שכר שבת ביים געווינען דעם לאטעריס?

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע:אין בעסמענט

שכר שבת ביים געווינען דעם לאטעריס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

אפגעטיילט פון דא viewtopic.php?p=1459175#p1459175

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: Powerball rises to $435 million for Saturday

איז עס נישט קיין שאלה פון שכר שבת אויב ציט מען ארויס אום שבת?
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8647
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

עס איז מוצאי שבת.
די מעגא איז יא ליל שב"ק, געזעהן אמאל בשם ר׳ חיים קנייבסקי אז עס איז טאקע אסור. קויפן קענסטו, העכסטנס ווען וועסט געווינען וועסטו עס נישט אפנעמען...
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
joegreen
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 12:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך joegreen »

מיסטעריעז האט געשריבן: געזעהן אמאל בשם ר׳ חיים קנייבסקי אז עס איז טאקע אסור.

כ׳האב עס נישט געזען אבער איך שטעל מיך פאר אז די איסור פון וואס ער רעדט איז אין מדינת ישראל משום חילל שבת
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8647
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

שכר שבת.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

קודם געווין און נאכדעם וועט מען רעדן....
...
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

מיסטעריעז האט געשריבן: שכר שבת.

וואו קומט דא אריין שכר שבת איך האב עפעס געארבעט אין שבת?
ווען א גוי מיינער צאלט מיר רענט סטרעט אריין אין מיין באנק אקאנט בעצם יום השבת איז עס עפעס שכר שבת? ניין
און ווען די ערשטע טאג אין חודש איז שבת איז עס יא שכר שבת?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8647
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

קומט אריין פון די הונטער טיר.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14893
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

מיט עטליכע יאהר צוריק האב איך געוואנען ביים מעגא מיליון 150 האב איך דאן געפרעגט ר' געציל בערקאוויטש שליט"א און ער האט געפאסקענט אז מען מעג לכתחילה נעמען די געלד
הערט אויף צו זוכען א בעג ווען איר גייט אין מקוה https://amzn.to/3wfayV8
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

הרב_שלום האט געשריבן: מיט עטליכע יאהר צוריק האב איך געוואנען ביים מעגא מיליון 150 האב איך דאן געפרעגט ר' געציל בערקאוויטש שליט"א און ער האט געפאסקענט אז מען מעג לכתחילה נעמען די געלד

איל כאפ נישט וואס די שאלה איז געווען בכלל פארוואס זאל מען נישט מעגן?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5023
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע:איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

ביי רענט איז עס מותר ווייל ב'איז בהבלעה, משא"כ ביי די לאטערי.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע:אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

משהזוךמיר האט געשריבן: ביי רענט איז עס מותר ווייל ב'איז בהבלעה, משא"כ ביי די לאטערי.

פארוואס פעלט אויס הבלעה, א לאטערי האט מיט שכר שבת גארנישט איינגעשטויסן.
די ריכטיגע ווארט איז רא קאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך רא פאט.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5023
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע:איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:

פארדינען געלט אום שבת האט גארנישט מיט שכר שבת? מיר דאכט זיך אז אפי' א מלאכה המותרת (צב"ש שומר פירות) מוז באקומען באצאלט בהבלעה, ווייל כאטש די מלאכה איז מותר איז אבער די געלט שכר שבת.
קארעקט מי איף אייף ראנג.

משהזוךמיר האט געשריבן:

ביסט גערעכט,
אבער ביי א לאטערי טוסטו נישט קיין שום מלאכה וואס דו באקומסט באצאלט דערויף.
די ריכטיגע ווארט איז רא קאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך רא פאט.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5023
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע:איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

עס איז אבער אן אינוועסטמענט וואס פארדינט אום שבת, וואס איז לכאורה דומה צו פארדינגען א מרחץ צו א גוי.
איך פסק'ן נישט גארנישט ווייל איך קען נישט. איך ברענג פשוט אויף וואו ס'קען זיין אן הלכה'דיגע פראבלעם.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע:אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

משהזוךמיר האט געשריבן: עס איז אבער אן אינוועסטמענט וואס פארדינט אום שבת, וואס איז לכאורה דומה צו פארדינגען א מרחץ צו א גוי.
איך פסק'ן נישט גארנישט ווייל איך קען נישט. איך ברענג פשוט אויף וואו ס'קען זיין אן הלכה'דיגע פראבלעם.

אן אינוועסטמענט און פארדינגען א מרחץ איז צוויי באזונדערע זאכן,
אויב דיין הויז וועט ווערן מער ווערט איבער שבת וועסטו נישט מעגן פארקויפן דיין הויז פאר די טייערערע פרייז אלץ שכר שבת?
די ריכטיגע ווארט איז רא קאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך רא פאט.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5023
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע:איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן: עס איז אבער אן אינוועסטמענט וואס פארדינט אום שבת, וואס איז לכאורה דומה צו פארדינגען א מרחץ צו א גוי.
איך פסק'ן נישט גארנישט ווייל איך קען נישט. איך ברענג פשוט אויף וואו ס'קען זיין אן הלכה'דיגע פראבלעם.

אן אינוועסטמענט און פארדינגען א מרחץ איז צוויי באזונדערע זאכן,
אויב דיין הויז וועט ווערן מער ווערט איבער שבת וועסטו נישט מעגן פארקויפן דיין הויז פאר די טייערערע פרייז אלץ שכר שבת?

וואס איז די חילוק? סיי ביי אן אינוועסטמענט און סיי ביים פארדינגען מאכט דיין נכס געלט אום שבת באופן המותר, אנדעם וואס דו זאלסט טון סיי וואס.
דער דמיון צו א הויז פארזטיי איך בכלל נישט. דו רעדסט פון פארקויפן 'נאר' די חילוק אין פרייז?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

א לאטערי האט מיט שכר שבת קיינע שייכות, שכר שבת איז ווערן באצאלט אויף עפעס וואס מ'האט געטון אום שבת, אז די גוי ציט אויס די לאטערי שבת האט עס מיט מיר גארנישט.
עס איז ווי א גוי וואס איז מיר שולדיג רענט שרייבט זיין טשעק שבת.
I reserve the right to disagree
12:56
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע:אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

מיסטעריעז האט געשריבן: קויפן קענסטו, העכסטנס ווען וועסט געווינען וועסטו עס נישט אפנעמען...

אפנעמען וועל איך יא, העכסטנס וועל איך עס נישט נוצן אויף קיין מינדערוויכטיגע געברויכן....
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אינטערסאנט ווי די אייוועלט ת"ח ווייסן אזוי קלאר אז ס'קומט נישט דא אריין בכלל שכר שבת...

רבי געצל האט אזוי גע'פסק'נט, זעהט אויס אז אזוי נעמט ער אן למעשה. ס'איז אבער א גרויסע נידון אין די פוסקים.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5023
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע:איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

נגיד האט געשריבן: א לאטערי האט מיט שכר שבת קיינע שייכות, שכר שבת איז ווערן באצאלט אויף עפעס וואס מ'האט געטון אום שבת, אז די גוי ציט אויס די לאטערי שבת האט עס מיט מיר גארנישט.
עס איז ווי א גוי וואס איז מיר שולדיג רענט שרייבט זיין טשעק שבת.

מער דומה צום נמשל: עס איז ווי א גוי דינגט פון מיר עפעס בלויז אויף שבת. די געלט באצאלט ער מיר גראדע דינסטאג.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן: אינטערסאנט ווי די אייוועלט ת"ח ווייסן אזוי קלאר אז ס'קומט נישט דא אריין בכלל שכר שבת...

רבי געצל האט אזוי גע'פסק'נט, זעהט אויס אז אזוי נעמט ער אן למעשה. ס'איז אבער א גרויסע נידון אין די פוסקים.

מראי מקום?
.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12459
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

כ'וואלט געקענט באשטיין צו הערן מהיכן דנתני. בפשטות זע איך נישט פארוואס דאס זאל הייסן שכר שבת, וכן הורה לי הדומ"ץ שלי.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35580
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שכר שבת? לויט ווי איך געדענק, קומט עס נישט אהער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13900
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12459
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ישר כח פאר דעם לינק, כ'האב געבליקט אינעם ספר דעם שבת, למעשה רעדט ער בכלל נישט וועגן א פראבלעם מיט שכר שבת, נאר ער האט א צווייטע פראבלעם וואס איך בין נישט משיג, אז וויבאלד דער איד ווייסט אז די זמן איז נקבע געווארן שבת און אפי' אזוי קויפט ער עס, איז דאס ווי ער הייסט אים דאס צו מקנה זיין אום שבת. ואני בעניי פארשטיי איך דאס בכלל נישט, זינט ווען מעג מען נישט וויסן אז דער גוי גייט דאס טון 'שבת' צוליב זיינע אייגענע חשבונות? די איסור איז דאך נאר אויב מצד דעם איד קען עס די גוי טון נאר אום שבת.

בכל אופן אפי' אזוי, אויף למעשה בלייבט ער אז דאס איז אויך נישט קיין פראבלעם עיי"ש הטעם. ממילא פרעג איך איבער אויב איינער קען מברר זיין צו דאס איז ריכטיג וואס מען האט אויבן דא געשריבן, און אויב יא, מהיכן דנתני
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”