מיר דארפן דאס נישט פארשטעלן און פארציילן. ווייל יעדער פון אונז ווייסט דערפון ביודעים ומכירים. חברה הצלה - קרית יואל מיט אירע איבער הונדערט וואלונטירן שטייען גרייט צו יעדע צייט, 24 שעה א טאג יעדן איינציגסטן טאג פון יאר, און לויפן צו ראטעווען נפשות ישראל.
די חברה הצלה הויפטקווארטיר און אירע פארצווייגטע אפעראציעס שטייען גרייט מיט זייערע הילף אין אלע הינזיכטן צוצושטעלן פאר די מעמבערס די נויטיגע הילף און עקוויפמענט צו קענען לויפן אויף קאללס אן אפהאלט.
עס דערפרייט דאס הארץ צו זעהן ווי אין די לעצטע יארן פארשפרייט זיך קרית יואל אויף אלע זייטן מיט טויזנטער פרישע דירות און מערערע געגנטער, חברה הצלה האט פארשטאנען דעם צורך השעה און איז אנטקעגן געקומען דעם רוף, און אויסגעברייטערט אירע סערוויסעס לפי מכסת הנפשות בלעה"ר, און יעדער איז גרייט אין פאל עס קומט אריין א קריטישער הצלה רוף, נישט צו פארפאסן קיין רגע כמימרא - זיין גרייט און לויפן!.
נאכצוקומען דעם פארלאנג דארף חברה הצלה, יעצט! איינהאנדלען דריי נייע אמבולאנסן צו קענען סערווירן די תושבי קרית יואל אין אלע געגנטער, סיי וואס עטליכע אמבולאנסן האבן אפגעדינט פון אזויפיל טויזנטער רופן במשך די יארן, און סיי צו קענען האבן מער אמבולאנסן גרייט צו יעדע צייט אין אלע געגנטער אלטע ווי נייע.
די הוצאות פון די הצלת נפשות אפעראציע ציען אריין אין אסטראנאמישע ציפערן מדי יום ביומו. בפרט מיט די שווערע אינפלאציע וואס אלע געצייג קאסטן זענען זייער געשטיגן. די הכנסות פון אינשורענס און פון די פאנדרעיזינג דעקן נישט די כסדר שטייגנדע הוצאות. אצינד ווען מיר מוזן פארברייטערן דעם פלאטע מיט די דריי נייע אמבולאנסן האט דאס אונז איבערגעלאזט מיט א דעפיציט פון קרוב צו א מיליאן דאלער. מיטן אנטייל נעמען אין דעם קאמפיין ווערט ערמעגליכט מיר זאלן זיין ווייטער גרייט צו לויפן און ראטעווען לעבנס אומגעשטערט.
כלל ישראל הערט דעם רוף און איז גרייט צו אנטקעגן קומען דעם רוף פון אונזערע שליחים הנאמנים וועלכע זענען שטענדיג גרייט פאר אונז. אלע אינאיינעם פאראייניגט צום "גרייט קאמפיין" צו ערמעגליכן פאר חברה הצלה די 3 שפאגל נייע אמבולאנסן, אונזערע טייערע מעמבערס זאלן קענען אנגיין און סערווירן תושבי קרית יואל און ראטעווען לעבנס.
מיר זענען גרייט! בגוף ובממון, צו איינקויפן א גלייכע חלק אין די אלע לעבנס וואס ווערן געראטעוועט.
די געוואלדיגע זכות פון הצלת נפשות וועט זיכער באגלייטן אז מען זאל זוכה זיין צו שפע ברכה והצלחה בכל הענינים.
1)ווען דו הערסט עפעס גלייב נאר האלב און ניץ דיין שכל אז ס'זאל זיין די גוטע האלב...... 2)זאג נישט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס וועגען דער עולם קען געוואר ווערן אז די ביסט א "נאר".....