דרינגענד!!!! - וואס צו לערנען מיט א או.טי.די

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

מיט לבליכקייט-פארשטאנד קענסטו אנקומען גאר ווייט. ווייל לכאורה איז דאס וואס פעלט עם...

ווען ער רעדט זיך אפ אויף די סיסטעם אדער עלטערן מחנכים וכדו' דינג זיך נישט מיט עם הער עם אויס מיט געפיל פארשטיי עם
א'מונה ב'טחון ג'עלט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

גבריאל האט געשריבן: מיט א קורצע תפילה וועסטו זיין אי"ה די ריכטיגע שליח. הצלחה
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

לדעתי איז ספר החינוך (נישט מנחת חינוך) זייער אן אנגענעם ספר, עס וועט אים ברענגען פארשטאנד אין די מצוות, און אים געבן חשק צו מקיים זיין.

עס לוינט אפשר צו אנפאנגען מיט אזעלכע מצוות ווי כיבוד אב ואם, ואהבת לרעך כמוך, קידוש אין שבת, תפלה, תפילין, ציצית, אדער יעצטיגע מצוות ווי שופר לולב און סוכה וכדומה
אם לא עכשיו אימתי
קאפ און אקסל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפ און אקסל »

להודיע האט געשריבן: דער בני יששכר שרייבט אז פרשת האזינו איז מסוגל צו לערנען פאר פראבלעמען מיט אמונה.

מראה מקום ביטע.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

אגרא דפרקא סימן קט"ו
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

איך וואלט געזאגט אז די זאלסט לערנען מיט אים נישט קיין חוליק וואס אבער איין זאך
מאך זיכער אים ארויס הייבען ווי חשוב זיין יעצטיגע לערנען איז פארן באשעפער און עס איז א גוטע הכנה צום יום הדין
בקוצור מיט ארויס ברענגען פאר יענעם ווי חשוב יעדע קליינע זאך וואס מען טוט פארן באשעפער איז. קען מען אסאך אנקומען
oh vei
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך oh vei »

אגוט יאר אייך
איך האב שוין געלערענט און פארברענגט מיט פארשיעדענע סארט נפשות.
סאיז נישט מעגליך צוזאגען א כלל,סוועינט זיך וואס א נאטור ער איז,און וואס זיין או טי די באשטייט איז ער ברוגז אויף אונזער געזעלשאפט צו איז ער ברוגז אויף רעליגיע.
פארופט ער זיך עמטליך אלץ א כופר צו איז ער פשוט נישט אומשטנד זיך אריינצוגלידערען און אונזער לעבנסשטייגער.
די עיקר וואס איך פרוביר צולערנען איז עפעס וואס ער האט א פערזענדליכע אינטערעסע איז ער א ארבעטער לערן מיט עם הלכות פון רעכטען פון אן ארבעטער )פועל יכול לחזור בחצי היום ,,בעה״ב שחזר באמצע היום (פרק האומנים) איז ער און ריעל עסטעיט לערן בבא בתרא המוכר את הבית
די געדאנק איז צו טרעפן עפעס וואס ער פיהלט אז סרעדט זיין שפראך,און סרעדט עפעס וואס איז עם נוגע.
איינער האט דערמאנט ״ספר החינוך״ דאס קען אוכט זיין געוואלדיג פאר איינער וואס איז נאך און א מצב וואס ער וויל פארשטיין.
די עיקר איז avoid conflicts טרעף עפעס ווי עטץ פארשטייטס ענק און איינמאל ער טרעפט עפעס און תורה וואס רעדט צו עם און וואס ער פארשטייט ווערט פארלוירען אסאך פון די רעגעניש.
קיצרתי במקום שראוי להאריך מיין שרייבען יודיש איז ווייט פון פרפעיקט און איך שרייב פון א mobile device
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7103
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ער וויל איצט נישט הערן פון באשעפער (דאס מיינט נישט אז ער איז אן אפיקורס) ער וויל איצט אנערקענןנג אויף זיך זעלבסט. קענסט ארויסברענגן אז עס איז א שאדע מיט אזא גוטן קעפל אלעס אזוי צו פערטאכלעווען.
(א קלער... אויב די גאנצע אשכול האט דער OTD זעלבסט געשריבן...)
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2762
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

להודיע האט געשריבן: דער בני יששכר שרייבט אז פרשת האזינו איז מסוגל צו לערנען פאר פראבלעמען מיט אמונה.

רוב היינטיגע נושרים האבן גארנישט צוטין מיט ספיקות באמונה... סתם בהפקירא ניחא לי'
זעירא דמן חבריא
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא דמן חבריא »

נחום וואהלינער האט געשריבן: רוב היינטיגע נושרים האבן גארנישט צוטין מיט ספיקות באמונה... סתם בהפקירא ניחא לי'

במחילת כבודך זייער א בלענק סטעיטמענט, און נישט איינשטימיג מיט די פאקטן.
זיכער איז אלעמאל געווען ביי כלל ישראל און אזוי היינט אויך דא אזעלכע וועלכע האבן בלויז געזוכט פריקת עול און הפקירות, בשרירות לבי אלך, איש הישר בעיניו יעשה...
זיי קומען פון געזונטע אוועקגעשטעלטע שטובער, מיט א פיינע שלום בית צווישן די עלטערן, און האבן גוטע קעפלעך, און דאך האבן זיי זיך נישט געקענט אריינפאסן אינעם מסגרת, און די די הבלי עוה"ז האט זיי גערייצט און געצויגן ביז..רח"ל.
אבער אויב האסטו געהערט די דעת המחנכים און מומחים אינעם נושא, סיי בכתב און סיי בעל פה, טענה'ן זיי קלאר און דייטליך אז רוב פון די "דראפ-אוט'ס" זענען "פאש-אוט'ס" (שמעתי מהרב ראססעל מומחה בתחום), ערגעצוואו אין זיין יוגנט האט ער בייגעוואוינט געוויסע מצבים צו אין מוסד אדער אין שטוב וועלכע האבן אים נישט געגען די געלעגנהייט מצליח צו זיין און זיין אנגענומען אינעם קאמיונטי, און פון דארט און ווייטעטר הדרך קצרה לשאול תחתי' ר"ל.
נישט אז איך וויל יעצט אריינגיין באריכות דן זיין איבער די ביטערע ערשיינונג פון "או.טי.די.", נאר צו קלארשטעלן דיינע ווערטער.
וואס איז יא אמת איז די ערשטע חלק פון דיין זאץ, אז מיט אמונה האט דאס כמעט קיינמאל נישט קיין פארבינדונג, דהיינו זיי זענען נישט אראפ פון וועג מחמת זייערע ספיקות און קושיות, נאר די אלע ענינים ווערן נולד ערשט נאכ'ן גליטשן.
עכ"ז לאחר המעשה האבן זיי שוין פראבלעמען מיט די אמונה אויכעט, ווייל זייער גאנצע אמונה איז מתחלה נישט געווען אויפגעבויעט געהעריג, נאר עפעס אזא סארט זאך משפה ולחוץ, ממילא איינמאל זיי פאלן אוועק האבן זיי נישט קיין כח און מקום וואו אהין צוריקצוגיין, ס'פעלט די יסוד ובסיס.
ויש בזה אריכות גדול, אין איין ווארט קען מען זאגן ס'איז: תחלתו תאווה וסופו כפירה ה"י!
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

זעירא דמן חבריא האט געשריבן:

ידועים ומפורסמים בזה דברי ר' אלחנן וואסערמאן בקובץ הערות עה"פ ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2762
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

אנטשולדיגט, אבער איר האט מיר נישט פארשטאנען, אין לי הזמן להאריך, כוונתי היתה שלא ירדו מחמת חקירות באמונה וכדומה שהתיקון לזה יהי' הלימוד בפרשת האזינו.

הם צריכים הרבה חום ואהבה, הדרכה וסבלנות, אין מער פון אלעס "פארשטאנד און מיטגעפיל".
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

נחום וואהלינער האט געשריבן: הם צריכים הרבה חום ואהבה, הדרכה וסבלנות, אין מער פון אלעס "פארשטאנד און מיטגעפיל".

זייער גוט ארויסגעברענגט!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: דרינגענד!!!! - וואס צו לערנען מיט א או.טי.די

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

בשעתו ווען דער אשכול איז געעפנט געווארן האב איך געענטפערט פארן פותח אין אישי

אצינד האב איך באקומען א פארלאנג [פון איינעם וועם ס'איז נוגע] עס ארויפצוליין

וועל איך ארויפלייגן וואס איך האב דאן געשריבן

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן: 1- איז כמובן זייער שווער צו געבן עצות אן צו וויסן מער פרטים

2- איך האב נישט דורכגעליינט אלע תגובות- קען זיין אז מ'האט שוין גע'ענטפערט ערנסט

3- איך האב היבש עקספיריענס אין דעם

4- אויב איר זענט אינטערעסירט, וועל איך מער מרחיב בדיבור זיין אן אנדערס מאל. אצינד אייל איך מיך, נאר לכבוד א איד ווי אייך, וואס טוט אין דעם מוז איך שרייבן, [אפילו עס קען זיין אז איר דארפט בכלל נישט צוקומען לדידי ולדכוותי]

אויב ער ארבעט נישט און איז צושאסן, און דארף דיין סעקיורעטי, אדער קאמפאני, [אפילו אויב האט ער חברים קען עס נאך אלס זיין] , און ס'קען זיין אז דער שיעור וועט אנהאלטן לאנג, און דאן איז גוט צו לערנען מיט אים עפעס לומדיש און שיין ווי מנחת חינוך וואס וועט אים געבן א געשמאק

[אבער נאר אויב ער האט טאקע א גוטע קאפ –אסאך מאל ביי די מיני בחורים זענען זייערע גוטע קעפ נאר לפי ערך פון אנדערע בני גילם אבער באמת זענען זייערע קעפ בכלל נישט די בעסטע..
- און אויך איז ביי פיל פון זיי -אפילו אמת'ע גוטע קעפ- פאראן אן אומגעדולדיגקייט -בדוגמת עי די עיטש די. וואס –טיילווייז- צוליב דעם, זענען זיי אנגעקומען צו דעם איצטיגן מצב. און אפילו אויב נישט, זענען זיי אבער אזוי צושטורעמט פון כסדר'דיגע איטערנעט קשרים און טעקנאלאדזשי עדיקשאן, אז זייער מוח האט זייער ווייניג געדולד פאר קאנצערטראציע]

אויב איר זענט נישט זיכער אז דאס איז פאר אים, איז –לפי מיין עקספיריענס- די בעסטע זאך, צו לערנען הלכות פסוקות, בדוגמת קיצור שלחן ערוך.
אויב איז ער אומבאקוועם מיט לערנען הלכות וואס ער היט נישט אפ, דאן לערן מיט אים הלכות וואס זענען אים נישט קיין נסיון ווי למשל הלכות משא ומתן – רבית- צדקה – מעשר כספים-מזוזה וכדו'

הצלחה מרובה ושכרך הרבה מאוד [כמה בחורים וואס איך קען וואס זענען ארויס פון שאול תחתית נאר דורך דעם וואס איך האב מיט זיי געמאכט אזא שיעור]
בנוגע אויב ער הייבט אן צו פרעגן/ רעדן מער שאלות בנוגע זיין אידישקייט קען מען מאריך זיין אם תרצה, ועוד חזון

איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
באשעפעניש
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 5:18 am

Re: דרינגענד!!!! - וואס צו לערנען מיט א או.טי.די

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשעפעניש »

איך ווייס נישט
אוועטאר
משה חי
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 22, 2015 3:45 pm

Re: דרינגענד!!!! - וואס צו לערנען מיט א או.טי.די

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה חי »

איך האב מיך באקענט מיט א בחור אין וויליאסבורג, וואס האט מיר פארציילט אז ער איז אריבער שווערע צייטן - און אין יענע צייט האט ער פארלוירן (!) זיינע תפילין און יעצט איז שוין (...) יאר וואס ער האט לייגט שוין נישט ר"ל!
איך האב עהם געגעבן מיינע רש"י תפילין צו לייגן היינט, אבער איך וויל עהם שאפן נייע תפילין עמערשזענסי (ער וויל אויך).
העלף!
(מיין אישי איז אפען)
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: דרינגענד!!!! - וואס צו לערנען מיט א או.טי.די

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

איך קען נאך אריינרעדן דא אדער איך קום ווי א שירעם נאך א רעגן?

לערנען אמונה מיט אזעלכע חברה האט נישט קיין שום פשט, ממה נפשך, אויב איז ער אפגעפארן וועגן אמונה שוועריקייטן דאן קען ער דאך שוין די אלע זאכן און מיט דעם אלעם איז ער נישט איבערצייגט, מ'וועט זיך נאך אנפאנגען טענה'ן און דו וועסט לכאורה פארלירן. אויב אבער איז ער סתם א מומר לתיאבון צו להכעיס מיינט דאס אז ס'גייט איהם נישט אן צו אידישקייט איז אמת צו נישט, איז פארוואס סתם פארדרייען א קאפ?

לערנען הלכות פסוקות האט אויך נישט קיין פשט, איהם גייט דאך נישט אן וועלכע נעגל דער רמ"א זאגט אז מ'דארף ערשט אפשניידן, ס'קען איהם נאך רח"ל אויסקוקן ווי א לצנות און דו וועסט נאך מער קאליע מאכן ווי אויפטון.

וואס זאל מען יא טוהן? גוט אפלערנען א לומדיש שטיקל גמרא, א לומדיש שטיקל חסידות, אויב האט ער א גוט קעפל קען מען דורכטון א שטיקל רבי חיים, צו די זאכן פארשטייט יעדער.
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: דרינגענד!!!! - וואס צו לערנען מיט א או.טי.די

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

חלב ישראל האט געשריבן: איך קען נאך אריינרעדן דא אדער איך קום ווי א שירעם נאך א רעגן?

לערנען אמונה מיט אזעלכע חברה האט נישט קיין שום פשט, ממה נפשך, אויב איז ער אפגעפארן וועגן אמונה שוועריקייטן דאן קען ער דאך שוין די אלע זאכן און מיט דעם אלעם איז ער נישט איבערצייגט, מ'וועט זיך נאך אנפאנגען טענה'ן און דו וועסט לכאורה פארלירן. אויב אבער איז ער סתם א מומר לתיאבון צו להכעיס מיינט דאס אז ס'גייט איהם נישט אן צו אידישקייט איז אמת צו נישט, איז פארוואס סתם פארדרייען א קאפ?

לערנען הלכות פסוקות האט אויך נישט קיין פשט, איהם גייט דאך נישט אן וועלכע נעגל דער רמ"א זאגט אז מ'דארף ערשט אפשניידן, ס'קען איהם נאך רח"ל אויסקוקן ווי א לצנות און דו וועסט נאך מער קאליע מאכן ווי אויפטון.

וואס זאל מען יא טוהן? גוט אפלערנען א לומדיש שטיקל גמרא, א לומדיש שטיקל חסידות, אויב האט ער א גוט קעפל קען מען דורכטון א שטיקל רבי חיים, צו די זאכן פארשטייט יעדער.

בנוגע אמונה זענט איר גערעכט
אבער בנוגע הלכות פסוקות מאכט איר א טעות
איך רעד נישט פון סברא נאר פון עקספיריענס

עי' מיין תגובה למעלה viewtopic.php?p=2262496#p2262496

אגב אויך בנוגע אמונה איז פאראן ווען מ'דארף רעדן צו זיי, און אדרעסירן זיינע קושיות,
בפרט אויב איז ער מודה אז ער איז א מאמין, נאר ער האט זיך פארפלאנטערט מיט קושיות וואס א פראבלעמאטישער מענטש האט אים געפרעגט בהמשך השנים
בכל אופן איז אבער וויכטיג אז דער וואס איז זיך מטפל מיט אים זאל זייןאיינער וואס פארשטייט צו "פערסועידן" [איבערצייגן] א מיינונג פון א מענטש [פאדערט אן אריכות פאר זיך], ווייל אויב נישט, קען מען נישט אנהויבן, און אוודאי נישט גיין ווייטער

בנוגע לומדות, עי' מיין אויבערשטע תגובה אין די קליינע אותיות
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: דרינגענד!!!! - וואס צו לערנען מיט א או.טי.די

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן: בנוגע לומדות, עי' מיין אויבערשטע תגובה אין די קליינע אותיות

איך מיין אז ס'איז אייביג דא עפעס וואס מ'קען, לפי ערך פונעם מענטש, אנרופן בשם "לומדות", עפעס וואס איז intuitive און ער קען פארשטיין וואס מ'וויל דערמיט, וואו ס'קומט און וואו ס'גייט און וואס איז די תכלית דערפון, עפעס וואס מ'וואלט געקענט זאגן אפילו ס'וואלט ווען נישט געשטאנען. ס'דא גרינגע חסידישע ספרים וואס זאגן זייער אריגינעלע און טיפע געדאנקען וואס יעדער קען פארשטיין לפי ערכו, אדער סתם השקפה ספרים וואס רעדן זאכן וואס זענען נישט דירעקט נוגע צו שמירת המצוות. וואס זאגט איר צו אזא מהלך?

איך האב נישט אזויפיל עקספיריענס וועל איך מיך נישט דינגען מיט דיר לגבי לערנען הלכה, אבער אז מ'לערנט אפאר הלכות וואס האבן א שייכות איינס מיט'ן אנדערן און מ'פארשטייט די קאנעקשן צווישן זיי און פארוואס די פאל איז אנדערש פון דעם פאל (הגם ס'דארף נישט אויסגעשמועסט ווערן נאר מ'פארשטייט עס intuitively), דארט קען איך יא פארשטיין פארוואס מ'זאל דאס לערנען.
התגלות
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 24, 2020 12:57 pm

Re: דרינגענד!!!! - וואס צו לערנען מיט א או.טי.די

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התגלות »

לויט מיין עקספיריענס.... [נישט וואס איך אליין האב אמאל געמיינט]
ווען אזא נשמה וויל מאכן א שיעור, מיינט ער מער דער חברותא ווי לערנען .
רעדן אין אויסהערן איז דער עיקר, צולערנען אפאר שירות גמרא, נאר אז ס'זאל האבן א רוחניות'דיגע טעם.

ס'איז דא אסאך דרגות אין א. ט. ד. [ווי די ריפסט עס... רוב אמאל איז עס נישט]
איך רעד פון די וואס זענען שוין געווען די ווייטסטע,

אדרבא איוב איינער האט געהאט אן אנדער עקספיריענס, וואלט איך געוואלט ער זאל מיטיילן
הנה ימים באים נאום ה'..... ויקיים בי מקרא שכתוב .... ונגלה כבוד השם..... אה..לעכטיג...
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: דרינגענד!!!! - וואס צו לערנען מיט א או.טי.די

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

למעשה וואס איז געווארען מיט דעם בחור?
אז יענער קען קענסטו אויך
התגלות
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 24, 2020 12:57 pm

Re: דרינגענד!!!! - וואס צו לערנען מיט א או.טי.די

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התגלות »

מענין לענין שלא באותו ענין......
קען איך א בחור, וואס איז שוין אויפן וועג צוריק, און ער וויל שוין א שידוך וואס איז א שומר שבת וכו'
אויב ווייסט איינער פון אינפארמאציה, פון א ענליכע פאל, אין די עזרת נשים. (אישי)

ולמצוה גדולה יחשב
הנה ימים באים נאום ה'..... ויקיים בי מקרא שכתוב .... ונגלה כבוד השם..... אה..לעכטיג...
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: דרינגענד!!!! - וואס צו לערנען מיט א או.טי.די

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

ליידער זייער ווייניג מיידלעך קומען צוריק אין פארגלייך צו בחורים
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: דרינגענד!!!! - וואס צו לערנען מיט א או.טי.די

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

וואס איז טאקע פשט?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: דרינגענד!!!! - וואס צו לערנען מיט א או.טי.די

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אפשר ווייל מער בחורים פאלן? בחורים פאלן גרינגער און שנעלער ארויס פונעם סיסטעם, וכפולטו כך בולעו.
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”