חיימ'ל האט געשריבן:רבניש האט געשריבן: ער פלעגט זאגן אז פון די גאנצע ירושה פון זיין טאטען איז אים פארבליבן נאר דער ״כלום שבכלום״
דאס איז א ווארט נאך פון דעם ערשטען ראחמאסטריפקער רבי'ן, רבי יוחנ'טשע. גערעדט האט ער פון די ירושה וואס זיין טאטע האט איבערגעלאזין און וואס זיינע ברודער האבן גענומען, צולייגענדיג אז ער האט געמיינט אז פאר עם איז געבליבן גארנישט, דערווייל האט ער געזען אז דאס האט שוין דער ברודער ר' משה מקאריסטשוב (אויך א באוויסטע עניו געווען) גענומען. נו, איז פאר עם איבער געבליבן "גארגארנישט..."
דאס ווערט אויך געברענגט אין דברי שמואל מהרה"ק ר' שמואל מסלאנים ריש פ' תרומה.
די גירסא פון ראחמיסטריווקא איז אז ער געבליבעןמיט "טאקע גארנישט", אביסעל אנדרעש ווי די דברי שמואל
ודורשי רשומות כבר חישבו שראחמיסטריווקא בגימטריא תרומ"ה עפ"י הדב"ש הנ"ל