עצות פאר די וואס מאכן חתונה א קינד

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

קענסט חתונה מאכן מיטוואך אויכעט, אן קיין מוזיק פיקטשערס וכו',
ווער לאזט דיך נישט?
אוועטאר
בעל דעת
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: אם אין דעת הבדלה מנין

לעצטענס זע איך אז עס ווערט א מדובר איבער מאכען די חתונה אום פרייטאג צו נאכטס. דאס וואלט געווען א געוואלדיגע ישועה אויף אזויפיל פראנטן אז נאר (די איינציגסטע פראבעלם איז נאר אז עס איז נאר דא א שבת איינמאל אין 7 טאג......)
מען קען זיך שפארן (הויכע טויב מאכנדע) מיוזיק , פיקטשערס, שבת שבע ברכות , און אסאאאאאך אנדערע ציגעהערען, הלוואי מען קען דאס איינפירען ביינונז.

דערמאנט מיר ווען ר' מיילעך שווארטץ האט חתונה געמאכט פארייטיג צינאכטס צי שפארען געלט, האט אים זיין ברידער ר' פנחס דוד ע"ה געזאגט אז נעקסטע מאל זאל ער חתונה מאכן יו"כ אויף דערנאכט וועט ער איישפארן די עסן אויך
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אין לעיקוואוד איז געווען אזא חתונה פרייטאג פארנאכטס און עס איז געווען א גרויס סוקסעס
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן: אין לעיקוואוד איז געווען אזא חתונה פרייטאג פארנאכטס און עס איז געווען א גרויס סוקסעס

די חתונה האט זיך אנגעהויבען פרייטאג פארמיטאג.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

זינגער האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן: אין לעיקוואוד איז געווען אזא חתונה פרייטאג פארנאכטס און עס איז געווען א גרויס סוקסעס

די חתונה האט זיך אנגעהויבען פרייטאג פארמיטאג.

מןןןדאי מען טאר נישט מאכן א חופה שבת, נאר די סעודה, די רבי ז"ל די ברך משה האט אויך חתונה געהאט פרייטאג צונאכטס
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

וויפיל קאסט א הגדה מתנה פאר די כלה?

פאר׳ן חתן ״מוז״ נישט זיין אנטיק לעדער, אבער פאר א כלה קאסט בערך $150.

אמת?
אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפיקעל »

געקויפט א הגדה פאר 110 פלוס ענגראווינג
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

טיפיקעל האט געשריבן: געקויפט א הגדה פאר 110 פלוס ענגראווינג


כפתור / עטרת?
אנטיק לעדער?
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

ליהוי ידוע, איך האלט אויך יעצט ביים חתונה מאכן א קינד בשטומ"צ, און איך האב געקוקט פרייזן
א סעט לעדערנע מחזורים אינקלודעד הגדה של פסח, איז ביי די חתונה מאלל ביליגער און ביליגער און ביליגער ווי סיי וואו ערגעץ אנדערש
איר קענט עס אליינס אויסטשעקן
אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפיקעל »

כפתור - אנטיק לעדער

נישט די ווייסע, מען זאגט אז נאך א שטיק צייט זעט די ווייסע נישט אויס גיט
אוועטאר
בעל דעת
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

זבחי צדק האט געשריבן: ליהוי ידוע, איך האלט אויך יעצט ביים חתונה מאכן א קינד בשטומ"צ, און איך האב געקוקט פרייזן
א סעט לעדערנע מחזורים אינקלודעד הגדה של פסח, איז ביי די חתונה מאלל ביליגער און ביליגער און ביליגער ווי סיי וואו ערגעץ אנדערש
איר קענט עס אליינס אויסטשעקן

קודם מזל טוב אסאך יודיש נחת
די וואס מען פארקויפט אין די מאלל איז א שוואכערע קוואלטי, מיר האבן שוין חתונה געמאכט עטליכע זין קע"ה, מיט דיעם אלעם האלט איך נאך אלטס אז פיעלט נישט אויס די טייערע קוואלעטי
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

ידידי בעל דעת
כ'בין מחולק מיט אייך
ס'פיינע קוואלעטי, סך בעסער פון דאס וואס יאך האב געקריגן.... [ווען האסטו לעצטעס מאל דארט באזוכט?, מסתמא אסאאאך בעפאר דעם גרויסן שניי......]
צובראכנע לוחות
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 25, 2015 7:02 pm

הנה צעקת בני ישראל באה אלי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צובראכנע לוחות »

הנה צעקת בני ישראל באה אלי!
הזהו העם החכם ונבון?
וואו אזוי האבן מיר זיך דערקייקלט צו אזא מין צודרייטע שפל-המצב, ווען וועט מען שוין בטל מאכן איינמאל פאר אלעמאל די אלא נארישע הוצאות פאר א חתונה, און צוריק גיין חתונה מאכן כמו שנהגו אבותינו בדור הקודם, ווער עס ווייסט זענען רוב פון די אזוי געריפענע איינגעפירטע מנהגים (מנהג אותיות גיהנם) קומען פשוט פון די גויים, ואכמ"ל, און זייער אסאך פון זיי זענען נאר פארשווענעדישן לפי שעה, וואס געציל אביון טרייט צו אימפרעסן שמערל עני, און עס פאסט נישט פון די אלע שוועת עניים וצעקת הדל וואס קומען צו די שמחה.
אמת אז די חתונה תקנות זענען א געוואלדיגע ברכה, אבער עורו נא התעוררו נא, צו מאכן דראסטישע טוישונגען אין די גאנצע סדר. והצילו את כלל ישראל מחורבן ואבדון.
https://thechesedfund.com/cause/chsuna
א שטאלץ פאר איי וועלט!!
העלפטס א חבר במתן בסתר!
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

א קלוגער מחותן, האט מיר לעצטנס געזאגט, ער האט געפרעגט דעם חתן, צי ער איז מוותר אויפן [נייעם-מנהג] לעדערנעם סעט מחזורים, וועט זיך באגנוגן מיט א פשוטע סעט, און אנשטאט וועט ער עם קויפן א פרנקל רמב"ם,
גוטע איידיע!
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8855
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

זבחי צדק האט געשריבן: א קלוגער מחותן, האט מיר לעצטנס געזאגט, ער האט געפרעגט דעם חתן, צי ער איז מוותר אויפן [נייעם-מנהג] לעדערנעם סעט מחזורים, וועט זיך באגנוגן מיט א פשוטע סעט, און אנשטאט וועט ער עם קויפן א פרנקל רמב"ם,
גוטע איידיע!

געהערט ענדליך
א מחותן האט געזאגט פאר זיין חתן איך געב דיר נישט קיין עכטן זייגער
אנשטאט דעם געב איך דיר א מגילה ...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע:עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

אן אלטע זאך אן אנגענומענע זאך ביי אונז (איך מיין שוואגער און מיינע חבירים) אנשטאט א גאלדענע זייגער א סעט שו"ע
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20186
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

נאטרוליסט האט געשריבן: די נאמבערס פון מיין עקספיריעס:

שבת באווארפן אדער שבע ברכות 3500 - מינימום.
דיימאנד רינגל 1,500 - מינימום.
פורניטשער 5,500 א צד, דורכשניטליך.
חתונה נאכט 8,000 א צד (נישט אולם עקשטיין אדער פרדס).



פורניטשער5,500$ א צד, דורכשניטליך???

$11,000 total אויף פורניטשער?
---


אין אירופה געבט מען אויס דורכשניטליך $450 א צד, אויף פורניטשער.
מען דינגט א דירה פארן חתן כלה.
די דירה האט שוין געווענטליך אלע פורניטשער וואס מען דארף.
אבער אמאל פעלט א וויכטיגער זאך און די מחותנים קויפן עפעס פון א פשוטע גויאישע פירניטשר סטור ווי ikea וכו'.

כמעט קיינער אין אירופה קויפט נישט קיין זילבער שאפע, אויב די דירה האט א זילבער שאפע, האט ער, נישט איז נישט.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

הלואי אויף אונז געזאגט, אויב אין קאנטרי איז גוט אנע שוי פענסטער פאר די צובראכענע קריסטאלענע גלאזווארג און ביסל זילבער, איז אין שטאט איז אויך גוט אזוי.

די זילבער שאפע איז געלט אין מיסט, און רוב אירע מוטשענען זיך מיט די פורניטשור ווען מקויפט א נייע דירה, זייער אסאך מאל פיט עס נישט און די נייע דירה, פילע פארקויפען עס ביים מופען.
יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאלע »

איך האב כלל נישט באקומען קיין סעט מחזורים אלס חתן פון מיין שווער זז"ג, (10 יאר צירוק) און איך בין ב"ה זייער צופרידן, זייט ווען קויפט א מחותן א סעט מחזורים פארן חתן ?
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

moishy56 האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן: די נאמבערס פון מיין עקספיריעס:

שבת באווארפן אדער שבע ברכות 3500 - מינימום.
דיימאנד רינגל 1,500 - מינימום.
פורניטשער 5,500 א צד, דורכשניטליך.
חתונה נאכט 8,000 א צד (נישט אולם עקשטיין אדער פרדס).



פורניטשער5,500$ א צד, דורכשניטליך???

$11,000 total אויף פורניטשער?
---


אין אירופה געבט מען אויס דורכשניטליך $450 א צד, אויף פורניטשער.
מען דינגט א דירה פארן חתן כלה.
די דירה האט שוין געווענטליך אלע פורניטשער וואס מען דארף.
אבער אמאל פעלט א וויכטיגער זאך און די מחותנים קויפן עפעס פון א פשוטע גויאישע פירניטשר סטור ווי ikea וכו'.

כמעט קיינער אין אירופה קויפט נישט קיין זילבער שאפע, אויב די דירה האט א זילבער שאפע, האט ער, נישט איז נישט.

אפשר איז שוין אויך צייט דא אויכעט צו חתונה מאכן אין פורנישד דירות ? אזוי שפארט מען , מעיבל, אפלייענסעס, פעינטן, סקרעפן, מזוזות, ווינדאו שעדס, ועוד ועוד וואס סקאסט היינט צוצורישן א דירה. די קאפל עט עס שוין קויפן ביים מאפן צו די נייע דירה לויט זייער אייגענע געשמאק און לויט די סייז פון די נייע דירה, העכסטענס קענען דאן די עלטערן צושטייער געבן, דאס קען שפארן איבער פופצן טויזענט דאלער פער צד ! וואס זאגט איר?
'ומאתים לנוטרים את פריו'
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

און וואס וועט זיין שפעטער? וועט פאלן א עול אויפן פארפאלק?, קען מען דאך שוין צוריק גיין צו די עצה
everything
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 12, 2018 12:07 pm

פראקטישע עצות צו חתונה מאכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך everything »

איך זיך א to do list פאר מענטשן וואס מאכן חתונה.
איך גלייב עס דרייט זיך ארום א ליסט פאר מחותנים און פאר חתן וכלה, איך רעדט פון א ליסט פאר שטריימל אידן.
דאס מיינט וואס צו דארפן איינקויפן וואס צו ערלעדיגן, א.א.וו.
האט איינער אזא ליסט?
אויב יא ביטע מזכה זיין און ארויף לייגן..
ישר כח
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

ס'יז דא צו באקומען אין אלע דזושעיקא געשעפטן גענוי וואס דו זוכסט
ס'הייסט דאכציך, 'די מחותנים'ס האנט בוך'

https://zbermanbooks.com/the-mechitonim-s-handbook
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

וואס בערך שטייט דארט?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
יוסיף דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

Re: עצות פאר די וואס מאכן חתונה א קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסיף דעת »

ווי קען מען הערן דרשות פאר עלטערן וואס מאכן חתונה קינדער, ווי הכנה צו די חתונה אד"ג?
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן פסוק יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”