער דאס נישט געוואלט עסן, אויס מורא אז מען האט געקאכט דערין א דבר איסור, וויפיל זיינע בני משפחה האבן זיך געבעטן ביי אים און פרובירט אים מסביר צו זיין אין וואספארא סכנה ער געפונט זיך, האט ער דאס נישט געוואלט עסן, מיר האבן פרובירט אים צו געבן צו טרינקען ווארימע וואסער, אבער ער איז נישט געווען בכח דאס אריין צו נעמען אין זיך, אין זיינע לעצטע רגעים האבן מיר געזען ווי זיין מויל שעפשעט מיט תפלות, מיר האבן נישט פארשטאנען וואס ער זאגט, אבער פון זיינע אויגן און אויף אויסקוק האבן מיר געזען אז ער פילט אז עס איז געקומען זיין צייט... און דער צדיק האט מיט שמחה אנגענומען די גזירה פון באשעפער, און אויף מיינע קניען האט ער אויסגעהויכט זיין ריינע נשמה.
מיר האבן אויסגעגראבן א קבר נעבן דעם שפיטאל, טראץ וואס די ארטיגע דארפישע גוים האבן אונז נישט געלאזט, זיי האבן גע'טענה'ט אז מען קען נישט מאכן דא א קבר ווייל עס נעמט אוועק די שיינעם אויסקוק פון די גרינע גראז, מיר האבן זיך אקעגן געשטעלט קעגן זיי, און מיר האבן דארט געברענגט לקבורה דעם רבי אלי' זכר צדיק וקדוש לברכה, איך האב געלייגט א האלץ וואס איך האב אויפגעשריבן דערויף די ר"ת פון זיין נאמען א.ש. עס זאל געבן א סימן ווי ער ליגט, אינאיינעם זענען דארט געקומען לקבורה 138 אידן ינוחו בשלום על משכבם."
דער ביה"ח אין היללערסלעבן
איידער מיר שליסן דעם קאפיטל איסער דעם זיידן רבי אלי', איז וויכטיג צו פארשרייבן די השתשלות איבער די מקום קבורה פונעם זיידן זינט די אידן האבן איבערגעלאזט דעם היללערסלעבן ביז צום היינטיגן טאג.
אין יענע צייט נאך וואס דער זיידע איז געקומען לקבורה אין היללערסלעבן, האבן אלע באפרייטע אידן צוביסלעך איבערגעלאזט דעם שטאט היללערסלעבן, און יעדער איז זיך צופארן ווי זיין הארץ האט באגערט, און אזוי איז פארלאפן אסאך יארן, ווען אינצווישן האבן די רוסישע רעגירונג געוועלטיגט אויפן שטאט, און עס איז נישט מעגליך געווען פאר קיינעם אהין אנצוקומען.
אסאך יארן זענען פארלאפן און מען האט נישט געוויסט דעם מצב פונעם ביה"ח מיט די 138 נפטרים, אינצווישן - ווען מען האט שוין יא געקענט אהין פארן - האט מען אנגעפרעגט פון די דייטשע באהערדע איבער די מצב פונעם ביה"ח, האבן זיי געשריבן א בריוו אז די ביה"ח האבן די רוסן ליקווידירט, און זיי האבן אוועק געווארפן די עצמות.
אין א תקופה שפעטער איז מען דאס מער נאכגעגאנגען, און דורך פארשידענע עדות און בדיקות אויפן ארט, מיט די השתדלות פון די "אתרא קדישא" ארגעניזאציע - און מיט די געטרייע הילף פון אונזער פעטער מוה"ר אהרן אונסדארפער הי"ו, וועלכער איז געווען פון די קברנים ווי אויבן דערמאנט, און ער האט זיך מטריח געווען בטירחה דגופא אראפצופארן אויפן ארט צו ווייזן דעם גענויען פלאץ וואו עס איז די מקום קבורה פון די אידן - האט מען פעסטגעשטעלט אז דער ביה"ח איז בעז"ה אומבארירט, עס איז געווארן קלארגעשטעלט אז די רוסן האבן טאקע געהאט גענוצט דאס פלאץ פאר א שפיל פלאץ, אבער זיי האבן נישט צוגערירט די ערד, נאר זיי האבן דאס צוגעדעקט דאס פלאץ מיט צעמענט און מיט זאמד, דאן האט מען מיט גרויס שתדלנות - דורך אונזערע חשוב'ע בני המשפחה, אייניקלעך פונעם זיידן ז"ל, אינאיינעם מיט נאך עטליכע חשוב'ע משפחות וועמענס עלטערן זענען געקומען לקבורה אינעם ארטיגן ביה"ח - ארום גענומען דאס פלאץ מיט א דויערהאפטיגן צוים, און א דאנק די שתדלנות האט די ארטיגע רעגירונג געצאלט די גרויסע קאסטן דערפון, און אין יאר תשנ"ח האט מען געשטעלט א מצבה אויפן ציון פונעם זיידן רבי אלי' זצ"ל, און נאך משפחות האבן געשטעלט א מצבה.
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

אדרבה, ויתן לך לאז דיך הערן וואס די ווייסט איבער די נושא. און פון ווי די נעמסט דיינע מקורות
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

ויתן לך האט געשריבן: לויט ווי איך האב געהערט איז דאס יא אויפן פונקטליכן מקום הקבורה, טאקע לויט די עדות פון הרב אונסדארפער און נאכדעם האט אתרא קדישא פעסגעשטעלט אז עס איז טאקע דא אלאך פונקט אויף די פלאץ.

טראץ די עדות פון הרב אונסדארפער האט מען נישט געקענט פעסט שטעלן אויף 100% די מקום מנוחה און ווי איידער שטעלן די מצבה - בספק - אויף א צווייטנס פלאץ האט מען אויסגעוועלט צו שטעלן די מצבות ביים סוף פונעם ביה"ח.

וראי' לדברי,איז נישט אינטערעסאנט אז פונקט די משפחות וואס האבן געלייגט פרישע מצבות ליגן זייערע עלטערן איינער נעבן צווייטן?
אויך די בילדער, איז דא א בילד פון ר' אלי' שפיטצער'ס ארגינעלע מצבה, אויף די ארגינעלע בילד זעהט מען די בנין אינעם הינטערגרוד און די נייע מצבה ליגט אינגאנצן אינעם אנדערן זייט.

א צייט צוריק ווען משפחת שפיטצער איז געפארן פוקד זיין על קברי אבות האבן זיי יא מתפלל געווען אויפן מקום וואס איז אנגענומען אז די זיידע ליגט דארט.
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5269
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

שה אחד האט געשריבן: אדרבה, ויתן לך לאז דיך הערן וואס די ווייסט איבער די נושא. און פון ווי די נעמסט דיינע מקורות

אזוי האב איך גהערט, אבל לאו דווקא אז מיין מקור פון וועמען איך האב גהערט האט ממש מדייק געווען
איך בין אויך א אייניקל פון רבי אליה ז"ל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6781
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

יישר כח "שה אחד" פאר די שיינע באשרייבונג!

אפשר לייגט איר ארויף בילדער און דאקומענטן וואס די אייניקלעך האבן איבער הילערסלעבן
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

יציב פתגם האט געשריבן: יישר כח "שה אחד" פאר די שיינע באשרייבונג!

אפשר לייגט איר ארויף בילדער און דאקומענטן וואס די אייניקלעך האבן איבער הילערסלעבן

דאס פאלגענדע איז א לינק צו די וועבסייט פון די אפטיילונג אין אמעריקאנע ארמיי וואס האט באפרייט די אידן אין הילערסלעבען
http://www.30thinfantry.org/holocaust.shtml
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

"יציב פתגם" דאס וואס דו שרייבסט אויבן ביי א בילד
יהודי ניצול השואה בוכה על מצבת אמו שנפטרה ונקברה בהילערסלעבן
ווער איז דער איד און ווער איז זיין מאמע בעלת מצבה?
לפי ידיעתי איז דא דארט נאר 3 מצבות רבי אלי' שפיצער (זיידע פון משפחת שפיצער המפורסם) רבי חיים קלמן שווארץ (זיידע פון ר' ישעי' שווארץ מראה"ק פאפא און פון הג"ר חיים קלמן קליין אב"ד סעליש) און פון מרת חי' גליק (כ'מיין אז ס'די מאמע פון ר' יאנקל גליק דער גבאי אין סאטמאר) מילא תנהסתם ליגט יענער איד נישט אויף זיין מאמעס מצבה. קלאר ביטע אויס די מקור פונעם בילד און מען פרטים.
אויך אויב ווייסטו עפעס מער איבער היילערסלעבן אין בילדער שטעל עס ארוי. איך בין בקשר מיט א אייניקל ממשפחת שפיצער וועלכער איז עוסק אין א ברייטע באשרייבונג איבער היעללערסלעבן, יעדע פרט גיט צי צום שלימות.
אגב אויך די רעבעצין וועלכע האט חתונה געהאט מיט'ן קראסנא רב זצ"ל איז געווען א שנור פון ר' אלי' שפיצער און זי מיט אירע צוויי טעכטער הרבנית ליכטער ע"ה און תבלח"ט הרבנית פריעד תחי' זענען געווארן באפרייט אין היללערסלעבן
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

האט איינער פרטים איבער רבי מאיר משה שפיצער וואס יציב האט אריינגעשטעלט זיין מצבה?
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

שה אחד האט געשריבן: האט איינער פרטים איבער רבי מאיר משה שפיצער וואס יציב האט אריינגעשטעלט זיין מצבה?

ער איז דער שווער פונם לאשאנצער רב הידוע בשמו הטוב ר' ישראל מענדל שווארץ שליט"א,
[ער האט נאך קינדער]
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”