סושי - חשש תולעים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:56 pm

סושי - חשש תולעים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kosher phone »

געהערט יו"ט אין סמעדרש, אז הגאון הגדול האדמו"ר רבי יחזקאל ראטה האט ביי די יערליכע דרשה אין ביהמ"ד קארלין סטאלין, שטארק מעורר געוועהן אז די בעלי מכשירים זענען מחיוב צו איבער בעטן גאנץ כלל ישראל פארן זיי מכשיל זיין מיט תולעים אין די סושי, איינער מיט פרטים?
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

kosher phone האט געשריבן: געהערט יו"ט אין סמעדרש, אז הגאון הגדול האדמו"ר רבי יחזקאל ראטה האט ביי די יערליכע דרשה אין ביהמ"ד קארלין סטאלין, שטארק מעורר געוועהן אז די בעלי מכשירים זענען מחיוב צו איבער בעטן גאנץ כלל ישראל פארן זיי מכשיל זיין מיט תולעים אין די סושי, איינער מיט פרטים?

האדמו"ר רבי יחזקאל ראטה???
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

.
אטעטשמענטס
1.png
1.png (306.21 KiB) געזען 2575 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

ליתר דיוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

די שאלה פון ווערים אין סושי איז שוין פאר בערך 8 יאר צוריק ארויף אויפען טיש פון די גדולי הרבנים המכשירים שליט''א אין רובם המכריע האבען עס מתיר געווען.
אין ארץ ישראל איז געווען חילוקי דעות, די עדה''ח האט נישט געוואלט מכריע זיין, אין ממילא נישט געגבען קיין הכשר אויף א געשעפט פון סושי, משא''כ הרב רובין שליט''א אין כמדומה הרב לנדא שליט''א האבען יא.
וואס איז פארגעגאנגען דעם חוה''מ איך סך הכל אזוי, די וואס פרעגען די שאלה האבען ערשט לעצטנ'ס געוואר געווארען דערפין, אין ממילא מיט די הנחה אז עס איז זיכער אסור האבען זיי געפרעגטמרבי יחזקאל וואס טיט מען יעצט ?!
ראוי לציין אז רבי אשר עקשטיין וואס איז א רב המכשיר מומחה האט אויך געגעבען א שיעור חוה''מ אין הלכות ברכות, אין ווען מעו האט עם געפרעגט וועגען סושי, אין מען האט דערצאנט די פראבלעם פון די תולעים, האט ער זיך נישט געמאכט צו טוהן דערוועגען, אין געעענפערט וואס די ברכה איז.
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

וואו איז אנגעבליך דא ווערים, אין די רייז? אין די סעלמאן? אין די רעפפער?
וואס טענה'ן די מתירים, אז ס'איז נישטא? אז עס איז בטל? אז עס איז צו קליין? אז עס איז א מיעוט דלא שכיח?
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

אוועטאר
קלאפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאפער »

סושי איז טאקע א פיין מאכל, עס איז אין א גרויסע אינדוסטריע היינטיגע צייטן, אין ענגלאנד למשל איז סושי א הונדערט מיליאן דאלערדיגער מארקעט פער יאר! אבער, ס'איז נישט נאר גוט, נאר אויך שעדליך. (די וועלט זאגט עס אויף צוקער, "צוקער איז זיס, אבער אויך שעדליך").

אין דעם פארלאפענעם ראש חודש סיון העעל"ט האט א פארטוגעזישער 32 יעריגער מאן געגעסן עטליכע ראליקעס פון סושי וואס מען האט אים סערווירט אין א יאפאנעזער רעסטוראנט.

נאכן עסן די סעודה האט ער אנגעהויבן צו ליידן אויף געפערליכע בויך ווייטאג, אנהייב האט ער געמיינט אז ס'איז נאר נארמאל, ווער ליידט נישט אויפן בויך נאכן עסן אפאר ראליקעס סושי?

אבער דאן האט ער געזען אז ס'איז נישט קיין וויץ, די ווייטאגן האבן זיך געצויגן פאר א לענגערע וויילע, פון עטליכע וואכן. האט ער באשלאסן צו גיין אין שפיטאל פאר אינטערזיכונג. מיט די הילף פון א אינדאסקאפע האט מען געטראפן די מקור פון זיינע שרעקליכע ווייטאגן, און דאס גייט אייך פארעקלען.

שוואכע הערצער, גייט צום נעקסטן תגובה.

מען האט געטראפן דארט א גאנצער נעסט פון ווערים! עס איז דארט געווען א חתונה פון קריכעדיגע. די ווערים האבן אים געביסן און אפילו אנגעהויבן צו לעכערן זיינע געדערים, א זאך וואס האט אים געקענט ברענגען דאס טויט!

די דאקטורים האבן פעסטגעשטעלט אז רויע פיש אזויווי סושי, קענען האבן אין זיך ווערים, און ווען מ'עסט דאס אויף קען מען באקומען די "הערינג ווערים קרענק", וועלכע קען צוברענגען צו ערנסטע עלערגיעס, און איז צומאל אפילו טויטליך.

למעשה האט דער פארטוגעזישער געהאט מזל, און מען האט געראטעוועט זיין לעבן, נאכן ארויסשלעפן די ווערים פון אים, און ער האט זיך ערהוילט אין עטליכע וואכן.

אבער וואס מען זעט איז, אז ס'קען זיך מאכן צו האבן ווערים אין די סושי.

למעשה זאגן אפאר חברים דא זייער א גוטע טענה, אז ס'איז נישט אזוי שכיח.
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

מיינע סטראבעריס האבען ענק שוין ווערעמדיג געמאכט, די בראקעלי האט מען שוין ווערעמדיג געמאכט (דעס באדערט מיך גראדע נישט, א גוטע תירוץ נישט צו עסען מיין שוויגערס זיפ וואס כ'אב סייווי נישט געקענט נעמען אין מויל) טוטס מיר א טובה, נעמטס מיר נישט אוועק מיין סאשי !!!
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7103
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

די סושי מעשה דא אויבען, האט נישט די סושי דייקא ווערים. פיש קאן זעלבסט פראדוצירן ווערים פון שטיין
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7103
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ביז אפאר יאהר גייט מען גיין מיט מאסקעס אין די גאס. ווייל מיט א נאסא טעלעסקאפ קאן מען זעהן ריזיגע ווערים אין די לופט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

יידישע קהילות האט געשריבן: וואו איז אנגעבליך דא ווערים, אין די רייז? אין די סעלמאן? אין די רעפפער?
וואס טענה'ן די מתירים, אז ס'איז נישטא? אז עס איז בטל? אז עס איז צו קליין? אז עס איז א מיעוט דלא שכיח?

מען רעדט פון די רעפפער nori seaweed, און ווי איינער האט דערמאנט איז שוין דא מערערים אויף דעם ענין 8 יאר, און קיינמאל האבן זיי באוויזן צו טרעפן ווערים אין די נארי מיט די היימישע השגחות, ווי איך פארשטיי איז געפונען געווארן איין שיפמענט דעם זימער וואס האט געהאט ווערים.
.
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן: וואו איז אנגעבליך דא ווערים, אין די רייז? אין די סעלמאן? אין די רעפפער?
וואס טענה'ן די מתירים, אז ס'איז נישטא? אז עס איז בטל? אז עס איז צו קליין? אז עס איז א מיעוט דלא שכיח?

מען רעדט פון די רעפפער nori seaweed, און ווי איינער האט דערמאנט איז שוין דא מערערים אויף דעם ענין 8 יאר, און קיינמאל האבן זיי באוויזן צו טרעפן ווערים אין די נארי מיט די היימישע השגחות, ווי איך פארשטיי איז געפונען געווארן איין שיפמענט דעם זימער וואס האט געהאט ווערים.

יישר כח פאר א זאכליכע תגובה.
זענען די ווערים אויף די רעפפער, אדער אינדערין?
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

יידישע קהילות האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן: וואו איז אנגעבליך דא ווערים, אין די רייז? אין די סעלמאן? אין די רעפפער?
וואס טענה'ן די מתירים, אז ס'איז נישטא? אז עס איז בטל? אז עס איז צו קליין? אז עס איז א מיעוט דלא שכיח?

מען רעדט פון די רעפפער nori seaweed, און ווי איינער האט דערמאנט איז שוין דא מערערים אויף דעם ענין 8 יאר, און קיינמאל האבן זיי באוויזן צו טרעפן ווערים אין די נארי מיט די היימישע השגחות, ווי איך פארשטיי איז געפונען געווארן איין שיפמענט דעם זימער וואס האט געהאט ווערים.

יישר כח פאר א זאכליכע תגובה.
זענען די ווערים אויף די רעפפער, אדער אינדערין?


אפיציעל טעהנענן די מערערים אז עס איז דערין, אבער למעשה כפי העולה איז עס סתם א ערעור.
אין בכלל איך מיין אז עס איז א בזיון התורה וואס מען האט געטוהן צו הגאון הצדיק רבי יחזקאל רוטה שליט"א, אין סתם פארציילט א האלבע מעשה וכו', אין ווער עס איז געווען דארט ווייסט (מען קען עס הערן) אז מען האט עס עם פארציילט כאילו עס איז שון נמנו וגמרו לאיסור, אין עס איז נישט דא צוויי צדדים בכלל !!!!
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

איך וואונדער מיך אייביג וואס איז קודם די טשיקען אדער די אייער
דהיינו יעדע מאל עס טוט זיך מיט ווערים עפענט זיך נאכדעם אויף א קאמפעני וואס ראטעוועט פין די מכשול
צו ווייל אינוועסטערס נאך א שערוריה זעהן פשוט א געלעגענהייט צו מאכן געלט דורך אויפקומען מיט א לעזונג, אדער די אינוועסטערס מאכן די שערוריה צו מאכן געלט פין א לעזונג פאר א פראבלעם וואס זיי האבן אליינס פראדעצירט
אמאל האט מען פארקויפט אלעס אין יעדער האט זיך אליינס בודק געווען שפעטער איז געווארן א שערוריה און מזל טוב בודק איז געבוירן געווארן, נאכדעם האט מען אנדעקט ווערים אין יעדע קליינע פרוכט אין די פראזען פרוכט אינדעסטרי איז געבוירן געווארן, נאכדעם האט מען אנדעקט אז אויב וואקסט עס נישט און א גרין האוז איז נישט מעגליך צו זיין ריין, והנני פזטוב איז געבוירן געווארן, וכהנה וכהנה, דאס איז זעכער אז בקרוב גייט זיין הייליגע סושי למדקדקים די שאלה איז נאר וואס ברענג וואס
לידיעה בעלמה הגם עס געפעלט מיר נישט די גאנצע שערוריות אבער אויף למעשה וועל איף מקפיד זיין און נאר קויפן מיט א שטארקע הכשר לעניני תולעים, אלטץ מוטב שיהי' שוטה כל הימים ועל תהי' רשע לפני המקום אפי' שעה אחת
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום מיטוואך אקטאבער 03, 2018 9:50 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

איך ליין אדורך די תגובות דא. עפעס שמעקט דא פון שלום עלי נפשי.

א שטיקל לימוד זכות. אין דער דערנעבנדיגן אשכול טוט זיך די זעלבע מיט וואקסינס.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

פרידן האט געשריבן: איך וואונדער מיך אייביג וואס איז קודם די טשיקען אדער די אייער
דהיינו יעדע מאל עס טוט זיך מיט ווערים עפענט זיך נאכדעם אויף א קאמפעני וואס ראטעוועט פין די מכשול
צו ווייל אינוועסטערס נאך א שערוריה זעהן פשוט א געלעגענהייט צו מאכן געלט דורך אויפקומען מיט א לעזונג, אדער די אינוועסטערס מאכן די שערוריה צו מאכן געלט פין א לעזונג פאר א פראבלעם וואס זיי האבן אליינס פראדעצירט
אמאל האט מען פארקויפט אלעס אין יעדער האט זיך אליינס בודק געווען שפעטערע איז געווארן א שערוריה און מזל טוב בודק איז געבוירן געווארן נאכדעם האט מען אנהדעקט ווערים אין יעדע קליינע פרוכט אין די פראזענע פרוכט אינדעסטרי איז געבוירן געווארן נאכדעם האט מען אנדעקט אז אויב וואקסט עס נישט און א גרין האוז איז נישט מעגליך צו זיין ריין והנני פזטוב איז געבוירן געווארן וכהנה וכהנה, דאס איז זעכער אז בקרוב גייט זיין הייליגע סושי למדקדקים די שאלה איז נאר וואס ברענג וואס
לידיעה בעלמה הגם עס געפעלט מיר נישט די גאנצע שערוריות אבער אויף למעשה וועל איף מקפיד זיין און נאר קויפן מיט א שטארקע הכשר לעניני תולעים, אלטץ מוטב שיהי' שוטה כל הימים ועל תהי' רשע לפני המקום אפי' שעה אחת



עיין ערך בראקל טשיקן.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

ס'חשוב צי וויסן אז אויב די ווערים געפינען זיך אין די פיש איז דאס עפ"י הלכה נישט קיין שום חשש, און עס איז מותר בתכלית ההיתר, און הלוואי זאלן די פלייש אונזערע זיין אזוי כשר.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פרידן האט געשריבן: איך וואונדער מיך אייביג וואס איז קודם די טשיקען אדער די אייער
דהיינו יעדע מאל עס טוט זיך מיט ווערים עפענט זיך נאכדעם אויף א קאמפעני וואס ראטעוועט פין די מכשול
צו ווייל אינוועסטערס נאך א שערוריה זעהן פשוט א געלעגענהייט צו מאכן געלט דורך אויפקומען מיט א לעזונג, אדער די אינוועסטערס מאכן די שערוריה צו מאכן געלט פין א לעזונג פאר א פראבלעם וואס זיי האבן אליינס פראדעצירט
אמאל האט מען פארקויפט אלעס אין יעדער האט זיך אליינס בודק געווען שפעטער איז געווארן א שערוריה און מזל טוב בודק איז געבוירן געווארן, נאכדעם האט מען אנדעקט ווערים אין יעדע קליינע פרוכט אין די פראזען פרוכט אינדעסטרי איז געבוירן געווארן, נאכדעם האט מען אנדעקט אז אויב וואקסט עס נישט און א גרין האוז איז נישט מעגליך צו זיין ריין, והנני פזטוב איז געבוירן געווארן, וכהנה וכהנה, דאס איז זעכער אז בקרוב גייט זיין הייליגע סושי למדקדקים די שאלה איז נאר וואס ברענג וואס

צום פינטל...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3475
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע:שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

משהלע האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן: איך וואונדער מיך אייביג וואס איז קודם די טשיקען אדער די אייער
דהיינו יעדע מאל עס טוט זיך מיט ווערים עפענט זיך נאכדעם אויף א קאמפעני וואס ראטעוועט פין די מכשול
צו ווייל אינוועסטערס נאך א שערוריה זעהן פשוט א געלעגענהייט צו מאכן געלט דורך אויפקומען מיט א לעזונג, אדער די אינוועסטערס מאכן די שערוריה צו מאכן געלט פין א לעזונג פאר א פראבלעם וואס זיי האבן אליינס פראדעצירט
אמאל האט מען פארקויפט אלעס אין יעדער האט זיך אליינס בודק געווען שפעטערע איז געווארן א שערוריה און מזל טוב בודק איז געבוירן געווארן נאכדעם האט מען אנהדעקט ווערים אין יעדע קליינע פרוכט אין די פראזענע פרוכט אינדעסטרי איז געבוירן געווארן נאכדעם האט מען אנדעקט אז אויב וואקסט עס נישט און א גרין האוז איז נישט מעגליך צו זיין ריין והנני פזטוב איז געבוירן געווארן וכהנה וכהנה, דאס איז זעכער אז בקרוב גייט זיין הייליגע סושי למדקדקים די שאלה איז נאר וואס ברענג וואס
לידיעה בעלמה הגם עס געפעלט מיר נישט די גאנצע שערוריות אבער אויף למעשה וועל איף מקפיד זיין און נאר קויפן מיט א שטארקע הכשר לעניני תולעים, אלטץ מוטב שיהי' שוטה כל הימים ועל תהי' רשע לפני המקום אפי' שעה אחת



עיין ערך בראקל טשיקן.

די זעלבע שאלה האב איך געהאט מיט די חילול שבת פריזשדערס
איז די פראבלעם געווארן כדי זיי זאלן קענען מאכן געלט
וועגען זיי האבן נישט אויס געזאגט אז ס'איז דא א פראבלעם ווי לאנג זיי האבן נישט געהאט קיין לעזונג (זייער משינקא)
און מען רעד פון חילול שבת דאורייתא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13014
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

הצעיר באלפי האט געשריבן: די שאלה פון ווערים אין סושי איז שוין פאר בערך 8 יאר צוריק ארויף אויפען טיש פון די גדולי הרבנים המכשירים שליט''א אין רובם המכריע האבען עס מתיר געווען.
אין ארץ ישראל איז געווען חילוקי דעות, די עדה''ח האט נישט געוואלט מכריע זיין, אין ממילא נישט געגבען קיין הכשר אויף א געשעפט פון סושי, משא''כ הרב רובין שליט''א אין כמדומה הרב לנדא שליט''א האבען יא.
וואס איז פארגעגאנגען דעם חוה''מ איך סך הכל אזוי, די וואס פרעגען די שאלה האבען ערשט לעצטנ'ס געוואר געווארען דערפין, אין ממילא מיט די הנחה אז עס איז זיכער אסור האבען זיי געפרעגטמרבי יחזקאל וואס טיט מען יעצט ?!
ראוי לציין אז רבי אשר עקשטיין וואס איז א רב המכשיר מומחה האט אויך געגעבען א שיעור חוה''מ אין הלכות ברכות, אין ווען מעו האט עם געפרעגט וועגען סושי, אין מען האט דערצאנט די פראבלעם פון די תולעים, האט ער זיך נישט געמאכט צו טוהן דערוועגען, אין געעענפערט וואס די ברכה איז.

וואס איז טאקע די ברכה?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

קלאפער האט געשריבן: די דאקטורים האבן פעסטגעשטעלט אז רויע פיש אזויווי סושי, קענען האבן אין זיך ווערים, און ווען מ'עסט דאס אויף קען מען באקומען די "הערינג ווערים קרענק" , וועלכע קען צוברענגען צו ערנסטע עלערגיעס, און איז צומאל אפילו טויטליך.

וואס מיינט הערינג ווערים קרענק?
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

קלוגער האט געשריבן: מיינע סטראבעריס האבען ענק שוין ווערעמדיג געמאכט, די בראקעלי האט מען שוין ווערעמדיג געמאכט (דעס באדערט מיך גראדע נישט, א גוטע תירוץ נישט צו עסען מיין שוויגערס זיפ וואס כ'אב סייווי נישט געקענט נעמען אין מויל) טוטס מיר א טובה, נעמטס מיר נישט אוועק מיין סאשי !!!

רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצוות!
קיין איין פוסק שטייט נישט אויף צופרו און טראכט וואס נאך קען מען אסר'ן, נאר אז סקומט אריין פאקטן ווי ווערים אד"ג, נעמען די רבנים ארויס די ספרי קודש, און זוכן דארט אויף, וואס וויל דער בורא עולם פון אונז יעצט? זאל מען עס ווייטער עסן אדער נישט? וועט דער בורא עולם האבן א נחת רוח אז מהערט עס אוןיף עסן ווייל סהאט ווערים, אדער האט עס נישט קיין ווערים און דער בורא עולם וויל דווקא אז מזאל עס יא עסן,
און ירושלמי סוף קידושין שטייט אזוי:
רבי חזקיה ר' כהן בשם רב עתיד אדם ליתן דין וחשבון על כל שראת עינו ולא אכל. ר' לעזר חשש להדא שמועתא ומצמיח ליה פריטין ואכיל בהון מכל מילה חדא בשתא.
רבותי ס'מיינט נאכנישט אז מדארף ארום פארן צו אלע גראסעריס און זיך נעמען האקן עסן עד שיבלו שפתותיכם,,,,,,,,,,,,,;l;p-;l;p-;l;p-
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

וואשינגטאן האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן: קיין איין פוסק שטייט נישט אויף צופרו און טראכט וואס נאך קען מען אסר'ן, נאר אז סקומט אריין פאקטן ווי ווערים אד"ג, נעמען די רבנים ארויס די ספרי קודש, און זוכן דארט אויף, וואס וויל דער בורא עולם פון אונז יעצט?

קיין איין פוסק.? אפשר.

אבער ס'איז דא מענטשן וואס שטייען אויף צופרי און זיכן ווי אזוי צו אנדרייען, אי משום כבוד, שטונק, געלט, אדער עני אנדער סיבה (אפשר ווייל די ווערים האט זיי געקיצלט אין בויך יענעם צופרי..) און אויב טרעפט מען נישט נעמט מען זוכן, לאו דוקא אין ספרי קודש, און ווען מ'טרעפט מאכט מען א ביזנעס מיטינג און אויב אלעס קלאפט רופט מען די רבנים.

אזוי ווי איינער האט שוין געברענגט וועגן די פרידזשידערס. אויב איז עס א חילול שבת דארורייתא, וואו זענען געווען די פוסקים ביז די מאשין איז ארויס געקומען.
און כן בראקל והדומין לו.... ועוד ידינו נטויה....

אדרבה אויב איז אמת די שערוריה לאמיר זעהן צו ביז צוויי דריי וואכן מאכט זיך נישט אויף א עקסטערע אפטיילונג פאר סושי ווערים (פארשטייט זיך אז ס'וועט זיין "להסיר מכשול" און "תחת השגחה קפדנית" און נאר צו מזכה זיין אידן (וואס דאס איז אמת אסאך איד ווערן מזוכה מיט געבענטשטע באנק אקאונטס...)

מיינע ווערטער קומען נישט אראפ רייסן די וואס זענען מברר די הלכה צו מ'מעג אדער מ'מעג נישט, וכן די מציאות צו ס'איז דא אדער נישט.
נאר בכללות ווען משרייט פרומקייט און מרדעט פון דאורייתא'ס וואס נעכטן האט קיינער נישט געוויסט צו זאגן פון דעם און מארגן איז שוין דא א גרייטע קאמפעני מן המסד ועד הטפחות צו מסיר זיין מכשול הרבים...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1220
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

חמרא טבא האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן: ראוי לציין אז רבי אשר עקשטיין וואס איז א רב המכשיר מומחה האט אויך געגעבען א שיעור חוה''מ אין הלכות ברכות, אין ווען מעו האט עם געפרעגט וועגען סושי, אין מען האט דערצאנט די פראבלעם פון די תולעים, האט ער זיך נישט געמאכט צו טוהן דערוועגען, אין געעענפערט וואס די ברכה איז.

וואס איז טאקע די ברכה?

נאדיר דעם חלק פון שיעור
מען קען הערן די שיעור אויף קול הלשון http://www.kolhalashon.com/New/Media/Pl ... ShiurNum=3


אגב שוין כמה פעמים געברענגט דעם אוה"ח הק' אין פ' בשלח על הפסוק וירם תולעים

... ובדרך רמז ירצה כי אין תולע גדל אלא מהנבאש. והנה מצינו שתרגם אונקלוס רע ביש, ובחינת הרע ויסודו הוא עבור פי התורה והמצוה, ואדם כי יחטא ירום תולעים, והוא סוד גדילת תולעים מהפירות ואויר האדמה אחר חטא האדם, והוא אומרו וירם תולעים הטעם הוא לצד ויבאש שנעשה בו בחינת הרע שהניחוהו הפך מצות התורה, ולזה כשאמר להם משה הניחו אותו וגו' עד הבקר אמר הכתוב ויניחו אותו עד הבקר כאשר צוה משה ולא הבאיש ורימה לא וגו' פירוש לא נגע בו בחינת הרע ובזה ורימה לא היתה, וכמו כן הצדיקים אשר לא יטעימו נפשם מבחינת הרע לא יתליעו. וצא ולמד מעשה ר' אליעזר בר רבי שמעון בן יוחאי עליו השלום (ב"מ פ"ד:) כי תולע אחד לבד גדל באזנו לצד בחינת הרע אשר נגע שם.

און אין פ' שמיני

...ואומרו ולא תטמאו בהם אולי שיכוין לומר שצריכין ישראל להזהר לבל יכנסו לפיהם אפילו בהיסח הדעת, כי ההפרש שבין השוגג למזיד במציאות זה כשוגג כמזיד, כי התיעוב יעשה מעשהו בנפש אדם אפילו בהיסח הדעת, אלא שישתנה הפגם במעשה מזיד תעשה נפשו שקץ ובשוגג תטמא נפשו ותטמטם, והוא אומרו ולא תטמאו ונטמתם בם. וצריך האדם ליזהר בתוספת זהירות וזריזות בכל דבר אשר יכנס בגדר ספק שיקוץ זה, ומה גם בזמנים אלו שנזהם האויר והארצות כולן יחד ואין לך גידולי קרקע שאין בהם מהשיקוץ שומר נפשו ישמור את הדבר.

ועוד.
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן: וואו איז אנגעבליך דא ווערים, אין די רייז? אין די סעלמאן? אין די רעפפער?
וואס טענה'ן די מתירים, אז ס'איז נישטא? אז עס איז בטל? אז עס איז צו קליין? אז עס איז א מיעוט דלא שכיח?

מען רעדט פון די רעפפער nori seaweed, און ווי איינער האט דערמאנט איז שוין דא מערערים אויף דעם ענין 8 יאר, און קיינמאל האבן זיי באוויזן צו טרעפן ווערים אין די נארי מיט די היימישע השגחות, ווי איך פארשטיי איז געפונען געווארן איין שיפמענט דעם זימער וואס האט געהאט ווערים.

יעצק געטשעקט מיין nuri אין פריזער פון די קאמפעני sushi maven ס'האט די הכשר פון וואלאווע און ס'שטייט אויפגעשריבן "נקי מחשש תולעים",
שמע מינה אז מקען האבן מיט א גוטע הכשר, און אז אן א הכשר איז עס נישט זיכער נקי מחשש תולעים.
איז קען זיין די שערוריה איז געווען אז מ'זאל נישט עסן נאר מיט א פארלעסליכע הכשר? איך גלייב אז קיינער עסט נישט סושי אן א הכשר. ממילא שוב צ"ע על מה יצא השערוריה....
'ומאתים לנוטרים את פריו'
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

לחם לשובע האט געשריבן: ס'חשוב צי וויסן אז אויב די ווערים געפינען זיך אין די פיש איז דאס עפ"י הלכה נישט קיין שום חשש, און עס איז מותר בתכלית ההיתר, און הלוואי זאלן די פלייש אונזערע זיין אזוי כשר.


דוכט זיך מיר, אז עס ווענדט זיך וועלכע ווערים, ווי דאס האדעוועט זיך, ווי אויך מיין איך עפעס אז עס איז א גרויסע מחלוקת הפוסקים די זאכן, עפעס 'אניסאקס' קליגט מיר אין די אויערן.
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”