יחסןעצום האט געשריבן: וויאזו האט געהייסען ר יהושע לאם'ס ווייב,ווייסט איינער?
לויט׳ן אהל שמעון החדש האט זו געהייסן מ׳ רבקה רחל (כ׳ווייס נישט פון וואו ער נעמט עס)
יוראפ האט געשריבן:שה אחד האט געשריבן: וואלט געווען כדאי אהערצוזעהן א בילד פונעם דרויסנדן צוים ווי מ'דארף אריינגיין א שיין שטיקל וועג ביז צום אוהל, פונדרויסן זעהט מען נישט קיין אוהל און נישט קיין מצבות, און אלע געיטס זענען אייניגע גרינע געיטס, און ס'שווער צו וויסן וואו מ'דארף אריינגיין
איינער איז דארט געווען לעצטענס? כ'געדענק נישט די ראוד, אויב ס'איז דא די ראוד פאנגט זיך אן לכאורה די ביה"ח גלייך נאך דעם ראוד. און די אהל איז גאנץ אנפאנג פונעם וואלד, די מצבות וואס כ'האב פריער געשטעלט איז כמעט ביים אנדערן עק
כ׳בין גראדע דארט געווען עטליכע חדשים צוריק אבער עס איז שוין געווען שטארק פינסטער האב איך נישט קיין קלארע בילד, אבער די דיירעקציעס זענען זייער גוט, מ׳ברויך אריין פארן ביזן סוף ראוד פארן לעצטן הויז דארט ווי די ראוד מער ווייניגער ענדיגט זיך זעה אויפן בילד פון @יוראפ אנגעצייכענט מיט רויט, דארט אויף די רעכטע זייט איז דא געיטס, אויף די רעכטע זייט איז דא אן עפענונג ציווישן די געיט׳ס (זעה מיין בילד) אריינגייענדיג דארט גייט מען ביזן וואלד און דארט זעהט מען שוין דעם אוהל.
זיך נישט דערשרעקן אין הויף אויף די לינקע זייט איז דא אן הינט און עס קען בילהען אבער נישט ארויס פונעם געיט.