מונאוויטש האט געשריבן:
דברים נוראים מרביה"ק מסאטמאר זצ"ל אצל מסיבה לישיבה (אריינגעדרוקט אין דברי יואל פ' ויחי דף תקכה). מיין זיידע לאיו"ש, א חורבן איבערלעבער, האלט אן אויסצוג פון דעם שטיקל ביי זיך אין בוזעם טאש.
דברי יואל.jpg
איך וואלט זייער געוואלט זען דעם אידישן אויסשפראך פון דעם, ווי אזוי דער רבי האט דאס אויסגעדרוקט ארויס בלשון קדשו. איז דאס שוין דא צו באקומען?
שמן האט געשריבן:
און די קלויזענבורג'ער רב זצ"ל קינדער די היינטיגע אדמורי"ם אין זייערע שוועסטער האבען פארלוירען 11 געשוויסטער ביים קריג
האלבע געשוויסטער, דהיינו מן האב ולא מן האם בזוו"ר איז דער קלויזנבארגער רב געווען א איידעם אין סיגוט ביים עצי חיים ובזוו"ש ביים נייטרא רב הרב אונגאר
שמן האט געשריבן:
און באבוב'ער רב זצ"ל קינדער האדמו"ר שליט"א און זיינע שוועסטער האבן אויך פארלוירען א פאר געשוויסטער ביים קריג
אויך האלבע געשוויסטער, דהיינו מן האב ולא מן האם בזוו"ר איז דער רב געווען א איידים ביים לימנוב'ער פעטער און בזוו"ש ביים טאמאשוב'ער [אבי הציעשנוב'ער] און קריג האט ער פארלוירן איין זוהן [הבחור משה אהר'לי] און עטליכע איידימער, ביניהם הה"צ רבי משה'לי סטעמפל ז"ל קומט אויס אז זיי האבן נאר פארלוירן "איינס" פון זייערע געשוויסטער ביים קריג [בנו הה"צ רבי חיים יהושע'לי ז"ל איז אוועק אין תפיסה אין סיביר, און למעשה שרייבט מען הי"ד וכו']
הרב תמימות'דיגער איר'ט נישט גוט פארשטאנען די תגובה פון הרב שמן
אדמו"ר רבי שלמה מבאבוב זצ"ל האט פארלוירן צוויי קינדער ביים קריג הי"ד קומט אויס אז דער היינטיגער רב שליט"א און זיינע שוועסטער האבן פארלוירן צוויי (האלבע) געשוויסטער פאר סאם ריזן האט איר זיך גענומען אויסרעכענען די קינדער פונעם קדושת ציון הי"ד וואס פון זיינע קינדער איז טאקע נאר געהרג'ט געווארן איין זון און דריי איידעמער הי"ד
גערעכט. איבערקוקענדיג, ווייס איך נישט וואס עפעס כ'האב געמישט די יוצרות.... כי ניים ושכב אמרתי להא מילתא...
מונאוויטש האט געשריבן:
דברים נוראים מרביה"ק מסאטמאר זצ"ל אצל מסיבה לישיבה (אריינגעדרוקט אין דברי יואל פ' ויחי דף תקכה). מיין זיידע לאיו"ש, א חורבן איבערלעבער, האלט אן אויסצוג פון דעם שטיקל ביי זיך אין בוזעם טאש.
איך וואלט זייער געוואלט זען דעם אידישן אויסשפראך פון דעם, ווי אזוי דער רבי האט דאס אויסגעדרוקט ארויס בלשון קדשו. איז דאס שוין דא צו באקומען?
איך האב געטראפן דעם זעלבען שטיקל אין חידושי תורה למסיבות (י"ל ע"י מוסדות קרית יואל) מיט אביסל אן אנדערע סגנון (לכאורה איז דאס מער אריגינעל). עס איז די ערשטע תורה אין פרשת ויחי. אינעם קעפל שטייט אז רבינו זצ"ל האט געזאגט די תורה ביי א מסיבה לישיבה בשנת תשי"ד.
פון ווי נעמסט זיך די נומבער 6 מיליאן, האבן די דייטשן דען געהאט א פונקטליכע נומבער פון אלע אידן וואס זיי האבן געהרג'ט? מילא אין די לאגערן פארשטיי איך אז עס איז געווען א פונקטליכע חשבון, אבער אין פוילן ווי מען האט ליידער געשאסן אידן רעכט'ס און לינק'ס איז דען געווען א נומבער?
למשל ביי די ווארשעווע אויפשטאנד וואס מען האט אינטערגעצינדן די גאנצע געטא, אדער אנדערע פלעצער ווי מען האט געשאסן אן א חשבון, וויאזוי זאלן זיי קענען אויפקומען פונקטליך אויף די נומבער פון 6 מיליאן?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
זייער א גוטע קשיא, ס'האט מיך אויך אמאל געבאדערט און איך האב געמאכט ריסוירטש אויף דעם, און מיט דעם בין איך ארויסגעקומען:
ס'איז נישט דא קיין פונקטליכע נומער באמת וויפיל אידן זענען אומגעברענגט געווארן דורך די נאציס. די נומער 6 מיליאן קומט פון די עדות'שאפט פון אדאלף אייכמאן ימח שמו וזכרו, וואס איז געווען דער וועלכער האט געדינט אלס דער עקספערט פאר אידן אנגעלעגנהייטן אין די הויפט פון די זיכערהייט אינעם רייך, אזוי אויך א הויכראנגיקער פלאנירער אין די פארשאלטענע אזויגערופענע 'ענדגילטיגע לעזונג'.
די פארשונגען וואס זענען געמאכט געווארן מיט די יארן האט געברענגט צו נומערן ערגעץ צווישן פינף ביז זעקס מיליאן אידן וואס זענען פארלענדט געווארן. מער פון 4.2 מיליאן זענען פראטאקאלירט געווארן דורך די נאצישע פונקטליכע חיות טרף.
דערנאך האט יד ושם אנגעהויבן צו פארשן די זאך, און געהאט פיל מיט ליסטעס פון קרבנות, אזוי אויך האבן זיי געמאכט אייגענע פארשונגען דורכגייענדיג לאנד ביי לאנד, בעיקר האט מען געפארשט דורכן פארגלייכן די ציפערן פוו די ציוויליזאציע פאר און נאך די קריג, און אויך האבן זיי געהאט ליסטעס פון קרבנות וואס די נאציס האבן נשט פארשריבן, למשל ביים טויטן מארש, און זיי קומען אויך אן צו אביסל מער ווי 6 מיליאן.
אין א אינטערוויו אין איינע פון די איזראעלי מאגאזינען האב איך אמאל געליינט אז זייער אסאך נעמען זענען געדאפלט געווארן ביי די ליסטעס, און מ'האט געזען אז דא האט מען גערופן איינעם בלויז מיט די אידישע נאמען, און אויף א אנדערע ליסטע מיט זיין גוי'אישע נאמען ווי אויף די פאפירן, אבער עכט איז עס געווען די זעלבע מענטש. סא מ'האט אסאך איבערגעשאצט די הרוגים.
צו זאגן אז מ'רעדט פון 2 מיליאן טעותים, וואלט איך נישט געזאגט. סא דו האסט א גוטע קשיא, פרעג די פראפעסארן וואס זאגן אכט. פון זעקס ווייסט מען.
די נאציס האבן נאר אראפ געשריבן פון 1942 ביז אונמיטען 1943 נישט מער און נאכדעם האט מען געהאט די צענסוס פון יענע צייט אבער אויך נישט געהעריג סאיז נישט דא קיין פארצייכענטע נאר פון יענע צייט אבער פון יענס איז אויך נישט געבליבן כמעט ווייל די נאציס האבן עס פארברענט נאכן איינזעהן אז זיי פארלירן די נומבער 6,000,000 איז די מינומים גענומען פון די US HOLOCAUST MUSEUM
נאכן אפציילען פון וויפיל זיי ווייסן קומט אויס אז מען האט געהרגט בערך 7.044.838 אידן נאכאמאל דעיס איז וואס מען ווייסט ביז יעצט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
געוואלדיג האט געשריבן:
עס האט געדויערט בערך דריי חדשים פון נאך פורים תש"ד ביז ערגעץ אין סוף סיון, די איבערגעבליבענע אידן זענען געווען אדער אין מונקא טאבאר, אדער אין בודאפעסט
מונקאטאבאר איז געווען וואס פונקטליך? אן אפטיילונג פון די אונגארישע מיליטער אדער די דייטשן? טאמער די אונגארישע, האבן זיי דען נאך געהאט א מיליטער דעמאלס, לכאורה האבן דאך די דייטשן דאס איבערגענומען ווען זיי האבן איינגענומען אונגארן?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
וואס טוט זיך האט געשריבן:
די אונגארישע מיליטער האבן געהאלפן די דייטשן אויפן פראנט, און אין מונקאטאבאר האט מען געמאכט געווער און געבויעט פארן מיליטער.
הייסט ווער עס איז געווען אין מונקאטאבאר, האט אפיציעל געארבעט אינטער די דייטשן, און האט זיך דאך ארויסגעדרייט פון צו דורכגיין די לאגערן. פארשטיי איך גיט?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
מונקא טאבאר איז געווען א סלעיוו לעבאר אפטיילונג פונעם "אונגארישן" מיליטער ווי די צוואנגס ארבעטער האבן געליטן פון די אכזריות פון זייערע "אונגארישע" אויבערהארן זיי האבן געטון סופארט ארבעט פאר די אונגארישע אפטיילונגען וואס האבן געקעמפט אויפן פראנט צוזאמען מיט דייטשע סאלדאטן
די דאזיגע ארבעטערס זענען אבער אסאך פון נישט געווען אין דייטשע לאגערן וואס איז געווען סך ערגער מונקא טאבאר איז נישט געווען אן עמטליכער טויט לאגער די ארבייטס לאגערן וואס זענען געווען דירעקט אונטער דייטשע אויפזיכט איז אויך געווען ערגער ווי די אונגארישע די אונגארישע זענען אויך געווען ווערט דאס געלט און גענוג גרויסע רוצחים פון די אפטיילונגען וואס זענען אנגעקומען ממש ביי מלחמה פראנט ובעיקר ביים אוקריינישן פראנט זענען גאר אסאך אומגעקומען אפילו זיי זענען נאר געווען אונטער אונגארישע און נישט דייטשע אויפזיכט
למעשה אדר תש"ד האבן די דייטשן איבערגענומען די מאכט פון גאנץ אונגארן אין אנגעפאנגען דעפארטירינגן קיין אוישוויץ די מונקא טאבאר ארבעטער זענען אבער דאן שוין געווען אין פארשידענע מיליטערישע ארבייטס לאגערן אונטער מיליטעריע אויפזיכט און זענען אויך נישט געווען אינדערהיים ביים צוזאמענעמען אריין אין געטא פארן דעפארטירן ממילא זענען זיי נישט אנגעקומען אין אוישוויץ
מיין זיידע איז געווען אין מונקא טאבאר, זיך ארויסגעשווערצט קיין בודאפעסט און דארטן אנגעקומען אין א שוץ הויז מיין אנדערע זיידע איז געפאנגען געווארן דורך די רוסן דורכדעם האבן זיי איבערגעלעבט מיינע באבעס זעען אנגעקומען אין געטא, דעפארטירט קיין אוישוויץ און דארט געארבייט
ועוד די רעקארדס פון די לאגערן (און אזוי אויך די רעקארדס פון באד-ארעלסאן) טרעפט מען אין די רעקארדס וואס קומט פון דייטשלאנד לדוגמא בוכענוואלד איז געווען א דייטשער לאגער אונטער דייטשער אויפזיכט. די רעקארדס ליגט אין אמעריקא אלס א פארכאפטער דייטשער מיליטערישער רעקארד מונקא טאבאר רעקארדס ליגט נאך עד היום אין בודאפעסט אלס אן אונגארישער מיליטערישער רעקארד און נישט אין דייטשלאנד
וואס טוט זיך האט געשריבן:
די אונגארישע מיליטער האבן געהאלפן די דייטשן אויפן פראנט, און אין מונקאטאבאר האט מען געמאכט געווער און געבויעט פארן מיליטער.
הייסט ווער עס איז געווען אין מונקאטאבאר, האט אפיציעל געארבעט אינטער די דייטשן, און האט זיך דאך ארויסגעדרייט פון צו דורכגיין די לאגערן. פארשטיי איך גיט?
יא, פארשטייסט זייער גוט ב"ה!
נאר אביסל אנדערש, אפיציעל איז דאס געווען אונטער די אונגארישע, אבער די אונגארישע זענען געווען אונטער די דייטשן.
לכאורה האט געשריבן: פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
ועוד די רעקארדס פון די לאגערן (און אזוי אויך די רעקארדס פון באד-ארעלסאן) טרעפט מען אין די רעקארדס וואס קומט פון דייטשלאנד לדוגמא בוכענוואלד איז געווען א דייטשער לאגער אונטער דייטשער אויפזיכט. די רעקארדס ליגט אין אמעריקא אלס א פארכאפטער דייטשער מיליטערישער רעקארד מונקא טאבאר רעקארדס ליגט נאך עד היום אין בודאפעסט אלס אן אונגארישער מיליטערישער רעקארד און נישט אין דייטשלאנד