OJBA קאנסטראקשען שוי

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע:בד' אמות של הלכה

OJBA Business to Business Expo

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

היינט נאכמיטאג גייט פארקומען און די רעלי האטעל א קעטסקיל קאנסטראקשן טרעיד שאו
ווי עס וועלען זיך צוזאמנעמען סופלייער'ס און סערווירערס וואס גיבן זיך אפ מיט קאנסטרוקשאן אין
אפסטעיט, ניו יארק, און זיך באקענען און מאכן קאנטאקטן איינער מיטן אנדערן
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע:בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

English Invitation
אטעטשמענטס
photo_2015-06-10_09-27-18.jpg
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע:בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

אידיש אינוויטאציע
אטעטשמענטס
photo_2015-06-10_09-28-32.jpg
לעצט פארראכטן דורך אורייתא אום מיטוואך יוני 10, 2015 9:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע:בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

ערקלערונג
אטעטשמענטס
photo_2015-06-10_09-28-43.jpg
photo_2015-06-10_09-28-37.jpg
אורייתא וישראל חד הוא
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

JK Expediting is Yoely Kohn, former manager in Ichud Bungalow colony?
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

צווייטע יערליכע שאו, דינסטאג קדושים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

בשורה טובה!!!

לכו והתפרנסו: די ערפאלגרייכע און בארימטע OJBA קאנסטראקשאן עקספאו וועט אי"ה פארקומען קומענדיגע וואך דינסטאג פר' קדושים, אין די ראלי האטעל, סאוט פאלסבורג.

פאראיאר איז געווען די אנהויב, און היי-יאר איז עס בעסער, גרעסער און שענער, וואו אלע ספאנסערס, ווענדארס און וויזיטארס וועלן אי"ה שעפן הויפנס נחת פון בליענדע ביזנעס רעזולטאטן.

דאס פלאץ איז גרייט, דער דאטום באשטימט, די פארלאנג איז גרויס. אצינד בלייבט נאר פאר די קאנסטראקשאן, מענעדזשמענט, סופליי און קאנטראקטינג פירמעס מקיים צו זיין דעם "לכו והתפרנסו" מיט ברכה און הצלחה.

דאס איז די בארימטע "קעטסקיל קאנסטראקשאן טרעיד שאו," וואס ווערט ארגאניזירט צום צווייטן יאר נאכאנאנד, געצילט פאר די קאמפאניס וואס בויען, פירן אן, און סופלייען די קאנסטראקשען ווערק אין אפסטעיט, זומער און א גאנץ יאר.

דער OJBA טרעיד שאו און ביזנעס קאנפערענץ ווערט ארגאניזירט דורך די "ארטאדאקסישע אידישע בויערס פאראיין," וואס האט פאראיאר געגרינדעט דעם טרעיד-שאו צום ערשטן מאל, און די רעזולטאטן זענען געווען אזוי הערליך און דראמאטיש, אז מען גרייט זיך צום צווייטן מאל, נאך פיל בעסער און שענער ווי פריער.

לויט'ן הויפט ארגאניזירער פונעם שאו, מו"ה אלימלך וועבער הי"ו, צייגט די "פידבעק" פון פאראיאריגע ווענדארס ווי שטארק מען דארף האבן אזא קאנפערענץ, און ווי דראמאטיש די רעזולטאטן קענען זיין אין געביט פון "וחי אחיך עמך" אויפ'ן גרעסטן פארנעם.

א יאר צוריק, זאגט ר' אלימלך פאר "דער בית," האט מען אלעס אראנדזשירט אין ווייניגער ווי 2 וואכן, און יעדער איז געווען העכסט צופרידן. עס איז געווען א רייכע אויסשטעל, א ברייטע אויסוואל פון ווענדארס און מענעדזשערס, פארשטייער פון צענדליגער אינדוסטריעס, און א תכלית'דיגע "פענעל" פון ערפארענע סוחרים וואס האבן אויסגעשמועסט וויכטיגע טעמעס אויפ'ן סדר היום.

איצט האט מען שוין אהערגעשטעלט די פלענער פון לאנגע חדשים. "די היימישע מענעדשערס און סוחרים קענען קוים ווארטן צו קומען, נעטווארקן, און ערלעדיגן איין דיעל נאכ'ן אנדערן," זאגט ער, צולייגנדיג אז די גרעסטע בענעפיטן פונעם קאנסטראקשען טרעיד שאו זענען פאר קאנטראקטערס און סובס וואס סערווירן די געגנטער אין אפסטעיט ראיאן, ווי אויך פאר גרויסע קאסטומערס וואס נוצן די מערסטע קאנסטראקשען און ארומיגע סוב-ביזנעסער, ווי קעמפ דירעקטאר, און מענעדזשערס פון בילדינגס און קאנסטראקשאן סייטס.

דער "קעטסקיל קאנסטראקשאן טרעיד שאו" איז באשטימט אויף דינסטאג פרשת קדושים, למספרם מאי דער 10 'טער. עס וועט פארקומען אין די "ראלי האטעל" אין סאוט פאלסבורג, ניו יארק. לויט'ן פלאן, וועט זיין א "פענעל" צו רעדן וועגן די וויכטיגסטע טעמעס אויפ'ן האריזאנט פון קאנסטראקשאן אין די קעטסקילס, וואס די געגנט נעמט שוין היינט אריין כמעט דעם גאנצן ראיאן פון מאנסי ארויף צו קרית יואל און ארויף ביז די 90 'ער עקזיטן אויפ'ן 17.

אין צוגאב צו די ביזנעס אויפטוען פונעם קאנפערענץ, וועט אויך סערווירט ווערן א געשמאקע ווארימע נאכטמאל, אהיימצוגיין זאט און צופרידן פון די געשלאסענע ביזנעס און די פיינע ווארימע סעודה. עס וועלן זיין אויך זיין מנינים מנחה.

לויט ווי ר' אלימלך ערקלערט, זענען ביזנעסער זייער צופרידן צו קומען אויסשטעלן זייער ווארע ביי אזא "טרעיד שאו," ווייל עס בויט ביזנעס באציאונגען אויפ'ן זאפארטיגן סיזאן, און אויך אויפ'ן לענגערן טערמין. דאס הייסט, אז דורכ'ן טרעפן ביזנעס קאלעגעס און טרעיד באקאנטע אונטער איין דאך, האט מען גוטע שאנסן צו בויען ביזנעס סיי באלד און סיי אינעם צוקונפט.

נאך א געלונגענע זאך ביי אזא סארט ביזנעס אוישטעלונג, זאגן ווענדארס, איז דער פאקט אז אלע באזוכער זענען 100 פראצענט לויטער קאסטומערס - יעצט אדער אין צוקונפט. געווענליך וועט מען נישט אויסגעבן איבעריג צייט אין א פארנומענע דינסטאג נאכמיטאג צו גיין באזוכן א "קאנסטראקשאן טרעיד שאו" אין סאוט פאלסבורג, אלס א פאלנער טוריסט, סיידן מען ווייסט קלאר אז פריער אדער שפעטער וועט מען באשליסן צו נעמען פון די סארט פראדוקטן אדער סערוויסעס וואס ווערן דארט ארויסגעשטעלט. אין קורצן, עס איז נישט סתם פאר באזוכער ווי טוריסטן, נאר יעדער באזוכער איז אדער קען ווערן א קאסטומער, יעצט אדער אין צוקונפט.

און דאס איז נישט פארבינדן דוקא מיט די קעטסקיל ראיאן, אדער מיט די איצטיגע פאר וואכן און חדשים נאר קען אויפבויען א ביזנעס מיט גוטע קאנטאקטן אויך וואו אימער און ווען אימער. "איינמאל דיין ביזנעס איז אויף יענעמ'ס ראדאר," זאגט ער, "קענסטו נישט גענוג אפשאצן די ווערד פון נאך מעגליכע ביזנעס אויף פאראויס."

ביים "OJBA" שאו פאראיאר זענען געווען ביזנעסער וואס טוען אין קאנסטראקשען, פרעימינג, יוטיליטיס, אונינגס, בלו-פרינטס, גלאז, לאמבער, צעמענט, פעינטינג, בוקקיפינג, אינשורענס, עקספעדייטינג, און נאך.

די צוזאמשטעל פון די ווענדארס, ביזנעסער און באזוכער איז ווי א הערליכע "פאזעל" וואו די שטיקלעך גייען גוט צוזאמען, און אויך דא שאפן זיך גוטע ביזנעס קאנטאקטן איינער מיט'ן אנדערן. "מיר האבן דאס אנגעהויבן לשם מצוה צו העלפן די אינדוסטריע, היימישע סוחרים," זאגט ר' אלימלך, "און די מעגליכקייטן צו וואקסן אין ביזנעס דורך דעם קאנפערענץ זענען אין לשער."

היי-יאר זענען ערווארטעט היבש מער עקזיביטארס ווי פאראיאר, ווי אויך איז פילפאכיג העכער די קוואליטי פון פראדוקטן און פרעזענטאציעס וואס ווענדארס ברענגען צום שאו. מען דארף זיך רעגיסטרירן ווי פריער צו באקומען א גוטע פלאץ, "ויפה שעה אחת קודם," זאגט דער סוחר.

אלזא, קאנטראקטערס, סופלייערס, דעוועלאפערס, מענעדזשערס, עקספעדייטערס, מחוטב עציך עד שואב מימך, בויט אייער ביזנעס, רעפוטאציע און קאסטומער באזע ביים "קעטסקיל קאנסטראקשאן טרעיד שאו." מאכט ליידיג דעם סקעדזשועל פאר יענעם נאכמיטאג, ווייל איר ווילט עס נישט פארפאסן. טוט עס פאר אייך, טוט עס פאר אייערע קאסטומערס, די איצטיגע און די צוקונפטיגע.

צו איינשרייבן אייער ביזנעס ביים OJBA טרעיד שאו, שיקט אן אימעיל צו [email protected]

אדער רופט אויפ'ן טעלעפאן נומער 347-410-8418.

די ספאנסארס פון די יערליכע קאנסטראקשען טרעיד שאו זענען די "ראלי האטעל" און "פאלסבורג לאמבער." פאר מער געלעגנהייטן צו ספאנסארן די שאו, פארבינדט אייך מיט די דערמאנטע אימעיל אדער טעלעפאן נומער.

פרטים יבואו אי"ה.

ojba 16 b2b program details.png
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected] .
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

דער בארימטער עסקן פון "איחוד קאנטרי" מו"ה יואל קאהן הי"ו וועט רעדן וועגן זאונינג, קאוד, און עקספעדייטינג, א פעלד אין וואס ער איז ווי באקאנט א יחיד מומחה.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected] .
שטארקע חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע חסיד »

קאסט געלט דארט אריינצוגיין ?
אוועטאר
טאטלע
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטלע »

OJBA קאנסטראקשאן עקספאו וועט אי"ה פארקומען קומענדיגע וואך מיטוואך, אין די ראלי האטעל,
חלות
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 11:00 pm

OJBA קאנסטראקשען שוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלות »

די פלאץ ווי סוב קאנטראקטערס און בילדערס קומען זיך צוזאם
דאס יאר גייט עס זיין אין ניו דזערסי הער איך אז עס גייט זיין העכער 900 booths​ עס גייט זיין א major experience
Eli G 20170904_230104.jpg
Eli G 20170904_230104.jpg (16.03 KiB) געזען 5667 מאל
חלות
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 11:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלות »

דאס איז די 2017 upstate summer show
אטעטשמענטס
IMG_7726.jpg
IMG_7726.jpg (205.45 KiB) געזען 5652 מאל
IMG_7743-1024x683.jpg
IMG_7743-1024x683.jpg (167.97 KiB) געזען 5652 מאל
IMG_7752-1024x683.jpg
IMG_7752-1024x683.jpg (136.07 KiB) געזען 5652 מאל
חלות
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 11:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלות »

נאך
אטעטשמענטס
Grand-1024x791.jpg
Grand-1024x791.jpg (158.83 KiB) געזען 5646 מאל
Fallsburg-Lumber-Drawing1-12-1024x683.jpg
Fallsburg-Lumber-Drawing1-12-1024x683.jpg (184.68 KiB) געזען 5646 מאל
Fallsburg-Lumber-Drawing1-6-1024x595.jpg
Fallsburg-Lumber-Drawing1-6-1024x595.jpg (156.27 KiB) געזען 5646 מאל
חלות
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 11:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלות »

If your line of business is in the vicinity of Monsey, Monroe or North Jersey’s construction space then you should be there. On November 29, 2017 you will get a chance to meet with industry professionals and associated vendors.
פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכטער »

חלות האט געשריבן: If your line of business is in the vicinity of Monsey, Monroe or North Jersey’s construction space then you should be there. On November 29, 2017 you will get a chance to meet with industry professionals and associated vendors.

גייט קאסטן געלט אריינצוגיין? און וויפיל קאסט צו האבן א booth?
חלות
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 11:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלות »

וויזיטארס איז פרי צו האבן א Booth איז געלט
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

עס קומט עפעס... פיינע נייעס....
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected] .
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

וואס איז די געדאנק פון די שאו, סתם אלע פלאמבערס און לעקטערישנס גיבן תיקון ?
תחשוב טוב
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תחשוב טוב »

צווייפעל האט געשריבן: וואס איז די געדאנק פון די שאו, סתם אלע פלאמבערס און לעקטערישנס גיבן תיקון ?

מולען וואסער
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

די זעלבע תיקון און וואסער מאלעריי ווי אין דזשעוויץ צענטער מידי יום ביומו, פאני ווער עס דארף עס בכלל, און גאווערנאר קאומא וויל עס נאך פארגרעסערן מיט א מיליאן סק. פוס צו וויפיל... פרעג פארוואס...
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected] .
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

נישט ריכטיג, רוב שאוס זענען פאר אייטעמס, נישט פאר סערוויסעס.

מענטשן לייגן ארויס זייער סחורה און קונים אדער סטאר קיפערס קומען קוקן, וואס איז פשט אז א פלאמבער מאכט א באאט, האט ער עפעס פרישע איידיעס צו פארקויפן ?
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע:דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

מזל מידיע האט געשריבן: בס"ד

די זעלבע תיקון און וואסער מאלעריי ווי אין דזשעוויץ צענטער מידי יום ביומו, פאני ווער עס דארף עס בכלל, און גאווערנאר קאומא וויל עס נאך פארגרעסערן מיט א מיליאן סק. פוס צו וויפיל... פרעג פארוואס...

איר זענט שוין אמאל געווען ביי א שאו? אויב יא פארשטיי איך נישט פארוואס איר רעדט אזוי,
תחשוב טוב
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תחשוב טוב »

צווייפעל האט געשריבן: נישט ריכטיג, רוב שאוס זענען פאר אייטעמס, נישט פאר סערוויסעס.

מענטשן לייגן ארויס זייער סחורה און קונים אדער סטאר קיפערס קומען קוקן, וואס איז פשט אז א פלאמבער מאכט א באאט, האט ער עפעס פרישע איידיעס צו פארקויפן ?

עקזעקטלי, ברענגט נישט גארנישט, אבי געהאקט אין קאפ.
חלות
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 11:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלות »

Come down someone heart you by the show
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

מיר דוכט זיך אז די שאו איז אביסל אנדערש פין אלגעמיינע שאוס, ס'איז אביסל מער די איידיע פין נעטווארקינג, און ווייזן פאר מענטשן אז דו עקזיסטירסט, און וואס דו אפפערסט צו די מארקעט, ווי פאקטיש ארויסשטעלן א פראדוקט וכדו'.

אבער ביי אלגעמיינע שאו'ס איז דאס אויך דא, און ס'ווענד זיך אביסל וועלכע מקצוע מ'רעדט, אבער די פירמע'ס וואס ספעציאליזירן זיך אין געוויסע מקצועות, קענען פין אזא שוי אהיימגיין מיט אפי' נאך "איין" קאסטומער, און ס'האט זיך שוין געלוינט, אווי אויך איז דא אמאל נייע טעכנאלאגיע וואס די איינציגע פראקטישע וועג דאס אריינצוברענגן צום עולם, איז דורך א פיזישע שוי-אףף. און די זעלבע זאך א קאנסומער קען אמאל פלוצלינג דארטן טרעפן א פראדוקט/סערוויס וואס וועט אים שפארן אסאך געלט/צייט/עגמ"נ און סתם אזוי וואלט אים נישט איינגעפאלן צו זוכן עס אויפן געוועב, אדער ער האט יא געזוכט און נישט געטראפן, אדער פשוט, ס'איז אינו דומה ראי' לראי', וכו' וכו'.

אזוי אויך דינט א שוי פשוט אלס א דזשענערעל צוזאמקום ארט פאר א געוויסע גרופע פירמע'ס/פראפעסיאנאלן/קאסטומערס (א שוי איז געווענליך אינדוסטרי ספעסיפיק), און אין מערסטע פעלער קען מען דארטן טרעפן די בעה"ב אדער גאר הויכע איינגעשטעלטע פין די פירמע'ס וואס רעפרעזענטירן אליינס זייער פירמע, און דאס איז א געלעגנהייט פאר מענטשן וואס וואלטן סתם אזוי נישט געקענט אנקומען צו רעדן מיט'ן סי.אי.או. וכדו' און בויען א דירעקטע רילעישאנשיפ (מ'רעדט ווען ס'איז נוגע), וואס די זאכן זענען נאכנישט רעפלעיסעבל ווירטואל, וכו' וכו'.

נ.ב. ס'זענען אויך דא כהיום שוי'ס וואס זענען טאקע נישט ווי אמאל, ווייל א גרויס טייל פין די עקזהיביטער'ס זענען כינעזער קאמפאני רעפרעזעטאטן בני בלי שם, וואס טרייען צו פארקויפן די ברוקלין ברידזש א.ד.ג.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

גוט מארגן, דער עולם פארשטייט שוין נישט אביסל א שמייכלדיגע סארקאזם?

א פראגע צי די שאו איז גוט און נוצליך? מ'דארף נאר האבן "איין" פרישע ערנסטע קאסטומער און ס'האט זיך אויסגעצאלט צענדליגער מאל, ווי באקאנט פאר יעדן וואס פירט א ביזנעס.

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
מזל מידיע האט געשריבן: בס"ד

די זעלבע תיקון און וואסער מאלעריי ווי אין דזשעוויץ צענטער מידי יום ביומו, פאני ווער עס דארף עס בכלל, און גאווערנאר קאומא וויל עס נאך פארגרעסערן מיט א מיליאן סק. פוס צו וויפיל... פרעג פארוואס...

איר זענט שוין אמאל געווען ביי א שאו? אויב יא פארשטיי איך נישט פארוואס איר רעדט אזוי,
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected] .
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”