טיפע רעיונות פון הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל
אין צוויי פלעצער איז דא (כמעט) טעגליך א רעיון פון אים, און דאס איז אין "די קלעסיפייד" אינטערן קעפל "א ווארט פון רבי אביגדור זצ"ל"; און דער צווייטע איז א אימעיל וואס כ'באקום אינטער קעפל "Living With Hashem" פון שמחת החיים פאבלישינג.
כ'האף אז זיי זענען מסכים אז מיר זאלען עס אויך דא מפרסם זיין (און אויב נישט זאלען זיי מיר צו וויסען טוהן אין אישי; אפשר וועט מען עס דענמאלט דילעיען איין טאג אדער מער).
ער רעדט צו יעדען פערזענליך, און זיינע רעיונות איז כדאי אז מען זאל עס אויס שמועסן בצוותא.
די שיינקייט פון זיינע ווערטע ווי יעדער וועט זיך אליין איבער צייגען איז אז ער איז down to earth אבער ראשו מגיע השמימה.
אויב וועט זיך פארציען א שיינעם שמועס, קען מען יענעם געדאנק מאכען פאר א אשכול פאר זיך.
אויב זיכסטו צו עפענען א אשכול און ווייסט נישט וואס, איז כאפ איינע פון די געדאנקען און עפען א אשכול און דער עולם וועט זיך האפענטליך אנרופען עס אויס צו שמועסען.
ובזה החלי: