נכרי בבית המדרש בשעת התפילה וקריה״ת - פאקן ספרים וכדו׳
בשעת׳ן לייענען קומען אריין צוויי ערלים אין ביהמ״ד, דרייען זיך צווישען עולם און פאקן אפ די ספרים פון די טישען ווי מ׳גייט גרייטן די מזונות פאר די קידוש, נאכדעם ביי מוסף גרייטן די ערלים די קידוש און ריקען בענק און טישען. ווען בשעת מעשה זיצען יודען און הערן דאס לייענען און דאווענען אויף די פלעצער.
לדעתי איז דאס א געוואלדיגע שטער און א בזיון ביהמ״ד אז א ערל טמא דרייט זיך ארום צווישן די מתפללים אין אזא זמן, נאכדערצו אז דער ערל כאפט אן און טראגט די הייליגע ספרי קודש. (איך בין אלעמאל געווען געוואוינט אז דער שמש נעמט אפאר יונגלעך נאכן לייענען אפצורוימען די טישען און העלפן גרייטען די קידוש).