מאשין- ציצית
פארוואס איז דער עולם מקיל בייי ציצית אין תפילין אז מען קיופט בתים מיט ציצית וואס זענען געמאכט מיט מאשינען ??
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
ידיעות שונות האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן: עס ליגט מיר אין זכרון א "פוילישע מצה בעקעריי" אויף די איסט סייד נאך פאר דער אנקום פון די שארית בפליטה
לויט ווי איך געדענק איז אין יענע יארן נאר געווען צוויי היימישע בעקערייען, "פוילישע", און "ר' יוחנן דייטש". אלע אנדערע זענען געווען ריכטיגע מאשין מצות מיט אלע פירושים.
סידיראם האט געשריבן:נכד האט געשריבן: ״רבי משה איר שרייבט נאך איינעם אדער איר זענט געשטאנען מיט א טיימער?״
איר שטעלט אראפ אזעלעכע יסודות עס קען זיך דאכטן ווי אייערע חשבונות ווי תורת משה?!?...
שמעתי פון ר׳ דוד ראזענבערג אז די חתם סופר שרייבט אז מצות זאל נישט נעמן מער ווי צוויי מינוט וכהיום דארט אזוי לאנג טאקע און מהאט זיך אייביג געוואונדערט אויפן חתם סופר אבער רוח הקודש הופיע
איבערן הייליגן חת״ם סופר זי״ע איז כדאי צו נאטירן. עס איז געווען א שטיקל שערוריה אין די פוסקים איבער די ווערטער וואס דער חת״ם סופר שרייבט אין א תשובה צי ער מיינט נאר בערך 2-3 מינוט אדער דווקא.
ווי איז דער חתם סופר? ניתי ספר ונחזי
רוח נכאה האט געשריבן: ביי הרב לאנדא כידוע די לעצטע הכשר אויף די וועלט.
farshlufen האט געשריבן:ידיעות שונות האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן: היצט פארשטיי איך שוין דער "נישט קיין האלבע מאשין"
איך בין אבער נייגעריג אויב ס'איז טאקע פון יענע בעקעריי וואס איך האב גערעדט, אדער אפשר איז עס גאר א צווייטען וואס וויל דערמיט זאגן אז ער נוצט נישט אזא מאשין.
האסט עס עפעס קראנטע אינפארמאציע איבער דעם ?
איך ווייס גארנישט קראנט, אויסער אז דער בילד איז פון 39 אטטארני סטריעט.
דאס ווייס מיר אז אויף 90 אטטוירני איז געווען א חסיד'ישע האנט מצה בעקעריי.
קיקיון האט געשריבן: עס ליגט מיר אין זכרון א "פוילישע מצה בעקעריי" אויף די איסט סייד נאך פאר דער אנקום פון די שארית בפליטה
קיקיון האט געשריבן:ידיעות שונות האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן: עס ליגט מיר אין זכרון א "פוילישע מצה בעקעריי" אויף די איסט סייד נאך פאר דער אנקום פון די שארית בפליטה
לויט ווי איך געדענק איז אין יענע יארן נאר געווען צוויי היימישע בעקערייען, "פוילישע", און "ר' יוחנן דייטש". אלע אנדערע זענען געווען ריכטיגע מאשין מצות מיט אלע פירושים.
ווען האט קהל ערוגת הבושם צעלים ג'עפענט די באק הויז?
פארוואס אויב עס איז שוין געווען ?
ידיעות שונות האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:ידיעות שונות האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן: עס ליגט מיר אין זכרון א "פוילישע מצה בעקעריי" אויף די איסט סייד נאך פאר דער אנקום פון די שארית בפליטה
לויט ווי איך געדענק איז אין יענע יארן נאר געווען צוויי היימישע בעקערייען, "פוילישע", און "ר' יוחנן דייטש". אלע אנדערע זענען געווען ריכטיגע מאשין מצות מיט אלע פירושים.
ווען האט קהל ערוגת הבושם צעלים ג'עפענט די באק הויז?
פארוואס אויב עס איז שוין געווען ?
איך האב קלאר מברר געווען אז ביז שנת תש"ח זענען די אויבנדערמאנטע בעקערייען געווען די איינציגסטע.
שנת תש"ח האט זיך גע'עפנט דער שאצער מצה בעקעריי אין די איסט סייד, געציילטע יארן דערנאך האט סאטמאר גע'עפנט.
איך האב געהערט פון אן עלטערן איד אז פאפא צעלים איז ערשט צושטאנד געקומען פיהל שפעטער, א פונקטליכע יאר האט ער נישט געדענקט.
[/quote]צווייפעל האט געשריבן:ידיעות שונות האט געשריבן:ידיעות שונות האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן: עס ליגט מיר אין זכרון א "פוילישע מצה בעקעריי" אויף די איסט סייד נאך פאר דער אנקום פון די שארית בפליטה
לויט ווי איך געדענק איז אין יענע יארן נאר געווען צוויי היימישע בעקערייען, "פוילישע", און "ר' יוחנן דייטש". אלע אנדערע זענען געווען ריכטיגע מאשין מצות מיט אלע פירושים.
איך האב קלאר מברר געווען אז ביז שנת תש"ח זענען די אויבנדערמאנטע בעקערייען געווען די איינציגסטע.
שנת תש"ח האט זיך גע'עפנט דער שאצער מצה בעקעריי אין די איסט סייד, געציילטע יארן דערנאך האט סאטמאר גע'עפנט.
איך האב געהערט פון אן עלטערן איד אז פאפא צעלים איז ערשט צושטאנד געקומען פיהל שפעטער, א פונקטליכע יאר האט ער נישט געדענקט.
עס איז געווען אנשי אונגארן מצה בעקעריי, און חרדים האט שוין געהאט פארן קריג א מצה בעקעריי.
Haklal האט געשריבן: די שאלה דא איז נאר אויף די א"י, נישט די פין סקווירא, ריכטיג? וואס איז די catch ביי די סקווירא מצות?
ידיעות שונות האט געשריבן: אין די איסט סייד איז מיט יארן צוריק געווען א מצה בעקעריי פון א איד ר' יוחנן דייטש ע"ה, וואס האט כסדר פראקלאמירט אז זיי זענען א בעקעריי פון 'האנט מצות',
[ווי פארשטענדליך איז 'האנט מצות' געווען א חידוש דעמאלטס אין אמעריקע, אזוי ווי אסאך אנדערע זאכן בימים ההם].
דער איד האט אבער געוואלט אביסל פארגרינגערען, איז ער אויפגעקומען מיט 'דעם' פאטענט אז ביים וועלגערן נוצט מען אזא מאשין ווי מ'לייגט אריין די גרייטע שטיקל טייג, און אזוי וועלגערט מען במקום א וועלגער שטעקן. [פונקט ווי די נייע מצות פון בינגא].
האט זיך דער וואוידסלאווער רב זצ"ל (חתן אדמו"ר משאץ לאנדאן זצוק"ל) אמאל אויסגעדרוקט אויף יענע מצות "די איינציגסטע האנט מצות וואס ווערט געמאכט מיט א מאשין".
למעשה אפילו דער איד איז לכאורה געווען א וואוילער איד, האט ער געהאלטן אז ס'איז נישט דומה צו די אמת'ע מאשין מצות, אבער קיין שום פריערדיגע רב אדער רבי האט עס נישט אנגענומען, און כולם פה אחד זענען נישט געווען צופרידן דערפון. און פון דעמאלטס האט זיך שוין געשאפן א גאנצע רייע פון היימישע מצה בעקערייען וואס שטעלן צי פארן ציבור, כשר'ע מהודר'דיגע מצות, אויפן זעלבען וועג ווי אידן האבן געבאקן מצות במשך אלע יארן.
צו קומען יעצט פונדאסניי און אויסשפילן דעם סיסטעם ווי כאילו ס'איז עפעס נייע חידושים וואס זענען נאכנישט אויסגעדראשן געווארן, שמעקט אביסל פון אויבער'חכמדיג'קייט.