רבי ישראל מרדכי טווערסקי זצ״ל - מראחמיסטריווקא ארה״ק - תרפ״ט - כ"ב סיון תשס״ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי ישראל מרדכי טווערסקי זצ״ל - מראחמיסטריווקא ארה״ק - תרפ״ט - כ"ב סיון תשס״ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

[align=center]כבוד קדושת מרן הרה״ק פאר מקדושים
רבי ישראל מרדכי טווערסקי זצ״ל
מראחמיסטריווקא - ארה״ק [/align]
איז געבוירן צו זיין טאטען הרה״ק רבי יוחנן זצ״ל ביום ז׳ סיון שנת תרפ״ט אין ירושלים עיה״ק ווי זיין טאטע איז ארויף מיט געציילטע יארן פריער פון רוסלאנד.
און צו זיין מאמע הרבנית הצ׳ רבקה ע״ה בת הרה״צ רבי נחמן יוסף ווילהעלם ז״ל.

ער האט געלערענט אין די ישיבה פון ״חיי עולם״ און אויך אין ישיבת ״שפת אמת״

ער איז געווארן אן איידעם ביי הרה״צ רבי סענדר אורי זצ״ל - מנכדי מרן הרה״ק ה״בני יששכר״ זצ״ל.

כ׳ כסלו שנת תשמ״ב איז זיין טאטע נסתלק געווארן האבן די גוטע אידן מכתיר געווען רבי ישראל מרדכי באדמורת ראחמיסטריווקא ווען צו זיין האנט שטייט אויך אחיו כ״ק מרן הרב הצדיק אדמו״ר רבי חי׳ יצחק שליט״א מראחמיסטריווקא - ארה״ב.

דער ראחמסטריווקא רבי טראץ זיין גאר באשיידענעם לעבענסשטייגער איז ער געווען מפורסם זייענדיג פון די אדמורים הכי חשובים בארה״ק, ארויסשיינענדיג מיט זיין געוואלדיגע פשטות׳דיגן הנהגה און עניוות׳דיגן מהלך וואס האט באצויבערט יעדן. און צוגאב זייענדיג אויך א קלוגער צדיק פון וועם מען האט געקענט פיל נהנה זיין בעצה ותושיה.

ער פלעגט זאגן אז פון די גאנצע ירושה פון זיין טאטען איז אים פארבליבן נאר דער ״כלום שבכלום״

זיין עיקר צייט נאך פון זיין פריעסטע יוגענט האט ער עוסק געווען בלימוד התורה בשקידה עצומה ובהתמדה רבה וואס מיט די שקידת התורה האט ער אנגעהאלטן כל ימיו אפי׳ בימי אדמורת, זיין גאנצע התנהגות מצד זיין אדמורת האט ער זיך געפירט בדרך ביטל גייענדיג אן קיין גבאים צו די זייט וכדומה, און ניטאמאל מיט די בגדי כבוד של אדמו״ר, נאר גענומען דעם תפקיד של רבנות כמו בכפיה.

ער האט פיל קאפ און מח אריינגעלייגט אין זיין בארימטע ישיבה ״מאור עינים״ וואס ער האט נאך געגרינדעט צוזאמען מיט זיין טאטען רבי יוחנ׳טשע זצ״ל, בשנת תשכ״ג להנציח שמם של אדמורי בית טשערנאביל שנוספו בשואה.

די רבי האט פיל צייט משקיע געווען אין די ציעורי הצאן, אויפפאסענדיג אויף די תורה ויר״ש פון די בחורי חמד.

נסתלק כ״ב סיון שנת תשס״ד - ונטמן באוהל ראחמיסטריווקא בהר הזתים.

בנו ממלא מקומו: כ״ק מרן הרב הצדיק חו״פ אדמו״ר רבי דוד שליט״א.

עוד בן הרב נחמן יוסף שליט״א - מרביץ תורה בחסידות ליובאוויטש קראוין הייטס.
אטעטשמענטס
IMG_4069.JPG
IMG_4069.JPG (166.27 KiB) געזען 2595 מאל
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1835
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע:אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

חתניו הגאוה"צ שליט"א:
- הרה"צ ר' שלמה טייטלבוים שליט"א (בן ר' ליפה'לע מסאסוב - סעמיהאי)
- הרה"צ ר' יושע מנחם שטערן שליט"א (בן הביליץ'ער רב זצ"ל)
- הרה"צ ר' בן ציון ראבינאוויטש שליט"א ר"מ בישיבת ראחמיסטריווקא
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

מצבתו
אטעטשמענטס
hhz_reb mottel rahmest.jpg
hhz_reb mottel rahmest.jpg (80.34 KiB) געזען 2555 מאל
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

בדבקות
אטעטשמענטס
Rachmestrivke saying Shema.jpg
Rachmestrivke saying Shema.jpg (130.51 KiB) געזען 2555 מאל
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2428
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע:באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

האבן מיר נאך געהאט די זכיה אים צו קענען, יהא זכרו ברוך, וזכותו הגדול יגן עלינו

ש'כוח רבני'ש פארן באשרייבונג, און פאר די בילד, הרב נודה ייש"כ פאר די בילדער
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

נישטא קיין גרויסע באשרייבונג - זעהט אויס אז דער והצנע לכת באגלייט דעם ראחמיסטריווקא רבין אפי׳ נאך די פטירה.

דערווייל נישטא קיין שום מקור לתולדותיו.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

רבניש האט געשריבן: [align=center]כבוד קדושת מרן הרה״ק פאר מקדושים
רבי ישראל מרדכי טווערסקי זצ״ל
מראחמיסטריווקא - ארה״ק [/align]

כ׳ כסלו שנת תשמ״ב איז זיין טאטע נסתלק געווארן האבן די גוטע אידן מכתיר געווען רבי ישראל מרדכי באדמורת ראחמיסטריווקא ווען צו זיין האנט שטייט אויך אחיו כ״ק מרן הרב הצדיק אדמו״ר רבי חי׳ יצחק שליט״א מראחמיסטריווקא - ארה״ב.



מ'האט פארציילט אז דער מאחניווקער רבי זצוק"ל, איז געקומען מנחם אבל זיין, אין מיט זיין פשטות באקאנטע הוראות, האט ער געזאגט צו דער אבלים דירעקט, ווייזנדיג אויף מהרי"ם זי"ע, דו [ער האט אלע מאל גערעד דו, נישט איר] וועסט זיין רבי דא אין אר"י, און גלייך געזאגט אויף דער ברודער דער רבי שליט"א, און דו וועסט זיין רבי אין אמעריקא.
למעשה האבן זיך ביידע געקרוינט אלס איין רעביסטיווע. אויף בנין ישיבת "מאור עיניים" איז געווען די טאוול, בנשיאות כ"ק האדמורי"ם שליט"א.
רוב ימיו האט ער געהאט א קליינע קרעמיל אין גאולה געגענט, אין ביהמ"ד פון זיין טאטע, אבער ים פון אידן האבן געשטראמט צו זיין קרעמיל, צו באקומען גוט ווארט און ברכות קדשו.
בסוף ימיו האט זיך געבויט די גרויסע בנין פון ראחמעסטריווקא אין גוש שמונים געגענט אין ירושלים, וואס איז געווארן שנעל תל תלפיות שהכל פונים לשם.

אגב, ער איז געווען אזוי ווי זיין טאטע א שטארקע אגודיסט. זיין זוהן דער רבי שליט"א, אל'ס תלמיד פון הגה"צ רמ"א פריינד זצ"ל, איז שוין אנדערש אינגאנצן, אויך אין די קאכעניש אין עבודת ד' אן אנדערע מהלך כלפי מראית העין. דור דור ודורשיו דור דור וחכמיו.
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

בדרך לחופת בנו.
נראה לידו אחיו כ"ק אדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א מבארא פארק.
אטעטשמענטס
a_770.jpg
a_770.jpg (117.91 KiB) געזען 2509 מאל
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

עם יבדלחט"א כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א
אטעטשמענטס
רחמסטריווקא זצל ובוהוש שליטא.bmp
רחמסטריווקא זצל ובוהוש שליטא.bmp (275.44 KiB) געזען 2507 מאל
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

בקריאת המגילה
אטעטשמענטס
רחמיסטריווקא ירושלים זצל.jpg
רחמיסטריווקא ירושלים זצל.jpg (17.39 KiB) געזען 2506 מאל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13014
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ביים באגלייטן יבלחט"א זיין ברודער שליט"א צום לופטפעלד נאך די שבעה פון זייער פאטער זצ"ל
אטעטשמענטס
image21 (2).jpg
image21 (2).jpg (84.42 KiB) געזען 2494 מאל
דביה תחדי נפשא
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע:געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

אבן יקרה האט געשריבן: אגב, ער איז געווען אזוי ווי זיין טאטע א שטארקע אגודיסט. זיין זוהן דער רבי שליט"א, אל'ס תלמיד פון הגה"צ רמ"א פריינד זצ"ל, איז שוין אנדערש אינגאנצן, אויך אין די קאכעניש אין עבודת ד' אן אנדערע מהלך כלפי מראית העין. דור דור ודורשיו דור דור וחכמיו.

בכלל נישט קיין שטארקע אגודיסטן. נישט ער און נישט זיין טאטע, און פארדעם האבן פארשידענע קנאים זיך געטראפן ס'פלאץ דארטן, און פארדעם האט דער זון אויך געקענט ווערן א תלמיד פון ר' משה אריה.

אגב, די קאכן ביים דאווענען גייט שוין אויך אן דריי דורות, נאר ביי יעדעם אויף אן אנדער פארנעם.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

יא ער איז געווען אן אקטיווער חבר מועצת גדולי התורה

צו מיט דעם קריגט מען דעם נאמען "אן אגודיסט" מסתם געאגרפיש יא...
אבער ווען מען שרייבט אויף איינעם "א אגודיסט" מיינט מען נישט דאס!
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע:געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

כ'האב גרויסע נייעס פאר דיר. נישט ער און נישט זיין טאטע זענען געווען אין מועצת גדולי התורה!! זיי האבן קיינמאל נישט געוואלט אריינגיין.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5619
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אבן יקרה האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן: [align=center]כבוד קדושת מרן הרה״ק פאר מקדושים
רבי ישראל מרדכי טווערסקי זצ״ל
מראחמיסטריווקא - ארה״ק [/align]

כ׳ כסלו שנת תשמ״ב איז זיין טאטע נסתלק געווארן האבן די גוטע אידן מכתיר געווען רבי ישראל מרדכי באדמורת ראחמיסטריווקא ווען צו זיין האנט שטייט אויך אחיו כ״ק מרן הרב הצדיק אדמו״ר רבי חי׳ יצחק שליט״א מראחמיסטריווקא - ארה״ב.



מ'האט פארציילט אז דער מאחניווקער רבי זצוק"ל, איז געקומען מנחם אבל זיין, אין מיט זיין פשטות באקאנטע הוראות, האט ער געזאגט צו דער אבלים דירעקט, ווייזנדיג אויף מהרי"ם זי"ע, דו [ער האט אלע מאל גערעד דו, נישט איר] וועסט זיין רבי דא אין אר"י, און גלייך געזאגט אויף דער ברודער דער רבי שליט"א, און דו וועסט זיין רבי אין אמעריקא.
למעשה האבן זיך ביידע געקרוינט אלס איין רעביסטיווע. אויף בנין ישיבת "מאור עיניים" איז געווען די טאוול, בנשיאות כ"ק האדמורי"ם שליט"א.
רוב ימיו האט ער געהאט א קליינע קרעמיל אין גאולה געגענט, אין ביהמ"ד פון זיין טאטע, אבער ים פון אידן האבן געשטראמט צו זיין קרעמיל, צו באקומען גוט ווארט און ברכות קדשו.
בסוף ימיו האט זיך געבויט די גרויסע בנין פון ראחמעסטריווקא אין גוש שמונים געגענט אין ירושלים, וואס איז געווארן שנעל תל תלפיות שהכל פונים לשם.

אגב, ער איז געווען אזוי ווי זיין טאטע א שטארקע אגודיסט. זיין זוהן דער רבי שליט"א, אל'ס תלמיד פון הגה"צ רמ"א פריינד זצ"ל, איז שוין אנדערש אינגאנצן, אויך אין די קאכעניש אין עבודת ד' אן אנדערע מהלך כלפי מראית העין. דור דור ודורשיו דור דור וחכמיו.


פאר די רעקארד:

בעת'ן ניחום אבלים וסמיכה לאדמורית דורכ'ן מאחנובקער רבי'ן זצ"ל איז דער אמעריקאנער רבי נאך נישט אנוועזנד געווען.
מורשת חכמי אמעריקא
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

חיימ'ל האט געשריבן: כ'האב גרויסע נייעס פאר דיר. נישט ער און נישט זיין טאטע זענען געווען אין מועצת גדולי התורה!! זיי האבן קיינמאל נישט געוואלט אריינגיין.

ריכטיג אז ביידע זיינען נישט געווען אין מועצגה"ת [איך ווייס נישט צו זאגן אז זיי האבן נישט געוואלט אריין גיין, פאקט זיי זענען נישט געווען], אבער ביידע זענען שטארקע אגודיסטן געווען, געח'תמ'ט אויף די קול קורא'ס, און ארויסגעגעבן הכרזות ביי זיי אין בית המדרש.
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע:געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

די הכרזות אין ביהמ"ד, איה"נ. ס'מיינט נאכנישט קיין 'שטארקע' אגודיסט. די קול קורא'ס איז לאוו דוקא אגודה, כאטש ס'איז טייל מאל געקומען פון זיי.

צו מאכן אביסל קלארער, די ראחמיסטריווקע רבי'ס לדורותיהם האבן קיינמאל נישט באלאנגט צו א פארטיי.
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע:געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

ס'איז דא א בריוו פון הרה"ק ר אברהם דוב מראחמיסטריווקא ווי ער איז מבאר אז א פארטיי איז קעגן אחדות ישראל.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2761
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

נערישע וויכוחים ושקרים
אבער אז מ'רעדט שוין פון די נושא איז אינטרעסאנט צו פארציילן וואס כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א [ברודער פון להבחל"ח די נושא האשכול] האט געזאגט, אז נאך די התייסדות המדינה אום תש"ח זענען די קנאים געקומען צו זיין זיידע אדמו"ר הרה"ק רבי דוד זיע"א און איהם געבטען צו חתמנ'ן אויף די כרוז צו מאכן א יום תענית ואבילות פון ה' אייר, אבער ער האט נישט געוואלט, שפעטער זענען געקומען פון די מזרחי איהם צו בעטן צו זיך משתתף זיין מיט זיי אלץ א יו"ט, אבער ער האט דאס אויך נישט געוואלט, האט יבלחט"א די אייניקל געפרעגט די זיידע אז נישט די און נישט יענע איז וואס יא? האט איהם די זיידע גענטפערט ס'איז דא א ד' אייר און א ו' אייר איז אויכעט דא א ה' אייר.... ודפח"ח.

היינט מיינט מען אז מ'מוז זיין אדער פרא אדער אנטי און אז נישט איז מען זיכער ביי די אנדרע
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2761
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

בן בוזי האט געשריבן: פאר די רעקארד:

בעת'ן ניחום אבלים וסמיכה לאדמורית דורכ'ן מאחנובקער רבי'ן זצ"ל איז דער אמעריקאנער רבי נאך נישט אנוועזנד געווען.

בכלל איז זייער אינטרעסאנט וויאזוי עס איז צוגעגאנגען די גאנצע הנהגה אנהייב נאך די הכתרה ווי כאילו נישט זיי האט מען מכתיר געווען, מ'האט זיך אויסגעשפילט איינער די אנדרע ווי אויך די חסידים, סיי לגבי די פראווענען די פיפטע לעכטעל חנוכה באמצע השבעה, פירן טיש, זאגן תורה ועוד.

אגב די לשון פון די מאחנובקער רבי זיע"א איז געעוען "צו עס געפעלט זיי יא אדער ניט"
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2761
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

אבן יקרה האט געשריבן: מ'האט פארציילט אז דער מאחניווקער רבי זצוק"ל, איז געקומען מנחם אבל זיין, אין מיט זיין פשטות באקאנטע הוראות, האט ער געזאגט צו דער אבלים דירעקט, ווייזנדיג אויף מהרי"ם זי"ע, דו [ער האט אלע מאל גערעד דו, נישט איר] וועסט זיין רבי דא אין אר"י, און גלייך געזאגט אויף דער ברודער דער רבי שליט"א, און דו וועסט זיין רבי אין אמעריקא.
למעשה האבן זיך ביידע געקרוינט אלס איין רעביסטיווע. אויף בנין ישיבת "מאור עיניים" איז געווען די טאוול, בנשיאות כ"ק האדמורי"ם שליט"א. שטייט נאכאלץ, ווי אויך אויף אלע בנינים אין ארץ הקודש
רוב ימיו האט ער געהאט א קליינע קרעמיל אין גאולה געגענט, אין ביהמ"ד פון זיין טאטע, נישט ממש, רוב יארן האט ער געפירט אין די בנין הישיבה ברחוב דוד ילין ווייל די שול פון זיין טאטע, זיידע און עלטער זיידע אויף רחוב שפת אמת איז געווען צו קליין אבער ים פון אידן האבן געשטראמט צו זיין קרעמיל, צו באקומען גוט ווארט און ברכות קדשו.
בסוף ימיו האט זיך געבויט די גרויסע בנין פון ראחמעסטריווקא אין גוש שמונים געגענט אין ירושלים, וואס איז געווארן שנעל תל תלפיות שהכל פונים לשם.

אגב, ער איז געווען אזוי ווי זיין טאטע א שטארקע אגודיסט. זיין זוהן דער רבי שליט"א, אל'ס תלמיד פון הגה"צ רמ"א פריינד זצ"ל, איז שוין אנדערש אינגאנצן, אויך אין די קאכעניש אין עבודת ד' אן אנדערע מהלך כלפי מראית העין. דור דור ודורשיו דור דור וחכמיו. זעהט אויס אז איר האט איהם קיינמאל נישט געזעהן דאווענען אדער ביי א טיש...
אוי האט ער געקאכט. די נוסח פון די זון איז טאקע מער אזוי ווי די זיידע וביתר גלוי קצת, בענין הזה שמעתי מעלטערע חסידים דבהרבה הויפן אפשר לראות שהרבי מתנהג יותר כפי הזיידע מכפי אביו כיון כשגדל היה הזיידע הרבי חי וממנו קיבל הדרכת החיים.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2761
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

הרבי הק' נולד בחודש אשר בו ניתנה התורה דשנת תרפ"ט וכיון שהיה סמוך להילולת הבעש"ט [אולי נולד ערש"ק לעת ערב בין שני ימים טובים של חג השבועות] וע"כ קרא שמו בישראל על שמו הק', והשם מרדכי הוא ע"ש דו"ז הרה"ק רבי מרדכי יוסף מזלאטיפולי שנפטר בכ"ו אייר דשנה הנ"ל, הסבתא שלו רצתה שיקרא ישראל שמעון ע"ש אביה החסיד הנודע ר' ישראל שמעון שיין, וטענה שהשם שמעון אכן הוא על שמו, אז ענה העלטער זיידע מרן אדמו"ר מוהרמ"נ זיע"א שנראה כמאן יתגדל...

כשהגיע הרה"ח ר' סנדר אורי בליל שב"ק הלז לשוה"ט שמע שקוראים אותו לבוא לעבר הרבי, כשדחף א"ע עד לאחורי כסאו של הרבי עמד שם בשקט ופתאום לקח הרבי הקערה עם כל הארבעס ופנה לעבר ר' סנדר ואמר לו "דא האסטו דיין זכר" שנים רבות נזכר הסיפור כתעלומה עד שברבות הימים זכה ר' סנדר ליקח הרך הנולד דאז - נינו של הרבי כחתן לבתו הרבנית שתבלחט"א.
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע:געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

שמעתי הגורסא שהיה שם ציבור גדול, ולר' סנדר כבר לא היה מקום בפנים ולכן נעמד אצל החלון מבחוץ עם עוד אנשים שלא יכלו ליכנס. ופתאום התקרב הרה"ק ר' נחומ'טשע עם הטס בידו והשיטו לר' סנדר דרך החלון באמרו "דא הסטו, דאס איז דיינס". ורק לאחר השידוך נזכר ר' סנדר מהסיפור.
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע:געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

רבניש האט געשריבן: ער פלעגט זאגן אז פון די גאנצע ירושה פון זיין טאטען איז אים פארבליבן נאר דער ״כלום שבכלום״

דאס איז א ווארט נאך פון דעם ערשטען ראחמאסטריפקער רבי'ן, רבי יוחנ'טשע. גערעדט האט ער פון די ירושה וואס זיין טאטע האט איבערגעלאזין און וואס זיינע ברודער האבן גענומען, צולייגענדיג אז ער האט געמיינט אז פאר עם איז געבליבן גארנישט, דערווייל האט ער געזען אז דאס האט שוין דער ברודער ר' משה מקאריסטשוב (אויך א באוויסטע עניו געווען) גענומען. נו, איז פאר עם איבער געבליבן "גארגארנישט..."

דאס ווערט אויך געברענגט אין דברי שמואל מהרה"ק ר' שמואל מסלאנים ריש פ' תרומה.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2761
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

חיימ'ל האט געשריבן: שמעתי הגורסא שהיה שם ציבור גדול, ולר' סנדר כבר לא היה מקום בפנים ולכן נעמד אצל החלון מבחוץ עם עוד אנשים שלא יכלו ליכנס. ופתאום התקרב הרה"ק ר' נחומ'טשע עם הטס בידו והשיטו לר' סנדר דרך החלון באמרו "דא הסטו, דאס איז דיינס". ורק לאחר השידוך נזכר ר' סנדר מהסיפור.

כתבתי בקיצור, המעשה היה שהגיע במאוחר כיון שהתלווה לאיזה רב וכו' וממש כשנכנס קראו בשמו שיעלה ויבוא.

א פענסטער איז נישט שייך חוץ אויב די אויבן-אן איז געווען לצד מערב און ער איז געווען ביי די מרפסת פון די טרעפ, ווייל ס'איז א צווייטע שטאק.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”