מאכן די פיאות שבת נאך די מקוה ווען עס איז נאך נאס (טופח ע"מ להטפיח)

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2996
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

אוהב שלום האט געשריבן: נודה ס'דא ערגערע עבירות, וואס ביסטו אזוי להשמיד, זאגן ברכות קרי"ש נאך סוף זמן תפיה איז קלאר גע'פסק'נט אין אלע אונזערע פוסקים אז מ'טאר נישט און סא'ברכה לבטלה וואס איז א דאורייתא לויטן רמב"ם.

א פירוש חי פון את אשר אסרת התרתי ואת אשר התרת אסרתי!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9232
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

פיין געלאכט.

געהערט אמאל פון א חשובע דיין אז אויב קומט מען אריין אין שוהל אין א שנייאיגע אדער רעגנדיגע וועטער און די קארפעט איז נאס, מעג מען דערויף טרעטן - ער האט מסביר געוועהן אז סחיטה איז א צוזאמשטעל פון אויסקוועטשן כדאי ארויסצונעמען די לחליחות אדער ווייל דו ווילסט די בגד זאל ווערן טריקען און אויב איז נישט דא איינע פון די צוויי איסורים מעג מען.

״איך קום -נישט- פסקענען״ אבער לויט זיין מהלך, וואספארא איסור איז אויס צוקוועטשען די פיאות?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

נאכאמאל פשוט פשט אין די גמרא און די פוסקים זעהט אויס אז סאיז דא איסור סחיטה בשערות אפילו מדארף נישט די וואסער און פאר 10 יאר צוריק איז געווען א דבר פשוט אז מרירט נישט צו צו די פיאות ווען סאיז נאס, יעצט וואס שרייט מען דא?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך בין גארנישט להשמיד איך קוק אהן די גלייכגילטיגקייט איבער א ענין וואס מפלעגט שטארק נזהר זיין און סאיז נישט אזוי שווער אויסצופירן
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

די גאנצע גזירת רחיצה בשבת איז איינע פון די סיבות וועגן מזאל נישט קומען סוחט זיין די שערות
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך פארשטיי נישט וואס דער עולם איז אזוי ווילד? איז דא אנדערע ענינים וואס איז א שאלה להלכה עפען ביטע א אשכול און מוועט דארט עס אויסשמועסן
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9232
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

נודה מיין חבר, דו זאגסט, דו פרעגסט אדער דו ענטפערסט?

איך האב געברענגט א ענטפער פון א גאר חשובע מורא הוראה אויף א זייטיגע שאלה און איך פרעג צו מען קען עס צו גלייכען.

וואס אונזער געפיהל זאגט לגבי הלכות איז נישט רעלעווענט ווייל אין די אידישע וועלט שטייט די פאקטישע הלכה העכער אלעם און אויב איז עס א יש אומרים אדער א מעשה רב צו גיין לחומרא איז ביד כל אחד ואחד צו טוהן וויאזוי מען איז בוחר, עס איז זיכער אז מען באקומט מער שכר פארען טוהן לפנים משורת הדין אבער מען ווערט נישט קיין שגץ פארען טוהן ווי די הלכה.

לגבי די הלכה וואס מען איז יעצט איז עוסק האב איך געפרעגט א שאלה, בין איך נייגעריג צו איינער קען מיר העלפען מיט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2016 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב שלום »

מטעמים האט געשריבן: נודה מיין חבר, דו זאגסט, דו פרעגסט אדער דו ענטפערסט?

איך האב געברענגט א ענטפער פון א גאר חשובע מורא הוראה אויף א זייטיגע שאלה און איך פרעג צו מען קען עס צו גלייכען.

וואס אונזער געפיהל זאגט לגבי הלכות איז נישט רעלעווענט ווייל אין די אידישע וועלט שטייט די פאקטישע הלכה העכער אלעם און אויב איז עס א יש אומרים אדער א מעשה רב צו גיין לחומרא איז ביד כל אחד ואחד צו טוהן וויאזוי מען איז בוחר, עס איז זיכער אז מען באקומט מער שכר פארען טוהן לפנים משורת הדין אבער מען ווערט נישט קיין שגץ פארען טוהן ווי די הלכה.

לגבי די הלכה וואס מען איז יעצט איז עוסק האב איך געפרעגט א שאלה, בין איך נייגעריג צו איינער קען מיר העלפען מיט.

מיט וואס?
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
שםטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2015 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שםטוב »

אויף צאמדרייען די פיאות ווען מ'איז נאך אין בור אינטער די וואסער איז אויך דא פראבלעם?
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

שםטוב האט געשריבן: אויף צאמדרייען די פיאות ווען מ'איז נאך אין בור אינטער די וואסער איז אויך דא פראבלעם?


אמאל געזען אין נשמת שבת א שמועס אבער איך געדענק נישט וואס ער בלייבט, איך מיין לחומרא
ס'איז מסתמא אין ח"ד וואס איז נישט אויף hebrewbooks
שםטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2015 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שםטוב »

סוי וועלכע וועג איז יא אויסגעהאלטן? רוב כלל ישראל גייט נישט מיט צושטרויבעלטע פיאות שב''ק
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחזור »

עיין בשו"ת מאזני צדק להגרמ"ז זילבער חלק ד' סימן י"ט
אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2016 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב שלום »

מחזור האט געשריבן: עיין בשו"ת מאזני צדק להגרמ"ז זילבער חלק ד' סימן י"ט

תוכן הדברים?
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

שםטוב האט געשריבן: סוי וועלכע וועג איז יא אויסגעהאלטן? רוב כלל ישראל גייט נישט מיט צושטרויבעלטע פיאות שב''ק


מ'קען עס לכאורה מאכן ווען עס איז ווייניגער נאס.

עלטערע אינגערע, כ'ווייס נישט וואס דו זאגסט, אמאל (עלטערע) האט מען געזען פיל מער מענטשען וואס לייגן א האנטוך אויפן קאפ נאך די מקוה (געדענקסט?), היינט (אינגערע) זעט מען עס ווייניגער.

מאכן די פאות ווען ס'איז נאס איז פיל הארבערע שאלה ווי אפווישן דעם קאפ.
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2792
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

די סיבה פונעם פראבלעם פארוואס סהאט זיך היינט געטוישט איז ווייל עס פעהלט קאנפידענס און יעדער וויל זיין געביגלט ווי "יענער" ממילא האט רעכיל געזעהן ביי מעכיל און מעכיל ביי קנעכל ביז יעדער פארלאזט זיך אויף וואס יענער טוט און בעיקר שעהמט מען זיך צו גיין צופלאטשעטע פיאות פאר 5 מינוט ביז עס ווערט האלב טריקן אז סאיז אויס טופח ע"מ להטפיח
ממילא איז דער סעלאשן צו דעם און צי 100טער אנדער ענינים אריינצוברענגען קאנפידענס אויך ברוחניות סזאל נישט אינטערסירן אז מזעהט אויס "צופלאטשעט" פאר 5 מינוט נאר אדרבה ווער סהאט שיינע פיאות תיכף נאכן מקוה זאל זיך ענדערש שעמען
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

געוואלטיג האט געשריבן: די סיבה פונעם פראבלעם פארוואס סהאט זיך היינט געטוישט איז ווייל עס פעהלט קאנפידענס און יעדער וויל זיין געביגלט ווי "יענער" ממילא האט רעכיל געזעהן ביי מעכיל און מעכיל ביי קנעכל ביז יעדער פארלאזט זיך אויף וואס יענער טוט און בעיקר שעהמט מען זיך צו גיין צופלאטשעטע פיאות פאר 5 מינוט ביז עס ווערט האלב טריקן אז סאיז אויס טופח ע"מ להטפיח
ממילא איז דער סעלאשן צו דעם און צי 100טער אנדער ענינים אריינצוברענגען קאנפידענס אויך ברוחניות סזאל נישט אינטערסירן אז מזעהט אויס "צופלאטשעט" פאר 5 מינוט נאר אדרבה ווער סהאט שיינע פיאות תיכף נאכן מקוה זאל זיך ענדערש שעמען


;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-

פיינעלי אגריט שוין איינער צו מיר.....

יישר כח
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

שםטוב האט געשריבן: אויף צאמדרייען די פיאות ווען מ'איז נאך אין בור אינטער די וואסער איז אויך דא פראבלעם?


געהערט אז אין שו"ת קנה בושם - אדער בצל החכמה איז דא גאנצע דיון דערין. דארף מען נאכקוקן.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
אוהב שלום האט געשריבן: נודה ס'דא ערגערע עבירות, וואס ביסטו אזוי להשמיד, זאגן ברכות קרי"ש נאך סוף זמן תפיה איז קלאר גע'פסק'נט אין אלע אונזערע פוסקים אז מ'טאר נישט און סא'ברכה לבטלה וואס איז א דאורייתא לויטן רמב"ם.

א פירוש חי פון את אשר אסרת התרתי ואת אשר התרת אסרתי!


ביטע אויב מעגליך מסביר זיין אייער ווערטער. יישר כח!
א זאך וואס פון רוב פוסקים זעהט אויס צו זיין א ערענסטע חשש ווערט אנגערופן בבחינת את אשר התרת אסרתי?

(איבער ברכות קר"ש דארף מען טאקע אויסמועסן אין א אנדערע אשכול אבער ווי פארשטענדליך פארדרייט עס סתם די שמועס דא)
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

מיגו האט געשריבן: מ'קען עס לכאורה מאכן ווען עס איז ווייניגער נאס.

וועגן דעם האב איך טאקע געשריבן אין קעפל אז די רעדע איז נאר (דא אין די אשכול) ווען סאיז נאך נאס אז סאיז טופח על מנת להטפיח.
פאר די וואס וואס ווייסן נישט וואס מיינט טופח על מנת להטפיח, אז עס איז אזוי נאס אז ווען מוועט צורירן א אנדערע זאך דערצו וועט עס ווערן נאס דערפון.

מיגו האט געשריבן: אמאל (עלטערע) האט מען געזען פיל מער מענטשען וואס לייגן א האנטוך אויפן קאפ נאך די מקוה (געדענקסט?), היינט (אינגערע) זעט מען עס ווייניגער.

הוא אשר דיברתי ווי עס ליגט מיר אין קאפ ווי שטארק מהאט מקפיד געווען נישט צוצוקומען לידי סחיטה.
טאקע צוליב די חשש לייגט מען נאר ארויף די האנטוך אז סזאל איינזאפן די וואסער "פון זיך אליין" ווייל אויסדריקן איז פארבינדן מיט איסור סחיטה.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2016 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב שלום »

ידיד-נפשי חמוד-לבבי שרייבט צו מיר: "זעה קנה בושם בצל החכמה און ס'מבואר אז זיי זענען מחמיר און זיי האבן דאך זיכער געזעהן דעם אשל אברהם" ע"כ.

תשובה.
אין שו"ת מהרי"ק (כמדומה שורש קסט) שרייבט ער אז א פוסק וואס שרייבט א תשובה, און ער ברענגט נישט נאך א פריערדיגן, טייטשט, אז ער האט עס נישט געזעהן. עיי"ש. ואין לנו אלא דברי הקודמים.

נ.ב. ולהעיר אז וואס ער ברענגט נאך פון דעי צוויי מקורות, האב איך נישט מעיין געוועהן בפנים דבריהם.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ביטע שרייב עס פאר יענעם אין אישי...

אייער ענטפער דא ברבים קען ברענגן צו א אשכול פארשליסינג....

שלא ת... כדרך ש.... פלוני!! ודוק
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
מחבר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחבר ספרים »

איך מיין די סיבה פארוואס מען איז היינט מער מיקל איז וייל עס איז נאר א איסור דרבנן סחיטה בשערות און במקום כבוד הבריות קען מען מיקל זיין ממילא היינט ווען מענטשען זענען מער שעמעדיג צו גיין מיט צופלויגענע פאיות איז מען מער מיקל אלס כבוד הבריות אבער דאס איז זייער א שוואכע היתר

בנוגע מאכן מיט דזעל איז לכאורה אויכעט דא א איסור פון ממרח דארף מען מער נזהר זיין ביי דעם

בנוגע וואס מטעמים האט געפרעגט וועגן גיין אויף קארפעט דאס איז א היתר ווען די סחיטה געשעהט פון זיך אליינס בלי כוונה קען מען מיקל זיין ווען ער דארף נישט די וואסער אדער ער וויל נישט אויסקוועטשען די בגד וההיתר מבואר בשמירת שבת כהלכתה בשם הגרש''ז אויערבאך בנוגע זאקען וואס איז נאס געווארען אבער צו גיין קוועטשען בידים איז נישט מותר אזוי ווי מען זעהן אין שו''ע אין ש''כ וועגן אריינקוועטשען א בגד צו פארמאכען א נקב שבחביות איז אסור
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

כבוד הבריות. רבש"ע
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

מחבר ספרים האט געשריבן: איך מיין די סיבה פארוואס מען איז היינט מער מיקל איז וייל עס איז נאר א איסור דרבנן סחיטה בשערות און במקום כבוד הבריות קען מען מיקל זיין ממילא היינט ווען מענטשען זענען מער שעמעדיג צו גיין מיט צופלויגענע פאיות איז מען מער מיקל אלס כבוד הבריות אבער דאס איז זייער א שוואכע היתר

בנוגע מאכן מיט דזעל איז לכאורה אויכעט דא א איסור פון ממרח דארף מען מער נזהר זיין ביי דעם

בנוגע וואס מטעמים האט געפרעגט וועגן גיין אויף קארפעט דאס איז א היתר ווען די סחיטה געשעהט פון זיך אליינס בלי כוונה קען מען מיקל זיין ווען ער דארף נישט די וואסער אדער ער וויל נישט אויסקוועטשען די בגד וההיתר מבואר בשמירת שבת כהלכתה בשם הגרש''ז אויערבאך בנוגע זאקען וואס איז נאס געווארען אבער צו גיין קוועטשען בידים איז נישט מותר אזוי ווי מען זעהן אין שו''ע אין ש''כ וועגן אריינקוועטשען א בגד צו פארמאכען א נקב שבחביות איז אסור


די כבוד הבריות פון נאסע פיאות די קורצע צייט....????!!!!!

וואס נאך וועט מען דא מקיל זיין מיט כבוד הבריות תירוצים?????
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

"נאר" א איסור דרבנן??? סאיז זיך עפעס אזוי מקיל איסורי דרבנן'ס???
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”