בלאט 3פון 5

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:33 am
דורך loeffler
לויט די אנפרגע פון די עולם וועגן נקידות עס איז דא זייער א גוטע טאל צו קויפן פאר $50 שיק אן אי מעיל צו [email protected]

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:12 pm
דורך יוראפ
וואס טוט דער טאל?

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:29 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
יוראפ האט געשריבן: וואס טוט דער טאל?

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:38 pm
דורך loeffler
עס מאכט נקודות אטמאטש
עס איז געוואלדיג

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:40 pm
דורך loeffler
דאס איז אינפערמנצע

––––––––––––––––––––
נקדנית – תוכנה ושרותי ניקוד

התוכנה המקצועית לניקוד אוטומטי בוורד

רח' קצות החושן 9/11 מודיעין עילית 052-7604408

שעות מענה טלפוני: בוקר - 8:30-10:00 ערב - 8:00-9:30

אימייל: [email protected]

אתר: nakdanit.mehadrin.net

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:42 pm
דורך יוראפ
יישכ"ח הרב לאפפלער

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:42 pm
דורך דעפרעסט
עס ווייסט צו פארנאנדערשיידן און פארשטייט ווען צו לייגן אקמץדער א פתח? למשל ביי ווערטער ווי: אן, נאר,

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2014 1:49 pm
דורך loeffler
יא, מקען דאנלאדן א טרייל אויף
אתר: nakdanit.mehadrin.net

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 4:51 am
דורך אליקים געציל
עס זעט נישט אויס ווי זיי האבן בכלל א אידישע דיקשיאנערי. ס'איז נאר פאר לשה"ק.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 11:08 pm
דורך loeffler
אליקים געציל האט געשריבן: עס זעט נישט אויס ווי זיי האבן בכלל א אידישע דיקשיאנערי. ס'איז נאר פאר לשה"ק.

יא גרעכט דאס איז נאר פאר לשון הקודש
מקדען אליינס אריין לייגן

געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2014 4:48 am
דורך אליקים געציל
איך האב שוין אמאל געפינטלט א אידישע ספר מיט אזא ענליכע לשה"ק פראגראם. דאכצעך ס'הייסט סנונית?

עס איז טאקע מעגליך צו בויען אן אייגענע אידישע דיקשיאנערי, אבער עס איז א היבשע עבודה ווייל מברויך אריינסעיוון טויזענטער ווערטער.

און אין יעדע קומענדיגע בוך/ספר קען זיין א נייע לעקסיקאן פון פרישע ווערטער וואס מ'ברויך ווידער אריינשטויסן אין סיסטעם.

פאר איינעם וואס ברויך דאס בעיקר פאר אידיש, איז לכאורה כדאי צו זוכן עפעס וואס קומט מיט א אידישע דיקשיאנערי.

אדער אפשר קענען זיי אויך דאס צו שטעלן אויפן פארלאנג? ס'כדאי צו פרעגן.

געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2014 8:17 am
דורך אליקים געציל
אליקים געציל האט געשריבן: איך האב שוין אמאל געפינטלט א אידישע ספר מיט אזא ענליכע לשה"ק פראגראם. דאכצעך ס'הייסט סנונית?

אנטשולדיגט עס הייסט סנופי .

אליקים געציל האט געשריבן: עס זעט נישט אויס ווי זיי האבן בכלל א אידישע דיקשיאנערי. ס'איז נאר פאר לשה"ק.


אליקים געציל האט געשריבן: עס איז טאקע מעגליך צו בויען אן אייגענע אידישע דיקשיאנערי, אבער עס איז א היבשע עבודה ווייל מברויך אריינסעיוון טויזענטער ווערטער.

און אין יעדע קומענדיגע בוך/ספר קען זיין א נייע לעקסיקאן פון פרישע ווערטער וואס מ'ברויך ווידער אריינשטויסן אין סיסטעם.

פאר איינעם וואס ברויך דאס בעיקר פאר אידיש, איז לכאורה כדאי צו זוכן עפעס וואס קומט מיט א אידישע דיקשיאנערי.

אדער אפשר קענען זיי אויך דאס צו שטעלן אויפן פארלאנג? ס'כדאי צו פרעגן.

איך האב עס טאקע קאנפירמט מיט זיי (נקדנית), אז עס קומט בלויז מיט א לשה"ק דיקשיאנערי, נאר זיי זאגן אז אויב מען האט א גאנצע פייל פון געפינטעלטע אידישע ווערטער קען מען עס מיט איין קנעפל צולייגןצום דיקשיאנערי.

ווי געזאגט, איז דאס נישט קיין גענצליכע לעזונג ווייל יעדע אנדערע בוך/ספר נוצט צומאל הונדערטער אדער גאר טויזענטער אנדערע ווערטער און מען מוז ווידער אנהויבן כמעט ביי די אלף.

און בכלל איז עס נישט קיין גוטער געדאנק "צוצולייגן" די אידישע ווערטער צו א לשה"ק דיקשיאנערי, ווייל יעדעס מאל וועט ער פארשלאגן די לשה"ק ספעלינג אינאיינעם מיט די אידישע און דאס וועט גיין אויף די נערווען.

נעמט למשל דעם פאפולערן אידישע ווארט "און", וועט ער יעדעס מאל פארשלאגן אוֹן אוּן אָוֶן וכדו'...

ממילא ברויך מען עפעס א סיסטעם וואס מען קען טוישן דיקשיאנערי יעדעס מאל לויטן געברויך.

גראדע אויב איך געדענק גוט קען מען מיט סנופי דאס יא טוהן - נאר זיי האבן אויך נישט קיין אריינגעבויטע אידישע דיקשיאנערי. אויך זענען זיי זייער א מאדנע פירמע. זיי גיבן בלויז אן איינמאליגע לייסענס וואס איהר קענט בלויז איינמאל אינסטאלירן אויף איין קאמפיוטער. טאמער טוישט איהר קאמפיוטער מוזט איהר קויפן א נייע לייסענס. דעריבער איז מיין פראגראם געבליבן שטעקן אויפן עקס פי מאשין... (איצט זעה איך אז זיי גיבן שוין צוויי לייסענסעס אויפאמאל).

עכ"פ אויב עימיצער ווייסט פון עפעס גוט פאר אונזער מאמע לשון זאל ער דאס ביטע מעלדן דא לתועלת הציבור.

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2014 6:14 pm
דורך ווינקל
מומחה עצום האט געשריבן:
דוד פיישוט האט געשריבן: אויף מיין נייע כלי ארבעט עס נישט

דאס העלפט דיר?
מומחה עצום האט געשריבן: גיי צו Control Panel > Language און קליק אויף עברית, יעצט קליק אויף די בלויע Options קנעפל, דאן קליק אויף Add an input method און סעלעקט Hebrew [נישט (Hebrew (Standard] קליק אויף Add און יעצט ביי די Input method ליסטע נעם אוועק די (Hebrew (Standard דורך קליקן אויף די Remove קנעפל

געבענטשט זאלסטו זיין מומחה!

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2014 10:14 pm
דורך זאל ער קומען
עס קומט מסתם נישט אהער אבער איך ווייס נישט ווי יא.
וויאזוי זאגט מען די נקודה א שורוק עס אין די ליטאי (ליטווישע) הברה? שירוק, שוריק שורוק?
תודה למפרע

געשריבן: דאנערשטאג מאי 29, 2014 4:06 pm
דורך ווינקל

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 5:05 am
דורך הרבטייטעלבוים
ווינקל האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:
דוד פיישוט האט געשריבן: אויף מיין נייע כלי ארבעט עס נישט

דאס העלפט דיר?
מומחה עצום האט געשריבן: גיי צו Control Panel > Language און קליק אויף עברית, יעצט קליק אויף די בלויע Options קנעפל, דאן קליק אויף Add an input method און סעלעקט Hebrew [נישט (Hebrew (Standard] קליק אויף Add און יעצט ביי די Input method ליסטע נעם אוועק די (Hebrew (Standard דורך קליקן אויף די Remove קנעפל

געבענטשט זאלסטו זיין מומחה!

גם אני מצטרף האסט מיר יעצט ארויס געהאלפען האסט אונז טאקע איבער געלאזט אבער דיינע גוטע מעשים זענען נאכאלטס מוציא פירות.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 9:17 am
דורך שוועמל
וויזוי מאכט מען צוויי נקודות פער אות?
למשל קמץ שי"ן, נאכן מאכן די קמץ פון אונטן וועט זיך דער פינטל אויבן רוקן פאראויס, אזוי אז עס שטייט אין דער לופט צווישן דעם שין און נעקסטן אות.

עני העלפ אפריציאטירט


אויכעט וויזוי מאכט מען טראפן, טעמי המקרא
אפשר אין באזונדערע אשכול

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 9:41 am
דורך איימעניט
מ'דארף טאקע קודם מאכן די פינטל, דערנאך די קמץ

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 5:26 pm
דורך קנאפער ידען
שוועמל האט געשריבן: אויכעט וויזוי מאכט מען טראפן, טעמי המקרא
אפשר אין באזונדערע אשכול

עס איז שוין זיכער ערגעץ דא איבער דעם, אבער דארפסט האבן א פאנט וואס האט טראפן, למשל SBL HEBREW - Ezra SIL - Culmus - Shlomo וכדו'.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 7:58 pm
דורך יש דברים בגו
ווי אזוי קען איך מאכן א נקודה אן אן אות אלץ טעקסט אן האבן די באלי העכער דעם?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 10:20 pm
דורך למעלה משבעים
זיי בעסער מסביר די שאלה, דו מיינסט כעין זה הּ? צינד אן קעפס-לאק און דריק די קנעפל = שטייענדיג נאך די אות.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 12:40 am
דורך יש דברים בגו
למעלה משבעים האט געשריבן: זיי בעסער מסביר די שאלה, דו מיינסט כעין זה הּ? צינד אן קעפס-לאק און דריק די קנעפל = שטייענדיג נאך די אות.

איך דארף האבן נאר די נקודות אלס טעקסט, דהיינו א קמץ א פתח א צירי אנע אותיות.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 10:35 am
דורך אנכי
יש דברים בגו האט געשריבן: ווי אזוי קען איך מאכן א נקודה אן אן אות אלץ טעקסט אן האבן די באלי העכער דעם?

צריך אתה לבחור בפונט אחר שאין לה בעיא זו

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:46 pm
דורך חיימ'ל
איך וויל עפעס קאפי פעיסטען מיט נקודות אין ענדראוד, אבער די נקודות קומט נישט אויס גלייך אונטער די אותיות, עני העלפ?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:25 pm
דורך לבלוב
דאס לייגט נקודות אליין און בחינם (דע ערשטע 30 טעג).

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: