הלכות אינקאם טעקס

שטאטישע פראגראמען און לעגאלע דאקומענטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

הלכות אינקאם טעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

היות יעצט איז די טעקס סעזאן, וויל איך דא שרייבן אביסל וועגן טעקסעס און טעקס ריטוירן, מען זאל וויסן וואס טוט זיך. איך וועל פרובירן צו פאקוסען ווי ווייט מעגליך אויף וואס איז נוגע כדי צו מקצר זיין. איך וועל בעיקר קאנצעטרירן אויף לאו אינקאם, ווייל דאס איז ליידער דער מצב פון רוב אחב"י.
אויך רעד איך שטענדיג פון married filing jointly, טייטש מאן און פרוי וואס פיילען צוזאמען, און אויך נישט דיסעיבעלד ח"ו, ווייל אויב די 2 זאכן זענען אנדערש, טוישט זיך די נומערן. אויך רעד איך פון 2016. יעדע יאר קען זיין אנדערש. (למשל סטענדערד דידאקשען איז $100 מער דאס יאר)

א. קודם דארף מען וויסן אז פאר די ערשטע $18550 אינקאם דארף מען אראפגעבן 10% טעקס, אויסער סטעיט און לאקעל טעקס. אבער דא קומט אריין אין בילד 2 זאכן: exemptions and deductions. זיי טוען די זעלבע זאך, נעמליך: זיי רעדוצירען די אינקאם כאילו עס וואלט נישט געווען. דהיינו, exemptions געט $4050 פאר יעדע נפש אין די משפחה וואס מען ברויך נישט טאקסירן. למשל א משפחה מיט 4 קינדער, איז די ערשטע $24300 פטור פון טעקס, און נאר פון דארט און ווייטער איז taxable income.

ב. נאכדעם קומט אריין אין בילד deductions, דאס הייסט אינקאם וואס מען אראפגעכענען פאר וויכטיגע אויסגאבען, וואס אויף דעם איז מען פטור פון טעקס. יעצט ביי דעם איז דא 2 אופנים וואס מען קען זיך וועלן: אדער קען מען וועלן די standard deduction דאס מיינט א פיקסט סומע וואס די רעגירונג האלט אז מען מוז האבן פאר די מינימום. דאס איז $12600. אדער קען מען אריינלייגן Itemized deductions דאס הייסט יעדע בארעכטיגטע דידאקשען עקסטער, וואס דאס איז נוצבאר אויב מען האט מער ווי די $12600. די מערסט קאממאן דידאקשענס זענען: Home Mortgage Interest, טעקס וואס מען האט באצאלט פאר די סטעיט און לאקאל, צדקה, און נאך. דערנאך זענען דא דידאקשענס וואס מען קען נוצן "בנוסף" צו די סטענדערד דידאקשען, איינע פון די איז געלט וואס מען לייגט אין א ריטייערמענט פלען (אבער עס ווערט טאקסירט ווען מען נעמט עס ארויס).

עכ"פ די מערסטע נוגע איז די סטענדערד דידאקשען, וואס לפי"ז א קאפל אהן קינדער וואס פארדינט ביז $20700 הייבט זיך בכלל נישט אהן טעקס, און מיט יעדע קינד קען מען צולייגן $4050. פון דארט און ווייטער הייבט זיך אהן די ערשטע "ברעקעט" פון 10 % טעקס אויף די ערשטע $18550.

קומט אויס אז איינער וואס פארדינט ווייניגער ווי דעם ($20700 + $4050 פאר יעדע קינד) איז בכלל נישט נוגע קיין דידאקשענס און עס וועט גארנישט אויסמאכן. ווייל דידאקשענס קענען נאר אראפנעמען פון די חיוב טעקס, נישט מוסיף זיין.

ג. דא קומט אריין אין בילד "קרעדיטס". דאס איז וואס מאכט אייך אזוי שטארק ארויסקוקן אויפן לאנג ערווארטע טעקס ריטוירן. אנדערש ווי דידאקשענס, איז קרעדיטס גערעכענט ווי כאילו געלט וואס דו האסט געצאלט פאר טעקס. ממילא קען עס אדער אראפגעכענען פון די חיוב טעקס, אדער אויב ביזט סיי ווי נישט מחיוב טעקס קומט זיך דיך א ריפאנד! ווייל עס איז דאך כאילו האסט באצאלט.

אט זענען די עיקר קרעדיטס וואס איז נוגע פאר אונז:
Earned income credit. די מקסימום איז $6269 , און עס ווענד זיך וויפיל קינדער מען האט (0-3) און וויפיל מען פארדינט.
Child tax credit, מען קען באקומען ביז $1000 פאר יעדע קינד, געוואנדען אין די אינקאם.
Child care credit, דאס איז אויב מען באצאלט פאר קעיר נעמען פון דיינע קינדער(נישט לערנען), מען באקומט צווישן 20 און 35 פראצענט אויף די ערשטע $3000 פאר 1 קינד אדער $6000 פאר 2 אדער מער.

עס איז דא נאך קרעדיטס, אי"ה ביי די נעקסטע געלעגענהייט, איך אייל מיך יעצט.

אויב איר האט הנאה געהאט קענט איר עס ארויסווייזן מיטן לאזן מאכן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטוירן ביי מיר. זייער ביליג. הייבט זיך אהן ביי $50 פאר פערסאנעל, און $300 פאר ביזנעס.
הגם איך בין נישט קיין cpa, אבער איך ארבעט אונטער די דירעקטע אויפזיכט פון א cpa.
לעצט פארראכטן דורך יונתן אום דינסטאג יאנואר 31, 2017 6:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

ישר כח
אין לך דבר העומד בפני הרצון, עס איז נישט דא קיין זאך און די וועלט, וואס קען דיר אפהאלטן פון האבן א רצון.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

ישר כח
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

זייער שיין.
אפשר קען איינער ארויפלייגן אדער לינקן א שיט פון די פעדעראלע

לאו מידיעם און רייכע נומערן לויט די צאל מיטגלידער פונעם משפחה?

א דאנק.
...
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

מיינסט די טעקס טעיבל? Https://www.irs.gov/pub/irs-pdf/i1040tt.pdf
עס האט נישט מיט די צאל מיטגלידער, נאר מיט די פיילינג סטאטוס. קינדער מאכן נאר א חילוק ביי די exemptions and credits כמדובר
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

דאנקע!!
...
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4385
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

יונתן,

א גרויסן ישר כח.

אני לכשעצמי, נוץ איך TurboTax שוין זייט תשכ"א (א שטיקל גוזמא, אבער שוין יאאאארן). איך בין זייער צופרידן. האט זיך מיך געמאכט א שטיקעלע נושא... איך האב די יאהר געמכט די tax return זייער פרי. לעצטע וואך. און היינט באקום איך א 1099 פון Google! איך האב אינגאנצן פארגעסן פון גוגל!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
עפל קוגל
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2016 7:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קוגל »

Kosher Travel האט געשריבן: יונתן,

א גרויסן ישר כח.

אני לכשעצמי, נוץ איך TurboTax שוין זייט תשכ"א (א שטיקל גוזמא, אבער שוין יאאאארן). איך בין זייער צופרידן. האט זיך מיך געמאכט א שטיקעלע נושא... איך האב די יאהר געמכט די tax return זייער פרי. לעצטע וואך. און היינט באקום איך א 1099 פון Google! איך האב אינגאנצן פארגעסן פון גוגל!


I also used them and this year they charge me if not I loose all my info from last year
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9143
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

יישר כח!
עצה טובה: שרייב דיין אימעיל אדרעס אין דיין פארפייל, וועט מען זיך קענען גרינג פארבינדן מיט דיר, אן דעם וואס מען וועט זיך דארפן אידענטיפיצירן מיטן ניק.
סיו"ן
וַיְהִ֣י פַּ֣חַד ה' עַ֚ל כָּל־מַמְלְכ֣וֹת הָֽאֲרָצ֔וֹת אֲשֶׁ֖ר סְבִיב֣וֹת יְהוּדָ֑ה וְלֹ֥א נִלְחֲמ֖וּ עִם־יְהוֹשָׁפָֽט
--

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

עין טובה האט געשריבן: דאנקע!!


קיפאיטאפ
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9346
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

דארפסט אינטערשטרייכן אז דאס איז אלץ בנוגע פעדעראלע אינקאם טעקס. די סטעיט גיט א גרעסערע סטענדערד דידאקשן אבער א קלענערע עקזעמשאן און אלץ רעזולטאט הייבט זיך אן טעקסעבעל אינקאם פריער ווי ביי די פעד.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

עירמאנט'ער האט געשריבן:
עין טובה האט געשריבן: דאנקע!!


קיפאיטאפ


Thanks a lot! I wish you can go ahead and write more subject relevant for small businesses
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

יונתן האט געשריבן:
א. קודם דארף מען וויסן אז פאר די ערשטע $18550 אינקאם דארף מען אראפגעבן 10% טעקס, אויסער סטעיט און לאקעל טעקס. אבער דא קומט אריין אין בילד 2 זאכן: exemptions and deductions. זיי טוען די זעלבע זאך, נעמליך: זיי רעדוצירען די אינקאם כאילו עס וואלט נישט געווען. דהיינו, exemptions געט $4050 פאר יעדע נפש אין די משפחה וואס מען ברויך נישט טאקסירן. למשל א משפחה מיט 4 קינדער, איז די ערשטע $24300 פטור פון טעקס, און נאר פון דארט און ווייטער איז taxable income.

cpa.

סאו למעשה, אויב איינער וואס האט צען קינדער מאכט 79750 דארף ער נאר צאלן צען פראצענט, 1885, ווייל נאר 18550 איז העכער די דידאקשענס און עקזעמפשענס.
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

א ייש"כ פאר אלע שיינע הערות און חיזוק.

נעקסטע ארטיקל וויל איך אי"ה שרייבן זאכן וואס איז נוגע ווען מען עפענט א ביזנעס. אבער קודם וויל איך דא ענדיגן מיט נאך אן ענין בנוגע אינקאם טעקס.

עס איז פארהאנען פינעף ערליי אינקאם. עס כאפט א נפק"מ סיי לגבי די טעקס רעיט, און לגבי רעכענען שאדענס קעגן פארדינסטן, און אויך לגבי קרעדיטס. כמו שיתבאר.

1. Earned income
2. Interest
3. Dividends
4. Passive income
5. Capital gains

1. Earned income מיינט געלט וואס מען האט פארדינט פון ארבעטן. סיי אויב מען ארבעט ביי א צווייטן און סיי אויב מען איז אומאפהענגיגע קאנטראקטער. דער אינקאם איז אנדערש ווי אלע אנדערע אז מען דארף באצאלן פעיראל טעקס )סאשעל סעקיורעטי און מעדיקעיר, געווענליך ווערט עס איינגעצאלט במשך די יאר(. 15.3% פאר זעלבסשטענדיגע ארבעטער און 7.65% פאר אייגעשטעלטע.
נאך א זאך, פאר נידריגע פארדינער איז דא א earned income credit.

2. Interest איז אינטערעסט וואס מען פארדינט ווען מען פארבארגט געלט, למשל א סעיווינגס אקאונט, און מען באקומט סוף יאר א 1099 int
אויף דעם איז נישטא קיין פעיראל טעקס, אבער געהעריגע רעיט אינקאם טעקס. ביי געציילטע אופנים איז עס יא פטור פון פעדעראלע טעקס אדער סטעיט טעקס.

3. Dividends איז רווחים וואס א קאמפעני טיילט אויס פאר די corporation שעירהאלדערס. נישט קיין חילוק צו עס איז. סטאקס פון א פאבליק קאמפעני אדער א קליינע פריוואטע קאמפעני.
פעיראל טעקס איז נישטא ביי דעם און די טעקס רעיט איז אויך נידריגער. למשל די ערשטע ברעקעט איז אינגאנצן פטור און די צווייטע איז בלויז 10%. עס דארף אבער נאכקומען אפאר תנאים עס זאל זיין קוואליפיצירט פאר די נידריגע רעיט.

4. Passive income מיינט אלע געלטער וואס מען פארדינט אן ארבעטן דערפאר. למשל רענטעל פראפערטי, אדער א געלט שותף אין א ביזנעס וואס האט נישט קיין אקטיווע ראלע אין די ביזנעס. עס איז געהעריג טעקסט, אבער אהן פעיראל טעקס.

5. Capital gains איז ווען מען פארקויפט אן עססעט פאר מער ווי מען האט געצאלט פאר דעם, איז עס אן אינקאם. למשל א הויז אדער סטאקס. ווען מען פארקויפט א הויז קען א חלק פון די געין זיין פטור.
אויב מען האט געהאט די עססעט פאר מער ווי א יאר הייסט עס long term capital האט עס אנדערע דינים. די עיקר אז עס קען האבן א נידריגע טעקס רעיט.

יעצט איז די שאלה, וואס טוט זיך מיט הפסדים אויף אלע ש"י געזאגט? איז דאס איז זיכער אז אין איין סארט אינקאם גלייכט זיך עס אויס. דהיינו מען רעכענט עקספענסעס כנגד שכר און וואס עס בלייבט איבער איז אינקאם. אויב עס בלייבט הפסד קען מען עס אראפרעכענען פון קומענדיגע יארן אינקאם אדער באקומען א ריפאנד פאר פררגאנגענע יארן. די שאלה איז אבער אויב מען האט געהאט אינקאם אין איין קאטאגאריע, און הפסד אין אן אנדערע, קען מען רעכענען איינס קעגן די צווייטע. למשל האסט פארדינט עירנד אינקאם 50000, און דיין רענטל פראפערטי האט איז געשטאנען ליידיג און עס האט דיך געקאסט אינטערעסט מיט דעפרישיעשען מיט טעקס מיט אלע גוטע זאכן 30000, בלייבסטו איבער נאר מיט 20000 אינקאם?
די קורצע תירוץ איז ניין. פעסיוו פארלוסטן קען נאר ווערן גערעכענט קעגן פעסיוו פארדינסטן, צו דאס יאר אדער די קומענדיגע יארן. חוץ ביי רענטל פראפערטי וואס מען איז אקטיוו דערין קען מען יא רעכענען א חלק דערפון.

ווייטער קאפיטאל פארלוסטן קען מען נאר רעכענען $3000 יעדעס יאר קעגן די אנדערע רווחים. אויב עס איז מער קען מען עס נוצן פאר די קומענדיגע יארן.

אויב איר האט הנאה געהאט און איר נויטיגט זיך אין אן איבערגעגעבענע אקאונטענט קענט איר אישי'ען 24 שעה א טאג:lol:צו א דאנק.
לעצט פארראכטן דורך יונתן אום פרייטאג פעברואר 03, 2017 9:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

בלעטל האט געשריבן:
יונתן האט געשריבן:
א. קודם דארף מען וויסן אז פאר די ערשטע $18550 אינקאם דארף מען אראפגעבן 10% טעקס, אויסער סטעיט און לאקעל טעקס. אבער דא קומט אריין אין בילד 2 זאכן: exemptions and deductions. זיי טוען די זעלבע זאך, נעמליך: זיי רעדוצירען די אינקאם כאילו עס וואלט נישט געווען. דהיינו, exemptions געט $4050 פאר יעדע נפש אין די משפחה וואס מען ברויך נישט טאקסירן. למשל א משפחה מיט 4 קינדער, איז די ערשטע $24300 פטור פון טעקס, און נאר פון דארט און ווייטער איז taxable income.

cpa.

סאו למעשה, אויב איינער וואס האט צען קינדער מאכט 79750 דארף ער נאר צאלן צען פראצענט, 1885, ווייל נאר 18550 איז העכער די דידאקשענס און עקזעמפשענס.


יא! א רחמנות אויף עם פאר די 1885... מיט צען קינדער
אבער למעשה וועט ער דאס אויך נישט דארפן באצאלן וועגן די קרעדיטס וואס קומט נאך צו.
אבער סטעיט טעקס וועט ער לכאורה יא דארפן צאלן, ווייל די סטעיטס מאקסימום עקזעמפשען איז $9000
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

Kosher Travel האט געשריבן: יונתן,

א גרויסן ישר כח.

אני לכשעצמי, נוץ איך TurboTax שוין זייט תשכ"א (א שטיקל גוזמא, אבער שוין יאאאארן). איך בין זייער צופרידן. האט זיך מיך געמאכט א שטיקעלע נושא... איך האב די יאהר געמכט די tax return זייער פרי. לעצטע וואך. און היינט באקום איך א 1099 פון Google! איך האב אינגאנצן פארגעסן פון גוגל!


דארפסט פיילן אן עמענדעט ריטוירן מיט די פארם 1040x
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4385
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

יונתן האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן: יונתן,

א גרויסן ישר כח.

אני לכשעצמי, נוץ איך TurboTax שוין זייט תשכ"א (א שטיקל גוזמא, אבער שוין יאאאארן). איך בין זייער צופרידן. האט זיך מיך געמאכט א שטיקעלע נושא... איך האב די יאהר געמכט די tax return זייער פרי. לעצטע וואך. און היינט באקום איך א 1099 פון Google! איך האב אינגאנצן פארגעסן פון גוגל!


דארפסט פיילן אן עמענדעט ריטוירן מיט די פארם 1040x


ישר כח ר' יונתן. איך האב טאקע דאס געטוהן. Turbotax האט מיך נישט גערעכנט פאר די Amended ריטורנס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע:Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

א דאנק יונתן
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9143
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ווער אלץ דארף פיילן ביז אפריל 15טער?
סיו"ן
וַיְהִ֣י פַּ֣חַד ה' עַ֚ל כָּל־מַמְלְכ֣וֹת הָֽאֲרָצ֔וֹת אֲשֶׁ֖ר סְבִיב֣וֹת יְהוּדָ֑ה וְלֹ֥א נִלְחֲמ֖וּ עִם־יְהוֹשָׁפָֽט
--

דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9346
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אידעווידועלס, טראסטס און c corporations (אויב די יאר ענדיגט זיך דעצעמבער) דארפן פיילן נישט שפעטער ווי אפריל 15
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
קום ועשה
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קום ועשה »

דריידל האט געשריבן: אידעווידועלס, טראסטס און c corporations (אויב די יאר ענדיגט זיך דעצעמבער) דארפן פיילן נישט שפעטער ווי אפריל 15

ווער נישט?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9346
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

S corporations און פארטנערשיפס
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

טעקס קאלקיולעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

בשורה טובה לשוחרי טעקס!

מיר האבן בעזרת השם אהערגעשטעלט א קאלקיולעיטער אויסצורעכען אייער טעקס התחייבות/ריפאנד בעיסט אויף אייער אינקאם פאר 2018. עס רעכנט אויס די עיקר טעקסעס און קרעדיטס. איר קענט אריינלייגן צוויי נומערן און פארגלייכן די ריזאלטס!

קליקט און האט הנאה!

https://docs.google.com/spreadsheets/d/ ... p=drivesdk

נ.ב. עס איז נישט ערלויבט צי קאפיען אדער דאונלוידן (אפילו אויב איר ווייסט וויאזוי!)
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יונתן האט געשריבן: בשורה טובה לשוחרי טעקס!

מיר האבן בעזרת השם אהערגעשטעלט א קאלקיולעיטער אויסצורעכען אייער טעקס התחייבות/ריפאנד בעיסט אויף אייער אינקאם פאר 2018. עס רעכנט אויס די עיקר טעקסעס און קרעדיטס. איר קענט אריינלייגן צוויי נומערן און פארגלייכן די ריזאלטס!

קליקט און האט הנאה!

https://docs.google.com/spreadsheets/d/ ... p=drivesdk

נ.ב. עס איז נישט ערלויבט צי קאפיען אדער דאונלוידן (אפילו אויב איר ווייסט וויאזוי!)

מ'קען נישט אריינלייגן קיין אינפוי אין די פייל.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

עס איז א VIEW ONLY פייל.
שרייב תגובה

צוריק צו “דינא דמלכותא”