רבי שמעון מיערסלוב זצ"ל - א' סוכות תר"י

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

טודרוס
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:01 pm

צאצאי הרה"ק הרבי ר' שמעון מיארסלוב זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טודרוס »

אלה תולדות שמעון
צאצאי הרה"ק הרבי ר' שמעון מיארסלוב זי"ע
(כפי סדר לידתם, חלקם בתור השערה)

א) מרת רבקה רחלאשת הרה"צ ר' יהושע לאם זצ"ל מיארסלוב
ב) אשת הרה"צ ר' יהודה ליבוש חעלמער זצ"ל מווארשא
ג) אשת הרה"צ ר' איציקל צעהנווירט זצ"ל מווישניצא
ד) אשת הרה"צ ר' בן ציון לויפער זצ"ל ממעזילאבריץ
ה) הרה"ק ר' בונם מנחם מענדל מארילעסזצ"ל מיארסלוב
ו) אשת הרה"צ ר' נתן נטע פרנס זצ"ל מיאשניצע
ז) אשת הרה"צ ר' אליהו צבי וועבער זצ"ל אב"ד בערזוב
ח) אשת הרה"צ ר' מרדכי הלוי העללער זצ"ל מיארסלוב-לבוב
ט) הרה"ק ר' יצחק מארילעסזצ"ל אב"ד ראפשיץ
י) מרת פריידאאשת הרה"צ ר' יצחק וואהרמאן זצ"ל מבוטשאטש
יא) הרה"ק ר' נפתלי(בער?) מארילעסאב"ד ליטאוויסק זצ"ל 'אילה שלוחה'
יב) מרת שיינדל רייזלאשת הרה"צ ר' קהת היילפרין זצ״ל מיארסלוב
טודרוס
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:01 pm

א) בתו מרת רבקה רחל אשת הרה"צ ר' יהושע לאם זצ"ל מיארסלוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טודרוס »

צאצאי מרת רבקה רחלאשת הרה"צ ר' יהושע לאם זצ"ל מיארסלוב

1) הרה"צ ר' יוסף יאסקא לאם מבעלזא
[חתן הרה"ק ר' אלעזר רוקח מבעלזא בן הרה"ק ר' שלום רוקח מבעלזא]
טודרוס
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:01 pm

ב) חתנו הרה"צ ר' יהודה ליבוש חעלמער זצ"ל מווארשא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טודרוס »

צאצאי חתנו הרה"צ ר' יהודה ליבוש חעלמער זצ"ל מווארשא

1) הרה"צ ר' יצחק שמואל חעלמער מגריצא
2) הרה"צ ר' אפרים פישל חעלמער אב"ד שטעקטשין
[חתן הרה"ק רבי משה בן הרה"ק רבי דוד מלעלוב]
3) הרה"צ ר' ישראל חעלמער מווארשא
[חתן הרב שמעון (או משה) ווארשעווער]
טודרוס
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:01 pm

ג) חתנו הרה"צ ר' איציקל צעהנווירט זצ"ל מווישניצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טודרוס »

צאצאי חתנו הרה"צ ר' איציקל צעהנווירט זצ"ל מווישניצא

1) הרה"צ ר' ישראל צעהנווירט
2) מרת רייצא אשת הרב שמעון מאנדלבוים
3) הרה"צ ר' אלימלך צעהנווירט מווישניצא
4) הרה"צ ר' חנוך העניך צעהנווירט
5) הרה"צ ר' אליעזר צעהנווירט מבאבוב
6) הרה"צ ר' אשר ישעיה צעהנווירט מווישניצא
[חתן הרב דוד ? וחנה-בערנשטיין מרוזבדוב]

7) בתו ? אשת בזוו"ש הרב פנחס דוד יהושע העשל
[ב"ר אהרן וואלף העשל אב"ד אישפצין]
טודרוס
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:01 pm

ד) חתנו הרה"צ ר' בן ציון לויפער זצ"ל ממעזילאבריץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טודרוס »

צאצאי חתנו הרה"צ ר' בן ציון לויפער זצ"ל ממעזילאבריץ

1) מרת חנה
2) הרה"צ ר' ישעיה צבי לויפער ממעזילאבריץ
[חתן הרה"צ ר' משה שאהנפעלד חתן הבני יששכר]
טודרוס
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:01 pm

ה) בנו הרה"ק ר' בונם מנחם מענדל מארילעס זצ"ל מיארסלוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טודרוס »

צאצאי הרה"ק ר' בונם מנחם מענדל מארילעסזצ"ל מיארסלוב

1) מרת רבקה אשת הרב אפרים צבי לעווינטאהל מיארסלוב
[בן הרב שלמה אליעזר לעבענטאהל מטורקא]
2) הרה"ק רבי שמעון מארילעס מיארסלוב
[חתן הרה"ק רבי שמחה שפירא אב"ד לאנצוט נכד הבני יששכר זי"ע]
3) מרת בילא פעסל אשת הרב אהרן פוקס דומ"ץ בוברקא
[בן הרב משה פוקס דומ"ץ בוברקא]
4) מרת ? אשת הרב ישראל לאנגער
5) מרת ? אשת הרב שמואל ישכר הירשפרונג
טודרוס
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:01 pm

ו) חתנו הרה"צ ר' נתן נטע פרנס זצ"ל מיאשניצע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טודרוס »

צאצאי חתנו הרה"צ ר' נתן נטע פרנס זצ"ל מיאשניצע

1) הרה"צ ר' יצחק משה פרנס מצפת
[בת הרב יהושע העשיל מקאמרנא]
2) הרה"צ ר' מנחם מענדל פרנס מטארנא
[חתן הרב אלימלך שיינבערג]
3) הרה"צ ר' שמעון פרנס מברעזוב
[חתן הרב יעקב ליב ליטמאן]
4) הרה"צ ר' נפתלי צבי פרנס
[חתן הרב אלימלך טארים]
{5) מרת פראדל אשת הרב ? זילבער}
טודרוס
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:01 pm

ז) חתנו הרה"צ ר' אליהו צבי וועבער זצ"ל אב"ד בערזוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טודרוס »

צאצאי חתנו הרה"צ ר' אליהו צבי וועבער זצ"ל אב"ד בערזוב

1) הרה"צ ר' שלמה יהודא וועבער מברעזוב
[חתן ש"ב הרב יוסף יוסקא לאם מבעלזא נכד הר"ר שמעון זי"ע]
2) מרת מירל אשת הרב שמחה היילפרין
3) הרה"צ ר' אשר וועבער מסקאהל
[חתן הרב ישראל מרדכי ריינמאן מסקאהל]
4) הרה"צ ר' שמעון וועבער
טודרוס
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:01 pm

ח) חתנו הרה"צ ר' מרדכי הלוי העללער זצ"ל מיארסלוב-לבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טודרוס »

צאצאי חתנו הרה"צ ר' מרדכי הלוי העללער זצ"ל מיארסלוב-לבוב

1) הרה"צ ר' משולם פייבוש הלוי העללער מקאמעניץ
2) הרה"צ ר' יחזקאל יהודה הלוי העללער מבראד
3) מרת יענטא אלטע אשת הרה"צ ר' ישראל מנחם אריה לאנגנער מיארסלוב-בראד
[בן הרה"ק רבי אורי מראהאטין]
טודרוס
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:01 pm

ט) בנו הרה"ק ר' יצחק מארילעס זצ"ל אב"ד ראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טודרוס »

צאצאי הרה"ק ר' יצחק מארילעסזצ"ל אב"ד ראפשיץ

1) הרה"ק ר' מנחם מענדל מארילעס אב"ד דובעצק וראפשיץ
[חתן הרה"ק ר' דוד שפירא מדינוב בן הבני יששכר זי"ע]
2) מרת ראצע אשת הרה"צ ר' יעקב מרדכי ליבערמאן אב"ד טאפרוב
טודרוס
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:01 pm

י) בתו מרת פריידא אשת הרה"צ ר' יצחק וואהרמאן זצ"ל מבוטשאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טודרוס »

צאצאי מרת פריידאאשת הרה"צ ר' יצחק וואהרמאן זצ"ל מבוטשאטש

1) הרה"צ ר' אברהם דוד וואהרמאן
[חתן ש"ב הרב יעקב יצחק ווארמאן מזבאריז ופאלטישאן]
2) ר' מ.? א.? ורמן מפפד"מ
3) הרה"צ ר' צבי הערש וואהרמאן מבוטאשטש
4) חתנו הרב צבי הירש
5) הרב שמעון ווארמאן מנאדבורנא
6) הרב ישראל אריה ליב ווארמאן מבוטשאטש
[חתן הרב צבי הלוי ראטנבערג אב"ד קאזאווא וטלוסט נכד הרה"ק ר' צבי הערש מזידיטשוב זי"ע]
טודרוס
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:01 pm

יא) בנו הרה"ק ר' נפתלי מארילעס אב"ד ליטאוויסק זצ"ל 'אילה שלוחה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טודרוס »

צאצאי הרה"ק ר' נפתלי(בער?) מארילעסאב"ד ליטאוויסק זצ"ל 'אילה שלוחה'

1) מרת בילא אשת הרב אלימלך באקענראטה מסחודניצא-בוריסלוב
[בן הרב זאב וואלף באקענראטה מסחונדניצא]
2) מרת הינדא אשת הרב יוסף ישעיה גארפינקל מסטריא
3) הרה"צ ר' יעקב קאפיל מארילעס אב"ד ליטאוויסק
[חתן הרב יוסף אב"ד סאהל נכד הרה"ק ר' יהודה צבי מסטרעטין]
{4) משוער: הרה"צ ר' פנחס אלימלך מארילעס מליטאוויסק}
טודרוס
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:01 pm

יב) בתו מרת שיינדל רייזל אשת הרה"צ ר' קהת היילפרין זצ"ל מיארסלוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טודרוס »

בתו מרת שיינדל רייזלאשת הרה"צ ר' קהת היילפרין זצ"ל מיארסלוב

נפטרו בלא בנים ר"ל
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: רבי שמעון מיערסלוב זצ"ל - א' סוכות תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

ווען איז הרבנית צירל פעשא ע"ה בת רבי שמעון השני מיארסלוב נפטר געווארען ? [אשת רבי דוד טייטלבוים מעטשעד]
חוקר משפחות
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:19 am

Re: יא) בנו הרה"ק ר' נפתלי מארילעס אב"ד ליטאוויסק זצ"ל 'אילה שלוחה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר משפחות »

טודרוס האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 6:16 am
צאצאי הרה"ק ר' נפתלי(בער?) מארילעסאב"ד ליטאוויסק זצ"ל 'אילה שלוחה'

1) מרת בילא אשת הרב אלימלך באקענראטה מסחודניצא-בוריסלוב
[בן הרב זאב וואלף באקענראטה מסחונדניצא]
2) מרת הינדא אשת הרב יוסף ישעיה גארפינקל מסטריא
3) הרה"צ ר' יעקב קאפיל מארילעס אב"ד ליטאוויסק
[חתן הרב יוסף אב"ד סאהל נכד הרה"ק ר' יהודה צבי מסטרעטין]
{4) משוער: הרה"צ ר' פנחס אלימלך מארילעס מליטאוויסק}
האם ידוע בודאות מי מזוו"ר של רבי נפתלי, דהיינו בת רבי בריש מאיסטריק וליטוביסק, ומי מזוו"ש, בתו של רבי ישעיה זלמן קאלעך?
על אשתו הראשונה של רבי נפתלי נכתב כי "הקשתה בלידתה", אך לא נכתב מי מאיזה זווג, אף לא על הבן ר' יעקב קאפיל.
חוקר משפחות
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:19 am

Re: י) בתו מרת פריידא אשת הרה"צ ר' יצחק וואהרמאן זצ"ל מבוטשאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר משפחות »

טודרוס האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 6:15 am
צאצאי מרת פריידאאשת הרה"צ ר' יצחק וואהרמאן זצ"ל מבוטשאטש

1) הרה"צ ר' אברהם דוד וואהרמאן
[חתן ש"ב הרב יעקב יצחק ווארמאן מזבאריז ופאלטישאן]
2) ר' מ.? א.? ורמן מפפד"מ
3) הרה"צ ר' צבי הערש וואהרמאן מבוטאשטש
4) חתנו הרב צבי הירש
5) הרב שמעון ווארמאן מנאדבורנא
6) הרב ישראל אריה ליב ווארמאן מבוטשאטש
[חתן הרב צבי הלוי ראטנבערג אב"ד קאזאווא וטלוסט נכד הרה"ק ר' צבי הערש מזידיטשוב זי"ע]
מיהו החתן רצ"ה? מה המקור?

כמדומני שיתכן ויש בן נוסף, ר' יוסף, יש עליו דף עדות ביד ושם, נזכר שם כבנו של ר' יצחק ונכד "הצדיק מבוצ'אץ'". על ר' יוסף הי"ד ישנם שני דפי עד, היחוס לצדיק מבוצ'אץ' מופיע בדף עד שרשם מכר, ולא קרוב, בקישור כאן: https://yvng.yadvashem.org/remote/names ... ?width=700
טודרוס
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:01 pm

Re: י) בתו מרת פריידא אשת הרה"צ ר' יצחק וואהרמאן זצ"ל מבוטשאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טודרוס »

חוקר משפחות האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:12 pm
טודרוס האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 6:15 am
צאצאי מרת פריידאאשת הרה"צ ר' יצחק וואהרמאן זצ"ל מבוטשאטש

1) הרה"צ ר' אברהם דוד וואהרמאן
[חתן ש"ב הרב יעקב יצחק ווארמאן מזבאריז ופאלטישאן]
2) ר' מ.? א.? ורמן מפפד"מ
3) הרה"צ ר' צבי הערש וואהרמאן מבוטאשטש
4) חתנו הרב צבי הירש
5) הרב שמעון ווארמאן מנאדבורנא
6) הרב ישראל אריה ליב ווארמאן מבוטשאטש
[חתן הרב צבי הלוי ראטנבערג אב"ד קאזאווא וטלוסט נכד הרה"ק ר' צבי הערש מזידיטשוב זי"ע]
מיהו החתן רצ"ה? מה המקור?
למדתי כן משער 'מחזה אברהם' (לבוב תרל"ו) "הני תרי גיסי", למרות שכתוב אח"כ 'בני' הרב
כמדומני שיתכן ויש בן נוסף, ר' יוסף, יש עליו דף עדות ביד ושם, נזכר שם כבנו של ר' יצחק ונכד "הצדיק מבוצ'אץ'". על ר' יוסף הי"ד ישנם שני דפי עד, היחוס לצדיק מבוצ'אץ' מופיע בדף עד שרשם מכר, ולא קרוב, בקישור כאן:
ר' יוסף וואהרמאן זה הוא בנו של ר' שמעון צבי הירש ב"ר ישראל אריה ליב ב"ר יצחק
הוא נולד בטארנפאל י"ז אלול תרע"ד
חוקר משפחות
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:19 am

Re: י) בתו מרת פריידא אשת הרה"צ ר' יצחק וואהרמאן זצ"ל מבוטשאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר משפחות »

טודרוס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:34 pm
חוקר משפחות האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:12 pm
טודרוס האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 6:15 am
צאצאי מרת פריידאאשת הרה"צ ר' יצחק וואהרמאן זצ"ל מבוטשאטש

1) הרה"צ ר' אברהם דוד וואהרמאן
[חתן ש"ב הרב יעקב יצחק ווארמאן מזבאריז ופאלטישאן]
2) ר' מ.? א.? ורמן מפפד"מ
3) הרה"צ ר' צבי הערש וואהרמאן מבוטאשטש
4) חתנו הרב צבי הירש
5) הרב שמעון ווארמאן מנאדבורנא
6) הרב ישראל אריה ליב ווארמאן מבוטשאטש
[חתן הרב צבי הלוי ראטנבערג אב"ד קאזאווא וטלוסט נכד הרה"ק ר' צבי הערש מזידיטשוב זי"ע]
מיהו החתן רצ"ה? מה המקור?
למדתי כן משער 'מחזה אברהם' (לבוב תרל"ו) "הני תרי גיסי", למרות שכתוב אח"כ 'בני' הרב
כמדומני שיתכן ויש בן נוסף, ר' יוסף, יש עליו דף עדות ביד ושם, נזכר שם כבנו של ר' יצחק ונכד "הצדיק מבוצ'אץ'". על ר' יוסף הי"ד ישנם שני דפי עד, היחוס לצדיק מבוצ'אץ' מופיע בדף עד שרשם מכר, ולא קרוב, בקישור כאן:
ר' יוסף וואהרמאן זה הוא בנו של ר' שמעון צבי הירש ב"ר ישראל אריה ליב ב"ר יצחק
הוא נולד בטארנפאל י"ז אלול תרע"ד
א/ אני תמיד הנחתי ששני האחים המביאים לדפוס היו גיסים, דהיינו נשאו שתי אחיות, וכך מתיישבים הדברים

ב/ צ״ב שכן נדמה לי שבדף העד נכתב שם האב ״יצחק״?
טודרוס
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:01 pm

Re: רבי שמעון מיערסלוב זצ"ל - א' סוכות תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טודרוס »

א. גם השערה נכונה, אבל נדמה לי שיש מקור שונה, איך געדענק נישט יעצט פון ווי איך נעם דאס

ב. בויען אויף א דף עד פון בלויז א 'באקאנטע' (=חבר) אז ר' יצחק חתן הרר"ש, וואס איז געבוירן חאטש אפאר יאר פאר ת"ר זאל נאך האבן א זוהן וואס איז אוועק תש"א איז א דבר רחוק מן השכל. ממילא כתבתי אז לכאורה איז דאס דער ר' יוסף
חוקר משפחות
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:19 am

Re: רבי שמעון מיערסלוב זצ"ל - א' סוכות תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר משפחות »

טודרוס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 2:06 pm
ב. בויען אויף א דף עד פון בלויז א 'באקאנטע' (=חבר) אז ר' יצחק חתן הרר"ש, וואס איז געבוירן חאטש אפאר יאר פאר ת"ר זאל נאך האבן א זוהן וואס איז אוועק תש"א איז א דבר רחוק מן השכל. ממילא כתבתי אז לכאורה איז דאס דער ר' יוסף
לר' יוסף בן ר' שמעון צבי יש את דף העד הזה: https://yvng.yadvashem.org/nameDetails. ... 8868&ind=1 . המעיד הוא קרוב משפחה, והוא אכן יודע שר' יוסף נולד במיעלניצא בשנת תרע"ד.

ר' יוסף בן יצחק לעומת זאת מופיע כיליד בוטשאטש. המכר ציין את היחוס, ואת שם האב, יצחק.
בדף עד נוסף מופיע ר' יוסף ורמן על ידי קרובת משפחה. בדף עד זה הקרובה לא ידעה את שם ההורים, ולא כתבה את היחוס, אבל כן כתבה שהוא יליד בוטשאטש, וכן ציינה את גילו בזמן שנספה, 65. לפי זה ר' יוסף נולד סביב תרל"ו, ומתאים להיות בנו של ר' יצחק. https://yvng.yadvashem.org/remote/names ... ?width=700
אגב, יש גם את דף העד על אשתו של ר' יוסף, שפרה, והיא מופיעה כבת 63 לערך, ילידת תרל"ח.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי שמעון מיערסלוב זצ"ל - א' סוכות תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי שמעון ב"ר ישראל זי"ע, (מרילס), בעל תורת שמעון, מיערסלוב

איז געבוירן געווארן בשנת תקי"ט,

צו זיין טאטן הגה"ק רבי ישראל אילבוים מיוזפוב זי"ע,
בן הגה"ק המקובל רבי יעקב קאפיל ליקאווער בעל קול יעקב זי"ע,

און צו זיין מאמע מרת אסתר עטיל ע"ה, פון די משפחה ווייסבלום,

בשנת תקל"א ווען ער איז אריין בעול התורה והמצוות האט דער הייליגער רבי אלימלך מליזענסק זי"ע אים געלייגט תפילין, און ער האט אים געזאגט בזה"ל "קום וועל איך דיר לייגען די תפילין דמארי עלמא", דערציילט מען אז יארן שפעטער איז דער צדיק רבי שמעון געפארן זיך מסתופף זיין בצלו פון הרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע, האט רבי שמעון געזאגט פארן בעלזא רב, איך בין שוין א אלטער איד אבער איך געדענק נאך דאס תפילין לייגן, מיינענדיג אז ער שפירט נאך דעם קדושה אפילו ס'איז שוין 79 יאר שפעטער,

ער איז געווען הסבא קדשא יחיד בדורו בעל רוח הקודש אמיתי א פועל ישועות און א בעל מקובל גדול ונורא, גדול בתורת הנגלה והנסתר, טויזענטער אידן זענען געקומען הערן זיין הייליגע דברי תורה און מיט האלטן זיין הייליגע עבודה וואס איז צו געגאגען מיט א געוואלדיגע קדושה, ער איז סוף ימיו געווען א סגי נהור ר"ל,

דערציילט מען אז דער הייליגער צדיק האט נישט זיך געוואלט משתמש זיין בכתרה של תורה, האט ער געהאט א שענק פון ווי ער האט געצויגען א קליינעם פרנסה,

אלע גדולי דורו האבן אים מחשב געווען און מכבד געווען און אים געהאלטן פאר די צדיק הדור, הגה"ק ר' יעקב מליסא בעל ישועות יעקב זי"ע, האט אויף אים געשריבען בזה"ל, "אהובי ידידי מנוער, ואהבת עולם אהבתיו"

זיין מחותן הרה"ק אב"ד בוטשאטש זי"ע, ווען ער האט אים געטראפן דאס ערשטע מאל האט ער געזאגט שלום עליכם און געזאגט אז ער זעהט אין אים די אורות און צורות פון רבי שמעון בר יוחאי זי"ע,
און דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע האט געבענטשט דעם רבי שמעון מיערסלוב אז ער זאל זיין אזא צדיק ווי רבי שמעון בר יוחאי,

איינמאל האט הרה"ק רבי מאיר מפרמישלאן זי"ע געשיקט א פריסת שלום פאר רבי שמעון און געהייסן ער זאל אים זאגן אז ער איז "רבי שמעון הצדיק" משיירי הכנסת הגדולה, און רבי שמעון האט אויף דעם געזאגט, איך ווייס נישט אויב איך בין שמעון הצדיק, אבער משיירי כנסת הגדולה בין איך ווייל איך בין א תלמיד פונעם הייליגען נועם אלימלך זי"ע,

אפילו זיין טאטע איז געווען א מתנגד איז ער שוין זייענדיג יונג געווארן א חסיד, ער האט זיך מסתופף געווען בצילו פון הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, וואס האט אים מבטיח געווען אריכת ימים, אבער זיין רבו מובהק איז געווען הרה"ק ר' יעקב יצחק הורוויץ בעל החוזה מלובלין זי"ע, וואס איז געווען א קרוב צו אים ווייל זיין טאטע איז געווען א ברודער מיטן חוזה מלובלין'ס מאמע הצדקת מרת מאטיל ע"ה.

לויט די צוואה פון זיין רבין דער חוזה מלובלין האט ער באזוכט בחיו קרוב צו 250 רבנים און צדיקים בדורו, ובתוכם,

הרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע,
הרה"ק רבי צבי הירש מרימנוב זי"ע,
הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע,
הרה"ק רבי נפתלי צבי מרופשיץ בעל זרע קודש זי"ע,
הרה"ק רבי צבי הירש מזידיטשוב בעל עטרת צבי זי"ע,
הרה"ק רבי ישראל מרוז'ין זי"ע,
הרה"ק רבי חיים מקוסוב בעל תורת חיים זי"ע,
הרה"ק רבי מאיר מפרמישלאן זי"ע,
הרה"ק רבי אשר ישעי' מראפשיץ זי"ע,
הרה"ק רבי מנשה מראפשיץ בעל לחם שמנה זי"ע,
צו די אלע איז ער געגאנגען בקביעות, אבער עס איז כמעט נישט געווען קיין צדיק בדורו ווי ער איז נישט געווען, און ער האט געזאגט די פסוק אין פרשת שופטים "צֶדֶק צֶדֶק תִּרְדֹּף לְמַעַן תִּחְיֶה" אז דורך לויפען און גיין צו צדיקי הדור איז מען זוכה צו אריכת ימים, און ווי באקאנט האט ער געהאט א געוואלדיגע אריכת ימים.

ווי באקאנט איז ער שוין געווען א זקן מופלג ווען ער איז געפארן צו הרה"ק רבי מנשה מרופשיץ זי"ע, וואס איז געווען אסאך יונגער ווי אים, אבער ער האט געזאגט אויב וועט ער טראכטען אויב רבי מנשה איז ראוי צו זיין א מנהיג ישראל, וועט מען אים ארויף רופען צום עולם האמת צו ווייזען אז ער איז טאקע ראוי' צו זיין א מנהיג, דערפאר איז ער געפארן צו אים אפילו זייענדיג א גאר יונגע רבי.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי שמעון מיערסלוב זצ"ל - א' סוכות תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

אין ספר דבש השדה ברענגט הגה"ק רבי בעריש מריישא זי"ע א מעשה, איין שבת איז הרה"ק רבי שמעון מיעריסלוב זי"ע געווען ביי הרה"ק רבי אשר ישעי' מראפשיץ זי"ע, און די חסידים האבן זיך זייער געשטיפט ביים טיש, האט ער געזאגט פארן ראפשיצער רב בדרך צחות, אז דוד המלך ע"ה האט געזאגט אז ער וועט נישט זיין אין גיהנום, ווייל חסידים האבן נישט קיין שייכות צום גיהנום, און ווי די רבי גייט לויפן אים נאך די חסידים, קומט אויס אז אויפן עולם האמת וועט ער נישט גיין אין גיהנום, ווי דוד המלך זאגט אין פסוק (תהלים ט"ז י') כִּי לֹא תַעֲזֹב נַפְשִׁי לִשְׁאוֹל לֹא תִתֵּן חֲסִידְךָ לִרְאוֹת שָׁחַת,

בעפאר ער איז געווארן רבי אין שטאט יערוסלוב האט ער עוסק געווען במסחר באמנות און געווען א נקי כפים, און שפעטער ווען ער איז שוין געווען א רבי פלעגט ער אסאך פארן צו די צדיקי הדור און זיך אפילו געהאלטן פאר א תלמיד פון יונגערע צדיקים ווי אים, ובתוכם הרה"ק בעל השר שלום מבעלזא זי"ע, וואס איז געווען 20 יאר יונגער ווי אים, מיט דעם אלעם איז ער צו אים געפארן ווי א חסיד און דער שר שלום האט אים געהאלטן פון זיינע חשובע תלמידים,

גאר אסאך צדיקי הדור זענען געפארן זיך מסתופף זיין ביים זקן הצדיקים הרה"ק רבי שמעון מיעריסלוב זי"ע, ובתוכם,
הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע,
הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זי"ע,
הרה"ק רבי אייזיק'ל מזידיטשוב זי"ע,
הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאמארנא זי"ע,
הרה"ק רבי דו'ל מדינוב זי"ע,
הרה"ק רבי אלעזר מלאנצוט זי"ע,
הרה"ק רבי יהודה צבי אייכנשטיין מראזלא זי"ע,
הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע,
הרה"ק רבי יוסף מאיר בעל אמרי יוסף מספינקא זי"ע,
הרה"ק בעל ייטב לב מסיגוט זי"ע,

ווי עס איז באקאנט האט אים זיין רבי דער הייליגער רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, געגעבן א ברכה אויף אריכת ימים, און זומער פונעם יאר פון זיין הסתלקות האט ער געשיקט א בי"ד צום ציון פון זיין רבין רבי אלימלך זי"ע צו מבטל זיין דעם הבטחה, ווייל א הבטחה פון זיין רבין איז געווען א זאך וואס ער האט געגלייבט אז עס קען נישט אליין בטל ווערן און ער האט מרגיש געווען אז זיין צייט איז געקומען צו נסתלק ווערן.

ער האט מאריך ימים געווען ביז 92 יאר און געדינט דעם באשעפער יעדע מינוט פון זיין לעבן מיט א מסירת נפש און אויף געשטעלט אסאך חשובע און גרויסע תלמידים.

אויך האט ער איבער געלאזט א שיינע דור פון 12 קינדער,
הרה"ק ר' בונם מנחם מענדל זי"ע, חתן הגה"ק בעל דעת קדושים מבאטשאטש זי"ע, ממלא מקום אביו ביערסלוב,
הרה"ק ר' נפתלי בער אב"ד ליטאוויסק בעל אילה שלוחה זי"ע,
הרה"ק ר' אליעזר זאב זי"ע
הרה"ק ר' יצחק אב"ד ראפשיץ זי"ע, חתן הרה"ק ר' מנשה מרופשיץ זי"ע,

חתנו, הרה"ק ר' קהת היילפרין מברעזאן זי"ע, בן הגה"ק ר' נפתלי הירץ היילפרין זי"ע,
הרה"ק ר' שלום רוקח בעל שר שלום מבעלזא זי"ע, האט מעיד געווען אויף הרה"ק ר' קהת זי"ע, און זיין ווייב הצדקת מרת שיינדיל רייזל ע"ה די טאכטער פונעם רבין אז זיי זען אויס ווי אדם וחוה קודם החטא, ליידער האבן זיי נישט איבער געלאזט קיין זש"ק,

חתנו, הרה"ק ר' יהודה לייבוש העלמיר מווארשא זי"ע,
חתנו, הרה"ק ר' יצחק ציינווירט מווישניצא זי"ע,
חתנו, הרה"ק ר' יהושע לאם זי"ע,
חתנו, הרה"ק ר' נתן נטע פרנס מיאשניצא זי"ע,
חתנו, הרה"ק ר' אהרן ווארמאן זי"ע,
חתנו, הרה"ק ר' מרדכי הלוי העלער זי"ע,
חתנו, הרה"ק ר' אליהו צבי וועבער זי"ע,

אויך האט ער איבער געלאזט זיין הייליג ספר תורת שמעון.

נסתלק לגנזי מרומים בשיבה טובה ביום א' סוכות ט"ו תשרי תר"י בשעת ער האט מקיים געווען די מצוה פון נטילת לולב, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין יערסלוב אין פולין, ער האט געהאט א שיינעם אוהל אויפן קבר, אבער ביי די צווייטע וועלט מלחמה האט מען ליידער כמעט די גאנצע ביה"ח חרוב געמאכט, אבער ממש לפלא האט מען דעם מקום קברו געטראפן יארן שפעטער און מען האט אויף געשטעלט א שיינע אוהל אויפן קבר,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי שמעון מיערסלוב זצ"ל - א' סוכות תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי שמעון מיערסלוב זי"ע האט נאך געזאגט פון זיין רבין הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע, אז משנכנס אב ממעטין בשמחה, דאס גייט ארויף אז די שונאי ישראל ווערן בטל דורך שמחה פון אידישע קינדער, און געזאגט אז עצבות און מרה שחורה רח"ל זענען מבטל די עבודת השם ביי אידן מען דארף אייביג זיין בשמחה דורך דינען דעם גרויסן באשעפער.
--
דער צדיק מיערוסלוב זי"ע האט אמאל געזאגט אז דאס וואס שטייט אין מסכת ברכות "תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם" דאס מיינט אז אויב זיי האלטן זיך קליין און טראכטען אייביג אז זיי זענען תלמידים פון חכמים דאן איז דא שלום, אבער טאמיר איינער טראכט ער איז גרעסער ווי א אנדערן איז נישט דא קיין שלום.
--
דער הייליגער דברי חיים זי"ע איז אמאל געקומען צו א סעודת מצוה וואו עס האבן אנטייל גענומען אסאך צדיקים. צווישן די צדיקים איז געווען הרה"ק רבי שמעון מיערוסלאב זי"ע, א תלמיד פון הרה"ק מלובלין זי"ע, וועלכער איז שוין געווען אין די עלטערע יארן און האט שוין נישט אזוי גוט געזען.

הערנדיג ווי דער צאנזער רב איז אנגעקומען, האט זיך דער צדיק אויפגעהויבן און זיך אנגערופן, "שלום עליכם מיין טייערער חיים". גלייך דערנאך האט ער זיך אנטשולדיגט, זאגענדיג אז דער צאנזער רב זאל אים מוחל זיין פארוואס ער רופט אים ביים נאמען, ערקלערנדיג אז זיין רבי פלעגט רופן ביים נאמען די אלע וואס ער האט ליב געהאט, איך האב אבער נישט זוכה געווען צו די מדריגה,

נאר ווען עס קומט שבת, בין איך יא אין די מדרגה, און אזוי ווי היינט האב איך געשפירט קדושת שבת, א ראי' האט איר אז ביים דאווענען האב איך געזאגט ברכות קריאת שמע מיט'ן ניגון פון קל ברוך גדול דעה, דעריבער שפיר איך מיך ביי די מדרגה צו רופן דיין נאמען, און דאס איז געווען זיין הכנאה צו יעדן צדיק אפילו ער איז געווען כמעט 40 יאר עלטער ווי דעם הייליגען דברי חיים זי"ע.
--
פון זיין גרויס ענווה האט דער צדיק הרה"ק ר' שמעון פון יערוסלאב זי"ע אמאל געזאגט, "אין די ווייטע שטעט דארט וואו מ'קען מיך נישט, רופט מען מיך "דער צדיק פון יעראסלאוו", עטוואס נענטער וואו מ'קען מיך שוין בעסער, רופט מען מיך "רבי שמעון", דאקעגן מיין פרוי וואס זי קען מיך נאך די בעסטע, רופט מיך ביים נאמען "שמעון",
--
דער צדיק הרה"ק רבי שמעון מיערוסלאב זי"ע, איז אנגעקומען צו א הויכען עלטער. ווען איינער פון די תלמידים האט אים אמאל געפרעגט אין א שמועס, ווי אזוי ער איז צו געקומען צו אזא אריכות ימים, האט ער געענטפערט, אז ער האט זיך קיינמאל נישט אפגערעדט אויפ'ן אויבערשטענ'ס וועגן, אלעס איז מיר גוט, וויסענדיג אז השי"ת פירט די וועלט און אלעס איז לטובה, אבער ווען איינער רעדט זיך אפ, פירט מען אים ארויף אויף יענע וועלט און מ'ווייזט אים אז אלעס איז מיט א חשבון. אז מיר איז אלעס גוט געווען האט מען מיך נישט געדארפט ארויף רופן דאס צו איבערצייגען.
--
הרה"ק דברי חיים מצאנז זי"ע, האט מקפיד געווען צו רופען די שטעט ביים נאמען פונעם גדול וואס האט דארט געוואוינט, און נישט צו רופען קיין שטאט ביים נאמען פונעם שטאט, ווייל די שמות פון אלע שטעט זענען על שם פון עבודה זרה, אויסער יערעסלוב האט ער יא געזאגט ווייל דאס מיינט יראת הלב,
--
מען פארציילט אז נישט ווייט פונעם שטוב פון רבי שמעון איז געווען א בית התפילה פון די נוצרים, און יעדן טאג פלעגט דארט קלינגען גלעקלעך און דאס האט מוראדיג געשטערט דעם רבין מיט זיין עבודות הקודש,

איינמאל איז הרה"ק רבי מענדל מרימנוב זי"ע געקומען צום רבין פאר שבת און די רבי האט זיך מוראדיג מתעונן געווען וועגן דעם בית נוצרים וואס שטערט אים מיט זיין עבודות הקודש,

די קומענדיגע טאג ביי חצות ווען די גלעקלעך האבן אנגעהויבן קלינגען האט רבי שמעון געזאגט פאר רבי מענדל מרימנוב דאס איז די גלעקלעך וואס שטערן מיך אזוי, האט רבי מענדל מרימנוב געזאגט פארן רבין, רבי שמעון קום איך וועל דיר העלפן דער מיט,

דאן האט דער צדיק רבי מענדעלע זי"ע אויף געהויבען זיינע הענט כלפי מעלה און געזאגט "יהי רצון שישקע הבית וירד מטה מטה" און אראפ גענידערט זיינע הענט נידעריגער און נידעריגער און בשעת מעשה איז דער גאנצע בנין געגאגען נידעריגער און נידערגיער ביז דער גאנצער בנין איז אריין אין דער ערד און מיטגענומען יעדן איינעם מיט זיך און עס איז נישט געבליבען קיינער פון די חברה,

דער שטח איז געבליבען ליידיג פאר יארן און מען האט דארט אנגעצייכענט אז כהנים זאלן נישט דארט גיין, און יארן שפעטער ווען מען האט דארט געוואלט בויען א נייע בנין האט מען דארט געטראפן גלגולות און עצמות און עס איז געווען א פלא גדול,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי שמעון מיערסלוב זצ"ל - א' סוכות תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הגה"ק בעל שם שלמה ממונקאטש זי"ע, האט בעפאר זיין פטירה פארציילט אז זיין לעבן אויף די וועלט איז געווען בדרך נס און פארציילט די מעשה,

בשנת תר"ד ווען ער איז געווען 12 יאר אלט איז ער געווען זייער נישט געזונט מיט די מחלה אסכרה ר"ל, און עס איז געווען ערב סוכות און צוליב דעם יו"ט וואס קומט האט מען אריבער געשיקט א ערל מיט א קוויטל צו הרה"ק רבי שמעון מיערסלוב זי"ע, און מיין טאטע איז געגאנגען דאווענען און מען האט אים גערופען אז עס איז שוין אין א מצב פון גסיסה ר"ל און ער זאל שנעל קומען,

אבער פלוצלונג האב איך מיך אויפגעוועקט און געבעטען א גלעזל מילך און פון דאן בין איך געווארן בעסער און בעסער ביז איך בין געווארן אינגאנצן געזונט,

ווען דער ערל איז צוריק געקומען האט ער געברענגט א תשובה פון רבי שמעון וואס דער משמש האט געשריבען ווייל ווי באקאנט איז רבי שמעון שוין געווען דאן א סגי נהור, און עס איז געשטאנען בזה"ל "אם ישנו החולה עוד כעת בעולם הזה, אז כבר ישאר בחיים",

און מען האט אויס גערעכנט די צייט און מען האט געזעהן אז דאס איז געווען די זעלבע צייט ווען ער האט זיך אויפגעוועקט און בעסער געווארן, און ווי מען האט געזעהן האט רבי שמעון אים אויסגעפויעלט נאך א יובל יארן ווייל דער שם שלמה זי"ע איז נסתלק געווארן בשנת תרנ"ג,
--
מען דערציילט אז הרה"ק מהר"ש מבעלזא זי"ע האט געבויעט א נייע ביהמ"ד אין שטאט בעלזא און ער איז געווען די גאנצע צייט ביים בויען דעם ביהמ"ד צו מאכן זיכער אז אלעס איז בקדושה,

ווען רבי שמעון מיערסלוב זי"ע איז געקומען צום חנוכת הבית פונעם ביהמ"ד האט דער בעלזא רב אים ארום געטראגען דעם גאנצען ביהמ"ד און אפילו רבי שמעון האט נישט געקענט מער זעהן מיט די אויגען האט ער מיט זיין שטעקן ארים געטאפט דעם גאנצען ביהמ"ד,

ווען ער איז אנגעקומען ביי איין פלאץ אונעם ביהמ"ד האט ער געפרעגט דעם בעלזא רב וואס גייט דא פאר ביי דעם פלאץ, האט דער בעלזא רב געזאגט אז ביי דעם פלאץ איז ער נישט געווען בשעתן בויען, און דער קדוש רבי שמעון האט גלייך דערפיעלט אז דארט פעילט די קדושה,
--
דער הייליגער צדיק וקדוש רבי שמעון מיערסלוב האט געהאט א מנהג צו זאלצן די פיש ערב שבת אריינלייגענדיג א קדושת שבת אונעם פיש, סוף ימיו איז ער ליידער געווען א סגי נהור, איין שבת קודש זענען געקומען זייער אסאך געסט און מען האט געברויכט ברענגען נאך פיש און הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זי"ע האט געזאלצן די איבעריגע פיש, און ער האט געמאכט א סימן אויף די פיש וואס רבי שמעון האט געזאלצן כדי צו זען וואס עס וועט געשען ביים טיש,

ווען עס איז געקומען צום עסן האט רבי שלום מקאמינקא זי"ע געזען ווי די רבי האט אויס געקליבן ממש יענעם פיש וואס ער האט אליין געזאלצן אפילו עס איז געווען א געוואלד מיט פיש פאר די געסט וואס זענען דארט געווען, ווייל דער צדיק רבי שמעון האט מיט זיין קדושה גלייך מרגיש געווען וועלכע פיש ער האט געזאלצן,
--
אין ספר באהל שמעון ווערט געברענגט אז איינמאל איז א סוחר פון שטאט יעריסלוב געפארן קיין פרימישלאן און ער איז אריין צום הייליגען צדיק רבי מאיר'ל מפרמישלאן זי"ע, האט אים רבי מאיר געבעטן אז ער זאל איבער געבן א גריס פארן צדיק רבי שמעון מיעריסלוב, און דאן האט רבי מאיר'ל געגעבן פאר דעם איד פינף זהובים און עטליכע גראשן, דאן איז געווען באוויסט אז רבי שמעון האט געלעבט אין א שרעקליכע דחקות,

ווען דער איד איז אנגעקומען קיין יעריסלוב איז ער אריין צום צדיק רבי שמעון, פונקט דאן איז די רעבעצין אריין געקומען צום צדיק און געבעטן אז זי ברויך געלט צו קענען אנגרייטן דעם שבת קודש, האט דער צדיק געפרעגט ווי פיל זי ברויך, לפלא איז דער סכום געווען פונקטליך וויפיל רבי מאיר'ל מפרמישלאן זי"ע האט מיט געשיקט,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי שמעון מיערסלוב זצ"ל - א' סוכות תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע האט דערציילט, אז איינמאל איז געווען דער הייליגער שינאווער רב זי"ע און הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זי"ע ערב תשעה באב ביים הייליגען צדיק רבי שמעון מיערסלוב זי"ע, און דער צדיק רבי שמעון האט געשיקט די רעבעצין זאל גיין שחט'ן א הינדל ביים שוחט, פארשטייט זיך אז די רעבעצין האט דאס געטון באהאלטענערהייט וויבאלד עס איז דאך געווען ערב תשעה באב,

דאן האט דער צדיק רבי שמעון מיערסלוב אפ געראכטן א פליישיגע סעודה בעפאר חצות צוזאמען מיט די צוויי צדיקים, נאכן סעודה האט רבי שמעון געזאגט, לאמיר עפעס זינגען לכבוד די סעודה, האבן די דריי צדיקים געזינגען "אדרי הוא יבנה ביתו בקרוב", פאר גאנצע פיר שעה און עס האט זיך דארט געגאסען טייכן טרערן אויפן חורבן בית המקדש און צרות השכינה,

דערציילט ער אז דער הייליגער שינאווער רב זי"ע האט געהאט חלישת הדעת פון דעם וויבאלד עס איז נישט אזוי ווי דער שלחון ערוך זאגט מען זאל טון ערב תשעה באב, אבער ווען ער האט דערציילט שפעטער פארן טאטן דער הייליגער צאנזער רב זי"ע די גאנצע מעשה האט דער הייליגער צאנזער רב געזאגט, זיי נישט צובראכן פון דעם ווייל דער הייליגער צדיק רבי שמעון ווייסט וואס ער טוט און אויב האט ער געמאכט דעם פליישיגע סעודה ערב תשעב באב איז זיכער געווען עפעס מער ווי א פשוטע סעודה,
--
אין ספר אהל שמעון ווערט געברענגט אז עס איז געווען א גאר שטארקע נאנטשאפט צווישן דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע און רבי שמעון מיערסלוב זי"ע, איינמאל זענען די צוויי צדיקים געפארן צונעזאם צום הייליגען חוזה מלובלין זי"ע, אויפן וועג האבן זיי נישט געהאט וואס צו עסן, האבן זיי צוליב פיקוח נפש אפ געמאכט, אז זיי וועלן זיך אפשטעלן אין א דארף, מען וועט מאכן רבי שמעון אלס רבי, און דער הייליגער ראפשיצער רב וועט זיין דער קוויטל שרייבער און אזוי וועלן זיי האבן עפעס געלט צו קויפן עסן,

זיי האבן זיך אפגעשטעלט אין א שטאט און מען האט מודיע געווען אז עס איז אנגעקומען א רבי אין שטאט, איז א איד געקומען זיך מזכיר זיין אז ער ווארט שוין יארן פאר קינדער אבער ער איז נאכנישט געהאלפן געווארן, האט אים רבי שמעון געגעבן א ברכה אז ער זאל בקרוב געהאלפן ווערן מיט א בן זכר,

אנקומענדיג צום הייליגען רבי דער חוזה מלובלין זי"ע האט דער הייליגער חוזה גלייך מרגיש געווען וואס דא איז פאר געקומען און ער האט געזאגט בזה"ל, "שלום עליכם רבי ר' שמעון, איר גיט שוין אויך ברכות און שרייבט קמעות", די תלמידים פונעם הייליגען חוזה מלובלין האבן גלייך פארשטאנען אז די רבי האט דעם תלמיד רבי שמעון מכתיר געווען צו פירן אן עדה הקדושה,
--
ווי באקאנט אז דער הייליגער צדיק וקדוש רבי שמעון מיערסלוב זי"ע איז סוף ימיו געווען א סגי נהור, יענע צייט פלעגט ער גאר אסאך זיך אויף האלטן אונעם שטוב פונעם צדיק הרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע, די רעבעצין הצדקת מרת מלכה ע"ה האט דעם צדיק גאר אסאך באדינט און זיך אפ געגעבן מיטן צדיק,

איין טאג האט די רעבעצין הצדקת מרת מלכה ע"ה געבעטן פונעם צדיק א ברכה, האט דער הייליגער צדיק רבי שמעון זי"ע געזאגט, איך וועל דיך אויס לערנען א קורצע בקשה וואס איז א מועט המחזיק את המרובה, "דער אויבערשטער זאל געבן, און פארגעבן, און נישט נעמען" דאן האט די צדקת צוריק געגעבן א ברכה פארן צדיק, אז ער זאל זוכה זיין צו קענען זען מיט די הייליגע אויגן,

האט דער הייליגער צדיק געזאגט פאר די רעבעצין, פארוואס ברויך איך נאך זען אין דעם גשמיות'דיגע וועלט, אבער ווען דער הייליגער צדיק דער שר שלום מבעלזא זי"ע האט אים שפעטער געגעבן א ברכה אז ער זאל זוכה זיין צו זען מיט זיינע הייליגע אויגן, האט דער צדיק געענטפערט דריי מאל "אמן",
--
לערן א משנה און צינד אן ליכט לעילו נשמת:
הרה"ק רבי שמעון ב"ר ישראל זי"ע.
די זכות פונעם צדיק וועט זיכער מיגן זיין.

זֵיתִים, מִשֶּׁיַּכְנִיסוּ רְבִיעִית לִסְאָה, פּוֹצֵעַ וְאוֹכֵל בַּשָּׂדֶה.
הִכְנִיסוּ חֲצִי לֹג, כּוֹתֵשׁ וְסָךְ בַּשָּׂדֶה.
הִכְנִיסוּ שְׁלִישׁ, כּוֹתֵשׁ בַּשָּׂדֶה וְכוֹנֵס לְתוֹךְ בֵּיתוֹ.
וְכֵן כַּיּוֹצֵא בָהֶם בִּשְׁאָר שְׁנֵי שָׁבוּעַ, חַיָּבִים בְּמַעַשְׂרוֹת.
וּשְׁאָר כָּל פֵּרוֹת הָאִילָן, כְּעוֹנָתָן לַמַּעַשְׂרוֹת, כֵּן עוֹנָתָן לַשְּׁבִיעִית:
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”