מען האט יעצט דורכגעפירט אין די רולס קאמיטע די רול פאר דעם סענאט ביל פלאס די טיקטאק וכו' בילס צוטיילט אין פיר. מיט די הילף פון די דעמאקראטן די ערשטע מאל אין די לעצטערע היסטאריע ווי ווייט מען ווייסט וואס א רול גייט דורך נאר צוליב מינאריטעט פארטיי שטימען!
פון דא וועט עס שוין לכאורה פארן בארג אראפ ביז די ענדגילטיגע אפשטימונג מוצאי שבת קודש.
ניין מיטגלידער, אריינגערעכנט אלע דעמאקראטן, האבן געשטימט אויף יא, און דריי מיטגלידער, נארמאן מעסי און רוי, האבן געשטימט ניין.
איין רעפאבליקאנער, ערין האוטשין, האט געפעלט.
די קאמיטע האט 9 רעפאבליקאנער, אריינגערעכנט דריי פון די וויזויהייסטעס קאוקעס, קעגן 4 דעמאקראטן, עס איז א אנגענומענע זאך פאר די מיאריטעט צו נעמען א סופערמעדזשאריטי אין די קאמיטע וואס קאנטראלירט דעם פלאר. געווענליך נעמט דער ספיקער מענטשן וועם ער קען אינגאנצן טראסטן, אבער מעקארטי האט געמוזט נעמען די דריי צו באקומען זיין בענקל.
בנוגע דעם גרעניץ חלק איז למעשה געבליבן אז צוליב די אוממעגליכקייט דאס דורכצופירן אין די קאמיטע, וויל מען מארגן ארויפברענגען אויף סוספענשאן, וואס ברויך צוויי דריטל.
פאול גאסאר איז די דריטע רעפובליקאנער צו מעלדן אז ער גייט וואוטן צו ווארפן דזשאנסאן.
גאוסער, מעסי און גרין זענען אלע דריי נישט פון די אכט וואס האבן געווארפן מעקארטי.
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. –Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
די 61 ביליאן פאר אוקראינע נעמט אריין 8 ביליאן אין הילפס קעש פאר די אוקראינישע רעגירונג, על פי עצתו פון טראמפ איז דאס געלט א הלוואה לכשירחיב, און דער פרעזידענט קען מוחל זיין האלב נאך נאוועמבער 15 היי יאר למס', און די צווייטע האלב אין 2026 למס'.
די אנדערע 53 ביליאן בלייבט מער ווייניגער פאר וואפן פראדוקציע אין אמעריקע.
די ארום 9 ביליאן אין הומאניטערישע הילף איז נישט נאר פאר די פאלעסטינער, אן אומבאשטימטע ציפער פון דעם איז טאקע פאר די פאלעסטינער, אבער טייל גייט פאר אוקראינע און פאר אנדערע געברויכן בכל קצוי תבל.
די טיקטאק פארבאט ביל האט נאך אסאך גוטע זאכן, צום ביישפיל אז מען וועט נוצן רוסישע נכסים צו העלפן אוקראינע. אפשר שפעטער וועלן מיר האבן נאך דעטאלן. עס איז צוזאמענגעשטעלט פון 15 קלענערע בילס.
אן אמענדמענט פון מרת גרין ארויסצונעמען די אוקראינישע געלטער פון דעם ביל האט באקומען 71 רעפאבליקאנער שטימען, ויש אומרים אז דאס איז דער עכטער ציפער פון די וואס זענען קעגן שיקן געלט, בעת די איבריגע 41 ניין שטימען זענען על פי רוב וואויט נאו האופ יעס שטימען, וואס האבן מורא צו האבן אזא שטימע אויף זייער רעקארד.
קאנגרעסמאן דאנעלד פעין (ד) פון ניו דזערסי’ס צענטע דיסטריקט איז געשטארבן.
דאס איז א סעיף דעמאקראטישע דיסטריקט, אבער אין אזא צוטיילטע קאנגרעס מאכט יעדע שטימע אויס.
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. –Rabbi Avigdor Miller, Tape #133