עצות פאר די וואס מאכן חתונה א קינד
ב"ה
מזל טוב מזל טוב
היינט איז געווען די לעצטע שבע ברכות פון מיין זון און שניר, און איך דאנק און לויב הקב"ה פאר אלע חסדים וואס ער האט מיט מיר געטון ביז יעצט, און איך בעט און האף אויף ווייטער, די זיווג זאל עולה יפה זיין, און מיר זאלן שעפן אסאך יודיש נחת פון די יונגע פארפאלק פאר לאנגע געזונטע יארן, און זען פון זיי דורות ישרים ומבורכים, און שמחות ווייטער עד בלי די.
איך זעץ זיך יעצט שרייבן פון די הערליכע שמחה, נאך פאר די שר של שכחה נעמט מיר אינגאנצען איבער, צו פארגעסען די פלאגענישען וואס מען האט געהאט במשך די געוועזענע חדשים, ביז מ'איז אנגעקומען ביז אהער.
מיין ציל פון דאס אפשרייבען, איז נישט זיך סתם אויסצורעדען דאס הארץ - אדער חלילה באקלאגן, נאר האפענטליך וועט דאס העלפן פאר אנדערע, דאס גרינגער אדורך צומאכן, און גיין צו די חופה מיט א גרינג און פרייליך הארץ.
אלזא, איך פלאג זיך גענוג צו קענען ברענגען פרנסה אין שטוב - ווי א גרויס חלק כלל ישראל, וואס די קאסטען פון א אידיש לעבן איז נישט ווייניג, צו איז דאס שכר לימוד, קליידונג, ביז כשרע עסנווארג א.א.וו.
אויבנ'אויף הייס איך א מיטעל קלאס פארדינער, דאס הייסט, אז למשל ביים יו"ט חלוקה, וועל איך נישט באקומען עפעס באזונדערס - נאר וואס אלע באקומען ממילא, ווידער שכר לימוד פארלאנגט מען פון מיר ווי א ארבייטער, און ס'קיינעם נישט בייגעפאלען אז איך וואלט געקענט ניצען הילף חתונה צו מאכן.
- אזוי דורכן יאר געבט זיך ב"ה א עצה, אבער חתונה מאכען א קינד קאסט פונקט אזויפיל - וויפיל איך האב פארדינט דאס גאנצע פארגאנגענע יאר, נאכן אריינרעכענען די שטאטישע הילף א.ד.ג.
איך דאנק אוודאי הקב"ה וואס האט מיר - אויף פארשידענע וועגן - מלובש בדרך הטבע - געשיקט דאס נויטיגע געלט, און איך האב מער ווייניגער נישט געדארפט אנקומען צו מענטשענס הילף, און ס'נישט געווען מיט קיין עגמת נפש און הארץ וויי, טעג וואס מ'דרייעט זיך ארום אן א קאפ, און גאנצע שלאפלאזע נעכט.
און כ'זאג ווידער אמאל, איך שרייב דאס נישט אויף זיך צו באקלאגן חלילה, פארקערט, איך שרייב דאס אלץ א תועלת, ווייל איך וויל אז אנדערע זאלן זיין גרייט דעם, און אויף נאך פארשידענע פרטים, וואס איך קלער אז עס וואלט מיר אליינס געווען גרינגער, ווען כ'זאל ווען וויסן פון פאראויס.
ווען איך האב געטון דעם שידוך למז''ט, זענען צו מיר צוגעקומען פארשידענע מענטשען, און געמאכט קאמענטארען וועגן חתונה מאכן. וואס זענען גראדע געווען גאנץ גוטע עצות, אבער איך האב מיר אליינס נישט געגלייבט, וואס דאס הייסט.
א חבר האט מיר געזאגט, זאלסט וויסען אז איך האב אפגעשריבען יעדן דעטאל, יעדע זאך וואס איך האב געשפענדעט, אנגעהויבן פון די מזל טוב ביז דעם לעצטען שבע ברכות, און ס'האט מיר אפגעקאסט 56 טויזענט אמעריקאנע דאלארן!
און איך קלער צו מיר, רבוש"ע.. דאס איז דאך פאר מיר א גאנץ יאר געהאלט, מיט די זייטיגע בענעפיטען. געוואלד פון וואו נעמט מען דאס?
באלד האב איך מיר געקלערט, ממילא יענער, ער האט חתונה געמאכט ברייט, און האט נישט גענומען קיין פעקעדזש דיל, און האט זיך טייער אויסשטאפירט, אבער איך - און האפענטליך מיין מחותן - וואס פלאגט זיך אויך, וועלן דאס זיכער קענען באווייזן מיט לכל הפחות 35 טויזענט אמעריקאנער דאלער.
{איך שרייב אמעריקאנע דאלער, ווייל איך בין נישט פון אמעריקע, אבער די חתונה איז יא געווען אין אמעריקע)
איך האב מיר געמאכט א חשבון - ביילייפיג - וואס קען שוין אלץ ס''ה קאסטען.
די חתונה נאכט - מיט א פלאן, מיין זייט בערך 5 און א האלב טויזענט, די מתנות 6 טויזענט, פורניטשער 5 טויזענט דאלער - מיין זייט.
- איינרישען די הויז פאר די פארפאלק - מיין זייט נאך 5 טויזענט דאלער, קליידער פאר די משפחה - נאך 2 טויזענט דאלער, טאשען געלט, שפעזן במשך די וואך פון די חתונה - נאך 1 טויזענט, חוץ וואס מ'האט שוין געהאט געגעבן שדכנות געלט, ערשטע מתנות וכו' 4 טויזענט דאלער.
נו, איך האלט ביי קנאפע 35 טויזענט דאלער, דאס האב איך נאך געקענט זען, אז כ'זאל עס קענען אדורך שוויצען.
למעשה!
נישט אלע פלענער האבן זיך אויסגעארבעט פונקט ווי געטראכט. די פלעצער וואס כ'האב געטראכט פון דארט צו שאפן דאס געלט, זענען נישט אלע געווען גרייט פאר מיר, און כ'האב געדארפט היבש ארומ'דרייען, צו שאפען די ריזן סומעס.
די ערשטע שאק האב איך באקומען, ווען כ'האב אנגעהויבן לייענען צעטלעך מיט חשבונות, וואס מיינס א מיטארבייטער האט פערצופאל געלאזט אויף מיין טיש. דארט איז געווען פארצייכענט חשבונות און פרטים פון איינער וואס האט הערש חתונה געמאכט דאס ערשטע קינד.
דארט איז געשטאנען, אז מ'דארף שוין צאלען רענט פאר די דירה - עטליכע חדשים פאר די חתונה, און דאס אליין קומט אויס א חשבון פון 3-4 טויזענט דאלער א צד.
- אויסער דעם, נאך אפאר טויזענט דאלער, אויף גרייט צו מאכן דעם - פעינטען, סקרעפן - אז מ'זאל דארט קענען וואוינען, און אפילו איבערמאכען די קיך, וואס דער לענדלאר טוהט דאס נישט, כאטש ער רייסט די 2 אלפים פאר א דירה פון ד' על ד'.
נו איך האב דאך געוואלט זיין א גוטע מחותן – און חתונה מאכן ווי א נארמאלע מחותן..
אונז גייען דאך אי"ה זיין די זיידעס באבעס פון די צוקונפטע אייניקלעך - איר אייניקלעך, האפענטליך ביז די 80 יאר צו געזונט, און מ'דארף דאך בלייבען גוטע פריינט, און אז די מחותנים האבן פארגעשלאגן אז מ'זאל געוויסע זאכען אביסל ארויפ'רוקען צו אביסעל א העכערע סטאנדארט, נאר איין טויזענטער דא, און אינגאנצן נאך צוויי טויזענט דארט, האבן מיר געמוזט מסכים זיין אויף שמחות..
און דאס איז געווען נאך פון אנהייב, ווען מ'האט נאך געקלערט אז א חתונה איז מאקסימום 35 טויזענט דאלער, נו מהיכי תיתי! האבן מיר זיך געלאזט גיין ביז 6 אלפים מער.
אבער צום סוף איז דאס ביסעלע וואס מ'האט מסכים געווען - פלאס פארשידענע סופרייזעס וואס קומען צו, שוין געווען די שטרוי וואס האט צובראכען דעם קעמל'ס רוקען, און א וואך פאר די חתונה האבן מיר - בלית ברירה -געדארפט בעטען פאר הילף.
- אוודאי נאר הלוואות, אבער מ'דארף דאך זיין רעאליסטיש, און מ'קען נישט בארגען אויב מ'וועט נישט קענען באצאלן, האבן מיר געדארפט אנקומען צו מתנות פון מענטשען, און ב"ה מ'האט מיר געהאלפן עטליכע טעג פאר די חתונה - אז איך זאל קענען אלעס באצאלן.
אבער ווען מ'איז בשעה טובה געגאנגען צום חופה, איז דאס נישט געווען יענע גוטע חלום, וואס מ'האט געוואלט שפירן ווען מ'גייט צו א קינד'ס חתונה.
נו וואס וואלט איך ווען אנדערש געטון, און אזוי פאר אנדערע גע'עצה'ט?
דאס ערשטע זאך דארף מען זיין זייער קלאר, וואס א בודזשעט פון א חתונה קאסט אפ. יא! היינט חתונה צו מאכן קאסט מער ווייניגער א פופציג טויזענט! שלונגט עס אראפ.. נעמט דאס גוט אין באטראכט און רעכנט אייך דערויף אויס באצייטנס.
צווייטענס נאך פאר מ'ענדיגט דעם שידוך, זאל מען שוין רעדען וועגן די געלט קאסטן, דאס וואלט פארשפארט גענוג עגמת נפש, וואס שפעטער איז דאס שווער צו זאגען. און אפשר נעמט אפילו א חבר פון ביידע זייטען, אז יענער זאל זיין דער געלט פארמיטלער.
(מיר האבן געהאט געפרעגט דעם שדכן, אז אזויווי דאס איז ביי אונז דאס ערשטע שידוך שלוסען, איז ווען רעדט מען אפ געלט זאכן? האט ער אונז געזאגט, אז בשעת דער בחור און מיידעל טרעפען זיך, דאן וועסטו מיט דיין צוקונפטיגער מחותן רעדען וועגן געלט זאכן. אבער עס האט זיך נישט אזוי אויסגעארבעט, און שפעטער איז שוין נישט אויסגעקומען דאס קלאר אדורך צו שמוסען)
- זאגט אייער מחותן דעם אמת - וועגן אייער געלט מצב, און אז איר ווילט זיין איידל, קענט איר זאגן, אז איר ווילט גיין מיט א בודזשעט צום חתונה נאכט, און איר גייט פאר א מאלל פעקעדזש. אבער ביי די מאלל איז אויך דא זאכן וואס מ'דארף וויסן – וואס יא און וואס נישט.
- דערפאר זאגט, אז יעדע זאך וואס מ'באצאלט האלב און האלב, דארף זיין אדורכגעשמועסט פארן קויפן.
איר קענט זיין מער דיפלאמאטיש און זאגן, אז וויבאלד די כלה איז דער וואס קויפט די הויז זאכן, איז נישט בעטעמ'ט צו פרעגן יעדע זאך, דערפאר, אלע הויז זאכען - ווי געשיר און לינען וכדומה - קויפט און "באצאלט" די צד הכלה, און אלע אפלייענסעס פורניטשער, מזוזות, איבערפיקסען, קויפט און "באצאלט" די צד החתן, ווייל אזוי האט איר די ברירה, צו זוכן אפעלייענעסעס פאר די בעסטע פרייז, זוכען א ביליגע בעל מלאכה, א.ד.ג
- איהר קענט באצאלען פאר די דיינעט סעט, און דאן וועט די צד הכלה אויך דארפן מחליט זיין וויפיל מ'וועט ספענדען, ווייל זיי וועלן דאס אליין דארפן באצאלן.
ס'זענען שוין היינט דא חסידישע הויפן, וואס האבן זייערע אייגענע פראקטישע תקנות, איר קענט זיך אויך אויסנעמען אז איהר ווילט גיין נאר מיט יענע תקנות.
אויך קען מען מאכן א בודזשעט. ווי למשל, איר געבט כך וכך געלט, וואס געווענליך איז עס האלב וואס מענטשען באצאלען פאר הויז זאכען, און זיי קענען דאס ניצען וויאזוי זיי ווילען.
קויפט אייך א שיינעם שטריימעל וכו' ווען אייער בחור איז נאך 16-17 יאר, און ניצט דאס נאר אויף ספעציעלע צייטן און איהר וועט האבן א שיינעם שטריימעל אויף אייער קינדס חתונה, און זיך נישט דארפן איבערשטרענגען דאן.
קויפט איין - פאר זיך אדער די משפחה - ווען ס'איז דא סעיל'ס, כאטש ס'איז נאך דא היבש צייט ביזן חתונה.
קויפט דעם חתן'ס שטריימעל - כאטש די רעגען שטריימעל - ביי די סעיל צייט.
האפענטליך! אז דערמיט וועט איר זיך פארשפארען עטליכע זאכן, א סופרייז ביל, ווי אויך די סופרייז וויפיל ס'קאסט באמת. און אזוי ארום וועט מען קענען פריער פארלאנגן הילף, און קענען גיין היבש רואיגער צום חתונה נאכט.
מענטשען גלייבען נישט וואס א חתונה קאסט היינט, און ווילען זען די דעטאלען, דערפאר געב איך דא אראפ די ביילייפיגע דעטאלען, כאטש ס'נישט אראפגעשריבען ממש יעדע פעני, און ס'קען קאסטען אפילו מער.
מתנות פאר די כלה
· ברעיסלעט 2100
· זייגער 2000
· דיימאנט רינגעל 2500
· קידושין רינגעל 60
· אויער-רינגלעך 2000
· פערל קייטעל 900
· אנדערע מתנות: מחזורים סידור תהילים שירצל צאנה וראנה א.ד.ג. 1200
· בלימען שבת כלה, תנאים, שבועות, שבת באווארפען 755
· מחותנת'סטע קעיק 75
· שדכנות געלט 1000
· קליידונג פארן חתן 2500
· שטריימעל 3500
· קליידונג פאר די משפחה 2500
· שפעזען ביים זיך אויפהאלטן אין די פרעמד, פארן צום שידוך, צום תנאים, צום איינקויפען, צו די חתונה, און זיך אויפהאלטן אין די פרעמד - א וואך, בערך 3000
· חתונה נאכט, די זאל, אלעס אריינגערעכענט 6500 איין זייט
· טיפס מיט צדקה 500
· רענט פאראויס, איין זייט 2125
· איינרישען די דירה מיט אלע צוגעהערן, הויז זאכן, אפלייענסעס, איבערפיקסען דירה, א.ד.ג. איין זייט 9000
· פורנידטשער איין זייט 6900
· שבת באווארפען, פעקלעך, עסען פאר געסט, קידוש 1100
· איין זייט שבע ברכות'ן 1300
· ר"ת תפילין 1500
· חתן שיעורים פריוואט און פאבליק 1250
· אינוועטעישענס, לעבעלס, און מעילינג 750
53,615.00
פרוטה ופרוטה מצטרפות, איז עס אנגעקומען צו בערך 55,000
* * *
[הערת המעתיק – מנשה לוסטיג, ווען וועט מען שוין אויפהערן קויפן א ש''ס? איר האט אפאר ברירות, אדער קויפט נאר מסכת ברכות, און ווען אייער זיידענער איידים ענדיגט ברכות, באקומט ער שבת..
אדער, אויב פלאנט ער צו זיין א טישלער, באקומט ער א זעיג, א פייערלעשער באקומט ער לייטער, א כולל יונגערמאן – א באטל קאווע. א.ד.ג.
א געלעכטער אין א זייט, דער ש''ס איז אויסגעווארפן שמות.]