פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך
מיר אלע געדענקן נאך די שייטלעך סקאנדאל שנת תשס"ד ווען פיל ערליכע יידן האבן אנגענומען דעם פסק פון מרן בעל 'שבט הלוי' און הגרי"ש אלישיב מיט יבלחט"א הגר"מ שטרנבוך ראב"ד ירושלים און הג"ר קרליץ שליט"א ודעימיה, אז האר געשניטן אין אינדיע בבתי ע"ז האט דין תקרובת ע"ז שאינו בטל, ווען הרב אלישיב מיט די ראב"ד און נאך האלטן אז סאיז א דאורייתא גמור און די האר מיז מען פארברענען, און הרב וואזנער האט מיקל געווען אז סאיז נישט קיין דאו' דערפאר איז גענוג נישט ניצן אבער מען דארף נישט פארברענן.
רוב מנין ובנין פון כלל ישראל האט בזמנו אנגענומען די פסקים פון רוב גדולי ישראל.
בזמנו זענען ארויף געקומען 2 גרויסע השגחות אויף שייטלעך, 1 פון שארית ישראל, זיי האבן פארמאכט די השגחה א קורצע צייט דערנאך זענדיג אז נישט מעגליך אמת'דיג משגיח זיין, און דער צווייטער השגחת הג"ר מרדכי גראס שליט"א גאב"ד חניכי הישיבות אין ב"ב, וואס כיום הזה די שייטלעך מיט א הכשר זענען אונטער זיין השגחה.
לעצטענס זיינען ארויס עוררים אויף די השגחה, און בראשם דער ראב"ד הגר"מ שטרנבוך וואס שרייבט שוין אין א תשובה (תשובות והנהגות ח"ה סי' רס"א, מצורף כאן) אז דער רב המכשיר (הרב גראס) האלט אז בעצם איז עס מותר, כדעת היחידים המתירים, דערפאר איז זיין גאנצע השגחה געבויט לקולא מתוך אומדנא וכדו' און נישט מיט א רעכטע השגחה אזוי ווי ביי עסן, ממילא קומט אויס אז די מצב השייטלעך כהיום הזה איז פונקט ווי תשס"ד, און ווער עס וויל זיך פירן כפסק גדולי ישראל (רב וואזנער, רב אלישיב, ר"נ קרליץ, ר"מ שטרנבוך און נאך) קען נישט ניצן די היינטיגע שייטלעך אפילו מיט א השגחה.
יינגעלייט האבן מברר געווען די מציאות און געברענגט בפני רבני בני ברק, זיי האבן אויפגעוויזן אז די אומדנ'ס להיתר זענען נישט ריכטיג, די אומדנא איז אז האר פון א געוויסע קאליר אדער אינטער 3500 שקל איז זיכער נישט פון אינדיע, אבער די לאבאטארי האט געוויזן אז די האר וואס קומט אן צו די דעסטריבריטארס איז שוין איבער געארבעט און בכלל נישט די מקורית'דיגע קאליר, וכן לענין הממון איז די מציאות נישט ריכטיג, און די רבנים האבן מפרסם געווען א בריוו (מצורף בזה).
היינט דאנערשטיג כ' חשון האט דער ראב"ד אויך ארויס געגעבן א בריוו ווי ער צייכנט צי צו זיינע תשובות (מצורף בזה).
אין ב"ב טוט זיך יעצט צווישן די רבנים, זיי האלטן אינמיטןם דורכטון די זאך, און נאך זייער פסק וועט רבי חיים קנייבסקי לכאו' ארויס געבן א בריוו צו פארברענען די שייטלעך אפילו מיט א השגחה. (דאס האט דערציילט א ייד וואס איז געווען בשעת מעשה ביי הגרח"ק, און בני ביתו פון רבי חיים האבן געבעטן ווארטן מיט די בריוו ביז נאך אלע בירורים פון די אנדערע רבנים).
לעת עתה, די עצה איז אדער ביי די שייטלעך מאכער'ס יחידים (עכ"פ לפי הידוע לי אין א"י) וואס פארן אליין אראפ צו געוויסע מדינות נעמען האר און דאס איז מער מוחזק אין כשרות.
אדער איז דא 'אמשינובע שייטלעך' כהוראת כ"ק אמשינובער רבי שליט"א פאר זיינע חסידים צו ניצן נאר האר וואס איז געשניטן געווארן אין א"י פון יידישע מיידלעך אדער פרויען, א שייטעל ביי זיי (לפי ידיעתי איז עס נאר אין א"י) קאסט 6000 שקל.
- אטעטשמענטס
-
- מכתב חדש מהראב''ד על פיאה נכרית.jpg (382.73 KiB) געזען 14220 מאל
-
- קול קורא ע''ז בפיאה נכרית קיץ תשע''ז.JPG (119.55 KiB) געזען 14220 מאל