נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

פרעזידענט פרא-טעמפאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:22 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט פרא-טעמפאר »

הכל הבל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 15, 2024 12:39 pm
הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 3:39 pm
די פעדעראלע געזעץ פארלאנגט פון ריכטער וואס פאראורטיילן קרימינאלן זיי צוצוטיילן א באשטימטע מינימום געוואנדן אינעם פארברעך און מאכט דריי אויסנאמען ווען ריכטער קענען יא באשטימען שטראפן קלענער ווי די געזעץ פארלאנגט אין אלגעמיין

צוויי סארט אויסנאמען ווערן געמאכט אין פאל וואס די פראקוראר איז איינשטימיג דערמיט וויבאלד דער באשולדיגטער האט צוגעשטעלט באדייטנדע הילף אין קעיסעס אקעגן אנדערע

די דריטע אויסנאם איז אויך אויב דער פראקוראר פארלאנגט יא צו גיבן די כאטש די באשטימטע מינימום און דאס ווערט אנגערופן די סעיפטי וואלוו אויסנאם וואס ווערט געמאכט אין פעלער וואס עימיצער איז געפונען געווארן שולדיג אויף געוויסע סארט נישט ווילדע דראג פארברעכנס אבער צו קוואליפיצירן פאר די אויסנאם דארף יענער נאכקומען א ליסטע פון 5 באדינגונגען

1) די קרימינאלע רעקארד דארף זיין מינימאל

2) בלויז אויב איז יענער נישט געווען דער פירער, ארגאנאזירער פון די פארברעך

3) ער האט נישט דורכגעפירט קיין געוואלדטאטן ביים באגיין די פארברעך

4) די פארברעך האט נישט געפירט צו קיין ערנסטע פארוואונדעטע

5)בעפאר די סענטענסינג דארף ער זאגן פאר די רעגירונג אלעס וואס כער ווייסט איבער די פארברעך

ווען קאנגרעס האט באשטעטיגט די ערשטע סטעפ אקט האבן זיי צווישן אנדערן אויסגעברייטערט אט די דריטע אויסנאם מיטן ווייכער מאכן די ערשטע פון די 5 פארלאנגען מיטן ערלויבן פאר די קרימינאלע רעקארד צו זיין אביסל מער פארפלעקט ווי ביז דאן און אז עס זאל נישט שטערן צו געניסן פון די סעיפטי וואלוו אויסנאם

די ערשטע סטעפ אקט האט אמענדירט די ערשטע באדינג און ערלויבט צו געניסן דערפון אזוי לאנג ווי דער באשולדיגטער האט נישט מער ווי

1) א 4 פונקטן קרימינאלע היסטאריע אויף זיין רעקארד (אזעלכע פארברעכנס וועלכע טרייבן אויף בלויז איין פונקט ווערן נישט גערעכנט)

2) "און" מען איז נישט באגאנגען א פריערדיגע פארברעך וועלכע האט זעלבסט אויפגעטריבן 3 פונקטן

3) "און" מען איז נישט באגאנגען א פריערדיגע ווילדע פארברעך וועלכע האט זעלבסט אויפגעטריבן 2 פונקטן

די פראגע וואס האט זיך געשאפן איז אויב די ווארט "און" וואס קאנגרעס האט גענוצט באדייט אז אויב עימיצער קומט נאך איינע פון די 3 פארלאנגען שטעלט עס שוין צופרידן די ערשטע פון די 5 באדינגונגען אדער מיינט די ווארט "און" אז וגם לרבות אז מען דארף נאכקומען אלע 3 פארלאנגען

די פערטע,ניינטע, און עלפטע קרייז געריכטן האבן געאורטיילט לקולא און די צייט וואס די פיפטע, זעקסטע, זיבעטע און אכטע קרייז געריכטן האבן געשריבן לחומרא

מארק פאלסיפער איז געווארן אנגעקלאגט אויף אזא סארט פארברעך און די אכטע קרייז געריכט האט אין זיין פאל געאורטיילט לחומרא און נאכן אפעלירן זיין קעיס צום סופרים קאורט זענען זיי עס איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס

די ריכטער האבן אצינד אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן

אזויפיהל ווי 10 טויזנט ארעסטאנטן קענען ווערן אפעקטירט דורך די אורטייל פונעם געריכט

פאלסיפער'ס אדוואקאט האט גע'טענה'ט אז ווען עיציער זעהט א שילד מיט די ווערטער: נישט טרונקן או דרייוון" פארשטייט ער אז ער קען טוהן איינע פון די צוויי אבער נישט ביידע

ריכטערין קעיגען האט געצימבלט די ביישפיל מיטן צושטעלן א פאל פון א מעדיצינישע טעסט וואס עימיצער זוכט דורכצוגיין און די שפיטאל זאגט פאר יענעם אז אין די 12 שטונדן בעפאר טאר מען נישט עסן און טרונקן און רייכערן

קעיגען: איך גלויב אז די רויכערסט נישט אבער וואלסטו געגעסן און געטרונקן זייענדיג צופרידן אז "און" מיינט "אדער" און אז נאכקומען איינע פון די פארלאנגען איז גענוג?!

און אפצושלאגן די פאל מיט די שילד נישט צו דריוון אנגעטרונקען זאגט קעיגען אז עס איז אנדערש ווען די צוויי פארלאנגען זענען דירעקט פארבונדן איינע מיט די צווייטע און יעדער פארשטייט אז עס איז נישט א פארבאט אויף בלויז טרונקען אדער בלויז דרייוון נאר די "און" קומט טאקע צו באהעפטן די צוויי אז אין פאל וואס עימיצער האט געטרונקן זאל ער נישט דרייוון
סופרים קאורט אורטיילט אקעגן פאלסיפער

קעיגען האט געשריבן פאר די מאיאריטעט און דערין אנגעשלאסן ראבערטס, קעווענאו, אליטא, טאמאס און בערעט

גארסוטש שרייבט פאר די מינאריטעט און דערין אנגעשלאסן דזשעקסאן און סאטאמאיאר
אינטרעסאנטע אורטייל...

קאנסערוועטיווע ריכטער גארסוטש שטעלט זיך מיט צוויי ליבעראלע ריכטער, דזשעקסאן און סאטאמאיאר.

ליבעראלע ריכטער קעיגען שטעלט זיך מיט די קאנסערוועטיווע ריכטער ראבערטס, קעווענאו, אליטא, טאמאס און בערעט.
If you ever feel useless, remember that the U.N. still exists.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרעזידענט פרא-טעמפאר האט געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2024 6:17 pm

המממ

נישט אזוי אינטערסאנט..

גארסוטש איז גאר אפט פיל מער גענויגט צום פריוואטע אינדיווידועל און זיינע רעכטן אקעגן די רעגירונג אין איר מאכט ווי קעיגען

פון אלע 3 טראמפ ריכטער איז גארסוטש די מערסטע ליבערטעריען גענויגט אן פון אלע 3 ליבעראלן איז קעיגען די מערסטע פרא רעגירונג און זעהט זיך זייער אסאך אויג צו אויג מיט ראבערטס אויף אזעלכע פראגן
אויווען
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 06, 2023 2:19 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויווען »

פרעזידענט פרא-טעמפאר האט געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2024 6:17 pm
הכל הבל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 15, 2024 12:39 pm
הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 3:39 pm
די פעדעראלע געזעץ פארלאנגט פון ריכטער וואס פאראורטיילן קרימינאלן זיי צוצוטיילן א באשטימטע מינימום געוואנדן אינעם פארברעך און מאכט דריי אויסנאמען ווען ריכטער קענען יא באשטימען שטראפן קלענער ווי די געזעץ פארלאנגט אין אלגעמיין

צוויי סארט אויסנאמען ווערן געמאכט אין פאל וואס די פראקוראר איז איינשטימיג דערמיט וויבאלד דער באשולדיגטער האט צוגעשטעלט באדייטנדע הילף אין קעיסעס אקעגן אנדערע

די דריטע אויסנאם איז אויך אויב דער פראקוראר פארלאנגט יא צו גיבן די כאטש די באשטימטע מינימום און דאס ווערט אנגערופן די סעיפטי וואלוו אויסנאם וואס ווערט געמאכט אין פעלער וואס עימיצער איז געפונען געווארן שולדיג אויף געוויסע סארט נישט ווילדע דראג פארברעכנס אבער צו קוואליפיצירן פאר די אויסנאם דארף יענער נאכקומען א ליסטע פון 5 באדינגונגען

1) די קרימינאלע רעקארד דארף זיין מינימאל

2) בלויז אויב איז יענער נישט געווען דער פירער, ארגאנאזירער פון די פארברעך

3) ער האט נישט דורכגעפירט קיין געוואלדטאטן ביים באגיין די פארברעך

4) די פארברעך האט נישט געפירט צו קיין ערנסטע פארוואונדעטע

5)בעפאר די סענטענסינג דארף ער זאגן פאר די רעגירונג אלעס וואס כער ווייסט איבער די פארברעך

ווען קאנגרעס האט באשטעטיגט די ערשטע סטעפ אקט האבן זיי צווישן אנדערן אויסגעברייטערט אט די דריטע אויסנאם מיטן ווייכער מאכן די ערשטע פון די 5 פארלאנגען מיטן ערלויבן פאר די קרימינאלע רעקארד צו זיין אביסל מער פארפלעקט ווי ביז דאן און אז עס זאל נישט שטערן צו געניסן פון די סעיפטי וואלוו אויסנאם

די ערשטע סטעפ אקט האט אמענדירט די ערשטע באדינג און ערלויבט צו געניסן דערפון אזוי לאנג ווי דער באשולדיגטער האט נישט מער ווי

1) א 4 פונקטן קרימינאלע היסטאריע אויף זיין רעקארד (אזעלכע פארברעכנס וועלכע טרייבן אויף בלויז איין פונקט ווערן נישט גערעכנט)

2) "און" מען איז נישט באגאנגען א פריערדיגע פארברעך וועלכע האט זעלבסט אויפגעטריבן 3 פונקטן

3) "און" מען איז נישט באגאנגען א פריערדיגע ווילדע פארברעך וועלכע האט זעלבסט אויפגעטריבן 2 פונקטן

די פראגע וואס האט זיך געשאפן איז אויב די ווארט "און" וואס קאנגרעס האט גענוצט באדייט אז אויב עימיצער קומט נאך איינע פון די 3 פארלאנגען שטעלט עס שוין צופרידן די ערשטע פון די 5 באדינגונגען אדער מיינט די ווארט "און" אז וגם לרבות אז מען דארף נאכקומען אלע 3 פארלאנגען

די פערטע,ניינטע, און עלפטע קרייז געריכטן האבן געאורטיילט לקולא און די צייט וואס די פיפטע, זעקסטע, זיבעטע און אכטע קרייז געריכטן האבן געשריבן לחומרא

מארק פאלסיפער איז געווארן אנגעקלאגט אויף אזא סארט פארברעך און די אכטע קרייז געריכט האט אין זיין פאל געאורטיילט לחומרא און נאכן אפעלירן זיין קעיס צום סופרים קאורט זענען זיי עס איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס

די ריכטער האבן אצינד אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן

אזויפיהל ווי 10 טויזנט ארעסטאנטן קענען ווערן אפעקטירט דורך די אורטייל פונעם געריכט

פאלסיפער'ס אדוואקאט האט גע'טענה'ט אז ווען עיציער זעהט א שילד מיט די ווערטער: נישט טרונקן או דרייוון" פארשטייט ער אז ער קען טוהן איינע פון די צוויי אבער נישט ביידע

ריכטערין קעיגען האט געצימבלט די ביישפיל מיטן צושטעלן א פאל פון א מעדיצינישע טעסט וואס עימיצער זוכט דורכצוגיין און די שפיטאל זאגט פאר יענעם אז אין די 12 שטונדן בעפאר טאר מען נישט עסן און טרונקן און רייכערן

קעיגען: איך גלויב אז די רויכערסט נישט אבער וואלסטו געגעסן און געטרונקן זייענדיג צופרידן אז "און" מיינט "אדער" און אז נאכקומען איינע פון די פארלאנגען איז גענוג?!

און אפצושלאגן די פאל מיט די שילד נישט צו דריוון אנגעטרונקען זאגט קעיגען אז עס איז אנדערש ווען די צוויי פארלאנגען זענען דירעקט פארבונדן איינע מיט די צווייטע און יעדער פארשטייט אז עס איז נישט א פארבאט אויף בלויז טרונקען אדער בלויז דרייוון נאר די "און" קומט טאקע צו באהעפטן די צוויי אז אין פאל וואס עימיצער האט געטרונקן זאל ער נישט דרייוון
סופרים קאורט אורטיילט אקעגן פאלסיפער

קעיגען האט געשריבן פאר די מאיאריטעט און דערין אנגעשלאסן ראבערטס, קעווענאו, אליטא, טאמאס און בערעט

גארסוטש שרייבט פאר די מינאריטעט און דערין אנגעשלאסן דזשעקסאן און סאטאמאיאר
אינטרעסאנטע אורטייל...

קאנסערוועטיווע ריכטער גארסוטש שטעלט זיך מיט צוויי ליבעראלע ריכטער, דזשעקסאן און סאטאמאיאר.

ליבעראלע ריכטער קעיגען שטעלט זיך מיט די קאנסערוועטיווע ריכטער ראבערטס, קעווענאו, אליטא, טאמאס און בערעט.
נאכן זען דיין ניק, איז פארשטענליך דיין קשי׳ איר זעהט אלעס דורך די אויגן פון א פאליטיקאנט, נישט פון א לעגאלע פערספעקטיוו
Don't judge a book by its spelling. (אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט פארלענגערט ווידער די סטעי אויף די געזעץ וועלכע וואלט ערלויבט טעקסאס צו פארהאלטן אימיגראנטן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט אורטיילט איינשטימיג אין שטיצע פון א מאן פון פארטלענד וועלכע קלאגט די רעגירונג פארן אים ארויפשטעלן אויף די "פארבאטן צו פליען" ליסטע

די אורטייל האבט געשריבן..

יא , גוט צוגעטראפן..

ריכטער גארסוטש..
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט האט היינט געאורטיילט אין שטיצע פון אן אימיגראנט און זיין רעכט צו קענען פארבלייבן אין לאנד

די אורטייל איז אראפגעקומען 3-6 מיט די דריי טראמפ נאמינירטע ריכטער אליאירט מיט די 3 ליבעראלן און אליטא, ראבערטס און טאמאס אין די מינאריטעט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט שענקט גרינע ליכט פאר טעקסאס צו קענען אינפארסירן זייער אימיגראציע געזעץ צו פארהאלטן אימיגראנטן
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלף
תגובות: 1679
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

תגובה דורך שכולו טוב »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2024 2:24 pm
סופרים קאורט שענקט גרינע ליכט פאר טעקסאס צו קענען אינפארסירן זייער אימיגראציע געזעץ צו פארהאלטן אימיגראנטן
That means the law can go into effect while litigation continues in lower courts. It could still be blocked at a later date.
נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:39 pm
די פראבלעם איז מיר זענען בייעסד ליידער און מיר פארנעמען נישט מיט קיין מהלך ברייטער ווי אונזער שמאלע קאפ, יעדער איינער לפי דרכו לכאן ולכאן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטיג

עס איז אן ארדער אויף די צייט וואס די קעיס ווערט באהאנדלט אין געריכט
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלף
תגובות: 1679
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

6-3 Ruling
נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:39 pm
די פראבלעם איז מיר זענען בייעסד ליידער און מיר פארנעמען נישט מיט קיין מהלך ברייטער ווי אונזער שמאלע קאפ, יעדער איינער לפי דרכו לכאן ולכאן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די 3 ליבעראלן אויפן באנק האבן אפאזירט די ארדער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סאטאמאיאר שרייבט אז די ארדער וועט אנזייען כאאס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פעדעראלע דיסטריקט ריכטערין שעראן דזשאנסאן (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) אורטיילט אז אומלעגאלע אימיגראנטן געניסן פון די צווייטע אמענעדמענט רעכטן צו באזיצן געווער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אפעלאט געריכט אין טעקסאס בלאקירט אויף דערווייל די סטעיט אימיגראציע געזעץ

טראמפ האט שוין איבערצייגט 3 געוועזענע אטוירני דזשענעראל'ס צו שיקן פריינד פון געריכט בריוון צטום סופרים קאורט אין זיין שטיצע

מיעס און עשקראפט האבן געמאכט די קעיס אז ער געניסט פון אימיוניטי און מוקעיסי האט געשריבן אז די שטעלן די ספעשל קאונסעל איז געווען אומלעגאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 9:01 am
אפעלאט געריכט אין טעקסאס בלאקירט אויף דערווייל די סטעיט אימיגראציע געזעץ
די בלאקאדא איז געווען 1-2

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 9:20 am
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 9:01 am
אפעלאט געריכט אין טעקסאס בלאקירט אויף דערווייל די סטעיט אימיגראציע געזעץ
די בלאקאדא איז געווען 1-2
אום 11 אזייגער גייט די קרייז געריכט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

געוועזענע סופרים קאורט ריכטער סטיווען ברייער קריטיקירט די העכסטע געריכט קאנסערוואטיווע מאיאריטעט פארן גיבן פארן פאלק א קאנסטיטוציע וואס זיי ווילן נישט

ער דרוקט אויס שטיצע פאר א פארשלאג אז סופרים קאורט ריכטער זאלן מוזן רעטייערן ביי א געוויסע יארגאנג און זעהט פאר א מעגליכקייט אז די לענדמארק רציחה אורטייל זאל איין טאג ווערן איבערגעדרייעט
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6527
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

13 אקטיוויסטן (פרידליכע פראטעסטירער) זענען היינט ארעסטירט געווארן נעבן די סופרים קאורט געביידע, נאך וואס זיי האבן בלאקירט די פארקער אויף לאקאלע שאסייען.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די פיפטע קרייז געריכט האט מיט 1-2 פארארדנט צו ווייטער האלטן די טעקסאס אימיגראציע ביל איינגעפרוירן

קומענדיגע וואך גייט פארקומען א פארהער צו באשליסן אויב די געזעץ איז קאנסטיטוציאנאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א קריסטליכע פארפאלק קלאגט אן וואשינגטאן סטעיט פארן נישט וועלן באנייען זייער לייסענס צו קענען אויפציען יתומים ביי זיך אין שטוב

די סטעיט האט געטוישט זייערע פארשריפטן און פארלאנגט פון פארפעלקער וועלכע ווילן קוואליפיצירן פאר די פראגראם זיך צו פארפליכטן צו רופן די קינדער מיט די נעמען באזירט אויף די גענדער אויסוואל פון די קינדער

די פארפאלק זאגט אז דאס גייט אקעגן זייער רעליגיע און ווייזן אז צוליב וואס זיי ווילן זיך נישט אונטערווארפן דערונטער לאזט מען זיי נישט ארייננעמען קינדער אפגעזעהן די יארגאנג אריינגערעכנט אין די עלטער פון 2 יאר ווי די טעמע איז נאך ניטאמאהל רעלעוואנט
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5850
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 10:47 am
א קריסטליכע פארפאלק קלאגט אן וואשינגטאן סטעיט פארן נישט וועלן באנייען זייער לייסענס צו קענען אויפציען יתומים ביי זיך אין שטוב

די סטעיט האט געטוישט זייערע פארשריפטן און פארלאנגט פון פארפעלקער וועלכע ווילן קוואליפיצירן פאר די פראגראם זיך צו פארפליכטן צו רופן די קינדער מיט די נעמען באזירט אויף די גענדער אויסוואל פון די קינדער

די פארפאלק זאגט אז דאס גייט אקעגן זייער רעליגיע און ווייזן אז צוליב וואס זיי ווילן זיך נישט אונטערווארפן דערונטער לאזט מען זיי נישט ארייננעמען קינדער אפגעזעהן די יארגאנג אריינגערעכנט אין די עלטער פון 2 יאר ווי די טעמע איז נאך ניטאמאהל רעלעוואנט
ה"י

וואספארא לייסענס און צו וועלכע פראגראם דארף מען קוואליפיצירן?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6527
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:38 am
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2023 12:10 pm
דיזני טראגט אריין אנקלאגע אקעגן דעסאנטיס
לאנדעט אויפן טישל פון פעדעראלע דיסטריקט ריכטער מארק וואלקער (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)
דיזני געגרייכט א שליכטונג מיט פלארידע צו פארענדיגן די קריגעריי.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6527
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הכל הבל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 3:20 pm
צוריק אין 2021 למספרם האט דרום קאראליינע אדאפטירט א קאנגרעסיאנאלע מאפע וועלכע שניידט ארויס נאנט צו צוויי דריטל פון אפריקאנער אמעריקאנער אין טשארלסטאן קאונטי פון די ערשטע דיסטריקט וועלכע ווערט אצינד געהאלטן דורך קאנגרעספרוי נענסי מעיס

די וויילער זענען געווארן אריינגעשטופט אין די זעקסטע דיסטריקט וועלכע ווערט רעפרעזענטירט דורך קאנגרעסמאן דזשים קלייבוירן ווען אין די זעלבע צייט זענען רעפובליקאנע געגנטער ווי בערקלי, דארטשעסטער און ביופארט קאונטיס ארויס פונעם זעקסטן דיסטריקט אין געווארן טייל פון די ערשטע דיסטריקט

סטעיט רעפובליקאנער האבן אין יענע צייט אפגעשלאגן קריטיק אז ראסע האט געשפילט א ראלע און זיך פארטיידיגט זאגנדיג אז זיי האבן בלויז געזוכט אנצוהאלטן די ערשטע דיסטריקט אין זייער קאלום און צו האלטן די סטעיט'ס קאנגרעסיאנאלע דעלעגאציע 1-6 אזוי ווי בעפאר

פארלאפענע יונואר למספרם האט א דריי ריכטער פאנעל אויפן די סי קרייז געריכט געאורטיילט אז די מאפע דארף ווערן איבערגעשריבן צוליב איר ראסע גערימענדענרינג אבער די סופרים קאורט האט איינגעפרוירן די אורטייל אויף ביז זיי באקומען א שאנס אויסצוהערן די קעיס

די שאנס איז געקומען פארלאפענע מיטוואך ווען די העכסטע געריכט האט אוויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס ווען די סטעיט אדוואקאט דזשאן גאור האט געמאכט די קעיס אז די דאטא אויף וועלכע די סטעיט האט זיך פארלאזט ביים שרייבן די מאפע איז געווען די רעזולטאטן פון 2020 למספרם און עס איז געווען ריין פאליטיש און אז די קלעגער האבן נישט צוגעשטעלט באווייזן אז מען האט זיך קאנצעטרירט אויף ראסע

גאור זאגט אויך אז די קלעגער האבן נישט צוגעשטעלט אן אלטערנאטיווע מאפע וועלכע זאל צייגן אז עס איז געווען א צווייטע וועג ווי אזוי צו האלטן דיסטריקט 1 רויט און זיך האלטן צו פריערדיגע טראדיציאנאלע רעדיסטריקטינג פרינציפן

ריכטערין קעיגען האט אפגעשלאגן די באהויפטונג אז די קלעגער וואלטן ווען געדארפט אהערשטעלן א צווייטע מאפע פארשלאג אבער ריכטער ראבערטס האט יא אויסגעקוקט סימפאטיש צו די גאור ארגומענט

ראבערטס האט געזאגט פאר לאה עידען וועלכע האט רעפרעזענטירט די קלעגער אז איר קליענט דארף נאכקומען א זייער זייער קאמפליצירטע אויפגאבע וואס איז דאס פונאנדערשיידן צווישן ראסע און פאליטיק אין אזא סארט סיטואציע און דו פרובירסט עס אויסצופיהרן אן קיין דירעקטע באווייז און אן קיין אלטערנאטיווע מאפע וואס מיר באקומען אפט אין גערימענדערינג קעיסעס

ער האט געזאגט פאר עידען אז זי האט פארפעהלט צו איבערצוגיין אז די סטעיט האט איגנארירט א רייע אויסוואהל פון פאליטישע דאטא און ענדערש געקוקט אויף ראסע דאטא

ראבערטס האט אנגעוויזן אז אין די צייט וואס די קלעגער פארפירן איבער די גרויסע צאהל אפריקאנער אמעריקאנער ארויסגערוקט פון דיסטריקט 1 האבן די רעפובליקאנער בלויז צובאקומען א נעט וואוקס פון 1.36 פון רעגיסטרירטע רעפובליקאנער אין די דיסטריקט

ער זאגט פאר עידען אז ער שליסט נישט קאטעגאריש אויס די שאנס פאר די קלעגער צו האבן סוקסעס אבער זאגט יא אז אזאנס וואלט באטרעטן פרישע באדן אין די געריכט'ס רעדיסטריקטינג קעיסעס

ריכטער גארסוטש איז אויך געווען גינסטיג צו גאור זאגנדיג פאר די ביידען אדמיניסטראציע סאליסיטאר דזשענעראל קעראליין פלין אז אפילו אויב די קלעגער וואלטן נישט "געמוזט" צושטעלן קיין אלטערנאטיווע מאפע וואלט עס געווען די מערסט איינפאכע זאך צו טוהן נאך וואס קאמפיוטער שפייען ארויס טויזנטער סארט מאפעס אין פארשידענע פארמאטן

גארסוטש זאגט אז דאס וואלט געווען די מערסט ראציאנאלע באווייז צו איבערצייגן אז געזעצגעבער זענען אומאויפריכטיג מיט זייער באהויפטונג און אז זייערע מאטיוון זענען ווירקליך יא געווען באזירט אויף ראסע

ריכטער אליטא האט אנגעוויזן א מאפע שרייבער וויל ראבערטס האט א לאנגע היסטאריע פון ארבעטן מיט די לעגיסלאטור און האט געשריבן מאפעס פאר ביידע פארטייען

אליטא האט אויך דערמאנט די געפינסן וועלכע די קלעגער האבן צוגעשטעלט פארן געריכט געשריבן דורך דרויסנדיגע עקספערטן וועלכע מאכן די קעיס אז די מאפע איז ראסיסטיש

דער ריכטער האט דערמאנט אז איינע פון די עקספערטן האט אין זיינע פארשונגען באטראכט אזויפחהל ווי 10 טויזנט סארט מאפעס וואס מען וואלט געקענט שרייבן אבער יענער האט ביי קיין איינע פון זיי נישט גענומען פאליטיק אין באטראכט

אליטא האט אויסגעפיהרט מיט וואונדער צו עידען: ווי אזוי קענען מיר צוטיילן געוויכט צו אן עקספערט באריכט וועלכע שליסט אויס פאליטיק אין א צייט וואס איז אינגאנצן קאנצעטרירט אפצוטיילן ראסע פון פאליטיק?!

ריכטער טאמאס, קעווענאו און בערעט האבן אויך אויסגעקוקט פיל מער גענויגט צו די סטעיט ארגומענט ווי די דריי ליבעראלן און עס איז ערווארטעט אז אן אורטייל אין די קעיס ווען לאנדן פריער ווי אנדערע היי פראפיל קעיסעס צו גיבן צייט פאר די סטעיט צו זיין גרייט פאר די 2024 למספרם וואלן
דערווייל האט די העכסטע געריכט נאכנישט ארויסגעגעבן איר אורטייל...

אונטערשטע געריכט פארארדענט אז די אומקאנסטיטוציאנאלע מאפעס זאלן ווערן גענוצט פאר די יעצטיגע 2024 וואלן.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6527
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

דריטע קרייז אפעלאט געריכט אורטיילט אז פענסילוועניע מוז נישט אננעמען מעיל אין בעלאטס וועלכע האבן נישט קיין דאטום ווי פארלאנגט לויט די געזעץ.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-03-28 194059.png
Screenshot 2024-03-28 194059.png (147.85 KiB) געזען 266 מאל
Screenshot 2024-03-28 194035.png
Screenshot 2024-03-28 194035.png (150.79 KiB) געזען 266 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”