חתונה קאסט איבער 70 אלפים איין צד. ריפארט שווארץ אויף ווייס
באקומען און אישי פון איינעם אויף אימעיל
חתונה קאסט איבער 70 אלפים איין צד. ריפארט שווארץ אויף ווייס
אויב זענט איר פון די מענטשן וואס מיינען אז א חתונה קאסט 40 טויזענט דאלער א זייט קען זיין אינטערסאנט פאר אייך צו ליינען אן אריגינעלע ריפארט פון א איד א פשוטע ארבעטער וואס האט געמאכט א עוורידזש חתונה פאר זיין קינד און האט אראפגעשריבן אלע הוצאות. די חתונה איז פארגעקומען אין זאל פון ווילחאוויץ אין מאנסי מיט איין שפילער און איין זינגער , דער איד האט זיך דערזען אין א לאך פון די הימל שרייעדיגע ציפער פון איבער 70 אלפים.
טייערע אידן ווי לאנג וועט נעמען ביז מיר וועלן אפשטעלן דעם באן, ווי לאנג וועלן מיר אלע ווערן בעלי חוב נאר צו געפעלן די מחותן דער בעל חוב, ווי לאנג וועט מען זיך איינרעדן אז עס פארט.
עס פארט בכלל נישט! מען ברעכט אונטער די שווערע לאסט און מען קען עס נישט דורכטראגן.
עס איז בכלל נישט קיין בושה צו זאגן אז מען האט נישט קיין איבריגע 70000 יעדע צווי יאר, עס איז פשוטע קאמען סענס. מען הייסט נישט קיין ארימאן און מען איז נישט קיין דורכפאל.
לאמיר עפענען די נושא און זיך קוקן אין פנים אריין , זענען מיר אזוי נאריש, זענען מיר גרייט זיך מבזה צו זיין פשוט ווייל איינער זאל נישט קוקן קרום, איז טאקע ריכטיג מען זאל צאמשטעלן געלט פאר אונז אלעס ווייל די סטענדערד איז דאס און יענץ, ווי ליגט די לאגיק אז די סטענדערד פון לעבן איז אויף א לעוועל וואס 90 פראצענט מענטשן קענען נישט דערהייבן.
רבותי ! רעדט מיט אייערע פריינט, גייט אריין צו אייערע רבנים, מאכטס אסיפות, פאררופטס מיטינגען , און לאמיר שוין ענדליך אויפקומען מיט א לעזונג צו די גרויסע צרה וואס ליגט אויף אונז און אויף אונזערע קינדער. יעדער וואס זוכט א זכות זאל זען וואס מען קען טון ארויסצוהעלפן די מצב, און דער אויבערשטער וועט אייך זיכער באצאלן מיט כל טוב.
אפגעטיילט פון די אשכול געלט אויף חתונה מאכן - פון וואו? אזוי ווי דארט איז מען געהריג אריין און בר מצוה טאפיק.