מיללער האט געשריבן:הסרפד האט געשריבן: ר' אלטער אליעזר מריגליץ ב"ר אברהם שמחה מבארנוב ב"ר ישראל משם ב"ר אליעזר'ל דזיקובער
נאך א זון פון רבי אלתר אליעזר מריגליץ-סטאשוב בנו של הבארנובער רב איז געווען הרה"צ רבי רפאל הורוויץ, ער איז געווען אבאקאנט אלס דער קאלאמייער רבי וואונענדיג אין בארא-פארק, ברוקלין ביז צו זיין פטירה ביום י' כסלו תשל"א, ומנו"כ בוואשינגטאן סעמעטערי - ניו זשערסי בחלקת סאטמאר .... ארויסקומענדיג און די פריע בראשית יארן בשנות תר"ע, ווארשיינליך איז דער רבי שפעטער צוריקגעפארן, [b]און הערשט אין די קריגס יארן האט ער נאכאמאל ארויסגעוואנדערט קיין אמעריקא, אנקומענדיג אליינס דא בעירום ובחוסר כל, און אזוי איז ער פארבליבן אן עלנדער מענטש נעבעך ביז צו זיין פטירה,[/b] ... יהא זכרו ברוך
דער קאלמייער רבי זצ"ל איז ארויסגעקומען דאהי [צוריקגעקומען] א שיינע פאר יאר פאר די קריג און האט דאן געוואינט אליין און די איסטסייד, אזוי ווי נאך צענדליגע רבי'ס צדיקים ובנש"ק און אנדרע גדולים חסידים ואנשי מעשה וואס זענען אהער געקומען אן די משפחה מאיזה סיבה שהי', כנראה האט ער מיטגעטיילט די זעלבע ווי אנדרע וואס האבן נישט געטראפן אז צווישען די פליטים זאל זיך געפינען פון זייער משפחה, און עס איז ליידער נישט איבערגעליבן פון זיי גארנישט, אבער "עלנד" איז ער נישט געוועהן ווייל עטליכע יאר נאכן קריג האט ער חתונה געהאט בזיוג שני מיט די אלמנה פון הרה"ח ר' ______ הכהן קאהן ז"ל אייניקעל בא"ב פון רבי דוד מגיד זי"ע תלמיד החוזה און א ראפשיץ'ר אייניקל אויך, ער איז געוועהן א ברידער פון [אדער פעטער כבין נישט זיכער] פון די באקנטע דערהויבנע חסידים פונעם פלאנטש רב זי"ע (האבן זיך אויך מסתופף ביי אנדרע צדיקי בית רופשיץ - ר' דוד איז געוועהן א תלמיד בנגלה פון הגה"ק רבי אשר לעמיל משענדישוב זי"ע) דאס איז הגאון החסיד רבי דוד קאהן ז"ל ואחיו הרה"ח רבי משה קאהן ז"ל,
די קאלמייער רבי ז"ל האט אויפגעצויגען זיין רעבצין בזויג שני'ס קינדער ווי אייגענע קינדער, צווישן די קינדער איז הרה"ח רבי לייביש קאהן שליט"א פון ב"פ, דארף לכאורה אסאך געדענקן פון זיין שטיף טאטע הגם ער איז נאך געוועהן היפש יונג אויך ווען ער איז אוועק.