חתונה קאסט איבער 70 אלפים איין צד. ריפארט שווארץ אויף ווייס

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9250
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

חדשות האט געשריבן: אסך מאל דא זוינע נערישע מגיבים.

וואס ווילטו אפפרעגן אז עס איז נישט 70 נאר 63.... ווייל פילייכט האט ער געקויפט צען דאזען קאוטס ביי G & G.

ערלעדיגט, איז 63 יא עפארדעבל און נארמאל?

במאמר המוסגר, אין די סיטי קומט צו נאך א גוטע 5000 וואס איז נישטא אין מאנסי ואכמ"ל.


אוי ווי ריכטיג דו זאגסט, סתם אבי צו יענעם אפווענדן, ווען גראדע זעהט עס אויס ווי זייער א רעאליסטישע ליסט וואס א עוורידזש מענטש געבט אויס אינעם גאנצן חתונה סייקל, פון פארן ברעכן טעלער ביז נאך די שבעת ימי המשתה.

אין הכי טאקע אז מ'זעהט נישט דארט קיין קאפי'ס פון יעדן רעסיט מיט די פונקטליכע דעטאלן, אבער א מענטש מיט א שטוב מיט קינדער וואס מאכט חתונה, מיינט עס אויטאמאטיש אז ער דארף (דארף ער דען?...) איינקויפן און אויסרישן אסאך ארומיגע צרכים פאר זיין משפחה, וואס אפילו ס'איז נישט דירעקט א הוצאת החתונה, איז עס אבער יא א הוצאה וואס ער דארף באצאלן וואס איז רילעיטעד צו די חתונה.

און גראדע ווען איך קוק איבער דעם ליסט, קען מען אביסל זעהן פון די סטאר נעמען אז זיי זענען נישט קיין שטאטישע וואס מוזן אלעס איינקויפן נאר ברענד נעים, נאר ס'איז דא דארט אסאך איינגעקויפט ביי מער ביליגערע מציאות געשעפטן אדער אוטלעט סטארס וכדו', וואס מיינט אז זיי זענען נאך אפילו געווען אביסל שפארזאם.
---
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12459
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

בשבילי נברא האט געשריבן: (דארף ער דען?...)

איך האב פארשטאנען אז די ליסט דארף פראווען דעם נקודה, אז וואס מען דארף! קאסט אזויפיל, זעט אויס אז נישט דאס איז די נושא, דאן פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס די צעטל דארף אויפווייזן, וידי מסולקת.
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

איך זעה איין שיינע שבע ברכות פאר 4 אלפים, אויף וואס מ׳קען זיך אפשר שטעלן.

חוץ אויב ס׳איז א שבת שבע ברכות.

ווער ס׳האט נאך נישט חתונה געמאכט און רעדט אריין,
קוקט אויס בערך ווי א יונגל פאר די בר מצוה רעדט אריין צי שיעור ג׳ (20+) זאל זיין אינאיינעם מיט שיעור ד׳ (22+) אדער נישט.


מודעה רבה פאר אלע מגיבים:

ס׳איז אוממעגליך צו זיין אין די שיך פון א מחותן, איידער מ׳האט דאס אליין פראקטיצירט.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9250
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

למעלה משבעים האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן: (דארף ער דען?...)

איך האב פארשטאנען אז די ליסט דארף פראווען דעם נקודה, אז וואס מען דארף! קאסט אזויפיל, זעט אויס אז נישט דאס איז די נושא, דאן פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס די צעטל דארף אויפווייזן, וידי מסולקת.

צו ער דארף באמת לאמיתו? ניין! אבסאלוטלי נישט!

ווייל ווען ס'ווענדט זיך אינעם מחותן אליין וואלט ער נישט אנגעגרייט קיין סוויט טעיבל מיט כלערליי מיניטשערס וואס קאסט א דאלער א שטיקל, און אויך נישט געשיקט א אנטיק לעדערנע סעט מחזור המפורש פארן חתן אויף פסח, וכדו'. מיט געלט וואס ער פארמאגט נישט.

אבער אויב דאס איז וואס יעדער טוט, און ס'איז היינט די הייליגע "סטענדערד" האט ער כמעט נישט קיין ברירה, און למעשה פאר א געווענליכע איד אין ביהמ"ד איז דאס די בערך'דיגע בודזשעט וואס עס גייט אים למעשה קאסטן.
.Wether he likes it or not
---
געטראכט
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראכט »

איך מיין אז נאך אלע וויכוחים, איז דער נפק"מ אין דער געגענט פין 5-10 אלפים,
נא איז לאמיר זאגען מען קען דאס אלעס טאקע מאכען פאר זעכציג אלפים, איז דאך נאכאלץ א פלאנטער,
איז לאמיר זען וואס זענט איר מציע? ווי קען מען נאך שניידען מיט תקנות וכו', אין צי וועלעכע סכום וואלט מען געקענט ציקימען?
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5675
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

ענדערש ווי מציע זיין וואס צי טוישן, איז בעסער צי הערן פון אלע מענטשן ווי אזוי עס איז ביי זיי און עס חזרן אז דאס איז דער פאקטישע מציאות ווי אונז זעמיר, למען ידעו דור האחרון. און אז ווען מען רעדט און אנדערע פלעצער אשכולות פון תקנות זאל מען פארשטיין פארוואס דאס איז און ווי עס וועט העלפן יעדעם פערזענלעך.

יעדע מעג זאגען וואס ער האלט ווי אזוי ווייטער צי ציען דער שמועס, נאר אויב יא זאל עס בלייבן ביי די איינע זאך פון חתונה מאכן טאפיק. נישט אלע אנדערע פלעצער ווי אידן קענען שפארן געלט.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5675
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

מצלמה האט געשריבן: איך זעה איין שיינע שבע ברכות פאר 4 אלפים, אויף וואס מ׳קען זיך אפשר שטעלן.

חוץ אויב ס׳איז א שבת שבע ברכות.

ווער ס׳האט נאך נישט חתונה געמאכט און רעדט אריין,
קוקט אויס בערך ווי א יונגל פאר די בר מצוה רעדט אריין צי שיעור ג׳ (20+) זאל זיין אינאיינעם מיט שיעור ד׳ (22+) אדער נישט.


מודעה רבה פאר אלע מגיבים:

ס׳איז אוממעגליך צו זיין אין די שיך פון א מחותן, איידער מ׳האט דאס אליין פראקטיצירט.



יא דאס איז שבת שבע ברכות.

אויך איז נישט דא דא קיין סקרעפן און פעינטן ווייל דער דירה איז געווען א נייע.
עס איז נישט געווען קיין שמורגז בוארד און נישט קיין בילדער ביי די חתונה.

סו דער כלל איז אז יא איינער גייט שפארן ביי די קליידער און עס אויסגעבן ביי די שטריימל און א צווייטער גייט שפארן ביי די שטריימל און עס אויסגעבן פאר די בילדער און אנדערע זאכן.
אדער איז איינער מער מוזיקאליש און לייגט אנשטאט עפעס צי נאך א אינסטרומענט וכדומה.

די צד השוה איז אז ערגעץ ווי נישט צי ווייט פון די נומבערס איז די ריעליטי פון חתונה מאכן היינטיגע צייטן (עווערידזש)
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע:הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

אויב עס קאסט 75,000
דארף מען אוועקלייגן 3750$ פאר 10 יאר אין א 10 יאר האללייף פאלעסי עס זאל זיין דאבל אין 20 יאר פאר יעדע קינד אנגעהויבן ווען די קינד איז א חודש אלט
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

בבל האט געשריבן: אויב עס קאסט 75,000
דארף מען אוועקלייגן 3750$ פאר 10 יאר אין א 10 יאר האללייף פאלעסי עס זאל זיין דאבל אין 20 יאר פאר יעדע קינד אנגעהויבן ווען די קינד איז א חודש אלט

א הצלה פורתא
אבער אין 20 יאר ארום גייט קאסטן חתונה מאכן מסתמא א פערטל מיליאן דאלער
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

ס'איז זייער מעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

לאמיר אריין ווארפן מיינע צוויי צענט.
אני הקטן האב שוין חתונה געמאכט היפשע ברוך השם כן יעזור ה' להלאה, טאקע נאר טעכטער און כמעט אלע האבן שיין פארדינט (לפי ערך)
די חתונות זענען געוון די ביליגסטע וואס איז שייך אין בארא פארק חוץ ווי דער בעל בתי'שער מחותן האט געצאלט פון זיין צד פאר עטרת חי'
איך האב מיך (מיט די בערל'טע) געמוזט שטארק אנכאפן נישט צו גיין העכער 45 אלפים מ'קען עס אפילו רופן כמעט חזר'יש (אנטשולדיגט פארן שפראך - איך וויל פראוון א פאוינט, אז ס'איז היפש שווער אזוי) איך פארשטיי וויאזוי מ'קומט זייער שנעל אן צו 70 אויב מ'כאפט זיך נישט שטארק אן. ווער ס'האט שוין חתונה געמאכט ווייסט אז 25 אלפים מער איז נישט זייער אסאך ווען ס'פליען טויזענטערס ווי מצה וואסער.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

מצלמה האט געשריבן: איך זעה איין שיינע שבע ברכות פאר 4 אלפים, אויף וואס מ׳קען זיך אפשר שטעלן.

חוץ אויב ס׳איז א שבת שבע ברכות.

ווער ס׳האט נאך נישט חתונה געמאכט און רעדט אריין,
קוקט אויס בערך ווי א יונגל פאר די בר מצוה רעדט אריין צי שיעור ג׳ (20+) זאל זיין אינאיינעם מיט שיעור ד׳ (22+) אדער נישט.


מודעה רבה פאר אלע מגיבים:

ס׳איז אוממעגליך צו זיין אין די שיך פון א מחותן, איידער מ׳האט דאס אליין פראקטיצירט.


עס זעהט מיר מער אויס ווי שיער א איז אריין גשטופ זיין נאז אין א קיפקע בחורים פין שיער ג אין דערוואגט אריינצירעדען, זאגט מען עם, עה׳ די ביסט נאך אין שיער א א חוצפה ווי דערוואגסט די זיך אריינצירעדען, בקיצור
קליינע קינדער די ביסט שיער א׳ איך בין שוין גרויס אין שיער ג׳
לעניינינו ער האט גערעדט צי 2חבירים איז ער ארויס
מיט א חילוק 20 אלפים יא ער איז די מסביר פארוואס
עס קען זיין אז די כאפסט נישט אז אסאך הוצאת מיינט מען מען מיז , אין קיינע טאר זיך נישט דערוואגען
צי זאגען אז דעס מיז מען נישט!
( יהיה כן ער האט יא חתונה געמאכט. אין ער זאגט יא אז נישט אלעס מען מיז, ייענער זעט דאס, אין ייעדער מיינט אז אנדערע זאכען מיז מען אין דער מיינט נישט
בקיצור ייעדער איז איינגערעט אין זיינע זאכען
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

חדשות האט געשריבן: אסך מאל דא זוינע נערישע מגיבים.

וואס ווילטו אפפרעגן אז עס איז נישט 70 נאר 63.... ווייל פילייכט האט ער געקויפט צען דאזען קאוטס ביי G & G.

ערלעדיגט, איז 63 יא עפארדעבל און נארמאל?

במאמר המוסגר, אין די סיטי קומט צו נאך א גוטע 5000 וואס איז נישטא אין מאנסי ואכמ"ל.


איז מען דא דן צי 70 קען מען נישט אין 60 קען מען יא! אדער 40
איך ווייס נישט ווער איז נאריש , אבער ווען איינע זאגט אז עס מיז קאסטען 70 אין ייענער זאגט אז עס מיז נישט קאסטען 70 מען קען שפארען א צען אלפים האט ער דען
געזאגט אז 60 איז נארמאל??? ער האט נאר דורכגעשמיסט גענוי וואס דער פותח האשכול וויל וויסען
מען מעג שוין נישט עפעס מגיב זיין לעניין , בעסער געפרעגט איז דא א עניין ייענעם ארינטערצירייסען וואס ווילסט די בכלל פין עם ער האט גערעדט צי חבר וואס האט עם געזאגט אז עס האט עם געקאסט סערווישען 40/50, האט ער געזאגט אז דעס האט מען יא! אבער
טאקע געלט וואס מען האט נישט דארף מען זעהן אפילו
א דולר ווייניגער צי שפארען ווער רעדט נאך פין 10
אלפים געשנארטע געלטער
דער פותח האשכול וויל יא וויסען צי עס מיז זיין 70 אין ווי מען קען שפארען
אין אגב דער פותח האשכול פאנגט אן מיינט איר עס קאסט 40
אויף דעם ארויף זאגט ער יא!!! ער האט גערעדט מי א חבר אין ער איז מסביר דער חילוק פארוואס מענטשען מיינען אז עס מיז קאסטען 70
לעצט פארראכטן דורך פסיקתא אום דינסטאג אפריל 24, 2018 10:50 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

למעלה משבעים האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן: (דארף ער דען?...)

איך האב פארשטאנען אז די ליסט דארף פראווען דעם נקודה, אז וואס מען דארף! קאסט אזויפיל, זעט אויס אז נישט דאס איז די נושא, דאן פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס די צעטל דארף אויפווייזן, וידי מסולקת.


איך זעה ביסט גערעכט
האסט ביימערקט אז דער ערשטע (דארף ער דען?
מיט דער איגרת שניה וואס דארף ער דען? האט זיך אסאך געטוישט
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

אחת ואחת האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן: ניין, איך האב נאכנישט חתונה געמאכט דערווייל, נאר כ'האב פונקט געהאט דעם וואך א לאנגן שמועס איבער דעם נושא מיט א חבר מיינער וואס האט ממש יעצט חתונה געמאכט, ער איז אנגעקומען צו ערגעץ אינדערמיט צווישן 40-50 א זייט. ווידער א צווייטער איז יא אנגעקומען צו העכערער נומערן.

נעבעך העכער די 70 און נאכנישט חתונה געמאכט, שוין לאמיר האפן בקרוב

הרי אני למעלה (כבן) שבעים שנה ולא זכיתי
לעצט פארראכטן דורך פסיקתא אום דינסטאג אפריל 24, 2018 10:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8774
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

lebediger berel האט געשריבן: לאמיר אריין ווארפן מיינע צוויי צענט.
אני הקטן האב שוין חתונה געמאכט היפשע ברוך השם כן יעזור ה' להלאה, טאקע נאר טעכטער און כמעט אלע האבן שיין פארדינט (לפי ערך)
די חתונות זענען געוון די ביליגסטע וואס איז שייך אין בארא פארק חוץ ווי דער בעל בתי'שער מחותן האט געצאלט פון זיין צד פאר עטרת חי'
איך האב מיך (מיט די בערל'טע) געמוזט שטארק אנכאפן נישט צו גיין העכער 45 אלפים מ'קען עס אפילו רופן כמעט חזר'יש (אנטשולדיגט פארן שפראך - איך וויל פראוון א פאוינט, אז ס'איז היפש שווער אזוי) איך פארשטיי וויאזוי מ'קומט זייער שנעל אן צו 70 אויב מ'כאפט זיך נישט שטארק אן. ווער ס'האט שוין חתונה געמאכט ווייסט אז 25 אלפים מער איז נישט זייער אסאך ווען ס'פליען טויזענטערס ווי מצה וואסער.

נו בערל אפשר געסטו די חשבונות ווי אזוי מ'קען זיך אנכאפן ביי 45, וואו זענען די לעכער וואס קען טרייבן צו נאך 25?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

בעל דעת האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן: די כאפסט נישט אז מען רעדט פון מער פון 13 טויזנט פאר קליידונג, אן קיין דעטאלן קענסטו אויסמעקן כאטש 5 טויזנט אויב נישט מער.

איך ווייס נישט צי איר האט שוין חתונה געמאכט, אבער מיר האבן ב"ה חתונה געמאכט פאר עטליכע חדשים צירוק, אין יא אזויפיל קאסט עס בערך 13,000 דאלער (גע'שפארטערהייט)

על זה גופה אנו דנין וואס מיינט געשפארט
עס איז דא איינער מאכט חתונה אויף 70 געשפארטעהייט
אין עס איז דא אויף 40 געשפארטעהייט דארפסט פינקטלעך געבן א רשימה ווי ביסט אנגעקומען צים סכום

איין משל עס איז דא וואס נעמען זיך אויסשטופירען אלע קינדער אזוי ווי א בר מצוה בחור, עס קען זיין אז איינער האלט דאס איז א מיז
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13900
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ר' שמעון
איך מעג ברענגן איינעמס פייל וואס האט חתונה געמאכט אין אולם עקשטיין, שבת שבע ברכות אין עטרת פיגא כלה קלייד 100 דאללער ביי א גמח און די טאטעל איז געווען אונטער 25K?

ביידיוועי ביי אולם עקשטיין ווי מען באצאלט 3000 דאללער קומט צו נאך א באנאס אז מען דארף נישט באצאלן די גאנצע אויף איין מאל, מען קען באצאלן מיט העדטשעקס פון 500 אויף די נעקסטע 6 חדשים
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

מי יודע האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן: לאמיר אריין ווארפן מיינע צוויי צענט.
אני הקטן האב שוין חתונה געמאכט היפשע ברוך השם כן יעזור ה' להלאה, טאקע נאר טעכטער און כמעט אלע האבן שיין פארדינט (לפי ערך)
די חתונות זענען געוון די ביליגסטע וואס איז שייך אין בארא פארק חוץ ווי דער בעל בתי'שער מחותן האט געצאלט פון זיין צד פאר עטרת חי'
איך האב מיך (מיט די בערל'טע) געמוזט שטארק אנכאפן נישט צו גיין העכער 45 אלפים מ'קען עס אפילו רופן כמעט חזר'יש (אנטשולדיגט פארן שפראך - איך וויל פראוון א פאוינט, אז ס'איז היפש שווער אזוי) איך פארשטיי וויאזוי מ'קומט זייער שנעל אן צו 70 אויב מ'כאפט זיך נישט שטארק אן. ווער ס'האט שוין חתונה געמאכט ווייסט אז 25 אלפים מער איז נישט זייער אסאך ווען ס'פליען טויזענטערס ווי מצה וואסער.

נו בערל אפשר געסטו די חשבונות ווי אזוי מ'קען זיך אנכאפן ביי 45, וואו זענען די לעכער וואס קען טרייבן צו נאך 25?

אי"ה עוד חזון למועד, אפשר אין א עקסטערע אשכול, עס וועט אבער זיין זייער שווער צוליב גילוי, ווי פונקטליך כ'האב געמאכט אלעס, אבער אלעס ביים ביליגסטן כמעט (ח..) אויב וואלט איך געקענט האבן קרית יואל אולם עקשטיין וואלט איך געקענט שפארן נאך 6 אלפים וואלט איך געענדיגט ביי 39 בערך, אזויפיל זעט איר אז די נאכט הכל בכל מכל כל (חוץ קליידונג ) האט געקאסט 9 אלפים
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אזויפיל יא, רוב חתונות האב איך געמאכט דערוווייל אין תורה ויראה, סאיז געווען 18 אלפים בערך ביידע צדדים צוזאמען הכל בכל מכל כל
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5675
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

פאטאקי08 האט געשריבן: ר' שמעון
איך מעג ברענגן איינעמס פייל וואס האט חתונה געמאכט אין אולם עקשטיין, שבת שבע ברכות אין עטרת פיגא כלה קלייד 100 דאללער ביי א גמח און די טאטעל איז געווען אונטער 25K?

ביידיוועי ביי אולם עקשטיין ווי מען באצאלט 3000 דאללער קומט צו נאך א באנאס אז מען דארף נישט באצאלן די גאנצע אויף איין מאל, מען קען באצאלן מיט העדטשעקס פון 500 אויף די נעקסטע 6 חדשים



אדרבה, איך האב נישט געזאגט אז מען קען נישט חתונה מאכען פאר ווייניגער נאר אז איינער אן עווערידזש מענטש נישט קיין ספענדער נישט קיין שפארער איז עס אויסגעקומען דער נומבער.

אוואדאי קען מען אבער ווי אזוי אנדערע האבן אויך דא געשריבן און צי געשטימט אז עס קען רואיג אנקומען צי דער נומבער אפילו ווען מען מאכט פשוט חתונה
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8774
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

פאטאקי08 האט געשריבן: ר' שמעון
איך מעג ברענגן איינעמס פייל וואס האט חתונה געמאכט אין אולם עקשטיין, שבת שבע ברכות אין עטרת פיגא כלה קלייד 100 דאללער ביי א גמח און די טאטעל איז געווען אונטער 25K?

ביידיוועי ביי אולם עקשטיין ווי מען באצאלט 3000 דאללער קומט צו נאך א באנאס אז מען דארף נישט באצאלן די גאנצע אויף איין מאל, מען קען באצאלן מיט העדטשעקס פון 500 אויף די נעקסטע 6 חדשים

אדרבה ברענג, ס'קען צונוץ קומען
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

איך האב יעצט געפרעגט א חבר מיינע וואס האט נישט קיין געלט און ער לעבט בכלל נישט ברייט, ער זאגט מיר אז זיינע חתונות האבען עהם געקאסט בערך 70 טויזענט
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע:הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

א אינגערמאן וואס מאכט חתונה מיט תקנות קהילות מהר'' א אין אולם עקשטיין ק'י האט מיר אז זיין חתונה מאכן 2 יאר צוריק האט אים געקאסט 48.000$ געשפארטער הייט ער האט גערעכנט אלעס פין קויפן פענס פאר חתן טיילן
וויפל גייט קאסטן די היימישע עולם חתונה די נעקסטע 15 יאר אויב א צד קאסט עווירידש 60.000 .... לויט א שאצונג פין ר' אליעזרס קרויס איז דא אין נוי יארק סטעיט 117.000 קינדער פין 4 ביז 19 יאר סא די נעקסטע 15 קען קאסטן אויף די היינטיגע נאמבערס 117,000 *60.000 = 7.020.000.000.00 $ 7 ביליאן 20 מיליאן דאלאר איך האף מיין קאלקלעטאר איז ציבראכן
נאר אויף שמחות
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

בבל האט געשריבן: א אינגערמאן וואס מאכט חתונה מיט תקנות קהילות מהר'' א אין אולם עקשטיין ק'י האט מיר אז זיין חתונה מאכן 2 יאר צוריק האט אים געקאסט 48.000$ געשפארטער הייט ער האט גערעכנט אלעס פין קויפן פענס פאר חתן טיילן
וויפל גייט קאסטן די היימישע עולם חתונה די נעקסטע 15 יאר אויב א צד קאסט עווירידש 60.000 .... לויט א שאצונג פין ר' אליעזרס קרויס איז דא אין נוי יארק סטעיט 117.000 קינדער פין 4 ביז 19 יאר סא די נעקסטע 15 קען קאסטן אויף די היינטיגע נאמבערס 117,000 *60.000 = 7.020.000.000.00 $ 7 ביליאן 20 מיליאן דאלאר איך האף מיין קאלקלעטאר איז ציבראכן
נאר אויף שמחות

רוב פון די געלט גייט אריין אין די אידישע עקאנאמיע.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע:הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

נא_שכל האט געשריבן:
בבל האט געשריבן: וויפל גייט קאסטן די היימישע עולם חתונה די נעקסטע 15 יאר אויב א צד קאסט עווירידש 60.000 .... 117.000 קינדער פין 4 ביז 19 יאר סא די נעקסטע 15 קען קאסטן אויף די היינטיגע נאמבערס 117,000 *60.000 = 7.020.000.000.00 $ 7 ביליאן 20 מיליאן

רוב פון די געלט גייט אריין אין די אידישע עקאנאמיע.

אמת. אבער אז די ווילסט שטיצן יודן גיי אויף 13 עוועניו אין סווייפ דיין קרעדיט קארט אין יעדע סטאר עס דארף נישט זיין קיין חוב אז א אינגערמאן דארף פין די 39 יאר ביז 60 יאר שאפן יעדע 18 חדשים מינעמעם 50.000$ חוץ די רעגלמעסיק הוצאות
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”