שמאטע האט געשריבן: דאס איז א געזונטע שקר וועלכע די דייטשען ווילן פארקויפן פאר די וועלט! און אויב הערט מען פון אידן וועלכע האבן איבערגעלעבט די קריג הערט מען אז די דייטשע פאלק האט אליינס מיטגעארבייט מיט די נאציס ימח שמם און ארויסגעהאלפן פארניכטן דאס אידיש פאלק רח"ל.
די סיבה פארוואס מען האט נישט געמאכט פארניכטונגס לאגערן אין דייטשלאנד אליינס איז געווען ווייל די רשעים האבן נישט געוואלט "פארשמיצען דאס ריינע דויטשע ערד מיט אידיש בלוט" הי"ד!
אזוי אויך האבן די דייטשע בירגער זיך באניצט מיט לאגער ארבייטער כמעט ווי די מצרים בימי פרעה.
יעדע דייטש האט געוויסט אז מען רצח'ט און מען איז מבער דאס אידיש פאלק!
אלע פון זיי (חוץ אפשר איינצעלנע וועלכע זענען געווען די אנטי היטלער חברה) האבן געהאלטן אז ס'איז נישט נארמאל. אבער זיי האבן גארנישט געקענט טוען חוץ באהאלטן א איד'ל דא דארט.
זאכן זענען מיר דא נישט אזוי קלאר אבער ווי דער ידען וחוקר בהא הידיעה און עניני חורבן אירופא הרב שאול קליין איז מבאר כמה פעמים בריאות חותכות האבן די דייטשן ימ"ש בדרך כלל הנאה געהאט דערפון ווי ער ציטורט פון בריוון וואס דייטשן האבן אהיים געשיקט וכו'