דער רבי וואס האט געקעמפט קעגן די נאציס!

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע:בין תנור לכיריים

דער רבי וואס האט געקעמפט קעגן די נאציס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

ב"ה
אסאך, גאר אסאך איז שוין געשריבן געווארן איבער די צווייטע וועלט מלחמה, און די שוידערליכע רציחות אויף די אידישע פאלק. פול איז שוין געשריבן געווארן וועגן די ענגע געטא'ס אין וואס די רושעות'דיגע דייטשן האבן אריינגעקוועטשט די אידן ביזן עס ליקווידירן און אוועקפירן צום טויט די צענדליגע אידן.

די ווארשע געטא, איינס פון די פולע געטא'ס אין יענע צייטן, איז פון די מערסט באוואוסטע געטא'ס, צוליב די אויפשטאנד פון די אידן דארטן. ליידער האט זיך די אויפשטאנד גענדיגט זייער ביטער, ווען די נאציס האבן אונטערגעצינדן די הייזער דארטן, און די גאנצע געטא איז ארויף אין פלאמען מיטנעמענדיג מיט זיך הונדרעטע אידן הי"ד. אבער ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך, האט זיך אויך א חסידישע רבי ארויסגעשטעלט קעמפן קעגן די נאציס און פרובירט מיט זיינע בעסטע מעגליכקייטן צו ראטעווען וויפיל אידן עס נאר מעגליך. "דער רבי וואס האט געקעמפט" - אט אזוי איז באקאנט דער ראדזינע רבי הרה"ק ר' שמואל שלמה ליינער זצוק"ל הי"ד. דער רבי וואס האט זיך אפען ארויסגעשטעלט מיט העלדישקייט קעגן די רשעים.

לייענט איבער זיינע פעולות צו ראטעווען אידן, צו מקיים זיין חסד של אמת. און איבער די אויפשטאנד וואס ער האט געפלאנט קעגן די נאציס אין די ווארשע געטא, און וויאזוי זיין פלאן האט זיך ליידער גענדיגט.

זיין ביאגראפיע אין קורצן

אין י"ח שבט שנת תרס"ט איז הרה"ק ר' שמואל שלמה ליינער זצוק"ל, דער פינפטער ראדזינע רבי געבוירן געווארן צו זיין גרויסן טאטע'ן ר' מרדכי יוסף אליעזר ליינער זצוק"ל.

ער איז שוין פון זיינע פריע אינגע יארן געווען אויסגערופן אלס אן עילוי, און געווען באוואוסט מיט זיינע מידות טובות. אין זיינע בחור'ישע יארן האט ער זיך געווייקט ביי זיין טאטע, און קונה געווען הויפענעס פון קדושה און יראת שמים. און געזיצן על התורה ועל העבודה.

זייענדיג אלט בלויז 19 יאר אין חודש חשון תרפ"ח, האט ער חתונה געהאט, און געווארן א איידעם ביי הרה"ק ר' יוסף קאליש מאמשינוב. און זיין חתונה איז געפראוועט געווארן מיט די באטיילוגונג פון טוזענטע חסידים מיט גרויס פרייד.

אין תרפ"ט זייענדיג אלט בלויז צוואנציג יאר, איז זיין גרויסע טאטע ליידער אוועק פון די וועלט, אבער ווי ריכטיגע חסידים האבן אים רוב פון זיין טאטענ'ס חסידים אויפגענומען און געקרוינט פאר דער ממלא מקום, און נאכפאלגער. און מיט דעם איז איינער פון די אינגסטע רבי'ס אין היסטאריע געווארן אן אדמו"ר פאר טויזענטע מבקשים.

ר' שמואל שלמה איז געווארן ראדזינע רבי. קודם האט ער געפירט אין די שטאט ווארשע, און אין יאר תרצ"ד, איז ער אריבער צוריק צו בית אביו, אין ראדזין, און דארטן אויפגעבויעט א ריזן אימפעריע פון תורה וחסידות. ער האט אויפגעשטעלט זיין ישיבה "סוד ישרים", א ישיבה וואס האט זיך אנגעפאנגען מיט געציילטע בחורים, און באלד באוואוסט געווארן אלס איינער פון די בעסטע חסידישע ישובת אין פוילן, מיט הונדרעטע בחורים וואס האבן דארטן געלערנט. ער איז געשטאנען מיט אויפענע אויגן איבער די ישיבה און זיך געזארגט איבער די אלע געברויכן פון די תלמידים, רחניות און גשמיות צוגלייך. באלד פון אנפאג האט ער געשטעלט זיין שוואגער דער שפעטערדיגע ראדזינע רבי ר' אברהם ישכר ענגלארד זצ"ל מראדזין אלס די נשיא הישיבה, און מיט די צייט האט ר' אברהם ישכר, אויף די שליחות פון זיין גרויסע שוואגער, געפענט נאך זיבן סניפים אין פארשידענע שטעט.

ר' שמואל שלמה איז אויך געפארן צו די פארוואפענסטע שטעט אין פוילן כדי צו מייסד זיין די באקאנטע תלמודי תורה און בתי חינוך "בית יעקב". ער פלעגט אויך אסאך פארן באזוכן די שטיבלעך פון זיינע חסידים זיי צו טרעפן און מחזק זיין. און ער האט ווייטער פארשפרייט די רעיון פון זיין זיידע דער בעל התכלת און ווייטער פארשפרייט די מצות התכלת.

די שרעקליכע מלחמה

פוילין תרס"ט: שוידערליכע שמועות דרייען זיך אין די גאסן, די לופט איז געשאפנט און אנגעצויגן. מען הערט וואס עס גייט ליידער פאר אין דייטשלאנד, די אנטיסעמיטיזעם וואס הערשט אין לאנד, די גזירות אקעגן אידן, און מען האפט אז ס'וועט זיך נישט אריבערכאפן צו די דערנעבענדיגע פוילן.

פלוצלינג אין פרייטאג כי תבא, י"ז אלול תרצ"ט, האט דייטשלאנד אטאקירט פוילן, אן קיין שום פריערדיגע ווארענוג כאפענדיג דאס לאנד אין איבעראשונג. די שרעקליכע "צווייטע וועלט מלחמה" האט אויסגעבראכן. א קריג וואס האט געקאסט דאס לעבן פון אזויפיל ווי 62,000,000 מענטשן!

גלייך ווען די מלחמה האט אויסגעבראכן. האט ר' שמואל שלמה פארשפארט זיין ישיבה און אהיימגעשיקט אלע בחורים, ווער עס קען זיך ראטעווען זאל זיך ראטעווען.

ווען אידישע פליטים האבן זיך אנגעפאנגען ארומוואלגערן אויף די גאסן האט ר' שמואל שלמה ברייט געפענט די טויערן פון ישיבה, און עס מקדיש געווען פאר די פילע פליטים וואס זענען געבליבן אן א דאך איבערן קאפ. און אזוי האט ער פרובירט צו העלפן מיט זיינע בעסטע מעגליכקייטן זיינע נעבעכדיגע אידישע ברודער.

די נאציס האבן אין געציילטע וואכן באוויזען איינצונעמען גאנץ פוילן און באלד אנגעפאנגען מיט די מאסן דעפארטאציעס, און הריגות פון די אידן. ר' שמואל שלמה איז אנטלויפן פון ראדזין און צו די שטעטל וולאדובה. און דארטן געווען פארנומען צו אויסשרייען צווישן די אידן די שוידערליכע אמת אז די פארשאלטענע נאציס הרג'נען אויס די אידן, נישט אזויווי רוב אידן האבן געמיינט אז די נאציס צווינגען בלויז די אידן צו ארבעטן פאר זיי.

זיין הייליג איידל הארץ האט נישט געקענט פארנעמען וואס עס גייט פאר, און צוקוקענדיג ווי די "אידן ראט" ארבעט ליידער מיט אויף א געוויסע פארנעם מיט די דייטשע רוצחים, איז ער אליינס אראפגעגאנגען צו די אידן ראט, און זיי שארף אויסגעזידעלט פארן מיטארבעטן מיט די נאציס טראץ די גרויסע סכנות מיט וואס דאס איז געווען פארבינדן. אזוי אויך האט ער זיך גאר שטארק אקעגן געשטעלט און נישט געלאזט איבערגיבן נעמען פון אידן פאר די דייטשע רשעים.

ער האט פרובירט מיט אלע כוחות צו בעטן ביי די אידן זיי זאלן אנטלויפן, ער האט געשריגן און פארפירט אז מען זאל זיך נישט לאזן אויס'הרג'נען, נאר זיך קעגן שטעלן די נאציס. אבער ליידער האט ער נישט געהאט קיין הצלחה, נישט קיין סאך האבן אים אויסגעהערט, אדער בכלל געגלייבט.

זיינע חסידים האבן במשך די גאנצע צייט אים פרובירט צו ראטעווען, און ארויספירן פון פוילן. זיי האבן אים געשיקט געלט זיך צו קענען ראטעווען, און אנטלויפן, אבער ער האט נישט מסכים געווען דערצו, און אנשטאט דעם געניצט די געלט צו באגראבן די טויטע אידן וואס האבן זיך ליידער ארומגעוואלגערט אויף די גאסן.

די קלימאקס איז געווען אין יאר תש"ב, אין ברען פון די מלחמה, ווען ער האט באשלאסן צו מאכן אן אויפשטאנד אין די ווארשע געטא! ער האט פרובירט צו שאפן כאטש פופציג מענטשן וואס זאלן זיך צושטעלן מיט אים, און נאכדעם אנטלויפן אין אין וואלד , אבער ליידער האט זיך קיינער נישט אנגערופן צו אים. די נעבעכדיגע אידן זענען געווען צופרידן ווילאנג זיי האבן געהאט א קליין שטיקל פארטריקענטע ברויט, און זיך נישט געזוכט קיין סכנה'ס. דער אדמו"ר האט אבער באשלאסן פאראויס צו גיין מיט זיין פלאן און האט פארופן א תענית רצופים פון דריי טעג, און דערנאך געפלאנט אונטערצונעמען די אויפשטאנד.

אבער ליידער איז עס אים נישט געלונגען. אין כ"ח אייר תש"ב, האלטענדיג נאך די דריי טעג פאסטן, האבן אים די דייטשע רשעים ליידער געטראפן, און ארויסגעפירט צו הרג'נען. דער רבי האט בכלל נישט ארויסגעוויזען קיין שרעק, נאר בלויז געלאכט די רשעים אין פנים. זיי האבן אים גענומען אין צענטער פון שטאט, און פארנט פון צענדליגע פארזאמלטע מענטשן אים געהאנגען, און ליידער ברוטאל אומגעברענגט הי"ד.

איבער זיינע לעצטע מינוט'ן זענען דא פארשידענע ווערסיעס וואס עס האט זיך אפגעשפילט. לויט ווי געוויסע עדות האבן פארציילט האט דער ראדזינער רבי אין די לעצטע מינוט'ן אויסגעשריגן: "אידן, בייגט ענק נישט פאר די רוצחים! שמע ישראל השם אלוקנו השם אחד!" און זיין נשמה איז ארויס פון אים ריינערהייט. נאך עטליכע טעג האבן זיך אידן איינגעשטעלט דאס לעבן, און אים אראפגענעמען פון די תליה און מקבר געווען.

דער בארימטער משורר, און דיכטער "יצחק קאצענעלסאן האט געשריבן איבער דעם א באזונדער ליד מיטן נאמען "דאס ליד פון דער רבי פון ראדזין" ווי ער שילדערט זיין העלדישקייט און העראישקייט. ער שילדערט צווישן אנדערע וויאזוי דער רבי האט צוגעזאגט געלט פאר יעדער איינער וואס וועט אים ברענגען א גוף פון א אידישע גע'הרג'טע, כדי אים צו ברענגען לקבר ישראל.
השם ינקום דמו!
לעצט פארראכטן דורך מאכט סענס? אום מיטוואך יאנואר 25, 2017 8:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

ערליכע אידן האבן בכלל נישט אזוי געהאלטן פון אויפשטאנד, עס האט גורם געווען בלי ספק די הריגה פון טויזנטער אידן
און בכלל זעה איך דא א סתירה מיניה וביה

ער האט פרובירט מיט אלע כוחות צו בעטן ביי די אידן זיי זאלן אנטלויפן, ער האט געשריגן און פארפירט אז מען זאל זיך נישט לאזן אויס'הרג'נען, נאר זיך קעגן שטעלן די נאציס. אבער ליידער האט ער נישט געהאט קיין הצלחה, נישט קיין סאך האבן אים אויסגעהערט, אדער בכלל געגלייבט.

אנטלויפן אדער זיך אנטקעגן שטעלן?

ואל תביאני ראיה פון קאצנלנסאהן, וקצרתי
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע:בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

זבחי צדק האט געשריבן: ערליכע אידן האבן בכלל נישט אזוי געהאלטן פון אויפשטאנד, עס האט גורם געווען בלי ספק די הריגה פון טויזנטער אידן

איך נעם נישט קיין שטעלונג אין דעם, כ'שרייב בלויז די פאקטן
געוויסע שרייבן אנטלויפן און געוויסע שרייבן קעגן שטעלן. ער אליינס האט געפלאנט צו פאברענען די געטא און דערנאך אנטלויפן אין וואלד.
בדרך אגב האסטו מסתם נישט באמערקט אז חוץ זיך קעגן שטעלן האט ער אויך אסאך געטוהן צו העלפן אידן ביי די מלחמה וואס דאס האבן זיכער ערליכע אידן געהאלטן...
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע:בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

צורת קדשו. לינקע זייט
צורת קדשו. לינקע זייט

א בריוו וואס ר' שמואל שלמה האט געשיקט פאר זיינע חסידים
א בריוו וואס ר' שמואל שלמה האט געשיקט פאר זיינע חסידים
ק.jpg (12.27 KiB) געזען 5923 מאל
לעצט פארראכטן דורך מאכט סענס? אום מיטוואך יאנואר 25, 2017 7:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

פארברענען דעם געטא???
מיט אלע אידן דערינען?? רציחה??

פרעג איך דיך,
מאכט סענס?
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע:בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

זבחי צדק האט געשריבן: פארברענען דעם געטא???
מיט אלע אידן דערינען?? רציחה??

פרעג איך דיך,
מאכט סענס?

איך בין נישט דא צו פארענטפערן די געשיכטע. אבער איך שטעל מיך פאר אז ער האט געהאט עפעס א פלאן. כ'האב פרובירט פארן שרייבן צו זוכן ווי מער אינפארמאציע שייך, אבער עס איז דא זייער ווייניג אינפארמאציע.
ובדרך אגב. געוויסע שרייבן אפילו אז ער האט זיך צוגעשטעלט צו די פארטיזאנען! (כ'האב עס נישט געשריבן ווייל כ'האב נישט געטראפן נאך וואס זאלן עס שרייבן)
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע:עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

הערליך, פראפעסיאנאל, אינפארמאטיוו, א קנאק פון אן ארטיקל! מאכט שוין איינמאל סענס...
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע:בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

מה פתאום??? האט געשריבן: הערליך, פראפעסיאנאל, אינפארמאטיוו, א קנאק פון אן ארטיקל! מאכט שוין איינמאל סענס...

ישר כח מה פתאום. אזאלכע תגובות גיבן די חיזוק ווייטער צו שרייבן
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

זבחי צדק האט געשריבן: ערליכע אידן האבן בכלל נישט אזוי געהאלטן פון אויפשטאנד, עס האט גורם געווען בלי ספק די הריגה פון טויזנטער אידן
און בכלל זעה איך דא א סתירה מיניה וביה

ער האט פרובירט מיט אלע כוחות צו בעטן ביי די אידן זיי זאלן אנטלויפן, ער האט געשריגן און פארפירט אז מען זאל זיך נישט לאזן אויס'הרג'נען, נאר זיך קעגן שטעלן די נאציס. אבער ליידער האט ער נישט געהאט קיין הצלחה, נישט קיין סאך האבן אים אויסגעהערט, אדער בכלל געגלייבט.

אנטלויפן אדער זיך אנטקעגן שטעלן?

ואל תביאני ראיה פון קאצנלנסאהן, וקצרתי

וועלכע "ערליכע אידן" האבן נישט געהאלטן? דא האסטו דאך א ערליכע איד וואס האט יא געהאלטן. און ווי קומט אריין ערליכקייט? עס האט מיט שיקול הדעת אויף די רגע. און דער אייבישטער זאל אפהיטן אלע אידן - ערליכע און נישט ערליכע צוגלייך - פון דארפן פאסן אזעלכע באשלוסן.

גורם געווען די הריגה פון מיליאנען אידן האט ציונות / עוונות. אויב רעדסטו אבער פון א פראקטישן שטאנדפונקט, האט דאס נישט מאכן א אויפשטאנד פיל פריער, גורם געווען די 6 מיליאן קדושים. נאר וואס זאל מען טון, עס איז געווען משיב חכמים אחור ודעתם יסכל.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

שכח פאר די הערליכע קלארע באשרייבונג

ווי וואנט מאר!!

----
לעצם הענין, ס'איז ידוע פון אסאך גדולים וצדיקים וואס האבן געזאגט אז מ'זאל זיך קעגנשטעלן די נאציס. (איך געדענק נישט נעמען אויף די מינוט)

נאר אזוי ווי מי חכם האט שוין ארויסגעברענגט, משיב חכמים אחור ודעתם יסכל.
שלומעלע
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומעלע »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן: לעצם הענין, ס'איז ידוע פון אסאך גדולים וצדיקים וואס האבן געזאגט אז מ'זאל זיך קעגנשטעלן די נאציס. (איך געדענק נישט נעמען אויף די מינוט)

דער ציונים פראבירען טאקע פארבען דער היסטאריע אז גוטע יודען האבען אזוי געהאלטען
מאמר מזרחי אחד אודות מהרש"ש מראדזין
רדזין.jpg

ס'איז פארהאן א הערליכע מאמר פון א פליט פונם געטא, א גרויסע גאון, ווי ער ברענגט ארויס זיין צארען אויפ'ן היסטאריע פארדרייערס. בהקדמה לספרו בשבילי העבודה. איך'על ציטיר'ן די התחלה מיט'ן סוף לטובת המעיינים.
מרד1.jpg
מרד.jpg
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

הערליך געשריבן, עס זעט אויס ווי די אויפשטאנד וואס ער האט געוואלט איז נאר צו זיך באפרייען און אנטלויפן אין וואלד אריין, איך מיין אז דאס איז יא אויסגעהאלטן, און אפילו ער האט יא געוואלט א געהעריגע אויפשטאנד קענען מיר נישט דן זיין.

שכוח פארן שרייבן
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

זבחי צדק האט געשריבן: ערליכע אידן האבן בכלל נישט אזוי געהאלטן פון אויפשטאנד, עס האט גורם געווען בלי ספק די הריגה פון טויזנטער אידן
און בכלל זעה איך דא א סתירה מיניה וביה

ער האט פרובירט מיט אלע כוחות צו בעטן ביי די אידן זיי זאלן אנטלויפן, ער האט געשריגן און פארפירט אז מען זאל זיך נישט לאזן אויס'הרג'נען, נאר זיך קעגן שטעלן די נאציס. אבער ליידער האט ער נישט געהאט קיין הצלחה, נישט קיין סאך האבן אים אויסגעהערט, אדער בכלל געגלייבט.

אנטלויפן אדער זיך אנטקעגן שטעלן?

ואל תביאני ראיה פון קאצנלנסאהן, וקצרתי

וואס נאוויטעט שרייבט איר דא? די ביסל נערישע אויפשטענדלער פון שוואכע הונגעריגע סקעלעטאנען, די טינקעלע צעקלאפּטע שאטענעס, קעגן די אנגעוואפענטע בלאשקעדיגע פעטע נאציס האבן צוגעברענגט רציחה?

אן דעם ביסל אויפשטאנד וואלטן די נאציס פשוט געלאזט דעם גאנצן לאגער לאלתר לחיים טובים, פארשוינט אין נאך צוגעגבן יארן פאר די נעבעכדיגע יודעלעך פאר זייערע נובּעלע שיינע מידות פון זיך נישט קעגן שטעלן.... נו זיכער אזוי.....

מאכט סענס: זייער שיין ארטיקל מיט פרישע אינפארמאציע
איז געבליבן קינדער פון דעם ראדזמינער רבין, איז דער ראדזמינער פון א״י געווען זיינס א ברודער?
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

מאכט סענס, שכויח, שמך נאה לו ושמך יאה לו, אבער אן דער בתמיה, נאר זעכער...

זבח"י צד"ק, שמך נאה לו ושמך יאה לו...
אה, ביסט א קנאי קעגן א פארצייטישע גאון וגדול וואס האט געלעבט און בדיוטא התחתונה, אנטשולדיג, כ'האב נישט געכאפט.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

איינער פון ענק האט שוין אמאל אדורך געטאן דעם אויפשטאנד אין ווארשעווער געטא?
איך האב שוין אסאך געלייענט דערוועגן, און יא
דע אויפשטאנד האט ליידער ציגעברענגט צו די הריגה פון הונדערטער טויזנטער אידן וועלכע וואלטן יא געקענט געראטעוועט ווערן, א דאנק דעם אויפשטאנד [פון די שוואכע סקעלעטאנען פארשטייצעך..] האבן די נאצים לבסוף פארברענט דעם געטא עד היסוד בה, אינאיינעם מיט אלע באהאלטענע אין די קעלערן און די בונקערן
איר קענט אלע לייגן קנאות ציונות אין א זייט, אבער דאס איז די פאקט!!

אז איר ווילט באשרייבון א גדול, געזונטערהייט, אבער עס איז קיין שום שבח [אדרבא א קורצזיכטיגקייט] נישט אויף אים אז מען שרייבט אז ער איז געווען פאר א אויפשטאנד, ווער ס'האט געהאט אביסל שכל בקדקדו, האט פארשטאנען אז א אויפשטאנד וועט קיין שום אויפטוה נישט זיין, פונקט פארקערט

וואס 'מאכט סענס' איז אזוי, ער האט מסתמא געהאלטן פון זיך אנשליסן מיט די פארטיזאנער אין די וועלדער, כלומר אנטלויפן צום וואלד און זיך אנשליסן מיט פארטיזאנער
לעצט פארראכטן דורך זבחי צדק אום דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 1:09 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

ראש הקהל האט געשריבן: מאכט סענס, שכויח, שמך נאה לו ושמך יאה לו, אבער אן דער בתמיה, נאר זעכער...

זבח"י צד"ק, שמך נאה לו ושמך יאה לו...
אה, ביסט א קנאי קעגן א פארצייטישע גאון וגדול וואס האט געלעבט און בדיוטא התחתונה, אנטשולדיג, כ'האב נישט געכאפט.

שמך נאה לך
איר רעדט ווי א ראש הקהל, "אזוי וויל איך און אזוי וועט זיין....."
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

רבניש האט געשריבן: איז געבליבן קינדער פון דעם ראדזמינער רבין, איז דער ראדזמינער פון א״י געווען זיינס א ברודער?

ראדזין, נישט ראדזמין.

ס'זענען נישט פארבליבן קיין דורות פון אים.
דער ראדזינער רבי פון א"י איז געווען בזוו"ר אן איידעם ביי זיין טאטע.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

מיר האבן אן אשכול שלם אויף ראדזין
viewtopic.php?f=31&t=7522&hilit=%D7%A8%D7%90%D7%93%D7%96%D7%99%D7%9F%2C
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע:ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

איך וויל נישט נעמען קיין שטעלונג בנוגע דעם עצם ענין און בפרט אז אידן וואס זענען געווען בגיא צלמות קען מען קיינעם נישט דן זיין, אבער ר' שלומהלע האט צוגעברענגט מקורות'דיגע רייד א ראי' פאר זבחי צדק, און ווייטער דער מי חכם איז נישט געווען קיין קנאי נאר אקעגן איין צדיק נאר אקעגן טויזענטער צדיקים וקדושים אז זיי האבן נישט געמאכט אן אויפשטאנד און זיי אלע געגעבן א וויש אפ מיטן משיב דעתם אחור, וואס מיר ווייסן איז אז הגה"ק ר' אלחנן וואסערמאן זי"ע הי"ד ברענגט בשם זיין רבי'ן דער ח"ח בנוגע די יעוועסקעס אז מען וואלט געדארפט ארויסגיין בחרב וחנית אזוי ווי די חשמונאים ווייל זיי זענען דא געוועזן מעביר צו זיין על הדת אבער בנוגע די דייטשן איז א גרויסע אחריות צו זאגן אז מ'וואלט געדארפט אזוי טוהן, נאכאמאל קלאר צו שטעלן איך זאג נישט קיין מיינונג בנוגע דעם עצם ענין אבער אוועק צו מאכן טויזענטער צדיקים וחסידים מיט משיב דעתם דאס איז איבערגעטריבן.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

רבניש האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן: ערליכע אידן האבן בכלל נישט אזוי געהאלטן פון אויפשטאנד, עס האט גורם געווען בלי ספק די הריגה פון טויזנטער אידן
און בכלל זעה איך דא א סתירה מיניה וביה

ער האט פרובירט מיט אלע כוחות צו בעטן ביי די אידן זיי זאלן אנטלויפן, ער האט געשריגן און פארפירט אז מען זאל זיך נישט לאזן אויס'הרג'נען, נאר זיך קעגן שטעלן די נאציס. אבער ליידער האט ער נישט געהאט קיין הצלחה, נישט קיין סאך האבן אים אויסגעהערט, אדער בכלל געגלייבט.

אנטלויפן אדער זיך אנטקעגן שטעלן?

ואל תביאני ראיה פון קאצנלנסאהן, וקצרתי

וואס נאוויטעט שרייבט איר דא? די ביסל נערישע אויפשטענדלער פון שוואכע הונגעריגע סקעלעטאנען, די טינקעלע צעקלאפּטע שאטענעס, קעגן די אנגעוואפענטע בלאשקעדיגע פעטע נאציס האבן צוגעברענגט רציחה?

אן דעם ביסל אויפשטאנד וואלטן די נאציס פשוט געלאזט דעם גאנצן לאגער לאלתר לחיים טובים, פארשוינט אין נאך צוגעגבן יארן פאר די נעבעכדיגע יודעלעך פאר זייערע נובּעלע שיינע מידות פון זיך נישט קעגן שטעלן.... נו זיכער אזוי.....

עס זעהט מיר נישט אויס ווי איר האט געליינט איבער מרד גיטו ווארשא
איך שטעל אייך דא א פאר בלעטער פון הלל זיידמן'ס בוך 'יומן גיטו ווארשא'
עס וועט אייך פארענטפערן אייערע קשיות
https://www.dropbox.com/s/3vyw71kr8fb1k ... 0.pdf?dl=0

די דייטשן האבן געהאט אן אינטערסע אויפציהאלטן דעם געטא מיט אלע פאבריקן דערינען און ארבעטער, לולא דעם אויפשטאנד וואלט עס אפשר איבערגעלעבט עכ"פ למחצה לשליש ולרביע
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אויב דו האסט "אסאך" געליינט איבערן אויפשטאנד, ברויכסטו ווען וויסן אז עס האט נישט געקאסט קיין "הונדערטער טויזנטער" נפשות פשוט ווייל ס'איז שוין נישט געווען אזויפיל אינעם געטא.
---

יין ישן, מ'מעג נאר זאגן משיב חכמים אחור אויף רבן יוחנן בן זכאי, אבער נישט ח"ו אויף די צדיקי דור הקדום?

און דו ברענגסט א סטעיטמענט וואס ברויך גרויס דעקונג, עס איז א שיינע מימרא איך ווייס אבער נישט צי עס איז אויסגעהאלטן להלכה, נישטא קיין מקור דערויף אז ווען די מלכות איז גוזר אויף שמירת המצוות מעג מען מיט זיי לוחם זיין (איך זאג נישט א ס'איז אסור, אבער דער רבי זי"ע ברענגט אזא מעשה פון בימי השמדיות והגזירות אין פארטוגאל לאיסור). לעומת זה וואס איז דער "גרויס אחריות" וואס פאדערט זיך צו זאגן אז מ'וואלט ווען געדארפט מלחמה האלטן מיט די נאצי'ס? קיינער איז ח"ו קיינעם נישט דן, הן מצד משיב חכמים אחור, והן מצד הינדסייט איז אלוועיס 20/20.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

מי חכם
איר ווארפט סתם זאמד אין די אויגן
אפשר ברענגסטו מיר וועלכע ערליכע גדולים, [לכה"פ פון די אגודה, נישט קיין מזרחי'ניק] זענען מיטגעשטאנען מיטן אויפשטאנד??, אדער עפעס א מראה מקום א היתר להלכה ווי אזוי מען האט געמעגט איינשטעלן אין אזא סכנה, וואס האט געהאט כמעט זיראו טשענסעס צו מצליח זיין
און אויב סי'ז נישט געבליבן קיין 'הונדערטער טויזנטער' נאר למשל 'פינף טויזנט' [וועלכע זענען געבליבן אין די פאבריקן און ווערק-שאפ'ס] איז וואס?? האט דאס דען בארעכטיגט דאס אויפברענגען חמת וזעם הנאצים אויף זיי?,
דו ווייסט אז א דאנק דעם אויפשטאנד האבן די דייטשן סך מער זיך אריינגעלייגט אין די לענג און אין די ברייט מגלה צו זיין די בונקערס ווי אידן האבן זיך אויפגעהאלטן, [לייען דעם דערמאנטן בוך 'יומן גיטו ווארשא' ווי ער דערציילט עס באריכות], און האבן געצווינגען יעדן איד מען זאל זיי אויסזאגן און פאר'מסר'ן, די אלע אידן וואלטן געקענט געראטעוועט ווערן, אזוי ווי אנדערע הונדערטער אידן אין אנדערע מקומות וועלכע האבן זיך געראטעוועט א דאנק בונקערס-באהעלטענישן, און ביים סוף פונם אויפשטאנד האבן זיי פארברענט הויז ביי הויז נישט איבערלאזנדיג א שטיין אויף א שטיין, כדי די וועלכע זענען באהאלטן במעמקי האדמה, און אין די סוער קאנאלן, זאלן זיין געצווינגען ארויס צוקומען און אויסגעשאסן ווערן!

יא, די 'תמות נפשי מות פלשתים'ניקעס זיי האבן דאס אנגעפירט, אבער חלילה צו זאגן אז א דעת תורה האט זיי געוויזן דעם וועג, ווען אין די הלכה איז קלאר גע'פסק'נט נישט אזוי
לעצט פארראכטן דורך זבחי צדק אום דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 2:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

ר' מנחם זעמבא האט מיטגעהאלטן מיטן אויפשטאנד.

דו פרעגסט מיר צי איך ווייס אז דער אויפשטאנד האט זיך אויסגעלאזט מיט א דורכפאל? יא, איך ווייס. ייש"כ פאר די אינפארמאציע. ווייסט וואס נאך? יהדות אייראפע, 6 מיליאן אידן זענען אומגעקומען ווייל מ'האט נישטגעמאכט דעם אויפשטאנד פיל פריער.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

מי חכם האט געשריבן: ר' מנחם זעמבא האט מיטגעהאלטן מיטן אויפשטאנד.

דו פרעגסט מיר צי איך ווייס אז דער אויפשטאנד האט זיך אויסגעלאזט מיט א דורכפאל? יא, איך ווייס. ייש"כ פאר די אינפארמאציע. ווייסט וואס נאך? יהדות אייראפע, 6 מיליאן אידן זענען אומגעקומען ווייל מ'האט נישטגעמאכט דעם אויפשטאנד פיל פריער.

אויב אזוי האלסטו אז דיין זיידע געווען סתם א בהמה ווייל ער האט זיך געלאזט פירן ווי א אקס צו די שחיטה [ער האט געהאט צוויי ברירות, איא?]

וואס איר שרייבט וועגן ר"מ זעמבא, זיי אזוי גוט און קוק איבער שלמהלע'ס תגובה, נשיא דורינו מליובאוויטש זצ"ל האט דאס אפגעלייקנט מכל וכל
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

ליין איבער וואס כ'האב געשריבן. וועסט טרעפן עטליכע טעמים פארוואס איך האלט נישט אזוי איבער מיין זיידן און אלע אידן בכלל.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”