מעג מען מאכן שבת קודש די פיאות שבת מיט דזשעל?

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע:אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

דריידל האט געשריבן: מעג מען לייגן דיפידי דאא אויף די פיאות אום שבת?

איך דענק אז נישט.
די ריכטיגע ווארט איז רא קאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך רא פאט.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע:אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

ירושליימער ייד האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן: איז פארהאן אן ענין נישט צו ארבעטן ערב שבת נאך חצות?
אויב יא, וואו איז די ערשטע מקור?
הלכה? חומרא? מנהג? חסידות?

דער פמ"ג א"א תרכ"ה א' פסקנ'ט אזוי לגבי בניית סוכה [כאטש סי איז א דבר מצוה] וז"ל
בערב שבת אחר חצות י"ל דאסור, עיין סימן רנ"א [סעיף א בהגה] דרך קבע אסור, וצ"ע.

דער ביאור הלכה דארט בריינגט איהם, ועיין פסקי תשובות סימו רנא.

א דאנק פארן מראי מקום.
די ריכטיגע ווארט איז רא קאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך רא פאט.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9272
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

דיפידי דאא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איסר האטלקי האט געשריבן: לכאורה, אבער קעמען די פיאות איז אסור אפילו מיט די הענט, נאכדערצו בשעת'ן עס לייגן.

קרייזלן איז אויך א פראבלעם? און פארוואס?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע:אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

קעמען מיינט נישט דרייען די פיאות. קעמען איז א קרוב לודאי צו רייסן האר.
אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע:ירושלים עיה"ק תובב"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירושליימער ייד »

דריידל האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן: לכאורה, אבער קעמען די פיאות איז אסור אפילו מיט די הענט, נאכדערצו בשעת'ן עס לייגן.

קרייזלן איז אויך א פראבלעם? און פארוואס?

עיין משנה הלכות ו סח שכתב וז"ל
אחדש"ת. חזיתא דמר לא ידענא ולכן יסלח לי אולי לא תיארתיו כראוי לו ובדבר שאלתו אי מותר לסלסל פאות הראש בשבת כדרך שעושין קצת חסידים קרייזלען בלע"ז ומקום ספקתו ממתני' וכן הגודלת שבת צ"ד ע"ב ובגמ' שם והאריך קצת כדרכה של תורה בדין בנין מה הוא.
ומעתה לדידן נראה דכיון דקליעת שערות דרבנן הוא דקיי"ל כחכמים וכמ"ש הרמב"ם פכ"ב מה"ש הכ"ו ולכן נראה דוקא קליעת שער האשה דעכ"פ איכא מלאכת בנין ונראה כאורג אבל סלסול פיאות הראש דאינו קולע אותם אלא מאסף אותם ביד וא"כ כיון דקולע בעצמו נמי לא הוי אלא דרבנן כה"ג אפשר דלא גזרו כלל כיון דלא הוי דרך אריגה בכך וגם באמת אינו עומד להתקיים דכן ראיתי אותם שמסלסלין הפאות ממשמשין בכל שעה ושעה על פאותיהם שיהיו מסולסלים ולכן נראה דלא הוי אלא כעין הא דכתב הרמ"א לעשות השייטל באצבע דמותר. ולכן לפענ"ד אין לגעור באותן שעושין פאותיהם מצד זה.
אלא דמ"מ אותן שנוהגין להדוק הפאות על הראש כמו שנוהגין הרבה להדקם כעין קשר הדק היטב וקולע כל השערות יחד הא ודאי לפענ"ד אסור לעשות כן בשבת דהו"ל בכלל גזירת בונה וכנ"ל וכ"ש דיש לן גדולי הפוסקים כהסמ"ג הביאו הב"י והראב"ן סי' שנ"ד ור"ן פ' המצניע וכן משמע קצת מסה"ת וסמ"ק ומרדכי ר"פ במה אשה וריא"ז בשה"ג גבי גודלת דס"ל דקולע שער הוי איסור דאורייתא עיין א"ר א"ח סי' ש"ג אות מ' ודאי יש להחמיר בזה.
ובר מן דין יש להחמיר בכל הנ"ל מטעם אחר שהרי כתבו האחרונים ז"ל דבשער הזקן שעלול ליתלש וידים עסקניות הם שיש ליזהר מאד שלא יושיט ידיו לזקנו כלל בשבת ועיין כף החיים א"ח סי' ש"מ אות ט' במ"ש בש"ע וחייב על שתי שערות הביא בשם איש חי וז"ל ולכן יש ליזהר שלא יחכך הרבה בזקן ולא יתעסק שם שמא יתלש שער וכן הנשים שיש להם שערות הרבה בראשם לא יחככו הרבה בצפרנים שלהן דודאי יתלשו שערות ובאות י' הביא וז"ל וידוע מעשה האר"י זיע"א דבשגגה שם ידו בזקנו בשבת ולא הוציאה עד מוצש"ק וגם בשו"ת מחנה חיים כתב שכל השבת כמעט היו ידיו כפותים שלא יגע בשער ראשו או זקנו וכן שמעתי בשם הגה"ק אדמו"ר מצאנז בעל ד"ח וכ"ש המסלסל בפאות הראש ומושך לכאן ולכאן ולכאן כמעט כל היום עוסק בהם כמעט הו"ל פסיק רישא שלא יתלוש מהשערות במשך כל היום וח"ו יבא לידי חיוב חטאת וגם יש להזהיר ההולכין במקוה בשבת שלא יסלסלו בעוד המי מקוה עליהם דאז יש איסור משום סחיטת שערות ולכן ודאי שב ואל תעשה עדיף מטעם זה כנלפענ"ד.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9272
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

די פסק פון משנה הלכות איז נישט אנגענומען ביי רובא דרובא. דער עולם דרייט און קניפט די פיאות אין גרויסן.
מיין שאלה איז טאמער דיפידי דאא איז הארבער
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע:אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

הרה''ק מסאטמאר האט נישט צוגערירט צום בארד און פיאות גאנץ שבת, וכן נהגו גדולי התלמידיו.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע:אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן: מעג מען לייגן דיפידי דאא אויף די פיאות אום שבת?

איך דענק אז נישט.

גערעכט, מען נעמט אן אז ס'איז אסור צוליב בונה.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9272
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איסר האטלקי האט געשריבן: הרה''ק מסאטמאר האט נישט צוגערירט צום בארד און פיאות גאנץ שבת, וכן נהגו גדולי התלמידיו.

א חומרה וואס אן ערליכע איד האט אנגענומען איז נישט א הוראה לרבים.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2751
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: מעג מען מאכן שבת קודש די פיאות שבת מיט דזשעל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

איינער האט מיר מעורר געווען אז מ'טאר נישט לייגן דשעל ערב שבתאויף די פיאות (פאר א קינד) ווייל שבת אינדערפרי ווען מ'וועט מאכן די פיאות מיט וואסער וועט די דשעל ארויסקומען און ס'וועט ווערן א פראבלעם פון בונה בשבת.

איז יש דברים בגוי?
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3132
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: מעג מען מאכן שבת קודש די פיאות שבת מיט דזשעל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

בן כלבא שבוע האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 12:12 pm

איינער שרייבט דא אויבן אז עס האט א דין פין מוסיף על הבנין,
וואס איז מותר שבת.

פרומע לבוש האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 3:09 pm
בן כלבא שבוע האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 12:12 pm
איינער האט מיר מעורר געווען אז מ'טאר נישט לייגן דשעל ערב שבתאויף די פיאות (פאר א קינד) ווייל שבת אינדערפרי ווען מ'וועט מאכן די פיאות מיט וואסער וועט די דשעל ארויסקומען און ס'וועט ווערן א פראבלעם פון בונה בשבת.

איז יש דברים בגוי?
איינער שרייבט דא אויבן אז עס האט א דין פין מוסיף על הבנין,
וואס איז מותר שבת.
ווי זאגט ער עס? איך טרעף עס נישט
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3132
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: מצוה לפרסם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

הצעיר באלפי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2017 8:25 pm
אבער עז איז דא א צד קולא, באופן וואס מען האט שוין געמאכט די פיאות ערב שבת מיט דזשעל, אין שבת אינדערפריה וויל מען עס אביסעל מסדר זיין, וואס דעמאלטס איז דא א טייל מורי הוראות וואס זענען מתיר אלץ 'מוסיף זיין על הבנין', וואס איז מותר בשבת
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: מעג מען מאכן שבת קודש די פיאות שבת מיט דזשעל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

מען זעט זייער אסאך אינגלעך אין שול אידערפרי מיט געדזשעלטע פיאות נאך מיט די סימנים פון די קעמל. (ליידער)
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4558
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: מעג מען מאכן שבת קודש די פיאות שבת מיט דזשעל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

KMW האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 9:39 pm
מען זעט זייער אסאך אינגלעך אין שול אידערפרי מיט געדזשעלטע פיאות נאך מיט די סימנים פון די קעמל. (ליידער)
ריכטיג, אמאל איז דאס נישט געווען (ממש אפאר יאר צוריק, עס האט זיך ווארשיינליך אריינגעכאפט צוזאמען מיט אסאך מאדערנקייטן)
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: מעג מען מאכן שבת קודש די פיאות שבת מיט דזשעל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 9:45 pm
KMW האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 9:39 pm
מען זעט זייער אסאך אינגלעך אין שול אידערפרי מיט געדזשעלטע פיאות נאך מיט די סימנים פון די קעמל. (ליידער)
ריכטיג, אמאל איז דאס נישט געווען (ממש אפאר יאר צוריק, עס האט זיך ווארשיינליך אריינגעכאפט צוזאמען מיט אסאך מאדערנקייטן)
בּאבּי פינס פלעגט מען נוצן..
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3072
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: מעג מען מאכן שבת קודש די פיאות שבת מיט דזשעל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

shalsheles האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 11:34 pm
לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 9:45 pm
KMW האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 9:39 pm
מען זעט זייער אסאך אינגלעך אין שול אידערפרי מיט געדזשעלטע פיאות נאך מיט די סימנים פון די קעמל. (ליידער)
ריכטיג, אמאל איז דאס נישט געווען (ממש אפאר יאר צוריק, עס האט זיך ווארשיינליך אריינגעכאפט צוזאמען מיט אסאך מאדערנקייטן)
בּאבּי פינס פלעגט מען נוצן..
יוש,,,,,,, האב איך געכאפט פין מיין מאמע אויב איך האב ארויס געצויגן דעם "באבי פין" פאר די צייט, די גאנצע הארעוואניע האסטו מיר ציגרונד געלייגט פלעגט מען הערן דעם בת קול

איך האב געזאגט פאר מיין רביצין קלופ און קלאר "ביי אונז איז נישט דא אזא זאך ווי באבי פינס"
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”