ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן: די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך, אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג: די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
farshlufen האט געשריבן:
ר' משה, אבער ביי די חתונה נאכט צאלט מען מער ווי אין אמעריקא.
קען זיין.. אבער איך פראביר צו ארויסברענגען, אז אשטאטס פראבירן צו שפארן $400, $700, $1,100. [קליין געלט] אויף מתנות און מוזיק וכדומה, האבן ענק א וועגצו שפארן $9,000[ביי פורניטשער].
.
לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545#קהלֵב
איז וואס האלט ווי אזוי זאל מען אוועק לייגן געלד פאר חתונה צי מאכן? איז בכלל מעגליך אוועק צי לייגן 50 אלפים א קינד? איינער וואס פארדינט שיין קען דען אוועק לייגן די געלטער???? איך הייב אן מורא צי האבן..
ha ha האט געשריבן:

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
פארוואס דארף יעדער חתן האבן א ש"ס וואס ער וועט עפענען נאר ער'"פ צו וועקיומען (די לומדים לערנען אין אלגעמיין אין בתי מדרשים און כוללים און אויב וויל מען האבן עפעס א שיעור אין שטוב קען מען זיך קויפן א דינע גמרא אויף יענע מקצוע מען דארף נישט גאנץ ש"ס דערפאר) האבען דען אינזערע זיידעס גע'חלומ'ט פון א ש"ס?
דאס איז א שטארקע חילוק פון אמאל ביז היינט. ביז מיט 25 יאר צוריק האט כמעט יעדער געהאט א ספרים-שטוב ווי מען האט טעגליך געלערנט בחברותא. היינט איז אויפגעקומען די היכלי התורה און מען לערנט אין שול.
ווען מען קויפט ביליגע פורנישטער - חוץ פון דעם וואס די הויז קוקט נישט אויס שיין - וועט מען עס מוזן איבער קויפן אפאר יאר נאך די חתונה, ווייל דאס האלט זיך נישט פאר לאנג.
די עצה איז נישט צו שפארן אויף די שטאפיר, לענ"ד איז די עצה אז די קינדער זאלן זיך אליין צאלן די חתונה, ד.ה. אז די עלטערן זאלן ארויס נעמעמן א גמ"ח און די קינדער זאלן עס צאלן נאך די חתונה צוביסלעך מיט פעימענטס.
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן: די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך, אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג: די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן: די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך, אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג: די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אט אזוי האט געשריבן:
טשאלענט איי עגרי וויט יא קאטן דארף מען קודם אויף דבר העובר ווי חתונה נאכט וכדומה
לו יהא אז איר זענט ביידע באמת מענטשן וואס זענען אינטערעסירט צו שפארן פאר זיך און פאר אנדער מוז איך אייך אויפמערקזאם מאכן אז איר האט געמיסט די פוינט, מ'האט נישט גערעדט וואס איז אויסגעהאלטן אדער בשיטה אמת, מ'האט מער גערעדט וואס איז מעגליך גרינגערהייט און וואס נישט, קוק נאכאמאל איבער מיין תגובה און זעה וואס איך שמועס אויס איבער וואס ליגט אין דיין הענט און וואס נישט
אבער וואס איז יא שווער לשיטתכם, (חשש מחיקה) די אלע תקנות הקהלות האבן עפעס נישט אפגעלערנט ווי אייך, מ'האט יא געמאכט תקנות פאר זאכן וואס לעסטען, שטריימל, צירינג, זילבערווארג, וכו', אבער מ'האט עפעס פארגעסן פונעם חתונה נאכט מינימום קאפעלס גזירה וואס וואלט געווען בידם צו פאררעכטן זייער גרינג, האבענדיג די אוענערשיפ פון כמה זאלן תחת ידם, בו בזמן ווען די גדולים איבער וועם מ'הענגט אן תקנות לעגיטימיטעט האבן בעיקר גערעדט פון וויפיל מענטשן מ'זאל קאטן, איך לאז דאס איבער פאר אייך צו פארענטפערן.
ביי די קלענערע משפחות איז איינגעפירט אז ערשטע קאזינס קומען געהעריג צו די סעודה פון אנהויב ביזן סוף, און ביי די גרעסערע קען מען נישט האלטן קיין חשבון, אבער למעשה זעהט מען ביי רוב חתונות אז סזענען דא איבעריגע פארציעס.... אבער איך מיין אז עס איז נישט שייך תקנה אויף דעם ווייל עס איז נישט שוה לכל משפחה.