בלאט 2פון 2

Re:

געשריבן: זונטאג מאי 29, 2022 10:08 am
דורך סופרים שטיבל
מי יודע האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן: מעשה נורא, זיי האבען געמאכט א ווידיע פון די מעשה אויך דאכצעך


עס איז א אמת'ע מעשה?

איך האב פארשטאנען אז עס איז א נאוועל.

בד"וו, מען ברויך טוישן די יאר, 1945 האט זיך אנגעהויבן ווייניגער ווי א האלב יאר פאר די קריג האט זיך גע'ענדיגט .

יש"כ טישטוך פארן ברענגען די מעשה. הערליך שיין געשריבן, און פיין אראפלייגט מיט קאלירפולע פארבן.

די געשיכטעלע - וואס איז צו ערשט געווען באשריבן אין א בוך - איז א פיקציע און איז כמובן נישט אויסגעהאלטן פון א היסטארישע שטאנדפונקט, לעבעדיגע קינדער האבן זיך נישט געדרייעט און געשמועסט ביי די צוימען אין אוישוויץ. עס קוקט אויס אז דער שרייבער האט פשוט געוואלט צייגן די בארבארישע רציחות פון א דרויסענדיגער קוק ווינקל. פון אונזער זייט איז די מעשה א געזונטער מוסר השכל, דער נאצי גענעראל האט נישט געטראכט אז מיטן פייניגן דעם קליינעם שמואל וועט אין די ענדע זיין על דאטפת אטפוך, און זיין אייגן קינד וועט אנקומען אינעם גאז קאמער.

ווי קען זיין די מעשה אמת אז קיינער פון די קינדער האבן נישט איבערגעלעבט צו קענען דערציילן זייער פריינדשאפט, ס'דערמאנט מיך די מעשה פון די רויבערס אין וואלד וואס זענען גע'הרג'ט ווערן, די רבי ז"ל האט דאס אמאל גענוצט פאר א משל אויף די היינטיגע מעשיות, ווער האט דערציילט די מעשה?


האסט מיך אויסגעכאפט די ווערטער 'מי יודע'
אבער פאר הרב 'טישטוך' קומט א גרויסע ייש"כ פאר אזוי גוט אראפשרייבן

Re: אַ נייַע געשיכטע °נישט צו לייענען שבת°

געשריבן: זונטאג מאי 29, 2022 10:44 am
דורך פרעכטיג
ווערטער-לאז נישט נארמאל גוט אראפגעלייגט!

Re: אַ נייַע געשיכטע °נישט צו לייענען שבת°

געשריבן: זונטאג מאי 29, 2022 10:45 am
דורך פרעכטיג
עס קומט זיך דיר אן עקסטערע שכח פארן עס לייגן אין איין תגובה!!!

Re: אַ נייַע געשיכטע °נישט צו לייענען שבת°

געשריבן: זונטאג מאי 29, 2022 11:04 am
דורך טישטוך
די מעשה איז אויסדרוקליך נישט אמת, איך האב עס בלויז גענומען און איבערגעשריבן אויף אידיש. שוין פאריבער א שטיק צייט זינט דאן.

Re: אַ נייַע געשיכטע °נישט צו לייענען שבת°

געשריבן: זונטאג יוני 12, 2022 3:59 pm
דורך הגות תבונות
אויסדרוקליך נישט אויף שבת.

א הערצליכן דאנק!

Re: אַ נייַע געשיכטע °נישט צו לייענען שבת°

געשריבן: פרייטאג יולי 22, 2022 5:13 pm
דורך unit 13
יעצט גענדיגט ליינען... זייער הארציג
ווען טאכן וואלט געווען טרערען וואלט עס נישט געווען געניג צו קענען ביישרייבן...
געקאסט אפאר טישאס אבער סארי אן קיין אבער א גרויסן שכח
בדוו וואס איז דער נאמען פונעם מאווי?

Re: אַ נייַע געשיכטע °נישט צו לייענען שבת°

געשריבן: זונטאג יולי 24, 2022 6:19 am
דורך היסטאריש
אויסערגעווענליך גוט אראפגעלייגט.
טרויעריג אבער ציענד..

ש'כח טישטוך!

Re: אַ נייַע געשיכטע °נישט צו לייענען שבת°

געשריבן: זונטאג יולי 24, 2022 8:17 am
דורך טישטוך
unit 13 האט געשריבן:
יעצט גענדיגט ליינען... זייער הארציג
ווען טאכן וואלט געווען טרערען וואלט עס נישט געווען געניג צו קענען ביישרייבן...
געקאסט אפאר טישאס אבער סארי אן קיין אבער א גרויסן שכח
בדוו וואס איז דער נאמען פונעם מאווי?
עס איז נישט א מאווי, עס איז אן היסטארישער דאקומענטאר באזירט אויף א ביכל מיטן נאמען ׳דאס קינד מיט די געשטרייפטע פידזשאמע׳.

Re: אַ נייַע געשיכטע °נישט צו לייענען שבת°

געשריבן: זונטאג יולי 24, 2022 8:49 am
דורך unit 13
טישטוך האט געשריבן:

עס איז נישט א מאווי, עס איז אן היסטארישער דאקומענטאר באזירט אויף א ביכל מיטן נאמען ׳דאס קינד מיט די געשטרייפטע פידזשאמע׳.
אהא שכח זייער שיין געשריבן

Re: אַ נייַע געשיכטע °נישט צו לייענען שבת°

געשריבן: זונטאג יולי 24, 2022 11:03 pm
דורך כאניש וואס צו טוּן
ייש"כ וואכנדיגער טישטוך..!

Re: אַ נייַע געשיכטע °נישט צו לייענען שבת°

געשריבן: זונטאג יולי 24, 2022 11:06 pm
דורך הינגער
WOWOWOW זייער גוט געשריבן ייש"כ

Re:

געשריבן: דינסטאג יולי 26, 2022 12:23 pm
דורך הולך
מי יודע האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
מעשה נורא, זיי האבען געמאכט א ווידיע פון די מעשה אויך דאכצעך
עס איז א אמת'ע מעשה?

איך האב פארשטאנען אז עס איז א נאוועל.

בד"וו, מען ברויך טוישן די יאר, 1945 האט זיך אנגעהויבן ווייניגער ווי א האלב יאר פאר די קריג האט זיך גע'ענדיגט .
יש"כ טישטוך פארן ברענגען די מעשה. הערליך שיין געשריבן, און פיין אראפלייגט מיט קאלירפולע פארבן.

די געשיכטעלע - וואס איז צו ערשט געווען באשריבן אין א בוך - איז א פיקציע און איז כמובן נישט אויסגעהאלטן פון א היסטארישע שטאנדפונקט, לעבעדיגע קינדער האבן זיך נישט געדרייעט און געשמועסט ביי די צוימען אין אוישוויץ. עס קוקט אויס אז דער שרייבער האט פשוט געוואלט צייגן די בארבארישע רציחות פון א דרויסענדיגער קוק ווינקל. פון אונזער זייט איז די מעשה א געזונטער מוסר השכל, דער נאצי גענעראל האט נישט געטראכט אז מיטן פייניגן דעם קליינעם שמואל וועט אין די ענדע זיין על דאטפת אטפוך, און זיין אייגן קינד וועט אנקומען אינעם גאז קאמער.
ווי קען זיין די מעשה אמת אז קיינער פון די קינדער האבן נישט איבערגעלעבט צו קענען דערציילן זייער פריינדשאפט, ס'דערמאנט מיך די מעשה פון די רויבערס אין וואלד וואס זענען גע'הרג'ט ווערן, די רבי ז"ל האט דאס אמאל גענוצט פאר א משל אויף די היינטיגע מעשיות, ווער האט דערציילט די מעשה?
קען נאך אלץ זיין אז די מעשה איז געבויט אויף אמת'ע פאקטן, אין די שטיקלעך אינמיטן איז ציגעלייגט בעסעד אן וואס מהאט געזען נאך דעם און צאמגעשטעלד די פאזל.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: