נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די רולס קאמיטע איז צוריק אפן ביי די ארבעט.

יעצט גייט מען צו די אינטערנאציאנאלע עיד פעקעדזש, דהיינו דער סענאט ביל פלאס די טיקטאק און ארום, מיט די הלוואה שינוי.

עלמיר זעהן אויב דאס וועט דורכגיין, בפשטות קען עס נאר געשען מיט אנפרעצענטעד שטימען פון די דעמאקראטן.

דאס איז די שווערסטע שטאפל, אז עס גייט דא דורך, איז עס בארג אראפ פון דא.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עס איז דא א רעדע אריינצורוקן א פראוויזיע אין דעם רול ארויפצורוקן די מאושען טו וועיקעיט טרעשהאלד ווייט אוועק פון די איין מיטגליד ווי עס האלט יעצט...
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

IMG-20240418-WA0014.jpg
IMG-20240418-WA0014.jpg (132.39 KiB) געזען 11136 מאל
מייק פענס 2024
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 6:45 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייק פענס 2024 »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 10:39 am
עס איז דא א רעדע אריינצורוקן א פראוויזיע אין דעם רול ארויפצורוקן די מאושען טו וועיקעיט טרעשהאלד ווייט אוועק פון די איין מיטגליד ווי עס האלט יעצט...
קאנסערוואטיוון ברויזן אויף די שפיצל וואס דזשאנסאן שטעלט זיי דא אינטער און מאמענטום וואקסן צו פטור ווערן פון אים.
די לעצטע שאנס צו ראטעווען די רעפובליקאנער פארטיי פון א טאטאלע צוזאמבראך:

ניקי העילי פאר פרעזידענט!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מייק פענס 2024 האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:15 pm
צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 10:39 am
עס איז דא א רעדע אריינצורוקן א פראוויזיע אין דעם רול ארויפצורוקן די מאושען טו וועיקעיט טרעשהאלד ווייט אוועק פון די איין מיטגליד ווי עס האלט יעצט...
קאנסערוואטיוון ברויזן אויף די שפיצל וואס דזשאנסאן שטעלט זיי דא אינטער און מאמענטום וואקסן צו פטור ווערן פון אים.
זיי זענען פינישד אויב דאס גייט דורך מיט גענוג הויכע טרעשהאלד, די שגעון פארטי איז אווער, און דזשאנסאן דארף עניוועי דעמאקראטישע שטימען פאר די רול...
◄ ווייז ספוילער
אז מען דארף ממילא ברענגען א שארער טרעק אוועקצורייניגן די בליק בלאקירער, ווארף זיי שוין אינגאנצן אראפ פון בריק אלהבא...
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

זשאנסאן באגריסט די געדאנק פון רעיזן די טרעשהאלד, אבער אנערקענט אז ער האט נישט די נויטיגע שטימען דערפאר
IMG-20240418-WA0023.jpg
IMG-20240418-WA0023.jpg (118.99 KiB) געזען 10613 מאל
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

עס איז דא א רעדע ארויפצוברענגען א מאושען טו וועיקעיט נאך היינט, יעצט עס איז שוין דא כאטש 3 שטיצערס.
נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:39 pm
די פראבלעם איז מיר זענען בייעסד ליידער און מיר פארנעמען נישט מיט קיין מהלך ברייטער ווי אונזער שמאלע קאפ, יעדער איינער לפי דרכו לכאן ולכאן.
ר' משה
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

קאנגרעסמאן דזשעיק לאטורנער (ר) פון קענזעס וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מען האט יעצט דורכגעפירט אין די רולס קאמיטע די רול פאר דעם סענאט ביל פלאס די טיקטאק וכו' בילס צוטיילט אין פיר. מיט די הילף פון די דעמאקראטן די ערשטע מאל אין די לעצטערע היסטאריע ווי ווייט מען ווייסט וואס א רול גייט דורך נאר צוליב מינאריטעט פארטיי שטימען!

פון דא וועט עס שוין לכאורה פארן בארג אראפ ביז די ענדגילטיגע אפשטימונג מוצאי שבת קודש.

ניין מיטגלידער, אריינגערעכנט אלע דעמאקראטן, האבן געשטימט אויף יא, און דריי מיטגלידער, נארמאן מעסי און רוי, האבן געשטימט ניין.

איין רעפאבליקאנער, ערין האוטשין, האט געפעלט.

די קאמיטע האט 9 רעפאבליקאנער, אריינגערעכנט דריי פון די וויזויהייסטעס קאוקעס, קעגן 4 דעמאקראטן, עס איז א אנגענומענע זאך פאר די מיאריטעט צו נעמען א סופערמעדזשאריטי אין די קאמיטע וואס קאנטראלירט דעם פלאר. געווענליך נעמט דער ספיקער מענטשן וועם ער קען אינגאנצן טראסטן, אבער מעקארטי האט געמוזט נעמען די דריי צו באקומען זיין בענקל.

בנוגע דעם גרעניץ חלק איז למעשה געבליבן אז צוליב די אוממעגליכקייט דאס דורכצופירן אין די קאמיטע, וויל מען מארגן ארויפברענגען אויף סוספענשאן, וואס ברויך צוויי דריטל.

עס וועט מסתמא נישט באקומען נאנט צו דעם, פילייכט ניטאמאל רוב, אבער עס קען זיין גוטע מעסעדזשינג פאר די רעפאבליקאנער און פאר דזשאנסאן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דעמאקראטישע וויפ מיט א מעלדונג פאר איר סטאדע.

מארגן צופרי וועט מען קודם שטימען אויף דעם רול פארן גאנצן באנדל. זי הייסט נישט אירע מעמבערס ווי אזוי צו שטימען, דאס מיינט אז זיי ערלויבן און עקספעקטן אז מאסן דעמאקראטן וועלן שטימען יא צו דעקן פאר די ערווארטעטע מאסן רעפאבליקאנער ניינס, אריינגערעכנט מעגליך די פירערשאפט, אבער עס פאסט נישט עמטליך ברבים צו הייסן שטימען יא פאר א רול.

(פיינע נאמען פאר חלק ד', איין און צוואנציגסטער יאר הונדערט שלום דורך מאכט ביל, דאס האט די אלע זאכן וואס זענען נישט אין דעם סענאט ביל און דזשאנסאן גייט זיי יעצט צווינגען דאס דורכצופירן.)

נאכדעם, בערך 11:00, וועט מען שטימען אויף סוספענשאן פאר דעם גרעניץ ביל (אויך א פיינער נאמען דאס), דארט בעהט זי איר קאוקעס צו שטימען ניין.
אטעטשמענטס
20240418_235000.jpg
20240418_235000.jpg (140.9 KiB) געזען 10307 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מען האט יעצט געשטימט אויף די רול.

עס איז אדורך מיט 316 קעגן 94.

אין א שטארקע זיג פאר דזשאנסאן, האבן א רוב מוכח רעפאבליקאנער, 151 שטיק, געשטימט אויף יא, קעגן 55 אויף ניין.

דעמאקראטן האבן על פי רוב געווארט ביז די רעפאבליקאנער האבן מער ווייניגער געענדיגט, און למעשה האבן 165 דעמאקראטן געשטימט אויף יא קעגן 39 אויף נישט.

יעצט הייסט אז מארגן מיטאג וועט מען שטימען אין די האוז.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום פרייטאג אפריל 19, 2024 12:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מייק פענס 2024
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 6:45 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייק פענס 2024 »

פאול גאסאר איז די דריטע רעפובליקאנער צו מעלדן אז ער גייט וואוטן צו ווארפן דזשאנסאן.
די לעצטע שאנס צו ראטעווען די רעפובליקאנער פארטיי פון א טאטאלע צוזאמבראך:

ניקי העילי פאר פרעזידענט!
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

מייק פענס 2024 האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 12:14 pm
פאול גאסאר איז די דריטע רעפובליקאנער צו מעלדן אז ער גייט וואוטן צו ווארפן דזשאנסאן.
גאוסער, מעסי און גרין זענען אלע דריי נישט פון די אכט וואס האבן געווארפן מעקארטי.
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
אוועטאר
פלעגט גיין שלאפן פרי
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 18, 2022 4:15 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעגט גיין שלאפן פרי »

קאנגרעס האט נארוואס אריבערגעפירט פיר בילס אריינגערעכנט הילפס פעקעדזש פאר איזראעל, אוקראינע און טייוואן:

- די כינעזער קאמפעני בייט-דענס מוז פארמאגט ניין מאנאטן צו פארקויפן די סאשעל מידיע פלאטפארמע ״טיקטאק״, אדער די עפפ וועט אראפגענומען ווערן פון אלע אמעריקאנער עפפ סטארס. אזוי אויך גיט די ביל ערלויבעניש פאר די פעדעראלע רעגירונג צו קאנפיסקירן רוסישע אייגנטומען און איבערבויען דערמיט אוקראינע.
די ביל טוט אויך אוטאריזירן די פעדעראלע רעגירונג צו ארויפלייגן שווערערע סאנקציעס אויף כינע, איראן, רוסלאנד.

- 8.1 ביליאן דאללער אין מיליטערישע הילף פאר לענדער אין די פאציפישע ראיאן איבערהויפט טייוואן.

- 61 ביליאן דאללער פאר אוקראינע. 23 ביליאן דערפון צו אנפולן די וואפן רעזערוו פון די אמעריקאנער מיליטער.

- 26.4 ביליאן דאללער פאר איזראעל. 9 ביליאן דערפון פאר הומעניטארישע הילף פאר די פאלעסטינער. 4.4 ביליאן דאללער דערפון צו אנפולן די וואפן רעזערוו פון די אמעריקאנער מיליטער.

די סענאט איז ערווארטעט צו שטימען פאר די פיר בילס און איין אפשטימונג קומענדיגן דינסטאג.

פלעגט גיין שלאפן פרי האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 20, 2024 9:11 pm

״הילפס פעקעדזש פאר טייוואן״ ביל;

״ניין״ שטימען:
34 רעפובליקאנער
0 דעמאקראטן

״יא״ שטימען:
178 רעפובליקאנער
207 דעמאקראטן

״אוקראינע הילפס פעקעדזש״ ביל;

״ניין״ שטימען:
112 רעפובליקאנער
0 דעמאקראטן

״יא״ שטימען:
101 רעפובליקאנער
210 דעמאקראטן

״מיליטערישע הילף פאר איזראעל - הומעניטארישע הילף פאר די פאלעסטינער״ ביל;

“ניין” שטימען:
37 דעמאקראטן
21 רעפובליקאנער

“יא” שטימען:
173 דעמאקראטן
193 רעפובליקאנער

״טיקטאק פארבאט״ ביל;

“ניין” שטימען:
33 דעמאקראטן
25 רעפובליקאנער

“יא” שטימען:
174 דעמאקראטן
186 רעפובליקאנער
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1748
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

פלעגט גיין שלאפן פרי האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 20, 2024 9:12 pm
״הילפס פעקעדזש פאר טייוואן״ ביל;
״יא״ שטימען:
178 רעפובליקאנער

״אוקראינע הילפס פעקעדזש״ ביל;
״יא״ שטימען:
101 רעפובליקאנער
פארוואס זענען רעפובליקאנער מער פרא הילף פאר טייוואן ווי פאר אוקריינע?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די 61 ביליאן פאר אוקראינע נעמט אריין 8 ביליאן אין הילפס קעש פאר די אוקראינישע רעגירונג, על פי עצתו פון טראמפ איז דאס געלט א הלוואה לכשירחיב, און דער פרעזידענט קען מוחל זיין האלב נאך נאוועמבער 15 היי יאר למס', און די צווייטע האלב אין 2026 למס'.

די אנדערע 53 ביליאן בלייבט מער ווייניגער פאר וואפן פראדוקציע אין אמעריקע.

די ארום 9 ביליאן אין הומאניטערישע הילף איז נישט נאר פאר די פאלעסטינער, אן אומבאשטימטע ציפער פון דעם איז טאקע פאר די פאלעסטינער, אבער טייל גייט פאר אוקראינע און פאר אנדערע געברויכן בכל קצוי תבל.

די טיקטאק פארבאט ביל האט נאך אסאך גוטע זאכן, צום ביישפיל אז מען וועט נוצן רוסישע נכסים צו העלפן אוקראינע. אפשר שפעטער וועלן מיר האבן נאך דעטאלן. עס איז צוזאמענגעשטעלט פון 15 קלענערע בילס.

דער סענאט מוז נעמען אלע פיר חלקים אינאיינעם, און עס איז ערווארטעט דורכצוגיין בקרוב, אבער עס קען נאך מעגליך זיין פראצעדור קאפווייטאג.

ביידן האט פארשטייט זיך פארשפראכן דאס אונטערצושרייבן.

אן אמענדמענט פון מרת גרין ארויסצונעמען די אוקראינישע געלטער פון דעם ביל האט באקומען 71 רעפאבליקאנער שטימען, ויש אומרים אז דאס איז דער עכטער ציפער פון די וואס זענען קעגן שיקן געלט, בעת די איבריגע 41 ניין שטימען זענען על פי רוב וואויט נאו האופ יעס שטימען, וואס האבן מורא צו האבן אזא שטימע אויף זייער רעקארד.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41917
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קאנגרעסמאן בעני טאמפסאן שלאגט פאר א ביל וואס וועט אווענעמען סיקרעט סערוויס שוץ פון אזעלכע וועלכע ווערט געפונען שולדיג אויף פארברעכנס פאר וועלכע מען קען באקומען א יאר טורמע אדער מער
מייק פענס 2024
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 6:45 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייק פענס 2024 »

טראמפ עדווייזער סטיוו בענאן רופט די רעפובליקאנער קאנגרעסלייט צו טראסקענען ספיקער דזשאנסאן.
די לעצטע שאנס צו ראטעווען די רעפובליקאנער פארטיי פון א טאטאלע צוזאמבראך:

ניקי העילי פאר פרעזידענט!
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

IMG-20240421-WA0008.jpg
IMG-20240421-WA0008.jpg (129.64 KiB) געזען 8842 מאל
https://www.cnn.com/2024/04/21/politics ... id=ios_app
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

IMG-20240421-WA0019.jpg
IMG-20240421-WA0019.jpg (150.24 KiB) געזען 8623 מאל
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

קאנגרעסמאן דאנעלד פעין (ד) פון ניו דזערסי’ס צענטע דיסטריקט איז געשטארבן.

דאס איז א סעיף דעמאקראטישע דיסטריקט, אבער אין אזא צוטיילטע קאנגרעס מאכט יעדע שטימע אויס.
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

פארברעכערס האבן זיך איינגעבראכן אין קאנגרעסמאן עדעם שיף׳ס קאר אין גענימען זיין רעקל מיט פולע אנדערע סחורה.
IMG_3859.jpeg
IMG_3859.jpeg (119.17 KiB) געזען 3071 מאל
This fall I will be voting for the candidate found mentally competent to stand trial.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41917
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קאנגרעסמאן מעסי אן קאנגרעספרוי גרין וועלכע רודערן אז מען דארף באזייטיגן ספיקער דזשאנסאן גייען מארגן מיטוואך אינדערפרי אפהאלטן א פרעסע קאנפרענץ
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41917
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די הויז דעמאקראטישע פירערשאפט מעלדט אפיציעל אז אויב וועט זיין א פארזוך צו באזייטיגן ספיקער דזשאנסאן פון אמט וועלן זיי עס בלאקירן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”