קורצע שאלות איבער די צווייטע וועלט מלחמה.

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

טרעוולער האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן: האט כלל ישראל קאלעקטיוו בעפאר די קריג אויסגעזעהן ארגער ווי יעצט?

יא! ליידער.
לדוגמא:
וויפיל אידישע קינדער -אין די גאנצע וועלט- פון 12 ביז 18 יאר האבן געדאווענט יעדן טאג, אינעם יאר תרח"צ ?

און היינט צו טאגס בליע"ה, השי"ת זאל העלפן אויף ווייטער.

שווער אפצושאצן אזא שאלה. אויב האט איר גוט אפגעלערנט דעם קול קורא "שובה ישראל" איז נישט אלעס געמאסטן אויפן דאווענען, ועוד, אז די כמות פון כלל ישראל איז בכלל נישט דאס וואס מאכט אויס, כי אתם המעט מכל העמים כתיב, און פארן אויבערשטן איז נישט קיין נפק"מ וויפיהל שיינע בילדינג'ס 'סאיז דא היינט צוטאגס, ער האט גאהר אנדערע פלענער, ודי בהערה זו.

בכלל, לענ"ד נראה אז ס'איז נישט שייך צו שאצן אזא סארט שאלה מיט די אייגענע פשוט'ע שכל, מ'דארף די בליק פון צדיקי אמת מאורי ישראל, ועל זה תמכנו יתדותינו.
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע:אין פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

נאך א דוגמא:
וויפיל אידען זענען שומרי שבת היינט?
די זעלבע מספר, אדער נאכמער ווי פארן קריג.
דאס איז כמות.

און באיכות איז אויך געווען ליידער גאר ווייניג (פערצענטואל) פרומע אידן פארן קריג. אין די גאנצע וועלט.

דאס איז א פשוט'ע מציאות, פאר ווער עס קען אביסל היסטאריע.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

שמן האט געשריבן:
אהרן הלוי האט געשריבן:
וואץ האט געשריבן: דער בילגורייא רב זצ'''ל האט פארלוירן 2 קינדער דאס הייסט האלבעגעשוויסטער פונעם היינטיגן בעלזא רב שליט''א.

איך מיין אז איינע די צוויי קינדער איז אוועק נאך פאר די קריג

איך מיין דאס איז א דריטע קינד, אויך אין אמעריקא האט ער פארלוירען צווי קינדער בחייו ה"י

:?::?:
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

שטיין האט געשריבן: זאג שוין וואס איז די בריוו פין ר אביגדור מילער

סי'ז נישט קיין בריוו
סי'ז צוויי גאנצע ספרים
איינס געשריבן דורך ר' אביגדור זעלבסט
https://www.amazon.com/Divine-Madness-R ... B071X6HGL1

און דאס צווייטע איז ארויס געגעבן דורך הרה"ג ר' דוד צבי מאיער שליט"א, מיטן נאמען 'עשן הכבשן',
https://books.google.com/books/about/%D ... wGMwEACAAJ
אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין »

עס איז ידיש
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13014
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ידיעות שונות האט געשריבן:
טרעוולער האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן: האט כלל ישראל קאלעקטיוו בעפאר די קריג אויסגעזעהן ארגער ווי יעצט?

יא! ליידער.
לדוגמא:
וויפיל אידישע קינדער -אין די גאנצע וועלט- פון 12 ביז 18 יאר האבן געדאווענט יעדן טאג, אינעם יאר תרח"צ ?

און היינט צו טאגס בליע"ה, השי"ת זאל העלפן אויף ווייטער.

שווער אפצושאצן אזא שאלה. אויב האט איר גוט אפגעלערנט דעם קול קורא "שובה ישראל" איז נישט אלעס געמאסטן אויפן דאווענען, ועוד, אז די כמות פון כלל ישראל איז בכלל נישט דאס וואס מאכט אויס, כי אתם המעט מכל העמים כתיב, און פארן אויבערשטן איז נישט קיין נפק"מ וויפיהל שיינע בילדינג'ס 'סאיז דא היינט צוטאגס, ער האט גאהר אנדערע פלענער, ודי בהערה זו.

בכלל, לענ"ד נראה אז ס'איז נישט שייך צו שאצן אזא סארט שאלה מיט די אייגענע פשוט'ע שכל, מ'דארף די בליק פון צדיקי אמת מאורי ישראל, ועל זה תמכנו יתדותינו.

אבער דאס איז זיכער אז די חורבנות וואס די פארטייען האבן אנגעמאכט נאך די ערשטע קריג אין פוילן און גאליציע איז געווען אסאך ערגער ווי היינט עס איז נישט געווען כמעט קיין חסידישע איד וואס האט נישט געהאט א אנגעפארענע קינד
דביה תחדי נפשא
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

שטיין האט געשריבן: עס איז ידיש

ס'ערשטע איז אויף ענגליש
ס'צווייטע איז לשה"ק
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

ידיעות שונות האט געשריבן:
טרעוולער האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן: האט כלל ישראל קאלעקטיוו בעפאר די קריג אויסגעזעהן ארגער ווי יעצט?

יא! ליידער.
לדוגמא:
וויפיל אידישע קינדער -אין די גאנצע וועלט- פון 12 ביז 18 יאר האבן געדאווענט יעדן טאג, אינעם יאר תרח"צ ?

און היינט צו טאגס בליע"ה, השי"ת זאל העלפן אויף ווייטער.

שווער אפצושאצן אזא שאלה. אויב האט איר גוט אפגעלערנט דעם קול קורא "שובה ישראל" איז נישט אלעס געמאסטן אויפן דאווענען, ועוד, אז די כמות פון כלל ישראל איז בכלל נישט דאס וואס מאכט אויס, כי אתם המעט מכל העמים כתיב, און פארן אויבערשטן איז נישט קיין נפק"מ וויפיהל שיינע בילדינג'ס 'סאיז דא היינט צוטאגס, ער האט גאהר אנדערע פלענער, ודי בהערה זו.

בכלל, לענ"ד נראה אז ס'איז נישט שייך צו שאצן אזא סארט שאלה מיט די אייגענע פשוט'ע שכל, מ'דארף די בליק פון צדיקי אמת מאורי ישראל, ועל זה תמכנו יתדותינו.


מען דארף אויכעט נעמען אין חשבון וויפיל צענדליגער טויזענטער חסידישע אידן עובדי השם, דערהויבענע אידן אויף א מורא'דיגע פארנעם, וואס זענען געווען צושפרייט איבער גאנץ פוילן אונגארן גאליציע רומעניע און נאך, וואס האבן זיך געווייקט ביי א וועלט פון צדיקים וואס איז געווען דאן, וואס די איכות פון די סארט חסידישע דערהויבענע אידן אויף אזא פארנעם, עובדי השם אין די מאסן איז נישט דא היינט, (הגם הבחירה לכל להיות כן כמובן), פון די אנדערע זייט זענען געווען אפשר גרעסערע פורקי עול, עס איז געווען פון ביידע זייטן שטערקער, זה לעומת זה.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2915
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

טרעוולער האט געשריבן: נאך א דוגמא:
וויפיל אידען זענען שומרי שבת היינט?
די זעלבע מספר, אדער נאכמער ווי פארן קריג.
דאס איז כמות.

און באיכות איז אויך געווען ליידער גאר ווייניג (פערצענטואל) פרומע אידן פארן קריג. אין די גאנצע וועלט.

דאס איז א פשוט'ע מציאות, פאר ווער עס קען אביסל היסטאריע.

אין הימל קוקט מען נישט קיין פראצענטן. בשמים ווויינט מען אויף יעדן איד וואס פאלט אוועק, נישט א חילוק צו ער וואוינט אין בערלין, ווארשע, ירושלים, ברוקלין, אדער אין נעוואדע.

די חורבן בעפארן חורבן איז געווען אז דער באן פון אידישקייט איז "געפארן" מטה מטה מיט א שוידערליכע גאלאפ. די פראצענטן פארציילן אויך נישט די ריכטיגע מציאות, ווייל די קלענערע חלק פונעם אידנטום וועלכע זענען געווען פרום האט פארמאגט א גרויסע פראצענט עלטערע אידן; אין פילע מקומות איז דער מצב ביים אינגן דור געווען פיל ארגער וואו דער "פראצענט" העדליין. אין אנדערע ווערטער, אויב וואלט די וועלט געפארן ווייטער כנהוג, וואלט אין א דור צוויי חלילה... איינע פון די נקודות פון רבי אביגדור זצ"ל איז זיין בוך איז טאקע דאס געווען, אז מיט דעם וואס דער דור איז אומגעקומען על קידוש השם האבן זיי כאטשיק זוכה געווען לחיי העולם הבא. כאפט א שרעק ווען מ'רעדט פון די ענינים!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ראספשע האט געשריבן:
שטיין האט געשריבן: זאג שוין וואס איז די בריוו פין ר אביגדור מילער

סי'ז נישט קיין בריוו
סי'ז צוויי גאנצע ספרים
איינס געשריבן דורך ר' אביגדור זעלבסט
https://www.amazon.com/Divine-Madness-R ... B071X6HGL1

און דאס צווייטע איז ארויס געגעבן דורך הרה"ג ר' דוד צבי מאיער שליט"א, מיטן נאמען 'עשן הכבשן',
https://books.google.com/books/about/%D ... wGMwEACAAJ

אין אייוועלט:

הגאון רבי אביגדור מיללער'ס בוך A Divine Madness
וויפיל פון די קדושים זענען געווען שומרי תורה ומצוות ?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

מונאוויטש האט געשריבן:
טרעוולער האט געשריבן: נאך א דוגמא:
וויפיל אידען זענען שומרי שבת היינט?
די זעלבע מספר, אדער נאכמער ווי פארן קריג.
דאס איז כמות.

און באיכות איז אויך געווען ליידער גאר ווייניג (פערצענטואל) פרומע אידן פארן קריג. אין די גאנצע וועלט.

דאס איז א פשוט'ע מציאות, פאר ווער עס קען אביסל היסטאריע.

אין הימל קוקט מען נישט קיין פראצענטן. בשמים ווויינט מען אויף יעדן איד וואס פאלט אוועק, נישט א חילוק צו ער וואוינט אין בערלין, ווארשע, ירושלים, ברוקלין, אדער אין נעוואדע.

די חורבן בעפארן חורבן איז געווען אז דער באן פון אידישקייט איז "געפארן" מטה מטה מיט א שוידערליכע גאלאפ. די פראצענטן פארציילן אויך נישט די ריכטיגע מציאות, ווייל די קלענערע חלק פונעם אידנטום וועלכע זענען געווען פרום האט פארמאגט א גרויסע פראצענט עלטערע אידן; אין פילע מקומות איז דער מצב ביים אינגן דור געווען פיל ארגער וואו דער "פראצענט" העדליין. אין אנדערע ווערטער, אויב וואלט די וועלט געפארן ווייטער כנהוג, וואלט אין א דור צוויי חלילה... איינע פון די נקודות פון רבי אביגדור זצ"ל איז זיין בוך איז טאקע דאס געווען, אז מיט דעם וואס דער דור איז אומגעקומען על קידוש השם האבן זיי כאטשיק זוכה געווען לחיי העולם הבא. כאפט א שרעק ווען מ'רעדט פון די ענינים!

ר' אביגדור שרייבט סך שטערקער
ער ברענגט ארויס וואס פארא 'חסד השם' עס איז געווען דער חורבן
ווען נישט דעם גרויסן חורבן וואלט כלל ישראל געפארן ווייטער גאלאפירנדיג אויף אראפ אז עס וואלט חלילה נישט געבליבן קיין שם ושארית שומרי תורה ומצות!!
דער גרויסער חורבן, און דער קיום בגלוי פון די פרשת התוכחה, האט עס עטוואס אפגעשטעלט, און אנגעהויבן פון דאסניי!
צו שרייבן אזוינס, דארף מען זיין אזא אדם גדול ווי רבי אביגדור זצ"ל!!
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2915
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

פונקט איצט איבערגעליינט דעם בוך אין די ניין טעג. איך האב זיך געפארכט נאכצושרייבן די דיבורים!
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8774
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שאהן הענניטי האט געשריבן: האט כלל ישראל קאלעקטיוו בעפאר די קריג אויסגעזעהן ארגער ווי יעצט?

מען זאגט אז ליידער יא, אוודאי ווענדט זיך וועלכע מדינות, אין פוילן איז געווען ערגער ווי אונגארן, אבער איבעראל איז געווען א חורבן, און דאס האט זיך בעיקר אנגעהויבן נאך די ערשטע וועלט קריג
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2915
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

דברים נוראים מרביה"ק מסאטמאר זצ"ל אצל מסיבה לישיבה (אריינגעדרוקט אין דברי יואל פ' ויחי דף תקכה). מיין זיידע לאיו"ש, א חורבן איבערלעבער, האלט אן אויסצוג פון דעם שטיקל ביי זיך אין בוזעם טאש.

דברי יואל.jpg
דברי יואל.jpg (191.08 KiB) געזען 2214 מאל
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום דינסטאג יולי 31, 2018 6:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

מונאוויטש האט געשריבן:
טרעוולער האט געשריבן: נאך א דוגמא:
וויפיל אידען זענען שומרי שבת היינט?
די זעלבע מספר, אדער נאכמער ווי פארן קריג.
דאס איז כמות.

און באיכות איז אויך געווען ליידער גאר ווייניג (פערצענטואל) פרומע אידן פארן קריג. אין די גאנצע וועלט.

דאס איז א פשוט'ע מציאות, פאר ווער עס קען אביסל היסטאריע.

אין הימל קוקט מען נישט קיין פראצענטן. בשמים ווויינט מען אויף יעדן איד וואס פאלט אוועק, נישט א חילוק צו ער וואוינט אין בערלין, ווארשע, ירושלים, ברוקלין, אדער אין נעוואדע.

די חורבן בעפארן חורבן איז געווען אז דער באן פון אידישקייט איז "געפארן" מטה מטה מיט א שוידערליכע גאלאפ. די פראצענטן פארציילן אויך נישט די ריכטיגע מציאות, ווייל די קלענערע חלק פונעם אידנטום וועלכע זענען געווען פרום האט פארמאגט א גרויסע פראצענט עלטערע אידן; אין פילע מקומות איז דער מצב ביים אינגן דור געווען פיל ארגער וואו דער "פראצענט" העדליין. אין אנדערע ווערטער, אויב וואלט די וועלט געפארן ווייטער כנהוג, וואלט אין א דור צוויי חלילה... איינע פון די נקודות פון רבי אביגדור זצ"ל איז זיין בוך איז טאקע דאס געווען, אז מיט דעם וואס דער דור איז אומגעקומען על קידוש השם האבן זיי כאטשיק זוכה געווען לחיי העולם הבא. כאפט א שרעק ווען מ'רעדט פון די ענינים!


דיין בינטל היסטאריע איז אויך אביסל לעכעריג. אמת אז עס איז טאקע געווען א גאלאפ אויף אראפ, אבער פון די אנדערע זייט האבן צדיקים ומנהיגי ישראל געכאפט די מצב און אנגעפאנגען צו טוהן פארשידענע פעולות אפצוראטעווען די צעירי הצאן, וואס דאס האט זיך טאקע אנגעזעהן מיט פרוכטבארע רעזולטאטן. די 40 ישיבות וואס הרה"ק רב"צ מבאבוב זצ"ל האט אויפגעשטעלט איז געווען א זאך וואס איז נישט געווען אזוי איינגעפירט אין די פריערדיגע צייטן, אזוי האבן נאך צדיקים פארלייגט כוחות אויף דעים דור הצעיר, און די גיטע פירות האט נישט געשפעטיגט צו קומען, טויזענטער ערליכע בחורים אין אינגעלייט אין פסיאצעסנע, צו אין ראדאמסק, שוין אפגערעדט אין גור, איז געווען א דירעקטע תוצאה פון די ספעציעלע כוחות וואס מען האט אריינגעלייגט אין די צעירי הצאן. אנדערש ווי די אלגעמיינע בחורים פון די גאס וואס האבן נישט באלאנגט צו קיין חסידות, פון זיי זענען געפאלן שטיקער. אזוי ארום האט זיך געווידמעט טויזענטער חסידישע בחורים אין די חסידישע הויפן, וואס די צדיקים האבן אריינגעלייגט ספעציעלע כוחות אין די צעירי הצאן אז זיי זאלן נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך די מצב אין די אלגעמיינע גאס.
די בחורים וואס זענען אפגעפארן זענען געווען אלגעמיינע גאס בחורים וואס האבן נישט באלאנגט צו קיין חצרות הצדיקים, ביי די בחורים וואס זענען אנגעבינדען צו חסידישע הויפן איז די מצב געווען זייער גיט, פארשטייט זיך אז דער שטורעם ווינט האט זיך איבעראל אריינגעכאפט, אבער באופן כללי האט א בחור א פורק עול נישט געהאט קיין מקום אין א חסידישע הויף, און פון די אנדערע זייט האט דער לופט אין די חסידישע פלעצער אריינגעבלאזן חיות אין די בחורים אז זיי זאלן זיך האלטן אין אידישקייט, און די צדיקים האבן אריינגעלייגט ספעציעלע כוחות אז די בחורים זאלן זיך האלטן צוזאמען מיט ראשי חבורות וכו', אזוי ארום זענען געווען צענדליגער טויזענטער חסידישע דערהויבענע בחורים אין אלע ווינקלען פון גאליציע און פוילן, אזוי אויך און אונגארן און רומעניע וכו'.

ווער עס קען דא ברענגען די בריוו פון רבי יענקלע זי"ע, געדריקט אין כתבי קודש, ווי ער שרייבט אז פון די תר"ס יארן און ווייטער האט מען מער נישט געדארפט האבן קיין טיפע ביאורים פון די מאור ושמש צו וויסן די תועלת פון פארן צו צדיקים, ווייל מען האט אנגעזעהן בחוש אז די בחורים וואס זענען געפארן צו צדיקים זיי האבן זיך געהאלטן ביי אידישקייט, משא"כ די גאסן בחורים וואס פלעגן נישט זיין איינגעבאקן מבית אבותיהם צו פארן צו צדיקים זיי זענען געווארן אנגעבינדען אין די אלע גרופעס למיניהם, אזוי שרייבט ער. (ווי געזאגט אז ליידער האט זיך איבעראל אריינגעכאפט די רוח סערה פון די זמן, אבער באופן כללי האבן די צדיקים מנהיגי אור החסידות אוועקגעשטעלט א הערליכע חומה בצורה קעגן די אלע צרות למיניהם)
לעצט פארראכטן דורך סידיראם אום דינסטאג יולי 31, 2018 6:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מי יודע האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן: האט כלל ישראל קאלעקטיוו בעפאר די קריג אויסגעזעהן ארגער ווי יעצט?

מען זאגט אז ליידער יא, אוודאי ווענדט זיך וועלכע מדינות, אין פוילן איז געווען ערגער ווי אונגארן, אבער איבעראל איז געווען א חורבן, און דאס האט זיך בעיקר אנגעהויבן נאך די ערשטע וועלט קריג

געזען אין א שמועס פון ר' יענקעלע, זאגט ער דאס האט זיך אנגעהויבן נאך איידער די ערשטע קריג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13014
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

סידיראם האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:
טרעוולער האט געשריבן: נאך א דוגמא:
וויפיל אידען זענען שומרי שבת היינט?
די זעלבע מספר, אדער נאכמער ווי פארן קריג.
דאס איז כמות.

און באיכות איז אויך געווען ליידער גאר ווייניג (פערצענטואל) פרומע אידן פארן קריג. אין די גאנצע וועלט.

דאס איז א פשוט'ע מציאות, פאר ווער עס קען אביסל היסטאריע.

אין הימל קוקט מען נישט קיין פראצענטן. בשמים ווויינט מען אויף יעדן איד וואס פאלט אוועק, נישט א חילוק צו ער וואוינט אין בערלין, ווארשע, ירושלים, ברוקלין, אדער אין נעוואדע.

די חורבן בעפארן חורבן איז געווען אז דער באן פון אידישקייט איז "געפארן" מטה מטה מיט א שוידערליכע גאלאפ. די פראצענטן פארציילן אויך נישט די ריכטיגע מציאות, ווייל די קלענערע חלק פונעם אידנטום וועלכע זענען געווען פרום האט פארמאגט א גרויסע פראצענט עלטערע אידן; אין פילע מקומות איז דער מצב ביים אינגן דור געווען פיל ארגער וואו דער "פראצענט" העדליין. אין אנדערע ווערטער, אויב וואלט די וועלט געפארן ווייטער כנהוג, וואלט אין א דור צוויי חלילה... איינע פון די נקודות פון רבי אביגדור זצ"ל איז זיין בוך איז טאקע דאס געווען, אז מיט דעם וואס דער דור איז אומגעקומען על קידוש השם האבן זיי כאטשיק זוכה געווען לחיי העולם הבא. כאפט א שרעק ווען מ'רעדט פון די ענינים!


דיין בינטל היסטאריע איז אויך אביסל לעכעריג. אמת אז עס איז טאקע געווען א גאלאפ אויף אראפ, אבער פון די אנדערע זייט האבן צדיקים ומנהיגי ישראל געכאפט די מצב און אנגעפאנגען צו טוהן פארשידענע פעולות אפצוראטעווען די צעירי הצאן, וואס דאס האט זיך טאקע אנגעזעהן מיט פרוכטבארע רעזולטאטן. די 40 ישיבות וואס הרה"ק רב"צ מבאבוב זצ"ל האט אויפגעשטעלט איז געווען א זאך וואס איז נישט געווען אזוי איינגעפירט אין די פריערדיגע צייטן, אזוי אויך האט זיך געווידמעט טויזענטער חסידישע בחורים אין די הויפן פון פסיאצעסנע גור ראדאמסק און נאך און נאך, וואס די צדיקים האבן אריינגעלייגט ספעציעלע כוחות אין די צעירי הצאן אז זיי זאלן נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך די מצב אין די אלגעמיינע גאס.

די בחורים וואס זענען אפגעפארן זענען געווען אלגעמיינע גאס בחורים וואס האבן נישט באלאנגט צו קיין חצרות הצדיקים, ביי די בחורים וואס זענען אנגעבינדען צו חסידישע הויפן איז די מצב געווען זייער גיט, פארשטייט זיך אז דער שטורעם ווינט האט זיך איבעראל אריינגעכאפט, אבער באופן כללי האט א בחור א פורק עול נישט געהאט קיין מקום אין א חסידישע הויף, און פון די אנדערע זייט האט דער לופט אין די חסידישע פלעצער אריינגעבלאזן חיות אין די בחורים אז זיי זאלן זיך האלטן אין אידישקייט, און די צדיקים האבן אריינגעלייגט ספעציעלע כוחות אז די בחורים זאלן זיך האלטן צוזאמען מיט ראשי חבורות וכו', אזוי ארום זענען געווען צענדליגער טויזענטער חסידישע דערהויבענע בחורים אין אלע ווינקלען פון גאליציע און פוילן, אזוי אויך און אונגארן און רומעניע וכו'.

רבי יענקלע זי"ע שרייבט אין א בריוו, געדריקט אין כתבי קודש, אז פון די תר"ס יארן און ווייטער האט מען מער נישט געדארפט האבן קיין טיפע ביאורים פון די מאור ושמש צו וויסן די תועלת פון פארן צו צדיקים, ווייל מען האט אנגעזעהן בחוש אז די בחורים וואס זענען געפארן צו צדיקים זיי האבן זיך געהאלטן ביי אידישקייט, משא"כ די גאסן בחורים וואס פלעגן נישט זיין איינגעבאקן מבית אבותיהם צו פארן צו צדיקים זיי זענען געווארן אנגעבינדען אין די אלע גרופעס למיניהם, אזוי שרייבט ער. (ווי געזאגט אז ליידער האט זיך איבעראל אריינגעכאפט די רוח סערה פון די זמן, אבער באופן כללי האבן די צדיקים מנהיגי אור החסידות אוועקגעשטעלט א הערליכע חומה בצורה קעגן די אלע צרות למיניהם)

אבער לדוגמה אין באבוב אליין וואס דו כאפסט אן איז געווען אן א שיעור היימישע אוועקגעפאלענע צוליב די אלע פארטייען וכנ"ל
דביה תחדי נפשא
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

עס איז געווען ליידער פון די כה תאמר לבית יעקב וואס זענען געפאלן אפילו אין באבוב, נישט פון די בחורים, ווי דער קדושת ציון האט טאקע אויסגעדריקט זיין דאגה אז ער זעהט נישט קיין פאסיגע שידוכים פאר זיינע בחורים, היות פאר די בית יעקב איז טאקע נאכנישט געווען דאן איינגעפירט א סיסטעם פון א בית חינוך, ווען די מצב האלט ווען אן אזוי - אן היטלער - וואלטן בלי ספק די צדיקים געטוהן די זעלבע דראסטישע שריט וואס רביה"ק מסאטמאר האט געטוהן דא אין אמעריקע, נעמליך אז ער האט געגרינדעט מיידל שולעס, צו קענען דארט מחנך זיין ערליכע אידישע טעכטער.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13014
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבי׳לע רוב רובם פון די היימישע באבובער חסידים האבן געהאט קאליקעס אין שטוב און לאו דוקא מיידלעך

דער קדושת ציון׳ס דאגה מיט שידוכים איז געווען פאר זיינע תלמידים וואס א גרויסע טייל פון זענען נישט געקומען פון היימישע שטובער
דביה תחדי נפשא
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

קודם כל למעשה די אלע חסידישע הויפן פולין גאליציה אונגערין אין דער אויבערלענדער איז געווען אסאך מער היימישע חסידישע ( ערליכער אויבערלענדער פירות פין חתם סופרותלמידיהם) מער בכמות אין מער באיכות ווי האנט 70יאר שפעטער אין דארט איז נישט געגאנגען מטה מטה אפילו אז עס איז געווען אין בית שאין בו מת אם כל זה איז דער המון עם נישט געגאנגען מטה, אין ווער עס זאגט אז יא ווייסט נישט דער מציאות , אמת אין דייטשלאנד איז עס געגאנגען מטה מטה נעבעך התבוללות, אין ליטה דער יונגווארג ( חוץ דער בני הישיבות ) איז געווען מטה מטה
אבער צי זאגען אז ווען נישט דער קריג וואלט נישט געווען אזוי פיל היימישע יידען ווי האנט איז נישט א שקרן נאר נישט געוויסט דער מציאות ביי דער חסידישע שטעט
הויכע פייפער
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 28, 2017 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויכע פייפער »

[offtopic][/offtopic]
שמן האט געשריבן:
אהרן הלוי האט געשריבן:
וואץ האט געשריבן: דער בילגורייא רב זצ'''ל האט פארלוירן 2 קינדער דאס הייסט האלבעגעשוויסטער פונעם היינטיגן בעלזא רב שליט''א.

איך מיין אז איינע די צוויי קינדער איז אוועק נאך פאר די קריג

איך מיין דאס איז א דריטע קינד, אויך אין אמעריקא האט ער פארלוירען צווי קינדער בחייו ה"י

בילגורייא רב ז"ל איז קיינמאל נישט געווען אין אמעריקא
אוועטאר
סאמעטוכע
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאמעטוכע »

איך האב געהערט אז די ליטע און פוילן אביסל איז געווען געפערליך און פון דארט רעדט ר אביגדור אבער ביי די חסידישע פלעצער איז געווען פיל בעסער ווי סאיז באקאנט די רייד פון ר חייןם עוזר צי א ר"י וואטס האט געשטורעמט אויף די חסידים וואס דאווענען מנחה נאכן שקיעה אז "יא יא ווען ביי אונז איז נאכן שקיעה דאווענט מען ביי זיי נאך מנחה"... אויך איז דא ווערטער פון חתן החפץ חיים וועגן דעם אפגערעדט און אונגארן האט זיך עס שיין געהאלטן .מקען נישט זאגן א כלל אז סאיז געווען שוואכער פארן קריג סאיז סתם שקר. די איינציגסטע זאך היינט איז אז די שוואכע דרייען זיך נישט אסאך בינינו נאר די מיליאנען אפגעפארענע מישן זיך מיט גיום רח"ל . ואין עתה זמן להאריך וכו'
הויכע פייפער
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 28, 2017 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויכע פייפער »

מעכטיג גרויס האט געשריבן:
פסיקתא האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן: מיין שאלה איז: וויאזוי האבען זיך מיין זיידע און באבע צוזאמגענומען נאך די מלחמה און באשלאסען אויפצושטעלן א ערליכע אידישע שטוב?

זיי זענען ביידע געוועהן אינטער דרייסיג יאר נאך די מלחמה, פארלוירען האבען זיי א טאטע א מאמע, ברודערס און שוועסטערס ניסעס, נעפיוס, פעטערס, מומעס, זיידעס און באבעס, די אידישע לעבנס שטייגער איז דאן געוועהן אזוי מאגער אזוי נישט באקוועם, זייער שיף ארויס פון אייראפע איז געוועהן פיהל מיט פרייע ציונים - וואס האט זייער טאטע און מאמע אריינגעלייגט אין זיי אז זיי האבען פארפעסטיגט א ריין ערליכע חסידישע פרומע שטוב?

איך גלייב נישט מיר וואלטען דאס געקענט נאכטוהן, דער רבונו של עולם זאל אונז א ודאי נישט אויס פרובירען אבער דאס איז מיין חידוש וואס איך זיך א ענטפער פאר?!


אן אריינגיין כרגע אין דער עניין ,
אבער איך האב אמאל געזעהן א באשרייבינג פין א ליטווישע יוד האט ער גענפערט אויף דער פראגע אז דאס אליין אז ער האט געזעהן דער טויט פאר דער אויגען אפאר מאל אין ער איז געראטעוועט געווארען דאס אליין האט עם מחזק געווען אין דער אמונה אז יש מנהיג בבירה
דער אמת איז אז אין מלחמה נעבעך קליינער פעולות האט געקענט אויסמאכען לחיים או למוות אמאל ממש א קלייניקייט האט עס געמאכט, מען זאל מער נישט וויסען קיינמאל,


ר' שאול קליין אויף קול מבשר רעדט דערפון 2 וואכען ציריק

ווער עס איז געבליבען פרום האט זיך עס גאר אסאך געוואנדען ווי מען איז געוועהן ביים באפרייאונג.
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

כאב נאר געוואלט צילייגען אז וואס דארפסט די מער עדות פין א ביישרבינג אין דער איד פין דער שטאט וויען מיט איינער איך מיין הרב פורסט האט ער דארט געזאגט א אינטרעסאנטע זאך אז פין דער ערשטע וועלט מלחמה ווען חסידישע פליטים מיט בנש״ק האבען אנגעהויבען שטרוימען קיין וויען האט עס משפיע געווען אויף דער המון עם צי גיין אין ישיבות איז געווען אינטרעסאנטע זאך אז ייעדער משפחה איז געווען ציטיילט דער עלטערע ברידערס זענען געווען היפש מאדענערזירט אין דער יונגערע ברידערס זענען געווען ישיבה היימישע בחורים זעהט מען פין דעם אז ביי חסידים איז עס געגאנגען מעלה

א דוגמא פין ר שמואל וואזנער דער פוסק הדור דאס זיכער א השפעה פין חסידים ער אוז געפארען קיין לובלין
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2915
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

איך ציטיר פונעם אשכול טיפע רעיונות פון הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל .

מונאוויטש האט געשריבן:

What should one tell someone, why Hashem allowed Hitler to kill so many Gedolim ?

What should you tell yourself you mean!

And the answer is, why did Hashem allow Hitler YM"S to kill not Gedolim , why did He allow him to kill ketanim ? You have to understand that.

And the answer is, because even though I'm not capable, I'm not worthy of telling why Hashem did things, but following certain rules that our sages told us... There's a rule, that there were once two tzaddikim and they both died young, and the Gemara says why did they die young? It was like two ripe figs that had to be taken off the tree when they were ripe, because if you wouldn't take them off, they would rot on the tree.

These tzaddikim were taken out of the world before they spoiled. Yomus zakai v'al yomus chayav , better to die innocent than to die guilty.

We have to know the generation in Europe was rolling downhill. I was there. I left in 1938, that's the year that Hitler marched into Sudetenland, and they were rolling downhill all over Europe; nobody should tell you any differently. They were deteriorating rapidly.

In the small towns there were movies already, there was dancing - I myself saw men and women dancing together in a little town that if you didn't watch while you were walking on the road, you passed through without knowing you passed through the town; that's how small the town was. All the wicked ways of the outside world had come in already, and there were atheists everywhere.

You have to know, in the small towns all the stores were closed on Shabbos, because that was an old custom they couldn't break easily. But already after World War 1, there was one store that was open, the barber shop was open on Shabbos. You know what that means in the small towns? It was unthinkable once, and everybody was going out to the barber shop, the youth gathered in the barber shop, and outside the city there was a hachshara , and later in the night, Friday night, the whole youth was there. They were singing artzo alinu , we're going to a new land, and we're having new ways, a different culture, we're going to build a socialistic government, a commune, and everything now was changing.

Now suppose they had been allowed to exist, you know what would have happened? You wouldn't have any Judaism left in Europe.

So Hakadosh Baruch Hu rescued them, he took them out of the world before they had an opportunity to deteriorate entirely. And in Gan Eden - they went to Gan Eden after being in Hitler's Gehinnom - they were successful, because we don't live for this world alone. The greatest misfortune is to live in the world even happily, but to deteriorate and become a porek ol, and to forget yiddishkeit , and to mingle among the goyim , that's the greatest disaster that could be! And Hakadosh Baruch Hu rescued them.

Now you have to know that you have a lot of propaganda to the opposite of what I'm telling you, and I'm able to defend this and explain it with statistics, someday I'll write a book about it, I'll publish it someday bli neder , and it explains many facts that were known to people who were there.*

It's open knowledge that the generation was being ruined and they were falling down every day to a lower and lower madreiga .



* Rabbi Avigdor Miller's book A Divine Madness: Rabbi Avigdor Miller's Defense of Hashem in the Matter of the Holocaust was published after his petira in 2013.

* * *


What's the purpose why lately there's been a revulsion against the Holocaust, and there are plenty of reshoim today who are denying it?

We have to know that a great error is being committed all the time by the Holocaust people. They leave out one element that's the most important of everything, and that is: Hashem.

Hashem made the Holocaust, not the Germans; and don't deceive yourself. Of course the Germans are reshoim gemurim and they deserve to be destroyed in many millions, and it should be la'asos nekomo ba'goyim to'cheichos ba'leumim , there should be a nekomo on them, and yet the emphasis should be, Hakadosh Baruch Hu did that to us.

Now by constantly talking about what the goyim did and never once mentioning that Hashem had anything to do with it, a fundamental error is being committed, and now Hashem is going to show you. You think that you are going to arouse the rachamim of the goyim to have more pity, I'm going to show you it'll have the opposite effect.

Goyim are going to learn from this ways and means what they would like to do to the Jews themselves. Yes!! They look at all these things and although they might say some words of sympathy, but in their minds they're thinking, "We'd like to do that ourselves someday," because we left out the ikar .

The most important part of the whole Holocaust business was only made for the purpose so we should cry out to Hashem, that's all it was made for! If that's omitted, then the whole thing will backfire.
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”