פארקויפן ביליגער ווי די אלגעמיינע פרייז ע"פ הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע:אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

ר' משה זאגט אז אפילו במקום שאין הלכה כמותו איז נישט שייך קיין מסייע, די סברא איז פשוט וויבאלד קיין חוטא קען ער נישט זיין וויבאלד יש מי שסובר נגדו.
גאלדענע זאגט אז מעגליך איז יא. איינער דינגט זיך מיט ר' משה?
אויב איז נישטא קיין קעגנער מיט ר' משה, הייסט עס נישט לקולא, עס איז א דירעקטער פסק הלכה להיתר.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע:אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

צד תמות האט געשריבן: אדרבה, ווייזט ביטע אן איינער וואס דערמאנט יא "מסייע" אויף דעם.

זייער גערעכט.
ספרינג וואסער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרינג וואסער »

נא_שכל האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
עכ"פ זע מיר אז ס'נישט דא קיין שום איסור אפילו לויטן פנים מאירות און פתחי תשובה, ויאכלו עניים וישבעו!




ס'קלאר אז דער פת"ש איז נישט מער מחמיר ווי דער פנמ"א, ער איז דאך ס"ה א מראי מקום צום פנים מאירות, און ער ברענגט בקיצור זיינע ווערטער. און עפ"י רוב איז ער נישט מעתיק די גאנצע תשובה.

לידיעה בעלמא: ס'ידוע וואס ס'שטייט אין די גמ' ופוסקים אז די וואס פסקנ'ן פון קיצורי הלכות זענען מבלי עולם, ווייל זיי לערנן נישט דעם טעם הדבר. די ווערטער פונעם פת"ש זענען נישט בלי טעם, ער האט עס געבויעט אויפן פנמ"א און מ'דארף נאכזען די טעם הדברים, אן דעם איז מען ח"ו בכלל מבלי עולם.


@גאלדענע, אויף די שטארקע טענה האסטו גארנישט געענטפערט
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

איסר, זיי ביטע גוט מדייק. הוראה מיינט אז מ'האט געפרעגט א שאלה כן פשוט.
וגם פשוט שכיון שהם עושים ע"פ הוראה ליכא איסור לפנ"ע ולא איסור מסייע ידי עו"ע שהעושה ע"פ הוראה אין לו שום חטא אף אם ההלכה שלא כמותוכל זמן שלא עמדו למנין בקבוץ כל חכמי הדור ונפסק שלא כמותו. אגרות משה או"ח ח"א סי' קפו

איסר האטלקי האט געשריבן:
צד תמות האט געשריבן: אדרבה, ווייזט ביטע אן איינער וואס דערמאנט יא "מסייע" אויף דעם.

זייער גערעכט.

אים איכא איסורא פשוט שיש דין מסייע. ולא צריכין הפוסקים לאומרו בכל מקום גם כן פשוט.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

ספרינג, דאס אז די פתחי תשובה ברענגט נישט די תנאי אז צי פוחת זיין די שער איז נאר אסור ווען ס'איז דא א שער המדינה. איז ביי מיר פשוט אז ער איז מחמיר מער ווי די פנים מאירות כן נראה לי פשוט בדברו. כ'האב אפי' נישט געפילט פאר וויכטיג צי ענטפערען אויף אזא פשוט'ע זאך.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

גאלדענע פעדער האט געשריבן: ספרינג, דאס אז די פתחי תשובה ברענגט נישט די תנאי אז צי פוחת זיין די שער איז נאר אסור ווען ס'איז דא א שער המדינה. איז ביי מיר פשוט אז ער איז מחמיר מער ווי די פנים מאירות כן נראה לי פשוט בדברו. כ'האב אפי' נישט געפילט פאר וויכטיג צי ענטפערען אויף אזא פשוט'ע זאך.

אויף אזא מהלך הלימוד איז געזאגט געווארן "הרי זה מבלי עולם".

פרעג עני רב דיין אדער ת"ח, וועט ער זאגן אז דער פת"ש לערנט נישא אנדערש ווי דער מחבר וואס ער איז מעתיק. ובפרט ווען אלע פוסקים שרייבן אז ס'איז מותר בכה"ג איז דא א כלל אפושי פלוגתא לא מפשינן.

דו ווילסט קענען די הלכה אדער זיין גערעכט?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

ר' יוד, איר האט גארנישט ציגעלייגט צי דעם הלכה'דיגען שמיעס. חוץ פון אפאר שארפע אויסדרוקען.. און אז יעדע תלמיד חכם און דיין וועט זאגען ווי מיר.. בין איך גארנישט קלוגער געווארען... איך לערען ב''ה אסאך הלכה ציזאמען מיט תלמידי חכמים ותורה הוא וכו'
ספרינג וואסער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרינג וואסער »

גאלדענע פעדער האט געשריבן: ר' יוד, איר האט גארנישט ציגעלייגט צי דעם הלכה'דיגען שמיעס. חוץ פון אפאר שארפע אויסדרוקען.. און אז יעדע תלמיד חכם און דיין וועט זאגען ווי מיר.. בין איך גארנישט קלוגער געווארען... איך לערען ב''ה אסאך הלכה ציזאמען מיט תלמידי חכמים ותורה הוא וכו'


דיינע ווערטער "מסייע לידי עוברי עבירה" איז אויף דערווייל דער שארפס'טער אוסדרוק אינעם גאנצן אשכול
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

כ'האב נישט אזוי געשריבען. דאס איז נאר בלויז א חלק פון וואס כ'האב געשריבען. זעה דא:
גאלדענע פעדער האט געשריבן: ממילא אפי' בלויז עטליכע קאמפעניס גייען נישט אראפ לאזען זייערע פרייזען וועגען בינגא, טאר ווייטער בינגא נישט פארקויפען פון יענע קאמפעניס (לויט די פתחי תשובה). און ס'ווייטער דא א מסייע לידי עוברי עבירה פון די אלע וואס קויפען דארט.

חוץ מזה. האב איך עס געבויט לויט ווי ס'קימט מיר אויס די הלכה.
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

גאלדענע פעדער האט געשריבן: כ'האב נישט אזוי געשריבען. דאס איז נאר בלויז א חלק פון וואס כ'האב געשריבען. זעה דא:
גאלדענע פעדער האט געשריבן: ממילא אפי' בלויז עטליכע קאמפעניס גייען נישט אראפ לאזען זייערע פרייזען וועגען בינגא, טאר ווייטער בינגא נישט פארקויפען פון יענע קאמפעניס (לויט די פתחי תשובה). און ס'ווייטער דא א מסייע לידי עוברי עבירה פון די אלע וואס קויפען דארט.

חוץ מזה. האב איך עס געבויט לויט ווי ס'קימט מיר אויס די הלכה.


אויב בינגאו האט אזעלכע לייבן:
דברי חיים
מהרש״ק
גו״א
פנים מאירות ועוד ועוד ועוד. (וגם הפ״ת לרוב דיעות)

שטייט ער זייער פעסט להלכה.

איינער איז נישט מסכים: פוסק הדור מרן גא״פ.
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

מצלמה האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן: כ'האב נישט אזוי געשריבען. דאס איז נאר בלויז א חלק פון וואס כ'האב געשריבען. זעה דא:
גאלדענע פעדער האט געשריבן: ממילא אפי' בלויז עטליכע קאמפעניס גייען נישט אראפ לאזען זייערע פרייזען וועגען בינגא, טאר ווייטער בינגא נישט פארקויפען פון יענע קאמפעניס (לויט די פתחי תשובה). און ס'ווייטער דא א מסייע לידי עוברי עבירה פון די אלע וואס קויפען דארט.

חוץ מזה. האב איך עס געבויט לויט ווי ס'קימט מיר אויס די הלכה.


אויב בינגאו האט אזעלכע לייבן:
דברי חיים
מהרש״ק
גו״א
פנים מאירות ועוד ועוד ועוד. (וגם הפ״ת לרוב דיעות)

שטייט ער זייער פעסט להלכה.

איינער איז נישט מסכים: פוסק הדור מרן גא״פ.


די זעסט דען נישט גא"פ ציל?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נא_שכל האט געשריבן: דער פת"ש לערנט נישט אנדערש ווי דער מחבר וואס ער איז מעתיק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9346
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

גא"פ טענה איז אויף בינגא אבער די דעסטריביוטער וואס גיט ביליג פאר בינגא טוט זיכער א גוטע זאך און מאכט אז אנדערע קאמפאניס/דיסטריובעטערס זאלן מוזן נידערן די פרייזן.
אלזא, דארף מען מפרסם זיין וועלכע דיסטריובעטערס גיבן ביליג פאר בינגא און ווען מ'גייט און גראסערי און מ'האט די ברירה זאל מען נאר נעמען פון די קאמפאני. האפענטליך וועלן די אנדערע דאס שפירן און נאכטון
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

א גוטע זאך? פארוואס, ווייל פאר בינגאו געט ער ביליג און פאר אנדערע טייער?

גוט איז איינער וואס געט ביליג פאר יעדן.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

מצלמה, איר האט אדורך געטיען די נושא פון אינעווענדיג? ביטע לערנען אינעווענדיג (בעיקר די פתחי תשובה) איידער איר מאכט אייערע מסקנות יש''כ.

מי הוא זה האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן: כ'האב נישט אזוי געשריבען. דאס איז נאר בלויז א חלק פון וואס כ'האב געשריבען. זעה דא:
גאלדענע פעדער האט געשריבן: ממילא אפי' בלויז עטליכע קאמפעניס גייען נישט אראפ לאזען זייערע פרייזען וועגען בינגא, טאר ווייטער בינגא נישט פארקויפען פון יענע קאמפעניס (לויט די פתחי תשובה). און ס'ווייטער דא א מסייע לידי עוברי עבירה פון די אלע וואס קויפען דארט.

חוץ מזה. האב איך עס געבויט לויט ווי ס'קימט מיר אויס די הלכה.


אויב בינגאו האט אזעלכע לייבן:
דברי חיים
מהרש״ק
גו״א
פנים מאירות ועוד ועוד ועוד. (וגם הפ״ת לרוב דיעות)

שטייט ער זייער פעסט להלכה.

איינער איז נישט מסכים: פוסק הדור מרן גא״פ.


די זעסט דען נישט גא"פ ציל?

וואס איך זעה? א יעדער איינער זעהט! אוואדע! גא''פ ציל איז צי פארמאכען בינגא..!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9346
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן: א גוטע זאך? פארוואס, ווייל פאר בינגאו געט ער ביליג און פאר אנדערע טייער?

גוט איז איינער וואס געט ביליג פאר יעדן.


בינגא פארקויפט מער קוואנטעטי באקומט ער ביליגער, דאס איז זייער נארמאל אין עולם המסחר.

און יעצט איז מיר בייגעפאלן א פונקט וואס איז נאכנישט ערווענט געווארן אין די אשכול, נעמליך אז בינגא איז נישט 'ביליגער' נאר ער פארקויפט גאנץ אנדערע 'פראדוקטן' ווי די איבריגע גראסעריס. אנדערע גראסעריס שטעלן צו דעליווערי, אפציע צו אויפשרייבן, בעסערע קאסטומער סערוויס, בעסערע שעות (למשל מוצ"ש), לאקאציע ועוד, און פארדעם צאלט מען. ווען מ'קויפט אין אנדערע גראסעריס דארף מען צוטיילן די פרייז 70-80% צאלט מען פאר די פראדוקט און ס'איברעגע פאר די זייטיגע סערוויסעס, וועט אויסקומען אז די פרייזן זענען די זעלבע און אפשר איז בינגאו גאר טייערער.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

סאו די דיסטריביוטער טוט א גוטע זאך אדער טוט ער פשוט וואס ס'לוינט אים אין 'עולם המסחר'?
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ס'איז אויפגעקומען א ערנסטע שאלה להלכה איבער קויפן ביי בינגאו:

זהירות!
באושר עד [בינגאו] מוכרים כיסאות שמיוצרות ב"פלסטין"
תיזהרו שלא תשבו בליל הסדר בכיסאות שייצרו מחבלים על דם על הידיים!
שתפו בכל מקום!!!
...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

ביטע צוריק אויף די שינעס:

לויט ג.א.פ. קומט אויס אז:
אלע ירידים ווי פסח יריד. אתרוגים יריד, סעד ועזר, מצות יריד וכו׳

זענען אסור בתכלית, און ווער ס׳קויפט דארט איז מסייע לעוברי עבירה.

ווייל די פסח יריד וכו׳ זענען נישט גורם און זוכן בכלל נישט אראפצוברענגען דעם שער.

ביטע ערקלערן אויב נישט.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

הרב נאטרוליסט, ס'איז דא גענוג וואס צו ענטפערן סובסטאנץ, מ'דארף נישט פארנעמען מיט נארישקייטן
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9346
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן: סאו די דיסטריביוטער טוט א גוטע זאך אדער טוט ער פשוט וואס ס'לוינט אים אין 'עולם המסחר'?

די דעסטריביוטער גיט ביליגער פאר דער וואס קויפט מער ווייל ס'קאסט אים ווייניגער צו פארקויפן 100 קעיסעס פאר איין גראסערי ווי 10 קעיסעס פאר צען קליינע גראסעריס. דאס איז נישט נתחדש געווארן ביי בינגא, ס'איז אייביג אזוי געווען, ס'איז פארשטענדליך און מ'האט קיינמאל נישט געהערט קיין טענות אויף דעם.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

סאו פארשטיי איך נישט פשט פון דיין פריערדיגע תגובה?


דריידל האט געשריבן: גא"פ טענה איז אויף בינגא אבער די דעסטריביוטער וואס גיט ביליג פאר בינגא טוט זיכער א גוטע זאך און מאכט אז אנדערע קאמפאניס/דיסטריובעטערס זאלן מוזן נידערן די פרייזן.
אלזא, דארף מען מפרסם זיין וועלכע דיסטריובעטערס גיבן ביליג פאר בינגא און ווען מ'גייט און גראסערי און מ'האט די ברירה זאל מען נאר נעמען פון די קאמפאני. האפענטליך וועלן די אנדערע דאס שפירן און נאכטון
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9346
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

זענען דא אנדערע גראסעריס וואס לייגן פרעשור אויף דיסטריביוטארס נישט צו פארקויפן פאר בינגא סאך ביליגער ווי פאר זיי. די וואס שרעקן זיך נישט און גיבן יא ביליג פאר בינגא דארף מען שטיצן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

אוהב ספרים האט געשריבן:
חוקר האט געשריבן: הרה"ג ר' יצחק שטיין גייט און קומעדיגע וואך רעדן וועגן די נושא פון גרויסע געשעפטן פארקויפן פאר ביליג
קומעדיגע וואך און בית המדרש קארלין סטאלין

עס קען זיין אינטערסאנט


ער האט שוין געשריבען א תשובה אין גינת ורדים.

איינער דא האט געזעהן די תשובה { פון ר' יצחק שטיין } אין גינת ורדים ?


ווייסט איינער וואס זיין מסקנה להלכה איז דארט ?
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

היוצא מדבירו בלייבט ער דארט אז מ'מעג %100 להלכה. אפשר איז דא א מידת חסידות אז נישט.
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”