ישיבת חכמי לובלין - בעיר לובלין
אשמח לידע האם ה"עס זאל", ובית העקד ספרים הינם בגודלם (או ביותר דיוק - בקוטנם) מאז ומקדם או שנבנו מחדש לאחמ"כ?
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
[align=center] אונטערהאלטענד! באלערענד!
שענסטע חנוכה געשאנק
אגרות סופרים
250 פרייוועטע בריוון פון
רביים: עקיבא איגר, חתם סופר, כתב סופר, שבט סופר, ר' שמעון סופר, און מיט 24 הויעכ-אינטארסאנטע בילדער.
פרייז דאס 420 זייטן שטארקן בוך, און פיינסטן פאפיר געדרוקט, אין פראכט-ליינבאנד 12 $
יוסף שלעזינגער, וויען, זייטנ-שטאטע גאססע נומער 5[/align]
אריינגעכאפט דארט א נאכטמאל און א לינת לילה טבת צייטmoishy56 האט געשריבן:די כשר'ע רעסטוראנטאינם בנין ישיבת חכמי לובלין בעיר לובלין
האט זיך בלית ברירה פארמאכט
איך מיין איך האב געזעהן א בריוו פון ר' מאיר שפירא אז ס'האט געקאסט בערך א מיליון דולרחמרא טבא האט געשריבן:וויפיל האלט די עולם האט אין יענע יארן געקאסט צו בויען אזא בנין?
הגע העצמך, אויב האט מען יארן געגלייבט אז עס איז פארברענט און יעצט ווערט מען געוואויר אז נישט, קען דאך פונקט אזוי זיין מ'זאל יארן זאגן ס'איז פארלוירן און נאכדעם געוואויר ווערן אז ס'איז דא.פאנטאזיע פליער האט געשריבן: ↑ מאנטאג פעברואר 05, 2024 7:26 pmבאקאנטער לובלינער אוצר הספריםלובלינער אוצר הספרים.jpg
איז נישט פארברענט געווארן דורך די נאציס
לובלין - שוין פון קינדווייז אן ווייסט מען איבער די גרויסע פייער וואס די נאציס האבן אונטערגעצינדן אינדרויסן פון ישיבת חכמי לובלין און פארברענט אלע ספרים פון די ריזן בית עקד ספרים פון ישיבת חכמי לובלין. א לאקאלער פארשער האט זיך אריינגעלייגט אויסצופארשן די געשיכטע און לויט זיין אויספיר האט דער גאנצע פארברענען ספרים מעשה אין לובלין קיינמאל פאסירט, ער ווייזט אהן צו א באריכט פון די רוסישע ארמיי ביים באפרייען לובלין אין יאר 1944 למספרם וואס גיבט אהן אז די אוצר הספרים איז נאך אין איר אריגינעלע פלאץ, די לעצטע פאר יאר איז ער נאכגעגאנגען ספרים פון די באקאנטע אוצר וואס געפונען זיך איבער די וועלט און דאקומענטירט 850 ספרים וואס פארמאגן די סטעמפל פון די אוצר. לויט ווי ער זאגט זענען די געשאצטע 15,000 ביז 40,000 ספרים וואס האבן זיך געפונען אינעם אוצר אויסגעשפרייט געווארן אין די יארן פונעם קריג און אין די יארן דערנאך צו פריוואטע קאלעקציעס און א מערהייט דערפון זענען פארלוירן געגאנגען.
dovidal האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:01 pmבינטל בריוו פון בחורים אין ישיבת חכמי לובלין אפגעפינען ביי אייניקל פון נאצי
לובלין - אין די גרויסע געביידע פון די באקאנטע ישיבת חכמי לובלין איז פאר צוויי וואכן צוריק פארגעקומען א רירענדע צערעמאניע וואו א דייטשע פרוי האט איבערגעגעבן פאר פארשטייער פון די אידישע געמיינדע אין שטאט א בינטל בריוון וואס זענען געשיקט געווארן אין די לעצטע פאר יאר פארן קריג צו די אפיס פון די ישיבה, צווישן די בריוו זענען דא אזעלכע וואס זענען געשריבן געווארן דורך עלטערן צו זייערע בחורים, און אנדערע וואס זענען געשיקט געווארן צו די ישיבה פארוואלטונג פון איבער די וועלט. ביי די צערעמאניע האט פרוי מעקעיב פארגעלייגט ווי אזוי זי האט געפונען די בינטל בריוו, ווי זי זאגט האט זי איבערגעקוקט די פאסט קארטן זאמלונג פון איר זיידע און צווישן די טויזנטער פאסט קארטן האט זי געפונען אויך די בינטל פון בריוון. איר זיידע האט געדינט אלס נאצי זעלנער און אין יאר 1941 למספרם איז ער געווען סטאנציאנירט אין לובלין, דארט האט ער ווארשיינליך א טייל גענומען אין די אקציע ווי די נאציס האבן ליידער אומגעברענגט א מערהייט פון די לובלינער אידנטום און באראבעוועט די געביידע פון די באקאנטע ישיבה אין שטאט.