רבי אברהם יעקב הכהן פאם זצ״ל - ר״י תורה ודעת - כ״ח אב תשס״א
רבי אברהם יעקב הכהן פּאם זצ״ל
ראש ישיבה דמתיבתא תורה ודעת ברוקלין נ.י.[/align]
איז געבוירן בשנת תרע״ג, צו זיין טאטען הרב הגאון רבי מאיר אין שטעטל ווידזסק וואס איז נעבן ווילנא (אמאל ליטא, היינט בעלארוס)
בשנת תרפ״ז ווען די צייטן אין ליטא זענען געווארן שווערער איז זיין טאטע געקומען קיין אמעריקא ווי ער איז געווארן רב אין בית הכנסת הגדול אין בראנסוויל נ.י. און אויך א ר״מ בישיבה חיים בערלין. ווען ער איז שוין געווען מסודר מיט זיין פאסטן האט ער אויך ארויסגעברענגט זיין משפחה.
ביי די עלעף יאר האט מען אים צוריקגעשיקט לערנען קיין ליטא, ווי ער האט געלערנט אין די בארימטע סלאבאדקע ישיבה און זיך ארויפגעדראפּעט על סולם שראשו מגיע השמימה מיט זיין התמדה בתורה און עבודת המידות טובות.
שפעטער איז ער צוריק געקומען קיין אמעריקא ווי ער איז אריין לערנען אין ישיבה ״תורה ודעת״ און אויסגעשטיגן א גדול בתורה וביראה. ביי די צוואנציג יאר האט ער שוין באקומען הוראה, בשנת תרצ״ח איז ער נתמנה געווארן אלס א ר״מ בישיבה, און שפעטער בשנת תשמ״ב מיט די פטירה פונעם פריערדיגן ראש ישיבה הגאון רבי אליהו חזן זצ״ל איז ער אויפגענומען געווארן אלס דער ״ראש ישיבה״ ער האט למעשה געדינט אריבער זיבעציג יאר בהרבצת התורה און תורה ודעת.
הרב פאם זצ״ל האט מצליח געווען אין דעם אמאליגען הארטן סעקולארע אמעריקא אריינצוברענגן א גייסט פון ערליכע תורה און זיינע תלמידים פאר אזעלכע בחורים וואס זענען געווען אין א סכנה רוחני צו ווערן פארשלעפט אין דעם אמעריקאנעם גייסט פון השחתה און פריקת עול, אט אזעלכע האט ער משכנע געווען מיט זיין ווייכן מהות פון ליבשאפט און חכמה אריינצוברענגען תחת כנפי השכינה און זיי רעפארמירן פאר חשובע ישיבה בחורים יושבים באהלי של תורה.
ער האט חתונה געהאט עם הרבנית הצ׳ מרת שרה בלמוט ע״ה, זי איז געווען א אשה צדקנית א ריכטיגע רעבעצין עושת רצון קונה ובעלה וואס האט פיל צוגעגעבן צו זיין הצלחה און גדלות בתורה ובהנהגה, ווי דער ראש ישיבה האט דאס פיל מאל ארויסגעברענגט בפומביה.
הרב פאם איז געווען א גרויסער תורה ריז ״א גדול״ אשר כל רז לא אניס ליה, אבער מער באקאנט איז ער געווען אלס א לעבעדיגער דמות פון א מוסר ספר, א געוואלדיגער עניו ושפל ברך אן א גרענעצין, און טראץ זיין גדלות סיי און אמט און סיי און מהות האט ער זיך געפירט מיט א געוואלדיגע גרעניצלאזע פשטות, ער איז געווען דער ראש ישיבה אין תורה ודעת און פון א גאר פראמינענטער מנהיג רוחני פארן נוי יארקער יודענטום, דער יו״ר פון די גרויסע אמעריקאנער חינוך נעצן ״תורה ומסורה״ און דער יו״ר פון מועצת גדולי התורה - אגודת ישראל בארה״ב, אבער עכ״ז אויפן אויסערליכן אויסקוק האט ער בכלל נישט אויסגעקוקט ווי דער תורה ריז וואס ער האט געדארפט פארשטעלן, ווייל זיין לבוש האט ער קיינמאל נישט געטוישט צו די ראש ישיבה׳ישע טראדיצינאלע בגדים, אים איז גוט געווען אנשטאט דעם חשובן לבוש הפראק א קורץ רעקל, און אנשטאט דעם רבנישן האמבורגער ראש ישיבה הוט איז אים פונקט גוט געווען א קליין שמאלן קנייטש היטל, דעם זעלבן לבוש ווי די תלמידים די תורה ודעת בחורים, ער האט זיך נישט געזעהן אלס דער ״ראש ישיבה״ נאר אלס אייניג מיט די תלמידם.
א שרייבער האט אמאל פאבלעצירט/געשריבן א מעשה איבערן התמדה פון זיין טאטען הגאון רבי מאיר פאם ז״ל דא אין אמעריקא און אים עס אפגעשיקט, און פארשטייט זיך רעפארירט זיין טאטעס גרויסקייט אז ער האט אויפגעצויגן דא אין אמעריקא דעם ״ראש ישיבה פון תורה ודעת״ רב פאם מיט זיין עניוות האט דאס נישט געשמעקט. ווי קען ער שרייבן אז מיין טאטנס גרויסקייט איז צוליב דעם וואס זיין זון לערנט פאר א שיעור אין תורה ודעת, רב פאם האט זיך געזהן אלס א פשוטער פארלערנער אין די מתיבתא נישט אלס דער ״ראש ישיבה״
ער איז אייביג געבליבן זיצן אינעם היכל המתיבתא פון ״תורה ודעת״ אינדערמיט, דארט ווי ער איז געזיצן אין די ישיבה אלס א תלמיד, ער האט קיינמאל נישט געטוישט זיין מקום צום מזרח וואנט אויבן אן דארט ווי ער האט באלאנגט.
זיין צוגעלאזענקייט צו יעדן איינעם און צו יעדן תלמיד איז געווען א אויסנאם וואס מזעהט נישט געווענדליך ביי אזעלכע פערזענליכקייטן, זיין רעדן איז געווען גאר ווייעך און פיל מיט ליבלעכקייט וואס האט יעדן איבערגענומען, און צוגאב צן זיין ווארימען שמייכל צו יעדן איינעם.
רב פאם זצ״ל טראץ זיין גדלות בתורה האט ער זיך שטענדיג אריינגעלייגט אינעם פשוטען מענטש׳נס מהלך החיים אים צופארשטיין, ער פלעגט גיין צו טויזענטער חתונות פון תלמידים און סתם אנהענגער, ווען איינער האט אים איבער דעם געפרעגט צו וואס דארף דער רבי גיין צו אזויפיל חתונות עס שטערט דאך דעם רבינס סדר היום, האט ער יענעם גענטפערט זייער פשוט: פאר מיר איז עס טאקע א טויזענטע חתונה אבער לייג דיך אריין פאר א רגע אין דעם חתן׳ס מצב פאר אים איז עס נאר איין חתונה... ממילא מוז איך גיין אים געבן דעם גוטן געפיל.
ער איז געווען דער ראש המדברים ביי פילע אסיפות ער איז געווען געבענטשט מיט א געוואלדיגע לשון לימודים. און מיט זיין געלונגענעם שפראך אריינגעדרינגען בלב השומעים. זיינע הערליכע שיחות מוסר און הערליכע שיחות על התורה איז געדריקט אין כמה ספרים.
נסתלק בכ״ח אב תשס״א לפ״ק
הניח אחריו דור ישרים יבורך, ותלמידים הגונים שעוד מתאבקים בעפר רגליו הטהורים.