הישמע כזאת? שפיכות דמים ממש!! ראטעװעט דורות!!

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אקעי, יעצט קומט מען צו צו וואס יהיה כן זאגט.

ביסטו גרייט צו קעיר נעמען פון שוואכע בחורים אין די קהילה ישיבה? איז דא א צווייטער וואס איז גרייט? (קוים איז דא א צווייטער וואס וויל בכלל זיין משגיח, לויט וואס איך האלט מיט ביי איין אזא ישיבה.)

ווידער געלט...צאלסטו דיין פעיר שעיר שכר לימוד אז זאלסט קענען זאגן אז דו פאנדסט עס? ווייסטו וויפיל מער עס קאסט ווען מען דארף מער סטעף פאר שוואכערע בחורים, ביסטו גרייט עס צו צולייגן צו דיין שכר לימוד ביל?
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יעצט וועליך צילייגן נאך צוויי צענט, און אלע שרייער'ס זאלן מוחל זיין ליינען וואס איך שרייב דא:
איך האב לעצטנס מיטגעהאלטן פון דער נאנט [ווער ס'קען מיך ווייסט פון וואס איך רעד]..., דאס עפענונג פון א ישיבה וואס האט זיך לעצטנס געעפנט פאר בחורים וואס פיטן נישט אריין אין סטענדערד ישיבה [ואכמ"ל]... בקיצור, וואס איך האב מיטגעהאלטן מידי שבוע בשבוע, דער פיאנער פון די ישיבה האט געהאמערט און געליארעמט, געשאלטן און געזידלט, ביז ער האט ענדליך טאקע אנערקענט אז כהיום זענען שוין ליידער אויסגעשטארבן אלע צדיקים...., קיינער האלט שויניש נישט ביים ארבעטן לשם מצוה...., האט ער טאקע זיך אליינס ארויף געשארצט די ארבל, און געשוויצט, פארארבעט מעשים, געשאפן געלט, ביז די ישיבה איז צישטאנד געקומען, און די ישיבה וואקסט און בליהט פון זמן צו זמן ב"ה...
יעצט, לענינינו, די אלע וועלכע האלטן אז מען האט זיי בא'עוול'ט, אדער האלטן אז מען בא'עוול'ט בחורים, זאלן מוחל זיין, אנשטאט שרייען און פארפירן ס'ארא רשעים די מנהלים זענען, זאלן זיי ענדערש מוחל זיין און אליינס עפענען ישיבות!!!........, און איך וואונטש זיי אלע גרויס הצלחה....
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

קנאפער ידען האט געשריבן: אקעי, יעצט קומט מען צו צו וואס יהיה כן זאגט.

ביסטו גרייט צו קעיר נעמען פון שוואכע בחורים אין די קהילה ישיבה? איז דא א צווייטער וואס איז גרייט? (קוים איז דא א צווייטער וואס וויל בכלל זיין משגיח, לויט וואס איך האלט מיט ביי איין אזא ישיבה.)

ווידער געלט...צאלסטו דיין פעיר שעיר שכר לימוד אז זאלסט קענען זאגן אז דו פאנדסט עס? ווייסטו וויפיל מער עס קאסט ווען מען דארף מער סטעף פאר שוואכערע בחורים, ביסטו גרייט עס צו צולייגן צו דיין שכר לימוד ביל?

אקעי ב''ה אונז קומען שוין נענטער.

איך האב א שטיקל פראבלעם אז אויב גיי איך שרייבן קלאר מיין פוינט גייט עס ווערן געמעקט... איך וועל פראבירן צו שרייבן איידל און אביסל ברמיזה. איך האף עס וועט נישט געמעקט ווערן.

די גרויסע קהילות וואס אונז רעדן בפרט איינע פון דיע וואס די נושא איז בעיקר געצילט אהין, צייכענט זיך אויס אין חסד און עסקנות, דאס הייסט ביי א ווארעם הארץ און סיי די טבע פון שאפן ריזיגע סכומים און אויפקומען מיט איידיעס, און יעדער האט דאס מיטגעהאלטן די לעצטע 2-3 יאר ואכהמ''ל

יעצט כו''ע מודה אז מיט אביסל מחשבה און אסאך געלד קען מען טרעפען די ריכטיגע קאנדידאטן און סעלושען וויאזוי מסדר צו זיין די פראבלעם.
פאר א וועיטש פון 100 טויזענט צו אפילו 200 טויזענט וועט די פאסיגע קאנדידאט אננעמען דאס צו טון.

יעצט פארלאנגען פון די ארימע אויסגעהאראוועטע עלטערן א העכערונג אין שכר לימוד קומט נישט אין באטראכט, פאר די פשוטע סיבה אז ער האט נישט פאר די מאגערע געהאלט אויך נישט.

ממילא אנשטאט קעיר צו נעמען פון די וועלט און שאפן מיליונען אהין, קען מען קודם מסדר זיין די אייגענע קהילה.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

איין הערה קטנה'לע וויל איך דא צי געבן
קיין איינע פון די קריטיקירער האבן קיינמאל נישט געווען אין א ישיבה און זיי פארשטייען בכלל נישט וואס דאס מיינט א צעווילדיטער בחור מיט א ריזיגע שערל (קראבאר בלע"ז)
ער פארשטייט בכלל נישט וואס מען רעדט צי איהם איין זאך ווייסט ער ווי אזוי צי צעלייגען די הנהלה און אויסלערנען די אנדערע ווי אזוי מען פייפט...

עטס וועטס קיינמאל נישט פארשטיין וואס די מנהלים גייען דורך טעגליך, פראבירט צוריק צי טראכטן צי איר קענט זיך יא אן עצה געבן מיט אייער טינעידזשיר...

דיסקלעימיר: איך בארעכטיג נישט ח"ו קיינע עוולות מצד די מענטשען אויפן קאנטראל עס איז נאר כדאי זיך אריין צי לייגען אין יענעמס שיך אביסל.. די סיסטעם איז נישט משוגע
לעב און לאך א גוטס
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

Amazing האט געשריבן: אקעי ב''ה אונז קומען שוין נענטער.

איך האב מורא דו כאפסט נישט ווי גוט דו ברענגסט ארויס דער צד אנקעגן דיר...:roll:

דו ווייסט אויך אז מען קען נישט פארלאנגען (מען קען עכט יא...אבער דאס פאר א צווייטער מאל...) פון די עלטערן א טראפ מער! סאו ווער דארף עס יא צאלן? אה, יענער שנארער און עסקן זאל צאמשטעלן פונקט ווי ער שטעלט צאם פאר עפעס אנדערש... א ביטער געלעכטער... פאר אסאך סיבות. קודם כל ווייל יעדער נדבן און עסקן מעג מחליט זיין פאר וואס ער וויל ארבעטן און אריינלייגן כוחות. און אויב דו ווילסט קענסטו אויך זיך אריינלייגן און טרייען צו טרעפן די צוויי מאות K פאר דער וואס זאל פירן דיין ישיבה (און די מיליאנען וואס קאסט די סעלערי פון אלע איבריגע סטעף וואס מען דארף ווען אויב נעמט מען אן יעדע צווייטע בחור וואס דו ווילסט מען זאל....), נאר דו ווילסט יענער זאל. אבער יענער וויל דאך נישט... סאו דער רבי איז א גרעסערע ליצנות ווען ער שטעלט צאם פאר כך וכך ווי דו וואס דו שטעלסט בכלל נישט צאם?!

דאס איז דער כח פון סעלף ענטייטעלמענט. ווי מען קען הערן פון אסאך אז אפילו די שכר לימוד וואס מען בעט שוין יא זאל דער רבי און הנהלה שנארן דערפאר אנשטאטס העכערן סיי וואס... און דאן קומט מען זאגן אז זיי זאלן צאלן מאסיווע סומעס פאר די סטעף צו קענען נעמען סיי וועלכע בחור.

ביסייד די פוינט אז קומענדיג טאקע פון די סארט ישיבות ווייסעך אויך וויפיל בחורים זענען ליידער קאליע געווארן (אפפארן פונדרויסן ווי די געווארפענע וויקטימס טוען איז נישט דייקא מער אדער ווייניגער קאליע!) פון בחורים וואס מען האט זיי נישט געקענט אפזאגן ווייל כאטש מען האט געוואוסט אז זיי זענען נישט געמאכט פאר דער ישיבה און וועלן ליידיג גיין און נאך ערעגער האט מען זיי געמוזט אננעמען. מאי חזית דדמי פון די בחורים וואס בלייבן פאטענטשעלי אינדרויסן פון ישיבה אויב דו נעמסט זיי נישט אן (ווייל זיי ווילן נישט גיין צו שוואכערע, איך רעד עכט שוואכערע, יואלי ראטה האט מיינעך נישט אפגעזאגט קיין בחורים נאך...דזשאסט פאר אן עקסטרעמע דוגמא) ווי די אלע בחורים וואס ווערן פאטענטשעלי אריינגעשטעלט אין א סכנה?!! און קום מיר ביטע נישט זאגן אז פאר צוויי הונדערט אלפים באקומסטו א בעל רוח הקודש וואס וועט קענען פארזיכערן אז דער בארדערליין עכט שוואכע בחור (וואס מען האט נאכנישט קיין מעשיות דערווייל צו פארציילן אויף אים ווייל מען האט אים נישט געכאפט...) וועט קיינעם נישט קאליע לייגן.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

יהיה כן האט געשריבן: ספעסיפישע מעשיות, דארף יעדע מעשה פאר זיך א אפהאנדלונג בפני עצמו,
קיין איין באזונדערע מעשה איז נישט קיין בנין אב אדער א גזירה שווה פאר אלעם וואס טיצעך אפ אין ישיבות בכלל
וואס איך האב געשריבן איז אין דזשענעראל, צו איז טאקע א מנהל מער מחויב זיך צירייסן פאר בחורים יוצאי דופן, ווי סיי וועלכער צווייטער יוד אין ביהמ"ד?, אויף דעם האב איך געשריבן וואס כ'האב געשריבן
סי'איבריגע איז בכלל נישט רעלעוואנט

איך האב דוקא נישט געוואלט דערמאנען נעמען ווייל ליידער אלע שיכטין אין קרייזען האבען דער פראבלעם ליידער אז בוחרים זענען אויף דער גאס אין עס גייט זיי נישט אן , ווייל ליידער אלעס איז היינט צי יענעם בחור טאטע האט געלט צי נישט, ( אבער אז מען קען ראטעווען דורות דאס לאזט ייעדער פאר א צווייטער,ה׳ ישמרנו ) אבער דוקא דער ישיבה וואס די האסט דערמאנט איז ווייסט וואס דער מייסד פין דער מוסד האט געהאלטען וו ווייסט די !!!! אין דער עניין
פליצלינג פארגעסט דער מנהל אדער א צווייטע אנגעשטעלטע פין רבינו זכרונם לברכה,( ייעדער האט דער פראבלעם ) די ריפט זיך אויף זיין נאמען אין די טיסט שלא כרצונו! ביסט א גזלן!!!! א מוסד וואס איז א קהילה אוז מחייב על פי תורה זיך זארגען פאר זיין קהילה ווייל היינט איז נישט דא בני עיר , אלעס איז קהילת,
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9232
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

נעגאטיוו געקוקט קומט מען מיט טענות אויף די מנהל, פאזיטיוו געקוקט רייסט דאס הארץ צו זעהן ווי הערליכע לעכטיגע יודישע נשמהלעך פאלען אוועק ווייל מען קוקט זיך נישט אום אויף זיי.

און צו קוקען מיט א פאזיטיווע בליק מיז מען נישט זיין קיין עסקן און מארגען עפענען א ישיבה וועגן דעם, דער נענטסטער מענטש צו ראטעווען די נשמות איז דער מנהל און אויטאמאטיש קומט זייערע נעמען ארויף די ערשטע אויף די ליסטע.

עס האט זיך אויסגעשטעלט אז איין מנהל טיילט אויס צרות צרורות בין הזמנים פאר זיינע בחורים און פאר זייערע עלטערן און א סך אידען ליידען דערפון, צו ער איז גערעכט צו נישט איז נישט די מדובר אבער איך שטעל זיך פאר אז עס גייט אים נישט אן ווייל ווען יא וואלט ער עס דאך נישט געטוהן.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

שעמעדיגער האט געשריבן: איין הערה קטנה'לע וויל איך דא צי געבן
קיין איינע פון די קריטיקירער האבן קיינמאל נישט געווען אין א ישיבה און זיי פארשטייען בכלל נישט וואס דאס מיינט א צעווילדיטער בחור מיט א ריזיגע שערל (קראבאר בלע"ז)
ער פארשטייט בכלל נישט וואס מען רעדט צי איהם איין זאך ווייסט ער ווי אזוי צי צעלייגען די הנהלה און אויסלערנען די אנדערע ווי אזוי מען פייפט...

עטס וועטס קיינמאל נישט פארשטיין וואס די מנהלים גייען דורך טעגליך, פראבירט צוריק צי טראכטן צי איר קענט זיך יא אן עצה געבן מיט אייער טינעידזשיר...

דיסקלעימיר: איך בארעכטיג נישט ח"ו קיינע עוולות מצד די מענטשען אויפן קאנטראל עס איז נאר כדאי זיך אריין צי לייגען אין יענעמס שיך אביסל.. די סיסטעם איז נישט משוגע

אמת גערעכט ,אבער וואס זאגסט די צי דער טענה וואס ״מי כעמך ישראל ״אז דער בחור׳ס טאטע איז א גביר אפויער א לץ , ער האט א זכייה צי בלייבען אין ישיבה ווייל מען קען נישט וויסען ער קען נאך ווערען א ראש ישיבה א דיין, אבער אויב דער בחור׳ס טאטע איז א כולל ינגערמאן אדער א מלמד ווייל ער האט געוואלט בלייבען מיט תורה׳דיגע פרנסה זיין קינד האט נישט דער זכייה מי כעמך ישראל

דער סיסטעם איז טאקע נישט משיגע , כסף יענה את הכל
לעצט פארראכטן דורך פסיקתא אום דינסטאג אקטאבער 31, 2017 9:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

קנאפער קענסט די איד וואס לויפט ארום טון חסד פאר די גאנצע שטאט, און זיין שטוב לאזט ער זיי זאלן זיך אליינס אן עצה גיבן...

א רבי איז ווי א טאטע פאר זיין קהילה, און ווען עס איז דא א פראבלעם וואס באטרעפט א שיינע פראצענט פון די קהילה מעג ער זיך אביסל א אומקוקן אויף זיינע שעפעלעך
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

Amazing האט געשריבן: קנאפער קענסט די איד וואס לויפט ארום טון חסד פאר די גאנצע שטאט, און זיין שטוב לאזט ער זיי זאלן זיך אליינס אן עצה גיבן...

א רבי איז ווי א טאטע פאר זיין קהילה, און ווען עס איז דא א פראבלעם וואס באטרעפט א שיינע פראצענט פון די קהילה מעג ער זיך אביסל א אומקוקן אויף זיינע שעפעלעך

אוודאי מעג ער, און ער טוט אוודאי אסאך פארן קהילה אויך (שמענו עטליכע פראיעקטן וואס ער שנארט פאר און שטופט אנדערע). אבער פון דארט ביז דו זאלסט אים זאגן פונקטליך וואס ער מוז טון איז פאלג מיר א גאנג. און עס איז גארנישט אזוי גרינג זיך צו געבן אזא קוק אום, עס איז שווערע הארעוואניע - אויב בכלל מעגליך - זיך צו אריינלייגן אין אזא זאך צו פאנדן און שטופן א ישיבה וואס קען זיך ספראווען מיט האלבע יוצאי דופן'ס.

האו עבאוט אז ער קוקט זיך אום און פרובירט אז זיי ישיבה זאל בלייבן די ערליכסטע און בעסטע וואס שייך? האו אבאוט אז ער ווייסט יא אז האלב פון די בחורים וואס מען האט נישט אנגענומען איז יא געווען עכטע שלעכטע זאכן אויף זיי וואס מען פארשפרייט כמובן נישט סתם גאסיפ פאר יעדן אויפן גאס?
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

פסיקתא האט געשריבן:
שעמעדיגער האט געשריבן: איין הערה קטנה'לע וויל איך דא צי געבן
קיין איינע פון די קריטיקירער האבן קיינמאל נישט געווען אין א ישיבה און זיי פארשטייען בכלל נישט וואס דאס מיינט א צעווילדיטער בחור מיט א ריזיגע שערל (קראבאר בלע"ז)
ער פארשטייט בכלל נישט וואס מען רעדט צי איהם איין זאך ווייסט ער ווי אזוי צי צעלייגען די הנהלה און אויסלערנען די אנדערע ווי אזוי מען פייפט...

עטס וועטס קיינמאל נישט פארשטיין וואס די מנהלים גייען דורך טעגליך, פראבירט צוריק צי טראכטן צי איר קענט זיך יא אן עצה געבן מיט אייער טינעידזשיר...

דיסקלעימיר: איך בארעכטיג נישט ח"ו קיינע עוולות מצד די מענטשען אויפן קאנטראל עס איז נאר כדאי זיך אריין צי לייגען אין יענעמס שיך אביסל.. די סיסטעם איז נישט משוגע

אמת גערעכט ,אבער וואס זאגסט די צי דער טענה וואס ״מי כעמך ישראל ״אז דער בחור׳ס טאטע איז א גביר אפויער א לץ , ער האט א זכייה צי בלייבען אין ישיבה ווייל מען קען נישט וויסען ער קען נאך ווערען א ראש ישיבה א דיין, אבער אויב דער בחור׳ס טאטע איז א כולל ינגערמאן אדער א מלמד ווייל ער האט געוואלט בלייבען מיט תורה׳דיגע פרנסה זיין קינד האט נישט דער זכייה מי כעמך ישראל

דער סיסטעם איז טאקע נישט משיגע , כסף יענה את הכל

איין זאך קען איך דיר זאגן בפה מלא: רוב מאל איז עס נישט ווי די לייגסט עס אראפ!
לעב און לאך א גוטס
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

ס'באקאנט די מעשה, וואס איינער פון די דיינים פון א קהלה האט אנגערופן דעם מנהל, היתכן ער נעמט נישט צוריק א געוויסן בחור, ס'דאך אן עבירה אים צו לאזן אין גאס וכו' וכו', דמו ודם זרעיותיו וכו', דער מנהל האט געענטפערט פאר דעם דיין קורץ אין שארף, איך האב נישט קיין פלאץ אין ביהמ"ד פאר דעם בחור, נאר איין ליידיגע פלאץ איז געבליבן נעבן הב' ..... (דעם דיין'ס זוהן), און דער דיין איז תיכף אויפגעשפרינגען "ניין, נישט נעבן מיין בחור"!! נו נו, זאגט דער מנהל, אנדערע טאטעס זאגן אויכעט נישט נעבן מיין בחור...
והדברים עתיקין.
ווען דער מנהל נעמט אריין א "מה-יעשה'ניק" אין ישיבה, דארף ער נעמען אין חשבון וויפיהל בחורים דער יעניגער וועט קאליע מאכן, אויף וואס ער איז נישט בארעכטיגט, ער איז נאך פונקט אזוי מחוייב צו היטן די אנדערע בחורים ווי ער איז מחוייב כלפי דעם "אומשולדיגן בחור" וועם קיינער (אינקולדעד די עלטערן) קענען מיט אים זיך נישט ספראווען.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינהזאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
זעירא דמן חבריא
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא דמן חבריא »

דאס ווארט "שוואכע בחור" איז זייער אן אלגעמיינער טיטול, מיט פארשידענע "דעפענישענ'ס".
אנגעהויבן פון א בחור וואס איז אביסל שוואך אין די לימודים, און גייענדיג ביז א בחור וואס איז שוואך אין אידישקייט. אינדערצווישן איז פארהאן זייער אסאך סארטן, געוויסע וואס האבן א שוואכקייט פון פאלגן און זיך צושטעלן צו די משמעת און סדרי הישיבה, שוואכקייטן אין זמנים, זיץ-פלייש, שיעור עיון, וכו' וכו'.
מ'רעדט נישט פון א בחור א "מה יעשה'ניק" וואס קען אנזייען א חורבן אדער הזנחה אין ישיבה, דאן איז אויך דיני נפשות, אבער עס פאדערט זיך שוין מער אן אחריות פאר די פארבליבענע בחורים, ליידער איז אבער היינט א מצב וואו מען וארפט זיך מיט אומשולדיגע וואוילע בחורים וואס פלאגן זיך אין געוויסע הינזיכטן, און מען דארף זיי געבן א מסגרת און העלפן איבערקומעכן זייערע שוועריגקייטן, צו מיט הילף פון אינעווייניג, דורך א צוגעפאסטע סדר לפי ערכו ומהותו, אדער סתם א קלאפ אויף די פליצע, א גוט ווארט. אדער מיט דרויסנדע הילף פון א מחנך אדער יונגערמאן וואס זאל עם העלפן מיט זיינע ספעציפישע ענינים, אבער יעדער איז בארעכטיגט צו פארבלייבן אין ישיבה, און נאר אזוי זענען אויסגעשטיגן ערליכע אידן, נישט פון קיין "בלויז" מצויינים'דיגע ישיבות, נאר פון א געמישעכטץ פון אלע ערליי בחורים, אידישע נשמות זענען נישט קיין באקטעריע רח"ל וואס מ'טאר נישט זיצן נעבן זיי ווייל מען קען ווערן אינפעקטעד, ווי פריער דערמאנט אז אזעלכע וואס קענען משפיע יין לרעה פארלאנגט זיך אן אנדערע דיון בכובד ראש ס'זאל אויפטוהן און נישט אפטוהן חלילה.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

פסיקתא האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן: ספעסיפישע מעשיות, דארף יעדע מעשה פאר זיך א אפהאנדלונג בפני עצמו,
קיין איין באזונדערע מעשה איז נישט קיין בנין אב אדער א גזירה שווה פאר אלעם וואס טיצעך אפ אין ישיבות בכלל
וואס איך האב געשריבן איז אין דזשענעראל, צו איז טאקע א מנהל מער מחויב זיך צירייסן פאר בחורים יוצאי דופן, ווי סיי וועלכער צווייטער יוד אין ביהמ"ד?, אויף דעם האב איך געשריבן וואס כ'האב געשריבן
סי'איבריגע איז בכלל נישט רעלעוואנט

איך האב דוקא נישט געוואלט דערמאנען נעמען ווייל ליידער אלע שיכטין אין קרייזען האבען דער פראבלעם ליידער אז בוחרים זענען אויף דער גאס אין עס גייט זיי נישט אן , ווייל ליידער אלעס איז היינט צי יענעם בחור טאטע האט געלט צי נישט, ( אבער אז מען קען ראטעווען דורות דאס לאזט ייעדער פאר א צווייטער,ה׳ ישמרנו ) אבער דוקא דער ישיבה וואס די האסט דערמאנט איז ווייסט וואס דער מייסד פין דער מוסד האט געהאלטען וו ווייסט די !!!! אין דער עניין
פליצלינג פארגעסט דער מנהל אדער א צווייטע אנגעשטעלטע פין רבינו זכרונם לברכה,( ייעדער האט דער פראבלעם ) די ריפט זיך אויף זיין נאמען אין די טיסט שלא כרצונו! ביסט א גזלן!!!! א מוסד וואס איז א קהילה אוז מחייב על פי תורה זיך זארגען פאר זיין קהילה ווייל היינט איז נישט דא בני עיר , אלעס איז קהילת,

ווען האסטו לעצטנס באזוכט אין די 'מוסדות'....?????
שוין לאאאאאאאאאאנג נישט אפיליעטעד מיטן רבי'ן זכרונו לברכה...., [פונקט אזוי ווי רוב סאטמארע אידן היינט זענען שוין העט ווייט ווייט פארקראכן.. ... ....]
כ'קען דיר אנווייזן אויף א לאאאאנגע ליסט אן א שיעור פרטים ופרטי פרטים, וואס איז בכלל נישט אין איינקלאנג מיטן רצון פונם מייסד המוסד......
סאו איז די קשיא, מה נעשה לנער היולד? וואס זאל מען יעצט טוהן????
דער תירוץ איז: טוה אליינס!!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ווען מ'רעדט פון ספעציפישע מעשיות, יש צדדים לכאן ולכאן

אבער ווען מ'דערזעהט זיך בדורינו דור שפל זה מיט א פראבלעם כללי, אין אלע ישיבות צוגלייך, ווי ס'וואקסט פראבלעמען

דארף מען סטאפן צו ווארפן בחורים, און אלע אנדערע טאקטיקן וואס העלפט א רעטעך

נאר מ'דארף אנהייבן אריין לייגן אין די בחורים סיפוק הנפש, אידישע כשר'ע אינטערהאלטונג'ס, זיי זאלן ליב האבן צו זיין אין ישיבה, פארשטייט זיך די מצוינים דארפן קענען לערנען ביי די גוטע מגידי שיעורים טיפע שיעורים, די בינונים ביי די שיעור בקיאות, און די צרה'לייט זאלן ווערן הויז-בחורים, מצב מאכער'ס, מערכות פיערע'ס א.ד.ג. (א מהלך וואס מ'האט שוין אנגעפאנגען אין כמה ישיבות פאר'ן קריג, און וואס א יאר שפעטער פעלט זיך דאס אסאך מער אויס, און נאר די עצה קען ארבייטן).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שמו האט געשריבן: ווען מ'רעדט פון ספעציפישע מעשיות, יש צדדים לכאן ולכאן

אבער ווען מ'דערזעהט זיך בדורינו דור שפל זה מיט א פראבלעם כללי, אין אלע ישיבות צוגלייך, ווי ס'וואקסט פראבלעמען

דארף מען סטאפן צו ווארפן בחורים, און אלע אנדערע טאקטיקן וואס העלפט א רעטעך

נאר מ'דארף אנהייבן אריין לייגן אין די בחורים סיפוק הנפש, אידישע כשר'ע אינטערהאלטונג'ס, זיי זאלן ליב האבן צו זיין אין ישיבה, פארשטייט זיך די מצוינים דארפן קענען לערנען ביי די גוטע מגידי שיעורים טיפע שיעורים, די בינונים ביי די שיעור בקיאות, און די צרה'לייט זאלן ווערן הויז-בחורים, מצב מאכער'ס, מערכות פיערע'ס א.ד.ג. (א מהלך וואס מ'האט שוין אנגעפאנגען אין כמה ישיבות פאר'ן קריג, און וואס א יאר שפעטער פעלט זיך דאס אסאך מער אויס, און נאר די עצה קען ארבייטן).

פשיהא!! א גאונות פון אן עצה...
האלסט טאקע אז פאר די מחנכים און ראשי ישיבות [וועלכע זענען שוין אין די ליין קרוב צו פערציג יאר] איז נישט בייגעפאלן וואס דיר פאלט אלץ ביי???
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

יהיה כן האט געשריבן: פשיהא!! א גאונות פון אן עצה...
האלסט טאקע אז פאר די מחנכים און ראשי ישיבות [וועלכע זענען שוין אין די ליין קרוב צו פערציג יאר] איז נישט בייגעפאלן וואס דיר פאלט אלץ ביי???

כ'האב פאר די נייעס, איך האב שוין געארבייט א שיינע פאר יאר אין ישיבות, (און נאך היינט רעדט איך אסאך מיט ראשי ישיבות ומגי"ש)

און ס'דא וואס ווילן דייקא נישט טון די עצה (איך וואלט געשריבן נעמען, נאר...), און מאידך גיסא איז דא ישיבות וואס איז ב"ה געשטעלט אויף דעם

איך קען א שיינע פאר בחורים וואס האבן געלערנט אין איינע פון די באקאנטע ישיבות אין ארה"ב, וואס האט זייער א גוטע נאמען, און די בחורים האבן געהאלטן ביי גארנישט כפשוטו ממש, און געמאכט אסאך טראבל

איז דארט דא א געלונגענער משגיח אין ישיבה, און ב"ה ער האט זיי אלע געשטעלט אין פלאץ, און אין די פארגאנגענע פאר חדשים האבן רוב פון זיי חתונה געהאט און אויפגעשטעלט לעכטיגע אידישע שטובער, און גייען זיין בעז"ה חשוב'ע בעלי בתים, און איינער פון זיי איז אויפן וועג פון ווערן א כלי קודש.

און טאקע ביי די וואס זענען שוין פארציג יאר ביי די ארבייט, זיי זענען שוין אויסגעלאפן פון רעיונות, און דארפן פרישע כוחות זאל זיי זאגן ווי אזוי זיך צו סופראווען (כך גם העיד לי אחד מגדולי הרבנים שליט"א בארה"ב, מקובל בכל הקהילות).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

לשיטתך ולמהלך שלך [one size fits all], מיינעך מען זאלן אריינלייגן אין די ישיבה'ס קאך עסן, שטויב פון נערוון פילן אזוי אז 'אלע' בחורים בלי יוצא מן הכלל זאלן נשפע ווערן דערפון, [כדי אז די ציפיפענע בחורים וועלכע זענען אנגעוויזן דערינען זאלן למען השם אויך האבן א תכלית און נישט חלילה ארויס פאלן.....]
און אויך זאל יעדער בחור מוזן איינעמען א דאוז טיילענאל [כדי אז די בחורים וועלכע ליידן אויף קאפ ווייטאג זאלן קענען מיטהאלטן] פארן לערנען..
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7130
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

יהיה. אנטשולדיגט, אבער דו הייבסט שוין אן צו רעדן פאר היץ. דו קלעבסט שוין נישט דעם נמשל צום משל
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

ער זאגט זייער ריכטיג הרב יהיה!
ועל זה נאמר ווער ס'פארשטייט פארשטייט.... און ווער נישט ילך אצל בקי....
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

יהי' פיין געשאסן, אבער נישט צום זאך

ס'דא אזא זאך, אז ווען מ'זעהט אז דער סיסטעם ארבייט נישט, טוישט מען דעם סיסטעם,

אויב ס'פאלט ארויס אזוי פיל שטיקער, איז נישט די עצה, צו נעמען אלע פראבלעמען (וואס דערווייל רעד איך נישט פון שקצים, אדער גרעסערע פראבלעמאטישע, נאר פון סטאנדארט בחורים) און ארויס ווארפן, און מאכן א עקסטערע מקום פאר זיי, ווי זיי וועלן אלע צוגרינד גיין (והמציאות כבר הוכיח כך ליידער), נאר ענדערש טוישן דער סיסטעם, זאל שטימען מיט רוב בחורים, און קענען דערהייבן אלע נארמאלע שוועריקייטן וואס קומט מיט מיט פירן א ישיבה.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שמו האט געשריבן: יהי' פיין געשאסן, אבער נישט צום זאך

ס'דא אזא זאך, אז ווען מ'זעהט אז דער סיסטעם ארבייט נישט, טוישט מען דעם סיסטעם,

אויב ס'פאלט ארויס אזוי פיל שטיקער, איז נישט די עצה, צו נעמען אלע פראבלעמען (וואס דערווייל רעד איך נישט פון שקצים, אדער גרעסערע פראבלעמאטישע, נאר פון סטאנדארט בחורים) און ארויס ווארפן, און מאכן א עקסטערע מקום פאר זיי, ווי זיי וועלן אלע צוגרינד גיין (והמציאות כבר הוכיח כך ליידער), נאר ענדערש טוישן דער סיסטעם, זאל שטימען מיט רוב בחורים, און קענען דערהייבן אלע נארמאלע שוועריקייטן וואס קומט מיט מיט פירן א ישיבה.

כ'זעה אז די משל כאפשטו אבער נישט דעם נמשל...
עס איז היינט דא אסאך ישיבות פאר אזעלכע בחורים, די פראבלעמען הייבן זיך אן ווען די בחורים פאסט נישט אהין צו גיין, און רייסן זיך צו בלייבן אין א מסגרת וואו זיי באלאנגען נישט,
איז אנשטאט זיך אינטער ציגעבן, שרייט מען מנהל רשע אכזר וכו' וכו', מען דארף דעם סיסטעם טוישן...., די גאנצע וועלט איז זיי שולדיג נאר נישט זיי אליינס!,
דער מנהל מוז זיי אלעס צישטעלן, מען זאל קיפן ביזי, מאכן בחורים מערכות, פייער'ס, הויז בחורים, און וואס נאך???, אבער אלעס מוז זיין דווקא אין די 'קהילה'ס' ישיבה, ווייל גאנץ קהל איז זיי שולדיג!! און אך און וויי טאמער וועט מען זיי נישט צישטעלן, מען וועט איבערדרייען די ישיבה, עס באשטינקען אין אלע גאסן, מאכן א ריזיגע ויצעקו, היתכן דער רבי זכרונו לברכה האט נישט געהאלטן פון ווארפן בחורים!!.......
פאלט דיר נישט ביי, אנשטאט צו טוישן דעם 'סיסטעם', [וואס גייט שוין אזוי אן זייט משה רבינו בהר סיני, ביים רבינו תם און ביים חתם סופר'ס ישיבות און אויך ביים גאלאנטער רב, און ביי הרב דושינסקי אין באראנאוויטש און אין סענדז סטריט, אין קאמענץ סאלבאדקע און פאנעווידזש און מיר, און וואו נישט] זאל מען ענדערש דעם בחור טוישן מקום, דער בחור זאל זיך אויפהייבן און גיין בכל הכבוד צו א ישיבה אדער א מסגרת וואו ער באלאנגט, ושלום על ישראל!!
[און דאס איז חוץ המעשה וואס די עלטערן אליינס האלטן נישט ביים לייגן זייער תכשיט וואו ער באלאנגט, צי ווייל זיי ווייסן אליינס אז ס'וועט זיי קאסטן די הויזן, צו ווייל זיי ווילן פארט טוהן א וואוילן שידוך מיטן זונד'ל, עכ"פ מען פראבירט צו אביוזן דעם סיסטעם וויפיל ס'לאזט זיך, קודם זאל יענער זיין דער רשע מרושע.....]
איך האב שוין פריער געשריבן, אויב איר האלט אז מען דארף טוישן סיסטעם, ביזטו מכובד אליינס צו עפענען אזא ישיבה [וואס כ'האב שוין מיטגעהאלטן אזא ישיבה], און טוישן סיסטעם כפי ראות עיניך, אבער דעם ציבור'ס\קהל'ס ישיבה, האסטו נישט קיין רעכט צו טוישן.
כ'גלייב אז ס'פונקט אזוי פארקערט אויכעט, רוב בחורים מצוינים ווילן אז זייער ישיבה זאל זיין אן ערנסטער מקום, ווי מען הארעוועט אויף תורה הקדושה נישט א פלאץ צו האצקענען און בארדענען.
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 5:48 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

עס רעגט מיר גארנישט don't get me rong איך רעד פין בחורים וואס זענען געווען היימישער ״חסידים״ האט מען נישט גערווארפען אזוי ווי היינט אין מען האט אנגענימען ״כמעט ווער נישט״

אגב איך וויל נאר צילייגען אז אלע מוסדות האבען דער פראבלעמען ביישולדיגען נאר איינעם איז נישט יושר

אוודאי איינע וואס האט מען געווארפען פין א מוסד דארף אלעס טין מיט ייענער קהילה צי זעהן מען זאל צריק שטעלען אבער בכללות האט ייעדער דער פראבלעמען
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

הרב יהי
דו רעדסט פון א ספעציפישע ישיבה, פון א געוויסע קהלה קדושה אין אמעריקא

איך רעדט פון בכלליות, נישט פון דיע אדער יענע ישיבה, איך וואלט ווען געשריבן נעמען נאר ברבים טאר מען נישט, אבער די פראבלעמען איז דא אין פיל ישיבות וואס האבן גארנישט מיט קיין קהילות, און בחורים זענען דארט אנגעקומען ווייל זיי פאסטן דארט אריין, נאר ס'האט זיך עפעס געמאכט נישט פויגל'דיג, און מ'ווארפט זיך מיט אידישע נשמות
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שמו האט געשריבן: הרב יהי
דו רעדסט פון א ספעציפישע ישיבה, פון א געוויסע קהלה קדושה אין אמעריקא

איך רעדט פון בכלליות, נישט פון דיע אדער יענע ישיבה, איך וואלט ווען געשריבן נעמען נאר ברבים טאר מען נישט, אבער די פראבלעמען איז דא אין פיל ישיבות וואס האבן גארנישט מיט קיין קהילות, און בחורים זענען דארט אנגעקומען ווייל זיי פאסטן דארט אריין, נאר ס'האט זיך עפעס געמאכט נישט פויגל'דיג, און מ'ווארפט זיך מיט אידישע נשמות

מיט דעם גיב איך דיר רעכט, [בנידון אז דער בחור האט דארט געלערנט שוין פון זמנים פריער, און מאיזה סיבה לאזט מען אים פלוצים אויפן וואסער, דאס איז א עוולה נוראה, הונדערט פראצענט!]
[איך בין כמעט זיכער אז כ'ווייס גענוי פון וואס און וועמען דו רעדטס]

וואס איך האב געשריבן דא אין דעם אשכול איז בנוגע טענות צו א מנהל פון קהל'ס ישיבה, כנ"ל
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”