Re: ערשינען! נייע Guide קביעת עיתים לתורה פראקטיש גערעדט!
לשאלת הרבים ווילן מיר מעלדן אז דער ספר וועט אי״ה האפענטליך נאכאמאל ווערן צעשפרייט אין די געשעפטן קומענדיגע וואך סוף וואך.
לעת עתה איז עס מער נישטא צו באקומען ביי רוב ספרים געשעפטן, און דער מפיץ (נר למאור) האט שוין גארנישט דערפון. עס איז יעצט אינטערוועגנס א שיף פון ארץ ישראל וואס ברענגט די ספרים, און אויב אלעס פארט אויפ׳ן סקעדזשול וועט עס אי״ה אנקומען ערגעץ קומענדיגע וואך.
ווי אויך וועט עס אי״ה ווערן צעשפרייט ביי די מקוה אידן וואס פארקויפן נר למאור ספרים און מחזורים בעפאר די ימים טובים.
א כתיבה וחתימה טובה, ותהא שנת אמונה פשוטה.