מירון - הדלקה שפעט צו פארמיידן חילול שבת

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

אבן יקרה האט געשריבן: די "רב הראשי" פון די משטרה, האט געשריבן א גאנצע "תשובה" אויף די נושא.
כדרכם פון די מזרחי רבנים, דאס איז ליצנות פון די הייליגע תורה, דורך די הייליגע תורה, מ'דרייט דאס וואו מען וויל.
אבער איין זאך קומט קלאר ארויס פון די "תשובה", אז די קולר פון חילול שבת איז תלוי אויף די אלע צענדליגע טויזנטער וואס זענען דארט שבת אדער גלייך מוצ"ש.

די פייל איז צו גרויס אויף דאס ארויף בערנגען דא אהער.

אפשר א לינק?
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובה דורך אבן יקרה »

לחם לשובע האט געשריבן:

איך האב עס באקומען אויף א pdf פייל. איך האב נישט קיין לינק.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10839
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

מירונער רב: אפשטופן הדלקות צוליב חילול שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ארץ ישראל – הרב מאיר שטערן שליט"א, דער מירונער רב, איז נעכטן ארויסגעקומען מיט א בריוו אין וועלכן ער בעט מ'זאל מפרסם מאכן פאר אלע וועלכע פלאנירן צו קומען קיין מירון אויף ל"ג בעומר, אז מ'זאל אפשטופן די געפלאנטע הדלקות אין אתרא קדישא מירון, צו פארמיידן סיי וועלכע מעגליכע חילולי שבת. די טעמע פון מעגליכע חילול שבת איז אויפגעברענגט געווארן היי יאר, וויבאלד ל"ג בעומר געפאלט אום זונטאג און ס'הייבט זיך שוין אן מוצאי שבת גלייך נאכ'ן זמן, וואס ליידער האט מען שוין געהערט פון באס פירמעס אז זיי וועלן אנהייבן ארויספארן מיט באסעס נאך בעפאר'ן זמן מוצאי שבת קודש. כדי דאס צו פארמיידן, האט דער מירונער רב געבעטן אז די הדלקות זאלן זיך נישט אנהייבן פריער ווי 4 אזייגער זונטאג פארטאגס, אנדערש ווי ביז היי יאר, ווען עס פלעגט זיך אנהייבן שפעטסטנס 12 אזייגער ביינאכט, אויך בעט ער אז די באסעס זאלן זיך ערשט ארויסלאזן קיין מירון אום 12 אזייגער מוצאי שבת ביינאכט.

קרעדיט דער איד דעלי
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2773
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

איך נעם נישט קיין אחריות אויף מיינע ווערטער: אבער איך האב עס גיהערט פון גאר א קראנטע מקור:

די רב הראשי די רב המשטרה אין די אלע אנדרע קלים וואס האבן זיך יעצט דערמאנט פון שב"ק מיינען בכלל נישט דעם שבת......!!

ס'איז אן אלטע פאליטיק וואס די ממשלה וויל אוועקנעמען די זכות ההדלקה פונעם באיאנער רבי שליט"א פונקט אזוי ווי זיי האבן מפקיע גיווען די הקדשות אין מירון פון די לעצטע פאר הונדרעט יאר, טאקע וועגן דעם איז מטעם הממשלה דא אן הדלקה שוין פאר אפאר יאר בראשית די רב הראשי גלייך נאך די צענטראלען הדלקה כדאי צו ווייזן אז זיי זענען די ריכטיגע בעלי בתים באתרא קדישא הדין.

ס'איז פארגעקומען די וואך מיטינגס אין שטוב פון די באיאנער רבי ווי די רב הראשי לירושלים און נאך גרויסע שישקעס האבן פראבירט איהם צו אפשטיפן ביז 4:00 פארטאגס מיט אלע מיני מיטלען, די רב הראשי האט אפילו מציע גיווען אז אויב מ'פאלגט איהם טרעט ער אפ דאס יאר פון זיין הדלקה... יא יא אוודאי פאר וועם זאל ער צינדען 5:00 פארטאגס זיינע חברה קומען קיין מירון ווען ס'איז זיי באקוועם....

די באיאנער רבי האלט זיך ביי זיינס אז ס'איז נישט דא קיין שום פראבלעם צו צינדען 12:45 ס'איז מער ווי כדאי שיעשו אז די באסעס זאלן פארן פון תל אביב נאכן זמן מוצש"ק קיין ירושלים אין פון דארטן אפנעמען די עולם אין ממשיך זיין קיין מירון.

איך מיין ח"ו נישט צו אוועקמאכן די אלע ערליכע רבנים וואס האבן געבעטן צו אפשטופן די הדלקה, איך רעד נאר פון די אלע קלים וואס ניצן שבת אלץ אן אמצעי צו רודערן אל לא דברים...
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

סיז דא א בריוו פון דער מרונער רב הרב שטרן וואס ער שרייבט צו באיאן אז ער מיינט נישט צו אפשטופען דער באיאנערס הדלקה ער האט נאר געשריבען דיא ערשטער בריוו פאר דיא גאס אז זיי זאהלען טאקע נישט קומען אין שבת און מחלל שבת זיין.
און אגב יעדער יאהר ווען סקומט אויס מוצש"ק טוט זיך וועגען דער חילול שבת, זיי מיינען נישט דער שבת זיי מיינען נישט דער הדלקה זיי מיינען נישט רבי שמעון זיי מיינען נאר זיך זיי ווילען עס אוועק נעמען פון באיאן מין כל מיני תירוצים דאס גייט שוין אהן יאהרען יאהרען לאנג, אזויווי זיי האבען געטאהן מיט דיא ברכת כהנים ביים כותל יעדער חוה"מ וואס הרה"ח רבי מנדל גפנר האט מתקן געווען זיי האבען געזאגט אדער פירען עס אונז אדער לאזט מען עס מער נישט טוהן.
דער באיאנער רבי ווייסט אויך וואס מיינט שבת און וואס מיינט חילול שבת, ער ווייסט אויך וואס זיי מיינען באמת
24/7
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 3:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 24/7 »

א חסיד האט געשריבן: סיז דא א בריוו פון דער מרונער רב הרב שטרן וואס ער שרייבט צו באיאן אז ער מיינט נישט צו אפשטופען דער באיאנערס הדלקה ער האט נאר געשריבען דיא ערשטער בריוו פאר דיא גאס אז זיי זאהלען טאקע נישט קומען אין שבת און מחלל שבת זיין.
און אגב יעדער יאהר ווען סקומט אויס מוצש"ק טוט זיך וועגען דער חילול שבת, זיי מיינען נישט דער שבת זיי מיינען נישט דער הדלקה זיי מיינען נישט רבי שמעון זיי מיינען נאר זיך זיי ווילען עס אוועק נעמען פון באיאן מין כל מיני תירוצים דאס גייט שוין אהן יאהרען יאהרען לאנג, אזויווי זיי האבען געטאהן מיט דיא ברכת כהנים ביים כותל יעדער חוה"מ וואס הרה"ח רבי מנדל גפנר האט מתקן געווען זיי האבען געזאגט אדער פירען עס אונז אדער לאזט מען עס מער נישט טוהן.
דער באיאנער רבי ווייסט אויך וואס מיינט שבת און וואס מיינט חילול שבת, ער ווייסט אויך וואס זיי מיינען באמת

זאגסט גוט
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2773
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

א חסיד האט געשריבן: סיז דא א בריוו פון דער מרונער רב הרב שטרן וואס ער שרייבט צו באיאן אז ער מיינט נישט צו אפשטופען דער באיאנערס הדלקה ער האט נאר געשריבען דיא ערשטער בריוו פאר דיא גאס אז זיי זאהלען טאקע נישט קומען אין שבת און מחלל שבת זיין.
און אגב יעדער יאהר ווען סקומט אויס מוצש"ק טוט זיך וועגען דער חילול שבת, זיי מיינען נישט דער שבת זיי מיינען נישט דער הדלקה זיי מיינען נישט רבי שמעון זיי מיינען נאר זיך זיי ווילען עס אוועק נעמען פון באיאן מין כל מיני תירוצים דאס גייט שוין אהן יאהרען יאהרען לאנג, אזויווי זיי האבען געטאהן מיט דיא ברכת כהנים ביים כותל יעדער חוה"מ וואס הרה"ח רבי מנדל גפנר האט מתקן געווען זיי האבען געזאגט אדער פירען עס אונז אדער לאזט מען עס מער נישט טוהן.
דער באיאנער רבי ווייסט אויך וואס מיינט שבת און וואס מיינט חילול שבת, ער ווייסט אויך וואס זיי מיינען באמת

הוא אשר כתבתי
popo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך popo »

אויב שטיפט מען אפ די הדלקה אויף זונטאג גייט נישט זיין קיין פאליס פון אנפאנג נאכט?
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20302
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

די עולם קומט צו מירון וועגן די הדלקה פון די ביאנער רבי...
אדער די עולם קומט צו רבי שמעון צום הילולא?
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

די עולם קומט צו רבי שמעון צים הילולא אבער די אריינפיר צו די געהויבענע טאג איז ביי די ביאנער הדלקה, אסאך ווילען דאס נישט פארפאסען
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

א סך טומלען אז מען טאר בכלל נישט פארן היי יאר מוצ"ש צי מירון, https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f ... 68#p124310 מאכט מיר אביסל נערוועז ווייל איך פלאן צי פארן מוצ"ש.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

איינער האט געשריבען א מאמר אז מען דארף נישט מער און נישט ווייניגער אפשטיפען די הילולא אויף מאנטאג, והא ראי', אפילו די מדינה שטופט די חגא פון ה' אייר וועגן שבת...
האט'ס הנאה
אטעטשמענטס
Lag-Baomer 74 מי יגול עפר מעיניך רבי שמעון בר יוחאי.pdf
(162.2 KiB) געווארן דאונלאודעד 104 מאל
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

אבן יקרה האט געשריבן: די "רב הראשי" פון די משטרה, האט געשריבן א גאנצע "תשובה" אויף די נושא.
כדרכם פון די מזרחי רבנים, דאס איז ליצנות פון די הייליגע תורה, דורך די הייליגע תורה, מ'דרייט דאס וואו מען וויל.
אבער איין זאך קומט קלאר ארויס פון די "תשובה", אז די קולר פון חילול שבת איז תלוי אויף די אלע צענדליגע טויזנטער וואס זענען דארט שבת אדער גלייך מוצ"ש.

די פייל איז צו גרויס אויף דאס ארויף בערנגען דא אהער.

אן זיך צי מתייחס זיין צי ווער עס האט געשריבען די תשובה און צי וואס ער האט געשריבען, לאמיר אליין דן זיין די שאלה, האלסטו נישט אז ס'דא א חשש פיקוח נפש? האמיר ליידער געהערט וואס איז ליידער געשעהן ביי די לויה פון הרב וואזנער, קוק וואס געשעהט כסדר אין להבדיל מעקא.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

אפשר ס'איז דא אמת'ע חשש פיקו"נ. אבער אויף דעם איז גענוג 20 שוטרים, לאמיר זאגן, אדער 50.
אבער זיי קומען אפאר הונדערטער, וואס רובא דרובא האלטן סתם ארדענונג אין די היי וויע, אין די פארעריי, אין חניונים, אא"וו, וואס האט גארנישט מיט שייכות צו פיקו"נ. און ווען ערליכע אידן קומען דארט אהין אויף אזא מעכטיגער שבת, און גלייך נאך שבת קומען נאך צענדליגע טוזינטער, זיי זענען גורם דירעקט אויף פשוט'ע חילול שבת דורך אידן, די אלע צדיקים וואס קומען זיך אויסבעטן ביי ר' שמעו'נן, זיי זענען פשוטע שותפים מיט מחללי שבת. יא יא.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

ביז ווילאנג נאך שבת דארף מען חושש זיין?
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

איך מיין חאטש פיר שעה.
לויט די ידיעות גייט טאקע דער באיאנער אנצונדן 4 שעה נאכ'ן זמן.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

דאס הייסט אז איך פאר ארויס פון ירושלים צען אזייגער איז נישטא קיין שום חשש.
אבער באמת האט עס נישט קיין הסבר, ווייל אויב איך פאר צי מירון מוצ"ש קומט אויס אז למפרע האט די פאליציי מחלל שבת געווען וועגן מיך, והדברים קשים להולמם, ווי איז שייך א גרם אויף וואס ס'שוין געווען?

באיאנעררבי שליט"א צינדט פערטל נאך איינס
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

moishy56 האט געשריבן: די עולם קומט צו מירון וועגן די הדלקה פון די ביאנער רבי...
אדער די עולם קומט צו רבי שמעון צום הילולא?

באיאנער רבי האט די הדלקה וואס די הייליגער ריזשינער האט אפגעקויפט בממון ודמים און מענטשן קוקען דאס אלס א חלק פון די הילולא.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

לחם לשובע האט געשריבן: דאס הייסט אז איך פאר ארויס פון ירושלים צען אזייגער איז נישטא קיין שום חשש.
אבער באמת האט עס נישט קיין הסבר, ווייל אויב איך פאר צי מירון מוצ"ש קומט אויס אז למפרע האט די פאליציי מחלל שבת געווען וועגן מיך, והדברים קשים להולמם, ווי איז שייך א גרם אויף וואס ס'שוין געווען?

באיאנעררבי שליט"א צינדט פערטל נאך איינס

ס'איז נישט א ענין פון גורם, און ס'האט נישט מיט פלפולי הלכה מיט לפני עוור וכיו"ב. ס'איז פשוט פראסט: וועגן דיר זענען זיי מחלל שבת, דו ביסט א שותף ממש אין דעם חילול שבת.
קענסט נישט פארמאכן די אויגן און זאגן איך האב זיי נישט געבעטן. די מציאות איז, אז וועגן יעדע איינע וואס קומט, מוז מען נאך פאליציי זאלן שטיין אין אלע עקן אויף די וועג און דארטן אליין מאכן סדר, און פשוט מחלל שבת זיין אויף יעדע איינער וואס קומט, שלא לצורך פיקו"נ כלל. פשוט וועגן סדר.

הדלקה פון באיאנער רבי שליט"א דאס איז די עיקר הילולא פון די אר"י הקדוש וואס האט מייסד געווען די הילולא. דאווענען ביי ר' שמעון קענמען די גאנצע יאהר. ס'איז נישט אזוי ווי יעדע עליה לציון פון א רבי ביומא דהילולא דיליה וואס מ'קומט און מ'דאווענט און מ'ליינט קוויטלאך. ס'איז א יו"ט דארט. די הדלקה איז שוין דערמאנט הונדערטע יאהרן צוריק. די חת"ס אין די תשובה רעד בעיקר וועגן די הדלקה און די טאנצעריי ארום דעם.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5023
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע:איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

אבן יקרה האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן: דאס הייסט אז איך פאר ארויס פון ירושלים צען אזייגער איז נישטא קיין שום חשש.
אבער באמת האט עס נישט קיין הסבר, ווייל אויב איך פאר צי מירון מוצ"ש קומט אויס אז למפרע האט די פאליציי מחלל שבת געווען וועגן מיך, והדברים קשים להולמם, ווי איז שייך א גרם אויף וואס ס'שוין געווען?

באיאנעררבי שליט"א צינדט פערטל נאך איינס

ס'איז נישט א ענין פון גורם, און ס'האט נישט מיט פלפולי הלכה מיט לפני עוור וכיו"ב. ס'איז פשוט פראסט: וועגן דיר זענען זיי מחלל שבת, דו ביסט א שותף ממש אין דעם חילול שבת.
קענסט נישט פארמאכן די אויגן און זאגן איך האב זיי נישט געבעטן. די מציאות איז, אז וועגן יעדע איינע וואס קומט, מוז מען נאך פאליציי זאלן שטיין אין אלע עקן אויף די וועג און דארטן אליין מאכן סדר, און פשוט מחלל שבת זיין אויף יעדע איינער וואס קומט, שלא לצורך פיקו"נ כלל. פשוט וועגן סדר.

הדלקה פון באיאנער רבי שליט"א דאס איז די עיקר הילולא פון די אר"י הקדוש וואס האט מייסד געווען די הילולא. דאווענען ביי ר' שמעון קענמען די גאנצע יאהר. ס'איז נישט אזוי ווי יעדע עליה לציון פון א רבי ביומא דהילולא דיליה וואס מ'קומט און מ'דאווענט און מ'ליינט קוויטלאך. ס'איז א יו"ט דארט. די הדלקה איז שוין דערמאנט הונדערטע יאהרן צוריק. די חת"ס אין די תשובה רעד בעיקר וועגן די הדלקה און די טאנצעריי ארום דעם.

זאגט נאר, איר האט דורכגעטון די הלכה אז איר פסק'נט מיט א פשטות אז מ'איז זיכער עובר, און זאגאר א שותף אין די חילולי שבת?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

יא.
אסאך מערער פון דעם וועל איך אייך מגלה זיין. אין שבט הלוי איז דא א תשובה, ווי ער האט קלאר געפסקנט פאר איינער וואס האט נאנטע משפחה מחללי שבת רח"ל, און ס'איז ביי איהם געבוירן א קינד און שבת, און טאמער וואלט ער די ברית געמאכט בזמנו, דעמאלטס וועגן דעם וואלטן געקומען די משפחה אין שבת, מיט חילול שבת, און וואס ער האט נאר פראבירט זאלן זיי קומען פאר שבת אויף א גאנצע שבת אדער בכלל נישט קומען, איז נישט געווען מיט וועמען צו רעדן.
און רב וואזנר האט געפאסקנט קלאר אין דייטליך, אז די ברית מעג מען נישט מאכן שבת. מעג מען נישט מאכן א מצוה און פון צווייטן זייט שאפן א חילול שבת ביי א צווייטן.
אזא חשובע מצוה ווי ברית בזמנו, זאל מען מדחה זיין און נישט מקיים זיין, ווייל יענער מחלל שבת מאכט מער חילול שבת וועגן דעם!!!!
והדברים ק"ו בן בנו של ק"ו, אז אויף צו פארן צו די הילולא דרשב"י איז זיכער קיין היתר שבעולם נישט דא טאמער ס'איז מרבה חילול שבת וועגן דעם, דאס איז נישט גורם, דאס איז מתייחס צו דיר.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

אבן יקרה האט געשריבן:
הדלקה פון באיאנער רבי שליט"א דאס איז די עיקר הילולא פון די אר"י הקדוש וואס האט מייסד געווען די הילולא.

מקור?

זיי מיר מסביר, די חילול שבת וואסאיז געטוהן געווארן איז שוין געטוהן געווארן ליידער, אויב איך בין מחליט יעצט צי פארן ווי קען זיי אז דאס האט עס גורם געוועהן, העכסטנס איז דאס הנאה ממעשה שבת.

ווי איזדי תשובה אין שבט הלוי?
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

א. שער הכוונות פון רח"ו. און אין פיל ספרים. האט סתם אזוי דער הייליגער ריז'ינער געקויפט די זכות הדלקה לדורות עולם?
ב. די חילול שבת איז נישט געטוהן סתם אזוי, ס'ווערט געטוהן צוליב די פולע טויזנטער וואס קומען אהן, הייסט דאס, יעדער איינער פון די טויזנטער איז מוסיף און מרבה חילול שבת, וואס ווייניגער מענטשן וועלן קומען, וועלן ווייניגער אידן מחלל שבת זיין.
ג. ח"ד סי' קלה, ח"ט סי' רי.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

אבן יקרה האט געשריבן: א. שער הכוונות פון רח"ו. און אין פיל ספרים. האט סתם אזוי דער הייליגער ריז'ינער געקויפט די זכות הדלקה לדורות עולם?
ב. די חילול שבת איז נישט געטוהן סתם אזוי, ס'ווערט געטוהן צוליב די פולע טויזנטער וואס קומען אהן, הייסט דאס, יעדער איינער פון די טויזנטער איז מוסיף און מרבה חילול שבת, וואס ווייניגער מענטשן וועלן קומען, וועלן ווייניגער אידן מחלל שבת זיין.
ג. ח"ד סי' קלה, ח"ט סי' רי.

א. האסט געזעהן די שער הכוונות אינעווייניג? אפשר ציטיר? די חת"ס האט חולק געווען אויפן אריה"ק?
ב. די חילול שבת ווערט געטוהן אפילו איך וועל נישט פארן מוצ"ש און אפילו אויב קיינער גייט נישט פארן, ס'ווערט געטוהן צוליב זייער היערכות, און ס'נישט דומה צי די נידון פון די שה"ל וואס אויב ער וועט נישט מאכן די ברית וועט נישט זיין קיין חילול שבת.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

לחם לשובע האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן: א. שער הכוונות פון רח"ו. און אין פיל ספרים. האט סתם אזוי דער הייליגער ריז'ינער געקויפט די זכות הדלקה לדורות עולם?
ב. די חילול שבת איז נישט געטוהן סתם אזוי, ס'ווערט געטוהן צוליב די פולע טויזנטער וואס קומען אהן, הייסט דאס, יעדער איינער פון די טויזנטער איז מוסיף און מרבה חילול שבת, וואס ווייניגער מענטשן וועלן קומען, וועלן ווייניגער אידן מחלל שבת זיין.
ג. ח"ד סי' קלה, ח"ט סי' רי.

א. האסט געזעהן די שער הכוונות אינעווייניג? אפשר ציטיר? די חת"ס האט חולק געווען אויפן אריה"ק?
ב. די חילול שבת ווערט געטוהן אפילו איך וועל נישט פארן מוצ"ש און אפילו אויב קיינער גייט נישט פארן, ס'ווערט געטוהן צוליב זייער היערכות, און ס'נישט דומה צי די נידון פון די שה"ל וואס אויב ער וועט נישט מאכן די ברית וועט נישט זיין קיין חילול שבת.

א. יא, נישט פון יעצט. קוק אריין דרוש ל"ג בעומר. די חת"ס איז געווען שטארק מחולק אויף די מנהג. די אריה"ק האט נישט געהייסן אז מ'דארף אזוי טוהן.
ב. די פרטים זענען נישט ריכטיג. טאמער די מאסן עולם וואלט נישט אנגעקומען אויף שב"ק און גלייך ביים זמן מוצש"ק, וואלט מען זיכער נישט געדארף פאליציי אויפ'ן ארט פאר מוצ"ש. זיי האבן וואס צו טוהן, זיי קומען נאר אויף מונע זיין טרעפיק'ס און מאכן ארדענונג אין די גאנצע ארום, בשעת ווען ס'איז דא צענדליגע טויזנטע מענטשן אויפן ארט און אויף די וועג מיט די פארקינג ארום. יעדע איינע פון די אלע צדיקים וואס קומען טראץ דעם אז זיי וויסן אז צוליב זיי קומען נאך פאליציי בעצם יום השבת און מאכן כל מיני חילולי שבת וועגן דעם וואס איז גראד נישט קיין פיקו"נ, איז וועגן די אידן. ס'איז פשוט אינגאנצן, אסאך מער פשוט פון די תשובות פון שבה"ל. דארטן וואלסט געקענט זאגן אז דו טוסט גארנישט, נישט וועגען דיר זענען זיי מחלל שבת, און טראץ דעם ער זאגט אז ס'איז א איסור גמור. כ"ש וכ"ש בן בנו של ק"ו אין די נידון.
ס'איז א גרויסע תימה אויף די וואס גייט זיי גארנישט אהן אז צוליב זיי איז מען מרבה חילול שבת אהן קיין סיבה און פארוואס.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”