עצות פאר די וואס מאכן חתונה א קינד

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע:אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

איך האב נישט קיין צייט און קיין נערוון, די וואס האבן אביסל איבעריג זאלן זיך ביטע אנרופן און ארויף גיין אויף ikea'ס סייט און אהער ברענגען די ציפערן.

יישר כח
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך ,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אפענע וועלט האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:
אבער וואס איז יא שווער לשיטתכם, (חשש מחיקה) די אלע תקנות הקהלות האבן עפעס נישט אפגעלערנט ווי אייך, מ'האט יא געמאכט תקנות פאר זאכן וואס לעסטען, שטריימל, צירינג, זילבערווארג, וכו', אבער מ'האט עפעס פארגעסן פונעם חתונה נאכט מינימום קאפעלס גזירה וואס וואלט געווען בידם צו פאררעכטן זייער גרינג, האבענדיג די אוענערשיפ פון כמה זאלן תחת ידם, בו בזמן ווען די גדולים איבער וועם מ'הענגט אן תקנות לעגיטימיטעט האבן בעיקר גערעדט פון וויפיל מענטשן מ'זאל קאטן, איך לאז דאס איבער פאר אייך צו פארענטפערן.

,



ווי ארויס געברענגט אין מיין פאריגע תגובה איז זייער שווער צו מאכן תקנות אויף זאכן וואס אפעקט די מחותנים אליינס (זייער כבוד)
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

El Rushbo האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן: פארוואס דארף א מחותנס'טע האבען א קלייד וואס לויפט פון א אלף אדער צוויי?

נע, קליינע השגות...

א עוורידזש מחוטענעסטע קלייד פון א נישט-רייכע חתונה איז 4 אלפים


פארריקט, אבער א דאך א מציאות.

נאך ווינציג געזאגט.

ס׳איז אבער נאר ביי די ערשטע קינד.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9258
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

איך זעה דער עולם איז דא אזוי באגייסטערט פון Ikea, און וואספארא גוטע פורניטשער זיי שטעלן צו, וויל איך נאר צולייגן אז ס'איז לאו דווקא אייקיע, עס זענען דא נאך א געוואלד מיט גוי'אישע פורניטשער סטארס וואס האבן גוטע פורניטשער פאר מעסיגע פרייזן.

די סיבה פארוואס מ'ווייסט און מ'רעדט פון אייקיע איז ווייל זיי זענען פון די גרויסע סטארס אין די פורניטשער ליין.

אויב מען וויל דוקא קען מען אפילו קויפן פורניטשער אנליין, ווי למשל ביי wayfair.com, זיי האבן זייער ביליגע פרייזן, און שטעלן צו זייער פיינע סערוויס.

(איך האב אמאל געקויפט א קאוטש פון זיי און ס'האט געהאט עפעס א קליינע דעמעדזש, און זיי האבן מיר גלייך געשיקט א נייעם)
---
yalah
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yalah »

האב איך א חבר וואס האט חתונה געמאכט א טאכטער און אפגעמאכט מיטן מחותן אז אזוי ווי די קופל גייט דאך וואוינען אין א בעיסמענט, גייט מען קויפען צווייטע האנט ביליגע פורנוטשער אויף א וועבזייטל זויווי קרעיגליסט און די געלט וואס מען שפארט זיך וועט מען אריין לייגן אין א אקאונט פון וואס די קאפל עט האבן א דאון פעימענט אין איינע פון די נייע שטעטלעך, וכך הוי, היינט צוטאג וואוינען זיי נאך און שטאט, און זיי באקומען רענט פון זייער הייזקע אין לעיקוואד.

מהם ילמדו וכן יעשו. 2 זאכען, 1. אז מקען לעבן טאמער נישט מיט צווייטע האנט פורניטשער כאטשיק מיט אייקיא, 2. טאמער קענסטעך יא ערלויבען ספענדעס פאר זאכען וואס מאכן באמת אויס.
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

יעדער רעדט עפעס פון 'יענעם'ס עקספיריענס...
לאמיך שרייבן מיין אייגענע עקספיריענס, ווען איך האב חתונה געמאכט האב איך געזוכט אויף IKEA איך האב נישט געטראפן עפעס לייטיש דויערהאפטיג און 'ביליג'....
א ודאי קען מען טרעפן, אבער אדער איז עס דזשאנק, אדער איז עס טייער, אדער איז עס עפעס א פאני קאליר דיזיין...
און לאמיך פרעגן
וואס פארא פארניטשער האבן אייערע עלטערן געקריגן צו די חתונה?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אייקיע ברויך מען צו קענען און נוצן דעם אייגענעם של ראש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

זייטשע ביטע מסביר הער פארשלאפן
To the Point
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך To the Point »

בשבילי נברא האט געשריבן: איך זעה דער עולם איז דא אזוי באגייסטערט פון Ikea, און וואספארא גוטע פורניטשער זיי שטעלן צו, וויל איך נאר צולייגן אז ס'איז לאו דווקא אייקיע, עס זענען דא נאך א געוואלד מיט גוי'אישע פורניטשער סטארס וואס האבן גוטע פורניטשער פאר מעסיגע פרייזן.

די סיבה פארוואס מ'ווייסט און מ'רעדט פון אייקיע איז ווייל זיי זענען פון די גרויסע סטארס אין די פורניטשער ליין.

אויב מען וויל דוקא קען מען אפילו קויפן פורניטשער אנליין, ווי למשל ביי wayfair.com, זיי האבן זייער ביליגע פרייזן, און שטעלן צו זייער פיינע סערוויס.

(איך האב אמאל געקויפט א קאוטש פון זיי און ס'האט געהאט עפעס א קליינע דעמעדזש, און זיי האבן מיר גלייך געשיקט א נייעם)

https://www.wayfair.com/Bedroom-Sets-C4 ... perpage=96
https://www.wayfair.com/Kitchen-and-Din ... +room+sets
BE SO POSITIVE THAT NEGATIVE PEOPLE DON'T WANT TO BE AROUND YOU
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

farshlufen האט געשריבן: אייקיע ברויך מען צו קענען און נוצן דעם אייגענעם של ראש.

עס איז מיר בייגעפאלן אז מען קען דאס מאכן פאר א שטיקל ביזנעס. איינער זאל זיך אריינלייגן ראשו ורובו אין דעם IKEA ענין, גוט נאכזוכן וועלכע מעבל זענען דויערהאפטיג און ביליג, און די מחותנים וועלן אריבערצוגיין צו יענעם אין אפיס און זיך אויסשמועסן מיט אים, און ער וועט באשטעלן די זאכן און צולייגן א פראצענט פאר זיך.

אזא געדאנק האב איך געזען ביי געוויסע געשעפטן וואס פארקויפן פרידזשידערס, גאז רענטשס, וואש מאשין-דרייערס, זיי האבן ספעציעל אינגעלייט וואס קענען זיך גוט אויס מיט אלע מאשינען פון אלע פירמעס, און מען האט אן איין-אויף-איין מיטינג ביי זייער אפיס דעסק, מען זעהט די פראדוקטן, מען הערט די מעלות, און מען באשטעלט.

פארשלאפן, ביסט א קאנדידאט?
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

לכאורה האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן: אייקיע ברויך מען צו קענען און נוצן דעם אייגענעם של ראש.

עס איז מיר בייגעפאלן אז מען קען דאס מאכן פאר א שטיקל ביזנעס. איינער זאל זיך אריינלייגן ראשו ורובו אין דעם IKEA ענין, גוט נאכזוכן וועלכע מעבל זענען דויערהאפטיג און ביליג, און די מחותנים וועלן אריבערצוגיין צו יענעם אין אפיס און זיך אויסשמועסן מיט אים, און ער וועט באשטעלן די זאכן און צולייגן א פראצענט פאר זיך.


דער מהלך ווערט אנגערופן אויף לשון קודש ככלב שב על קיאו,
דאס איז דאך פון וואס מיר ליידן
מ'איז געברעינוואשד, דו ווייסט נישט אליין וואס די ווילסט, דו מיזט צוקומען צו מיר, ווייל אזוי זאגט מיין עד, דו קענסט נישט אליין גיין קויפן וואס דיר געפעלט די מיזט קומען צו מיר און צאלן גע'פעפערטע פרייזן, ווייל אן מיר וועסטו ח''ו אריינפאלן

(ביי דירות אויך אזוי, טרעפט זיך א געגענט וואס איז ביליג, אידן לויפן אהין קויפן, קומען צו לויפן די ווארעמהארציגע בראקערס וואס האבן פשוט רחמנות דער איד וועט אריינפאלן, און העלפן ארויס,לייגן צו 150K צום פרייז, און מ'האמיר א דיעל, עי' ערך בלומינג-גראוו, נ.י.)

דאס איבערצוטוען נאכאמאל איז די גרעסטע סכנה,

יא, מ'קען יא אליין אריינגיין צו IKEA און רעדן צו איינעם אויפ'ן פלאץ און אויסשמועסן אלע אפשענס, מ'זעהט אלעס פאר די אויגן, מ'דארפט נישט גלייבן אויפן פיקטשער, פארגעס נישט, די סטאר אססאשיעטס זענען נישט דא אריינצונארן מענטשן, זיי זענען דא דיך צו העלפן,

יא, דו קענסט יא אליין, דארפסט נישט איינער זאל ארויפליין אויף דיר א מארקאפ.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3568
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך האב אמאל געקויפט פארן קינדער-צימער א גוטע קוואליטי wood נייט-סטענד מיט 3 לעדלעך פאר $120 ביי overstock.com
ס'געווען $350 ביי א היימיש געשעפט.
אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגעפאות »

אפענע וועלט האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן: אייקיע ברויך מען צו קענען און נוצן דעם אייגענעם של ראש.

עס איז מיר בייגעפאלן אז מען קען דאס מאכן פאר א שטיקל ביזנעס. איינער זאל זיך אריינלייגן ראשו ורובו אין דעם IKEA ענין, גוט נאכזוכן וועלכע מעבל זענען דויערהאפטיג און ביליג, און די מחותנים וועלן אריבערצוגיין צו יענעם אין אפיס און זיך אויסשמועסן מיט אים, און ער וועט באשטעלן די זאכן און צולייגן א פראצענט פאר זיך.


דער מהלך ווערט אנגערופן אויף לשון קודש ככלב שב על קיאו,
דאס איז דאך פון וואס מיר ליידן
מ'איז געברעינוואשד, דו ווייסט נישט אליין וואס די ווילסט, דו מיזט צוקומען צו מיר, ווייל אזוי זאגט מיין עד, דו קענסט נישט אליין גיין קויפן וואס דיר געפעלט די מיזט קומען צו מיר און צאלן גע'פעפערטע פרייזן, ווייל אן מיר וועסטו ח''ו אריינפאלן

(ביי דירות אויך אזוי, טרעפט זיך א געגענט וואס איז ביליג, אידן לויפן אהין קויפן, קומען צו לויפן די ווארעמהארציגע בראקערס וואס האבן פשוט רחמנות דער איד וועט אריינפאלן, און העלפן ארויס,לייגן צו 150K צום פרייז, און מ'האמיר א דיעל, עי' ערך בלומינג-גראוו, נ.י.)

דאס איבערצוטוען נאכאמאל איז די גרעסטע סכנה,

יא, מ'קען יא אליין אריינגיין צו IKEA און רעדן צו איינעם אויפ'ן פלאץ און אויסשמועסן אלע אפשענס, מ'זעהט אלעס פאר די אויגן, מ'דארפט נישט גלייבן אויפן פיקטשער, פארגעס נישט, די סטאר אססאשיעטס זענען נישט דא אריינצונארן מענטשן, זיי זענען דא דיך צו העלפן,

יא, דו קענסט יא אליין, דארפסט נישט איינער זאל ארויפליין אויף דיר א מארקאפ.

די האלטסט אז מיר צאלן איבער אויף אפלייענסעס?

גווענליך וועט אזא מענטש קענען באקימען בעסערע פרייזען ווי דורך שניטלעך

אזוי איז אויך ביי קארס, אין ביי יעדע זאך וואס מען קען פארקופן אן א סטאר און מען קען פארקופען אסאך
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אפענע וועלט,

ווען דו ווילסט קויפן א קאנוועקשאן אויוון גייסטו אויך גלייך צום מאניופעקטשורער? איך בין נישט אזא גרויסע מבין אין דיזע ענינים, גיי איך צום מומחה, און יענער לייגט בכלל נישט ארויף דעם גרויסן מארק-אפ.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

אפענע וועלט
פארוואס איז ביי דיר אזא מילתא דפשיטא דער גוי אין אייקיע איז דא נאר דיר צו העלפן, און דער היימישער מוכר איז דא דיך צו בארויבן????
איינער דא האט שוין געדיעלט מיט די 'חתונה מאלל'??
האט שוין איינער קאמפעירד זייערע פרייזן און קוואליטי מיט אייקיע???

בנוגע דער וועלכער האט ערווענט מען זאל קאטן דאס קויפן א ש"ס ווייל מען לערנט אין שוהל
וואלט איך עם געראטן, קודם זאל ער קאטן א וואשמאשין און דרייער, ווייל מען קען דאך וואשן אין לאנדרי, און איינוועגס שפארן וואסער געז און לעקטער...
עס איז נהוג היינט צו קויפן א ש"ס מחמת כמה וכמה טעמים:
א) אויב קומט מען אמאל שפעט אהיים און מען דערמאנט זיך אז מען האט נאכנישט געענדיגט דעם דף פון תורתך אדער זכרו, זאל מען האבן א שיינע גרויסע גמרא צו דרימלען דערויף
ב) עס איז א שמירה, פונקט ווי א סעט זוה"ק אדער רזיאל המלאך..
ג) אלס זכר, אמאל ווען ועלט איז געווען וועלט איז געוען אזא זאך ווי א דיינונג רום און דער ש"ס האט באצירט דעם דיינונג רום, כהיום משחרב בית המקדש ואין לנו לא דיינונג רום ולא ספרים שטוב, קויפט מען א ש"ס שלא תשתכח תורת דיינונג רום מישראל, ווייל מהרה יבנה בית המקדש, און מען וועט דאך וואוינען אין גרויסע דירות, זאל מען מחזיר זיין עטרה ליושנה און באצירן דעם דיינונג רום מיטן ש"ס [פורניטשער פאר דיינונג רום קויפט מען שוין לאנג נישט.... סי'ז נישטא פאר וואס]....
אוועטאר
א מחי'
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע:שקאַנאַנאָנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א מחי' »

ראספשע האט געשריבן: [פורניטשער פאר דיינונג רום קויפט מען שוין לאנג נישט.... סי'ז נישטא פאר וואס]....

סא אויך אויס מיט Ikea...:wink:
אהה! א מחי' צו זיין א איד!!
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

נאטרוליסט האט געשריבן:
גאסט האט געשריבן: איך האב שוין ב"ה חתונה געמאכט עטליכע קינדער. קען איך רעדן אביסל פון עקספיריענס

די ביליגסטע חתונה איז $35,000 דאס איז שוין מיט תקנות, און אויך נאר די צווייטע אדער דריטע חתונה, די ערשטע חתונה קאסט $45,000 די ביליגסטע.

אין אמת'ן אריין ווייס איך עד היום נישט וויאזוי איך האב דאס באוויזן, איך האב געזעהן סייעתא דשמיא וויאזוי די געלט איז געקומען אין די ריכטיגע מינוט


חתונה מאכן א קינד פאר 35000, צייגט אז איר האט נישט אפגעשריבן אייערע אויסגאבן. אדער האבן אנדערע מענטשן צונויפגעשטעלט געלט און איר זענט נישט בא'הבנ'ט.
איך מיין חלילה נישט צו באליידיגן, אבער בלויז א חתונה קלייד פאר די אם החתן/הכלה קאסט 4-5 טויזענט היינטיגע צייטן. (ביליג גערעדט). ס'איז אוממעגליך חתונה צו מאכן 35 אלפים. נישט במציאות.


אויב אזוי לוינט זיך א טיקעט קיין לונדון און דא קויפען דעם קלייד, ווייל דאהי פרייזט זיך עס אין די הונדערטע פונטען, נישט טויזענטער.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
cha cha
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2012 2:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cha cha »

פרוביר אויך האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:
Cognitive hypnosis האט געשריבן: נאך איין פארשלאג וואס איך הער שוין יארען און עס לייגט זיך אויף די שכל אפשר אבער דארף נאך א סאך ארבעט צו אויפקומען מיט די רוכטיגען פלאן- דאס איז אז יעדער זאל זיך אליין חתונה מאכען, מען וועט אויפטון ערשטענס מען מאכט נאר איינמאל חתונה און די וועסט מער נישט דארפן חתונה מאכען 10 קינדער, צווייטענס די סטענדערטס וועלן גאר שנעל פאלן אויב די אינגע קינדער וועלן זיך אליין דארפן שאפען די געלט, דריטענס מען וועט קענען אפצאלען די געלט ווען מען איז נאך אינג, געזונט און פריש, און די הארץ קען דערהייבען די סטרעס, נישט שפעטער און לעבן ביי די זעכציג יאר דארף מען ארום גיין אן א קאפ.
ווי אזוי מאכען זיך אינגע קינדער אליינס חתונה? דאס איז די מיליאן דאלער פראגע... עס קען זיין אז עס וועט זיין א קהילה גמ''ח ווי יעדער צד בארגט 15 טויזענט דאלער אויף עטליכע יאר, און די עלטערען זענען ערב?? אדער די עלטערען צאלען אויך צו 5 אלפים פער זייט פאר די מתנות למשל,

לענ״ד איז דאס די אײנציגסטע לעזונג,

יעדער אינגערמאן דרײט זיך ארום מיט דאגות װעגן חתונה מאכן
מען שפארט זיך אפ געלט, מען מאכט אינשורענס פאליסי׳ס, מען קױפט נישט קײן הױז
אלעס מען זאל קענען חתונה מאכן, כולי האי ואולי,

איך מײן אז יעדער בחור װאלט מסכים געװען צו באצאלען א גמ״ח חוב,
און קױפען אלײנס פורניטשער,
אנהײב די ערשטע פאר יאר נאך די חתונה, װען די הוצאות זענען קלענער,

װי אײדער שפעטער װען מען קען שװער דורעכשטופען דעם חודש,

און נישט נאר דאס, דארף מען יעצט העלפן חתונה מאכען דעם טאטען, פעטערס, ברודערס, שװאגערס, קאזינס, חברים, און װעם נישט?


יא די שאלה איז נאר ווי אזוי מאכט מען אינגע בחורים פאר אזעלכע בעלי אחריות, מגיבט עס איבער אין קינדערישע הענט,
דאס ביסל וואס זיי מוזען נעמען אויף זיך ווי די רענט וכדומ' איז אויך אסאך פאר זיי, אבער ביסודו איז עס א שטיקל סאלושען


װיאזױ מען פירט דאס אױס?
קען זײן א קאמבינאציע פון 4 מהלכים
1)שפארען בײם חתונה מאכען די מערסטע װאס מעגליך,

2) די טאטע צאלט א חלק, למשל פון די מתנות, חתונה נאכט, ביז $10.000

3)די חתן נעמט ארױס א הלװאה פון בערך $20,000
(װאס מען קען אױסצאלן אין 6 יאר מיט חודש׳ליכע פעימאנטס פון $300,
נעמענדיג אין באטראכט אז װעלכע אחריות׳דיגע אינגערמאן לײגט זיך נישט יעצט אװעק א מינימאם פון די אמאונט א חודש?)

4)טײערע פורניטשער קען מען זיך אלײנס צוקױפען װען מען װיל,

נו דער עולם איז מסכים? מען קען מאכען װאלען?



די מאכסט א וויץ, אדער די וואונסט אין אפסטעיט?

איבעריגע דריי הינדערט א חודש, קרוב צי פיר טויזענט א יאר?

גיי ארום רעדן צי אינגעלייט אביסעל, באו מים עד נפש איז אן אנדערסטעיטמענט. אויב מענדיגט די חודש נאר אפאר הינדערט דאללער שארט, איז מען שוין דער בר מזל.. דער בעלבאטישער.


כרעדט צי א אינגערמאן לעצטענס, אין גאס הייסט אז ער קימט פון באלבאטישע מחותנים, געהאט אן אפגרעיטעד קאנטינענטעל חתונה, ווייל מהייסט דאך באלבאטיש אין גאס, דער אינגערמאן האט געברויכט בארגן פינעף הינדערט דאללער חודישלעך אויסציקימען בדחקות גדול.

ווען ער האט געהאט די ׳חוצפה׳ צי זיכן א דזאב א יאר נאכן חתונה, האט דער שווער זז׳ג פארפירט אז ׳ספאסט׳ נישט, אין אים געגעבן א שיעור אין אמונה ובטחון פארוואס ער גלייבט נישט אז גאט ברוך הוא וועט אים העלפן.. אין ציגאב אים מעורר געווען אז דאס דחקות קען קימען פין זיין הזנחה פין זאגן פרשת המן טעגליך.. או טאטע!!


אין עניות אלא בדעת. די קראנקע מהלך המחשבה פון נאכטאנצען די גאס אן ניצן די אייגענע של ראש ברויך עקספייערן. אלו הצאן מה חטאו. לאז די קינדער געמאכט. אויב די קענסט דיך נישט פין נאכטאנצען עולם גולם צאל די כאטש די פרייז דערפין!


(כהאב געוואלט מעריך זיין אין די אימדערעהערטע טיפשות, פין עלטערן וואס פארפירן ווען קינדער ווילן מאפן צי בילידערע געגנטער.. אבער די בלאט פרעשור הייבט זיך דראמאטיש.. וועליך זיך מיזן דא אפשטעלן...)
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

א מיינוס פון עטליכע הונדערט חודש'ליך איז א שטיקל גוזמא -עכ"פ ביי רוב עולם- אבער זאגן אז יעדער יונגערמאן קען זיך אוועק לייגן דריי הונדעט טאלער יעדן מאנאט איז אויך נישט ריכטיג
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

אז א אינגערמאן 3 יאר נאך די חתונה קען זיך נישט אװעקלײגען $3500 א יאר,
װיאזױ װילסטו אז 20 יאר נאך די חתונה זאל ער האבען $50000 יעדע צװײ יאר ???

אױב ער קען זיך נישט אראפציפען די געלט פון די טעקס ריטורען,
זאל ער עס נעמען פון מעשר, אדער גײן נאך געלט,

װאס איז די היתר זיך ארױפצוװארפען אױפען ציבור,
זאלען אים חתונה מאכען זײנע 12 קינדער ?
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

איה"נ
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע:Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

פרוביר אויך;l;p-;l;p-

ס'קוקט טאקע נישט אויס ווי די געשרייבעריי דא האט בכלל עפעס א ווירקונג. אבער אין פאקט, ווי מער די אישו איז אויפן אויבערפלאך, און דער עולם קייעט עס איבער נאכאמאל און נאכאמאל, ווערט די עטיטוד מער און מער אריינגעגעסן צווישן עולם, און קליינע טריט אויף למעשה ווערט געטוהן ווען מ'טרעפט זיך ביים חתונה מאכן קינדער.

די גרעסטע אפהאלט צו א ריכטיגע טויש זענען 2 מענטשען.

1) די אייגענע ווייב

2) דער מחותן, (וואס איז אסאך מאל נאר צוליב די מותנסטע)


אויף די ערשטע איז דא א עצה פון האבן 'שטענדיג' א אפענע דיאלאג מיט די ווייב, זי זאל וויסן פונקטליך די מצב הפרנסה, און נישט ח"ו שפילן איר צו געפעלן, ווייל מ'שעמט זיך (ס'מיינט נישט אז מ'דארף איר אריינעמען אין די סטרעס פון די ביזנעס מיט פונקטליכע דעטאלן וכו', אבער איר נישט אינפארמירן אויף דעם מצב, קען זיין קאטאסטראפאל)

מיט דעם צווייטען מונע איז שוין פיל שווערער זיך צו ספראוון, אבער מ'דארף פרובירן וואס מ'קען, און נאר דורך רעדן ווי מער דערפון איז דא א שאנס אז זאכן זאלן זיך רוקן אין די רייט דירעקשאן.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

ראספשע האט געשריבן: בנוגע דער וועלכער האט ערווענט מען זאל קאטן דאס קויפן א ש"ס ווייל מען לערנט אין שוהל
וואלט איך עם געראטן, קודם זאל ער קאטן א וואשמאשין און דרייער, ווייל מען קען דאך וואשן אין לאנדרי, און איינוועגס שפארן וואסער געז און לעקטער...
עס איז נהוג היינט צו קויפן א ש"ס מחמת כמה וכמה טעמים:
א) אויב קומט מען אמאל שפעט אהיים און מען דערמאנט זיך אז מען האט נאכנישט געענדיגט דעם דף פון תורתך אדער זכרו, זאל מען האבן א שיינע גרויסע גמרא צו דרימלען דערויף
ב) עס איז א שמירה, פונקט ווי א סעט זוה"ק אדער רזיאל המלאך..
ג) אלס זכר, אמאל ווען ועלט איז געווען וועלט איז געוען אזא זאך ווי א דיינונג רום און דער ש"ס האט באצירט דעם דיינונג רום, כהיום משחרב בית המקדש ואין לנו לא דיינונג רום ולא ספרים שטוב, קויפט מען א ש"ס שלא תשתכח תורת דיינונג רום מישראל, ווייל מהרה יבנה בית המקדש, און מען וועט דאך וואוינען אין גרויסע דירות, זאל מען מחזיר זיין עטרה ליושנה און באצירן דעם דיינונג רום מיטן ש"ס [פורניטשער פאר דיינונג רום קויפט מען שוין לאנג נישט.... סי'ז נישטא פאר וואס]....

שוין לאנג נישט געלאכט פון אזא גוטס, אבער פרעג סיי וועלעכע רב א היתיר צי קויפן ש"ס מיט געלט וואס מען האט נישט פאר די אובענדערמאנטע סיבות און לאז מיר וויסן א נאמען ווער עס גיט דיר דעם אקעי

( וועגען די שמירה וואס די רעדסט , איך האב נישט קיין זוה"ק אין שטיב , איז עפעס ראנג מיט מיך? איך בין יוצא מיט א רזיאל המלאך און נועם אלימלך)
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

פרעגן א רב צו קויפן א ש"ס?
זענט איר אויפן קאפ געפאלן?
אפשר פרעגסט עם קודם צו מען זאל קויפן א וואשמאשין דרייער, אדער סיי וואס אין הויז וואס מען קען זיך באגיין אן דעם...

און איך זאל נאך צוריק קומען צו דיר זאגן ווער ס'גיבט דע אקעי....
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אם אין דעת הבדלה מנין

לעצטענס זע איך אז עס ווערט א מדובר איבער מאכען די חתונה אום פרייטאג צו נאכטס. דאס וואלט געווען א געוואלדיגע ישועה אויף אזויפיל פראנטן אז נאר (די איינציגסטע פראבעלם איז נאר אז עס איז נאר דא א שבת איינמאל אין 7 טאג......)
מען קען זיך שפארן (הויכע טויב מאכנדע) מיוזיק , פיקטשערס, שבת שבע ברכות , און אסאאאאאך אנדערע ציגעהערען, הלוואי מען קען דאס איינפירען ביינונז.
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”