מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל בארה"ק מגזירת גיוס

אחראי: יאנאש

אוועטאר
צושליסן
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל בארה"ק מגזירת גיוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושליסן »

דער באפרייטער בחור פון היינט, אברהם משה בן חי' בונא מבית שמש, ביים אנקומען אין אפיס זיך צו באדאנקען און נעמען הדרכה אויף ווייטער.
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (34.97 KiB) געזען 3155 מאל
לעצט פארראכטן דורך צושליסן אום מיטוואך יולי 20, 2022 4:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צושליסן
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל בארה"ק מגזירת גיוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושליסן »

קומט אריין די פריידיגע ידיעה אז ברוב סייעתא דשמיא איז געלונגען צו שאפן א לעגאל-פארדינטער 'פטור' פאר'ן בחור אברהם משה, וואס איז נעכטן באפרייט געווארן פון תפיסה
אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

Re: מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל בארה"ק מגזירת גיוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זזה »

היינט דאנערשטאג אינדערפרי קומט אריין די פריידיגע נייעס אז 6 פון די ארעסטירטע זענען שוין ב"ה באפרייט

די באפרייאונג פון די 6 ארעסטירטע קומט נאך די פילע ארבעט פון שליח בי''ד הרה''צ ר' שמעון שישא מיט זיין עו''ד מנחם שטאובער, וועלכע האבן געמאכט א הסכם מיטן תובע אז ער וועט נישט פארלאנגען קיין הארכת מעצר און נישט קיין הויז ארעסט.
אויך האט מען ב"ה מצליח געווען אראפצוריקן די הפקדה צו 2,000 ש"ח אנשטאט די 6,000-4,000 וואס מען האט גערעדט בעפאר

אינעם בילד: די חפצים פון די ארעסטירטע אינעם מרכז עזרה ויעוץ אפיס, וואס ר' שמעון זארגט שטענדיג אז די חפצים זאלן אנקומען אהין, און נישט בלייבן אונטער די קלעבעדיגע הענט פון די שבסניקים...
אטעטשמענטס
IMG_6918.JPG
IMG_6918.JPG (108.01 KiB) געזען 3043 מאל
קליקט דא צו זען Today's Deals

https://amzn.to/3RBAKiD

For the deals go to check out
אוועטאר
צושליסן
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל בארה"ק מגזירת גיוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושליסן »

א בחור איז זונטאג ארעסטירט געווארן דורך די מיליטערלישע פאליציי, און גלייך געהאט א משפט וואו מ'האט אים גע'פסק'ט 18 טעג טורמע ל"ע.

יעצט האט מען זיך געוואנדן צום מרכז, מ'פרובירט עפעס צו טון, ביטע אינזין האבן הלל בן הודי' לפדיון שבויים ולהצלה מצבא.
אוועטאר
שמואל כהנא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 11, 2022 1:28 pm
לאקאציע:ארץ אשר עיני השם אלוקיך בה

Re: מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל בארה"ק מגזירת גיוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל כהנא »

איינער האט אפשר די נאמבער אדער אימעיל אדרעס פין ר' שמעון שישא
אדער א וועג אים צו קאנטאקטירן?
בארייכערט אייער ידיעות אין תורת הבעש"ט זי"ע מיט די הערליכע טעגליכע שיעורים דורך הרב ברוך גרובער שליט"א מפעל שיעורים בתורת הבעש"ט
דריקט דא צו נעמען א חלק און זכוי הרבים און פארשפרייטן די אור פון בעש"ט הק' זי"ע
אוועטאר
צושליסן
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל בארה"ק מגזירת גיוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושליסן »

קום אין אישי ביטע

אסיפה דורך מצילי המרכז הר"ר שמעון שישא-ראש המצילים, הר"ר יואל שישא-בית שמש, הר"ר דוד משה דייטש-ירושלים, הר"ר אברהם יואל אייזנבערג-ירושלים, הר"ר אהרן וואלבערג-ירושלים, הר"ר שמעון דימאנד-ירושלים
מען איז זיך צוזאמגעקומען צו מטכס עצה זיין אויף עטליכע קאמפליצירטע קעיסעס, ספעציעל זיך צוצוגרייטן אויף די וואכן בעפאר ראש השנה ווען עס קומען אריין גאר אסאך ווענדונגען וועלכע ווילן ארויספארן פון לאנד אויף די הייליגע טעג
אטעטשמענטס
3.JPG
3.JPG (123.63 KiB) געזען 2423 מאל
4.JPG
4.JPG (124.2 KiB) געזען 2423 מאל
אוועטאר
צושליסן
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל בארה"ק מגזירת גיוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושליסן »

הר"ר שמעון שישא מאכט אן אפשטעל נעבן בני ברק נאכן אנקומען צוריק פון חוץ לארץ, איבערצוגיין די קעיסעס מיט די ארטיגע מצילים הר"ר חיים יהודה יאקאב און הר"ר ישראל דירנפעלד
אטעטשמענטס
1.jpg
1.jpg (48.02 KiB) געזען 2400 מאל
אוועטאר
צושליסן
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל בארה"ק מגזירת גיוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושליסן »

בחור ארעסטירט געווארן צוליב מיליטער אנגעלעגנהייטן זייענדיג ביים גרעניץ ווילנדיג ארויספארן פון לאנד, ער האט זיך פארבינדן מיט הר"ר שמעון שישא וועלכער האט אים געגעבן די נויטיגע הדרכות, און ביז א קורצע שעה איז ער ב"ה געווען אויף די פריי! – אויפן בילד, דער בחור אינעם 'מרכז עזרה ויעוץ' אפיס, זיך צו באדאנקען אויף די הילף און נעמען ווייטערדיגע הדרכות
אטעטשמענטס
2.jpg
2.jpg (27.19 KiB) געזען 2408 מאל
אוועטאר
צושליסן
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל בארה"ק מגזירת גיוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושליסן »

א אינגערמאן האט בעז"ה באקומען זיין פטור נאכן זיין א משתמט פינף יאר – ער איז אנגעקומען צום לשכת הגיוס, וואו ער האט ארויסגענומען א גמרא און זיך גענומען לערנען הויכן אויפן קול מיט א ברען בלאט נאך בלאט... די אינסטאנצן האבן מחליט געווען שנעל פטור צו ווערן פון אים, און האבן אים ארויסגעטריבן פון ארט מיט א פטור אין האנט!...
-

פארלאפענעם ערב שבת עקב האט הר"ר שמעון שישא ערהאלטן א דרינגענדע רוף, איבער א ערליכע בעלת תשובה וועלכע שטייט א האלבע יאר נאך די חתונה, און איז ארעסטירט געווארן דעם דינסטאג בעפאר דורכן מיליטער – ר' שמעון אינאיינעם מיטן עו"ד מטעם המרכז מנחם שטאובער האבן באלד זיך גענומען צו דער ארבעט, מען האט 'גערוקט ווענט' מיט די נויטיגע שתדלנות, ווען בעז"ה איז א שעה בעפאר כניסת השבת די פרוי געלאזט געווארן אויף דער פריי מיט א פטור אין האנט!
בשם כל ישראל
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 28, 2019 8:59 am

Re: מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל בארה"ק מגזירת גיוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשם כל ישראל »

האבן זיי אן אפיס אין בית שמש? וואס איז די טעלפון?
אוועטאר
צושליסן
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל בארה"ק מגזירת גיוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושליסן »

בשם כל ישראל האט געשריבן:
האבן זיי אן אפיס אין בית שמש? וואס איז די טעלפון?
יא
089546645
פאר א פריוואטע נומער פונעם ארטיגן עסקן קום אין אישי
אוועטאר
צושליסן
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל בארה"ק מגזירת גיוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושליסן »

אומאפשטעלבארער פלייץ פון מאסן בחורים, דערינטער הונדערטער חסידי ברסלב און חב"ד, וועלכע ווילן ארויספארן פון לאנד אויף קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט, און זיי האבן דערווייל א 'צו עיכוב יציאה' דורכן מיליטער – די מצילי המרכז זיצן שעות ארוכות ביז צו די קליינע נאכט שעות אויפצונעמען די בחורים, ווען מען פרובירט צו העלפן יעדן איינציגן מיט די בעסטע מעגליכקייטן בעז"ה

א בחור מחסידי חב"ד איז אנגעקומען צום מרכז אפיס אין צפת, זאגנדיג אז היינט דארף ער אנהייבן זיינע טרענירונגען אין טמא'נעם צה"ל, נאך וואס ער האט זיך ליידער רעקרוטירט צום מיליטער, צוליב וואס ער האט געמאכט דעם טרויעריג-בארימטן 'הסכם חב"ד', צו קענען ארויספארן לערנען קיין חוץ לארץ – דער מציל הר"ר אהרן פאפענהיים האט אים מדריך געווען מיט די דרכי ההצלה, און ביז עטליכע טעג איז ער ב"ה געווען א באפרייטער!
אוועטאר
צושליסן
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל בארה"ק מגזירת גיוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושליסן »

הר"ר שמעון שישא ראש מציל מרכז עזרה ויעוץ אינאיינעם מיטן מציל הר"ר דוד משה דייטש איז אנגעקומען צו א אויפהאלטונגס היים צו מחזק זיין א בחור וועלכער האט זיך פרובירט ראטעווען פון מיליטער, און איז ליידער אנגעקומען אהין, נאכן נישט ערהאלטן די ריכטיגע הדרכות – זייענדיג דארט האט מען אויסגענוצט די צייט צו מחזק זיין די שבירי לב וועלכע האלטן זיך דארט אויף, און געפראוועט מיט זיי א רקידה'לע, און געדאוונט אינאיינעם תפילת מנחה... – מיט א טאג דערויף האט מען ווידעראמאל געדארפט אראפפארן אהין, נאך וואס דער בחור איז גאר שלעכט באהאנדלט געווארן, און מען האט אים בכלל נישט געלאזט ארויסגיין פון זיין אפטיילונג – נאך שתדלנות האט מען באוויזן אים אביסל ארויסצונעמען אויף די פרישע לופט, אים איינגעקויפט מידי דמיזן, און אים מחזק געווען – צו די זעלבע צייט האט מען אריינגעגעבן אן אפעלאט אנטקעגן די החלטה פונעם פסיכיאטאר איבער דעם בחור, און דער שופט האט געמאלדן אז ער וועט אריינקוקן דערין בלויז מיט עטליכע טעג דערויף – הר"ר שמעון שישא אינאיינעם מיטן עורך דין האבן אריינגעלייגט גרויסע פעולות דאס צו מקדים זיין, ווען מען האט בסייעתא דשמיא באוויזן צו פאראויסרוקן צום קומענדיגן טאג – א טאג דערויף איז געקומען די פריידיגע בשורה אז דער בחור איז פרייגעלאזט געווארן אן א משפט!
אטעטשמענטס
12.PNG
12.PNG (297.48 KiB) געזען 1826 מאל
45.PNG
45.PNG (319.31 KiB) געזען 1826 מאל
34.PNG
34.PNG (339.98 KiB) געזען 1826 מאל
אוועטאר
צושליסן
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל בארה"ק מגזירת גיוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושליסן »

גאר אסאך בחורים האבן ב"ה ערהאלטן זייער 'פטור' אין די לעצטע עטליכע וואכן, נאך געטרייע הילף פון די חשוב'ע מצילים – בחורים וועלכע קומען אין די טעג אן צום מרכז, ווערן נתכבד מיט ברייטע מידי דטעימא, נאך וואס די טישן זענען פול פון די 'לחיים'ס' וועלכע פילע בחורים ברענגען אריין לאות הוקרה פאר די מצילים וועלכע זענען געווען די גוטע שלוחים צו זייער ישועה

א בחור איז געווען אין אפיס פון מרכז עזרה ויעוץ אין ירושלים נאך הילף, אויפן וועג אהיים פון ירושלים איז ער אפגעשטעלט געווארן דורך פאליציי, ווען נאכן זעהן אז ער איז א 'משתמט' האבן זיי אראפגעריפן די מיליטערישע פאליציי אים צו נעמען אין טורמע – דער בחור האט זיך פארבינדן מיט הר"ר שמעון שישא, וועלכער האט געמאכט עטליכע טעלעפאון רופן, געטון וואס מען האט געברויכט, און ברוך השם נאך א קורצע צייט האט דער פאליציי מאן געמאלדן פארן בחור אז ער איז באפרייט!
אוועטאר
צושליסן
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל בארה"ק מגזירת גיוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושליסן »

א מכתב תודה פון כ"ק אדמו"ר מביטשקוב שליט"א צו די מצילי המרכז אין בני ברק, נאך וואס עטליכע חסידים און שכנים האבן נהנה געווען פון די הילף פון די חשוב'ע מצילים
אטעטשמענטס
87.PNG
87.PNG (150.75 KiB) געזען 1770 מאל
אוועטאר
צושליסן
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל בארה"ק מגזירת גיוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושליסן »

די אפיסעס זענען איבערגעפילט מיט בחורים און אינגעלייט וואס פארן אויף יו"ט צו זייערע רבי'ס און משפחות וכדו' און האבן מורא אז מ'וועט זיי ארעסטירן אין לופטפעלד.

דער לויער איז אויף היי-אלערט, נאך א מיטינג לעצטע וואך וואו מ'האט אים צוגעזאגט א גרויסע אפצאל ער זאל זיין גרייט חודש תשרי יעדן איינציגן טאג.

ביטע מתפלל זיין דער שווערער סעזאן זאל אריבערגיין אן קיין עגמ"נ.

היינט האט מען ארעסטירט א אינגערמאן, א טאטע פון 2 קינדער, בשעת ער האט געוואלט ארויספארן פון לאנד אויף ר"ה נישט וויסנדיג אז ער איז א 'משתמט' אויפ'ן רעקארד.

ביטע אינזין האבן מנחם ישראל יצחק בן מי-ה לישועה ושחרור מהכלא.
אוועטאר
צושליסן
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל בארה"ק מגזירת גיוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושליסן »

א בחור איז פריער אראפגעגאנגען צום לשכת הגיוס, בעטן מ'זאל אים מאשר זיין ארויסצופארן אויף אומאן טראץ וואס ער איז נישט מסודר מיט'ן מיליטער, ווייל ער גייט זיך שטעלן גלייך ער קומט צוריק...

די צדיקים דארט האבן אים געמאלדן אז ער ווערט ארעסטירט, די פאליציי זענען אויפ'ן וועג.

ער האט באוויזן צו אנטלויפן פון דארט ווי א מייז אין די רערן, און ער איז געפארן צום לופטפעלד וואו ער האט שוין געהאט א טיקעט ארויסצופארן, און פרובירט זיין שאנס אפשר דא וועט מען אים צופעליג דורכלאזן.

למעשה איז עס אים נישט געלונגען, מ'האט אים ארעסטירט און אריינגעשליידערט אין טורמע, און ס'ווארט אים א משפט פאר א שטראף, און א באפעל זיך צו רעקריטירן.

ביטע אינזין האבן לישועה, יהודה בן אסתר אביבה.
אוועטאר
צושליסן
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל בארה"ק מגזירת גיוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושליסן »

א טאטע האט נארוואס אריינגערופן אז זיין בחור פון 21 אהאלב יאר איז פרייטאג ארעסטירט געווארן, און נעכטן מוצ"ש האט מען אים אריבערגעפירט צו בלייבן שמאכטן אין די מיליטערישע טורמע כלא 10.

ער האט שוין היינט געזען א תפיסה-שופט וואס האט צוערשט פארלענגערט זיין ארעסט. יעצט וועט אי"ה דער לויער פונעם מרכז אינאיינעם מיט ר' שמעון זיך אריינווארפן און זען וואס מ'קען טון.

ביטע אינזין האבן יעקב בן ליאת (אבוקסיס)
אוועטאר
צושליסן
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל בארה"ק מגזירת גיוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושליסן »

יהודה בן אסתר (אזראן) וואס איז ארעסטירט געווארן אין לופטפעלד האט יעצט געהאט זיין משפט, און ס'איז ב"ה געלונגען אים צו באפרייען!

זיי פאדערן אבער אז ער דארף זיך זאפארט רעקרוטירן, ער איז געווארן אנגעוויזן צו זאגן אז ער גייט, און פון דארט קומען גלייך צום אפיס פונעם מרכז, וואו מ'וועט בס"ד ארבעטן צו ראטעווען זיין עתיד הרוחני.
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל בארה"ק מגזירת גיוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

קומט אריין די נייעס אז צו ;צום ערשטן מאל וועט הרב הצדיק ר' שמעון שישא ארויסקומען קיין אמעריקא אויפצוטרייבן ערענסטע סכומים אויף צו קענען מאסיוו אויסברייטערן די פעולות פון עזרה ויועץ הנה ימים באים
פרטים וועלן נאכפאלגן אי"ה
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”